סאטמארער ישוב אין לעיקוואוד (מהרי"י)

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2532
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

Re: סאטמארער ישוב אין לעיקוואוד (מהרי"י)

תגובהדורך צולייגער » מאנטאג מארטש 22, 2021 1:26 am

צדיק זה בא לבית מלוני ונפטר בלא לינה...

צו דיין שאלה, מ'האט דן געווען דערין נאך בעפאר דער ביהמ"ד איז געשטאנען, והורו אז ס'איז גוט אזוי
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1074
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

Re: סאטמארער ישוב אין לעיקוואוד (מהרי"י)

תגובהדורך פּשוט און פּראָסט » מאנטאג מארטש 22, 2021 1:28 am

דממה דקה האט געשריבן:זייענדיג היינט אין לעיקוואד איז מיר אויסגעקומען צו באטראכטן די סאטמארע שיהל אין ראקוועל, און עס זעהט מיר אויס אז עס איז נישט גיט אויסגערעכנט די מזרח וואנט, עס קומט אויס מערבית דרומית.

טעות, עס איז מזרחית דרומית

דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3914
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: סאטמארער ישוב אין לעיקוואוד (מהרי"י)

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג מארטש 22, 2021 1:34 am

פּשוט און פּראָסט האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:זייענדיג היינט אין לעיקוואד איז מיר אויסגעקומען צו באטראכטן די סאטמארע שיהל אין ראקוועל, און עס זעהט מיר אויס אז עס איז נישט גיט אויסגערעכנט די מזרח וואנט, עס קומט אויס מערבית דרומית.

טעות, עס איז מזרחית דרומית

יא, מזרח העולם, אבער כנגד ירושלים איז 54° צפונית מזרחית, ולפי זה איז עס אינגאנצען אוועקגעדרייט.

צולייגער האט געשריבן:צדיק זה בא לבית מלוני ונפטר בלא לינה...

צו דיין שאלה, מ'האט דן געווען דערין נאך בעפאר דער ביהמ"ד איז געשטאנען, והורו אז ס'איז גוט אזוי

אהא, נישט געוויסט אז מען האט דן געווען דערויף, איך האב עס באמערקט נאר צוליב באטראכטן די דיפרענץ אין שיפקייט לגבי טשעסטנאט שיהל, און די נאכנישט געבויטע מעיפלוואד שיהל, יישר כח.
הנותן 'תשועה' למלכים לפ"ק

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2532
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

Re: סאטמארער ישוב אין לעיקוואוד (מהרי"י)

תגובהדורך צולייגער » מאנטאג מארטש 22, 2021 1:40 am

טאקע יעצט ווערט א יאר זינט מען האט געדאווענט אין הויף, און מען האט דאן באזונדער דן געווען צו מ'זאל דאווענען לויטן מזרח הביהמ"ד אדער נישט. הדיינים שליט"א האבן דאן ווידעראמאל באשטעטיגט אז ס'איז יא אויסגעהאלטן אזוי.

כ'מיין די ישיבה אקעגן איבער איז שיף געבויט וועגן דעם, אאל"ט.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1074
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

Re: סאטמארער ישוב אין לעיקוואוד (מהרי"י)

תגובהדורך פּשוט און פּראָסט » מאנטאג מארטש 22, 2021 1:42 am

כ׳װײס נישט פארװאס דו זאגסט אזױ, אױף מײן מאפע קוקט אױס ירושלים מער דרום פון נ.י. אױב עפעס, נײן?

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2532
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

Re: סאטמארער ישוב אין לעיקוואוד (מהרי"י)

תגובהדורך צולייגער » מאנטאג מארטש 22, 2021 1:43 am

פּשוט און פּראָסט האט געשריבן:כ׳װײס נישט פארװאס דו זאגסט אזױ, אױף מײן מאפע קוקט אױס ירושלים מער דרום פון נ.י. אױב עפעס, נײן?

עס איז אן אריכות פון א סוגיא. ר' אשר מאנן שליט"א האט א לאנגע תשובה דעריבער בנוגע מזרח אין מוירטל ביהמ"ד.

