התיישבות פון חסידישע אינגעלייט אין באלטימאר

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25691
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג ינואר 25, 2015 3:12 pm

דער דערמאנטער זידיטשובער רב בויעט יעצט א הערליכער בנין מיט א מקוה וכל המסתעף, ער האט דערווייל א גוט גייענדיגע צייטווייליגער שול מיט טעגליכע מנינים און שיעורי תורה, יענע געגנט איז נישט דאונטאון אין שחורלאנד, נאר אזא סובארב, פאסייק ניו זשורזי סטייל

אונטערשמש
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 2:10 pm

תגובהדורך אונטערשמש » זונטאג ינואר 25, 2015 3:54 pm

Gevald Geshrigen האט געשריבן:איך האב אפגעשטאט דארט א באזוך עטליכע יאר צוריק.
עס איז אביסל אינטערסאנט וויאזוי א חסידיש שטעטל וואלט זיך אויסגעשטעלט דארט. א׳ איז עס אין צענטער פון אפריקען אמעריקען לענד און אויסער די אידן איז א ווייסער א היבשער יקר המציאות. ב׳ די צענטער פון אידישקייט איז בערך ביי רב היינימאן שליט״א׳ס שול און די חדר, ישיבת נר ישראל, סקול, הכנסת אורחים (א שיינער בנין) מקוה וכו׳ אלעס אינעם זעלבן געגנט א גאס ארויף א גאס אראפפ. ג׳ הרב (נתנאל קאסטעלאוויץ?) שליט״א פון די חשובע רבנים און א תלמיד פון רב וואזנער האט דארט א חסידיש ביהמ״ד נעקסט דאר הינטער פון רב היינימאן׳ס שול מיט א ווארעמע מקוה קאווע טווענטי פאר האוערס וכדומה. ד׳ משולחים קומען אסאך זעט אויס עס לוינט. אסאך מענטשן קומען לעניני רפואה ווי דער הכנסת אורחים
שטעל
צו אכסניות אין זייער בנין


די הכנסת אורחים דירות דארט זענען זייער שיין אהערגעשטעלט, דאס איז ממש נעבן sinia שפיטאל, און אויך איז דאס איז 15 מינוט ווייט פון די באוויסטע שפיטאל "John Hopkins" וואס ווערט פאררעכנט אלסאיינע פון די בעסטע שפיטעלער אויף דער וועלט!!

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » זונטאג ינואר 25, 2015 9:14 pm

Gevald Geshrigen האט געשריבן:איך האב אפגעשטאט דארט א באזוך עטליכע יאר צוריק.
עס איז אביסל אינטערסאנט וויאזוי א חסידיש שטעטל וואלט זיך אויסגעשטעלט דארט. א׳ איז עס אין צענטער פון אפריקען אמעריקען לענד און אויסער די אידן איז א ווייסער א היבשער יקר המציאות. ב׳ די צענטער פון אידישקייט איז בערך ביי רב היינימאן שליט״א׳ס שול און די חדר