אז דו ווילסט קענמער עס דורכלערנען שבת נאכמיטאג...
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1074
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

Re: סאטמארער ישוב אין לעיקוואוד (מהרי"י)

תגובהדורך פּשוט און פּראָסט » מאנטאג מארטש 22, 2021 1:46 am

נו אדרבא.. האמיר פונקט א גוטן שבת פאר א לאנגע סוגיא

דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3914
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: סאטמארער ישוב אין לעיקוואוד (מהרי"י)

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג מארטש 22, 2021 1:47 am

פּשוט און פּראָסט האט געשריבן:כ׳װײס נישט פארװאס דו זאגסט אזױ, אױף מײן מאפע קוקט אױס ירושלים מער דרום פון נ.י. אױב עפעס, נײן?

זעה דא אין ענגליש

https://www.myzmanim.com/read/direction.aspx
הנותן 'תשועה' למלכים לפ"ק

פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1074
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

Re: סאטמארער ישוב אין לעיקוואוד (מהרי"י)

תגובהדורך פּשוט און פּראָסט » מאנטאג מארטש 22, 2021 1:50 am

כ׳כאפ יעצט טאקע, מירטל איז ממש דרום העולם קאמפליטלי, האו קאם? דאס איז זײער אינטערעסאנט

פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1074
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

Re: סאטמארער ישוב אין לעיקוואוד (מהרי"י)

תגובהדורך פּשוט און פּראָסט » מאנטאג מארטש 22, 2021 2:07 am

דממה דקה האט געשריבן:
פּשוט און פּראָסט האט געשריבן:כ׳װײס נישט פארװאס דו זאגסט אזױ, אױף מײן מאפע קוקט אױס ירושלים מער דרום פון נ.י. אױב עפעס, נײן?

זעה דא אין ענגליש

https://www.myzmanim.com/read/direction.aspx

Wow
דאס איז זײער אינטערעסאנט, א גרױסן ײש״כ, כאטש װאס כ׳האב עס נאכנישט געהעריג ארױס, אפשר מיט א געהעריגן גלאוב העליך זיך עס בעסער קענען אימעזשענען

אוועטאר
פאסט טרעגער
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: סאטמארער ישוב אין לעיקוואוד (מהרי"י)

תגובהדורך פאסט טרעגער » מאנטאג מארטש 22, 2021 10:12 am

דממה דקה האט געשריבן:זייענדיג היינט אין לעיקוואד איז מיר אויסגעקומען צו באטראכטן די סאטמארע שיהל אין ראקוועל, און עס זעהט מיר אויס אז עס איז נישט גיט אויסגערעכנט די מזרח וואנט, עס קומט אויס מערבית דרומית.

די עיקר איז מען זאל מכוון זיין צי דאווענען כנגד קדשי קדשים,
ביים בויען ראדני איז באקאנט אז מען האט געוואלט בויען די מזרח וואנט שיעף כדי ס'זאל אויסקומען קעגן מזרח, אין די סאטמארע רבי זי''ע האט נישט געוואלט, אויב דענק איך גוט האט ער געזאגט אז די עיקר אעז די כוונה,
בד''וו אפשר איז די חשבון געווען אז סאטמארא יודן דאווענען נאר קעגן ירושלים דאמעריקע, ווארים ירושלים דארץ ישראל האט פארלוירן די קדושה,[סארקאסטיש]

אוועטאר
שמואל בארג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3601
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: סאטמארער ישוב אין לעיקוואוד (מהרי"י)

תגובהדורך שמואל בארג » מאנטאג מארטש 22, 2021 12:01 pm

צולייגער האט געשריבן:
פּשוט און פּראָסט האט געשריבן:כ׳װײס נישט פארװאס דו זאגסט אזױ, אױף מײן מאפע קוקט אױס ירושלים מער דרום פון נ.י. אױב עפעס, נײן?

עס איז אן אריכות פון א סוגיא. ר' אשר מאנן שליט"א האט א לאנגע תשובה דעריבער בנוגע מזרח אין מוירטל ביהמ"ד.

אז דו ווילסט קענמער עס דורכלערנען שבת נאכמיטאג...

וואו קען מען זעהן די תשובה?

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2532
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

Re: סאטמארער ישוב אין לעיקוואוד (מהרי"י)

תגובהדורך צולייגער » מאנטאג מארטש 22, 2021 2:20 pm

שמואל בארג האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:
פּשוט און פּראָסט האט געשריבן:כ׳װײס נישט פארװאס דו זאגסט אזױ, אױף מײן מאפע קוקט אױס ירושלים מער דרום פון נ.י. אױב עפעס, נײן?

עס איז אן אריכות פון א סוגיא. ר' אשר מאנן שליט"א האט א לאנגע תשובה דעריבער בנוגע מזרח אין מוירטל ביהמ"ד.

אז דו ווילסט קענמער עס דורכלערנען שבת נאכמיטאג...

וואו קען מען זעהן די תשובה?

בספרו שו"ת אחוזת הלוי. אין הספר תח"י ואיני זוכר המ"מ המדוייק
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

שטיגליץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

Re: סאטמארער ישוב אין לעיקוואוד (מהרי"י)

תגובהדורך שטיגליץ » מאנטאג מארטש 22, 2021 2:35 pm

ביטע ממשיך זיין די שמועס איבער מזרח דא

אויב איך בין איך
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 13, 2019 2:27 pm

Re: סאטמארער ישוב אין לעיקוואוד (מהרי"י)

תגובהדורך אויב איך בין איך » פרייטאג אפריל 02, 2021 2:52 pm

יא. בה  זעמער געווען ערשטע טעג און לעיקוואד!  האמיר געדינגן א דירה און שכינת פון סאטמער,
וואס זאל איך ענק זאגן אידן  עס איז געווען ממש מעין עולם הבא
לאמיר אנהייבן קודם מיטן שריפת חמץ, סא ס'מיר געווען אינטרעסאנט אז די שטאט שטעלט עס אהער אין פאבליק פלעצער אונטור קאנטראל, איז מען געפארן אהין אזא 10 מיניט, געווען דארטן אידן פון אלע שיכטן און קרייזן  געשפירט האביך אזוי וואו ווען מ'עט שוין מקריב זיין דעם קרבן פסח און ירושלים עירה"ק
געדאוונט האט מען פרייטאג צונאכטס אזא האלבע שעה נאכן זמן מיט א געפאקטע ביהמ"ד, אסאך עלטערע אידן געקומן צי די קינדער צום סדר,  איינער פון די אינגעלייט פון די שיינע ריווערוואד געגנט איז ציגעגאנגן צום עמוד, געדאווענט נישט לאנג נישט קורץ, זעמער געגאנגן מאכן די סעודה,  נאכער זענען מיר געגאנגן א שפאציר מיט די עקרת הבית, די לופט איז געווען בה ממש צום שפאציר געאייגענט
צופרי זעמער אויפגעשטאנן אום זעקסע געכאפט א טבילה אינעם נייעם הערליכן מקוה, איי איז עס געווען פיין, הייס עס קען בי, געדאווענט האט א אינגערמאן פונעם שכונת ראקוועל, יוצר האט מען נישט געזאגט און דאן געגאנגן עסן סעודת שבת,
חלה האמיר געגעסן אינדרויסן, אריין געברעקלט די איבריגס און ביסכיס און גע'ענדיגט די סעודה זעמער געגאנגן דאווענען מנחה און נאכער האמיר זיך אראפגעלייגט א שינת צהרים, בה מיט אזא מין רואיגקייט וואס איך בין באמת נישט געוואונט דערצו,  נישט טראקס וואס פארן, נישט קיין קארס וואס פייפן, באמת א אויסגעגאסענע מנוחה אויף דעם עולם השפל הזה, ממש טעם גן עדן,
נאכמיטאג איז געווען א מורא'דיג שבת הגדול דרשה פון איינע פון די תושבים
דאן זענען מיר געגאנגן צו מעריב, געדאווענט האט איינער פון די חשובה מרביצי תורה פונעם תלמוד תורה מיט א הערליכע חזאנישע שטימע, ער האט ממש אריינגעשניטן טיף טיף אינעם הארץ סטרונעס, סיי מיט די ניגונים, סיי מיט נוסח,  עס איז אזוי שיין געווען אז מהאט עם מכבד געווען די צווייטע נאכט אויך.
און דאן זענען מיר געגאנגן פראווענען דעם סדר,  וואס זאל איך ענק זאגן,  די רחבות ביים סדר וואו מען דארף זיך נישט צאמקוועטשן,  יעדער האט פלאץ בהרחבה גדולה, די איידימער, די קינדער, די פרויען, באמת א זמן חריתינו,
ביי שפוך חמתך האמיר געהערט די זינגערייען פון די הייזער ארום, עס האט זיך ממש געפילט וואו די גמרא זאגט "פקא איגרא" 
די צווייטע נאכט האמיר געציילט ספירה ארום דרייע, א פילע מנין געווען ממש א קידוש השם.
תפילת טל האט איינער פון די חשובה דיינים אראפגעלייגט מורא'דיג ווארים
און די אחדות פון אלע דיינים דארטן איז באמת עפעס וואס מוז באגריסט ווערן.
מוצאי יו"ט ראשון זענען מיר ציריק אהיים געפארן טראכטענדיג הלוואי וואלטן מיר געבליבן וואוינען דארטן ביז משיח'ס טאג

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2532
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

Re: סאטמארער ישוב אין לעיקוואוד (מהרי"י)

תגובהדורך צולייגער » פרייטאג אפריל 02, 2021 5:16 pm

אויב איך בין איך האט געשריבן:יא. בה  זעמער געווען ערשטע טעג און לעיקוואד!  האמיר געדינגן א דירה און שכינת פון סאטמער,

אנגענעם געווען זיך צו באקענען, הער אויב איך בין איך. כ'האב הנאה איר האט הנאה געהאט
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3914
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: סאטמארער ישוב אין לעיקוואוד (מהרי"י)

תגובהדורך דממה דקה » פרייטאג אפריל 02, 2021 6:04 pm

@צולייגער, פיל אין די בלענקס, ווער זענען די אלע בעלי תפילות און בעל דרשנים.
הנותן 'תשועה' למלכים לפ"ק

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2532
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

Re: סאטמארער ישוב אין לעיקוואוד (מהרי"י)

תגובהדורך צולייגער » פרייטאג אפריל 02, 2021 6:21 pm

ס'נאר פאר די לעיקוואוד'ע. סארי
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1220
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

Re: סאטמארער ישוב אין לעיקוואוד (מהרי"י)

תגובהדורך בערל קראקאווער » מאנטאג אפריל 05, 2021 3:01 pm

דרשה היום!
צוגעלייגטע
פתיחת הזמן.jpg
דרשה
פתיחת הזמן.jpg (407.19 KiB) געזעהן 1025 מאל
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3700
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: סאטמארער ישוב אין לעיקוואוד (מהרי"י)

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מאנטאג אפריל 05, 2021 3:25 pm

ויוסף איננו...
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2532
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

Re: סאטמארער ישוב אין לעיקוואוד (מהרי"י)

תגובהדורך צולייגער » מאנטאג אפריל 05, 2021 3:45 pm

:grin:
מיר געקאסט א הארץ קלאפ כמעט.... ביז כ'האב געכאפט וואס דו מיינסט...
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1220
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

Re: סאטמארער ישוב אין לעיקוואוד (מהרי"י)

תגובהדורך בערל קראקאווער » מאנטאג אפריל 05, 2021 4:00 pm

.....געכאפט

רבי חיים יוסף דוד ווייס שליט״א
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳

אוועטאר
ברעחדך קאפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 12, 2015 10:51 am

Re: סאטמארער ישוב אין לעיקוואוד (מהרי"י)

תגובהדורך ברעחדך קאפ » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 7:43 am

78A06E92-B042-4A11-99A3-F6A070466AEE.jpeg
78A06E92-B042-4A11-99A3-F6A070466AEE.jpeg (239.14 KiB) געזעהן 601 מאל

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלפיים
תגובות: 2192
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

Re: סאטמארער ישוב אין לעיקוואוד (מהרי"י)

תגובהדורך שכל'דיג » מאנטאג אפריל 12, 2021 6:03 pm

7348985f-bc91-46a4-a714-12dcca2906b2.jpg
7348985f-bc91-46a4-a714-12dcca2906b2.jpg (289.58 KiB) געזעהן 212 מאל
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלפיים
תגובות: 2192
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

Re: סאטמארער ישוב אין לעיקוואוד (מהרי"י)

תגובהדורך שכל'דיג » מאנטאג אפריל 12, 2021 6:05 pm

עפעס אפדעיטעס פונעם רבין'ס באזוך ?
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט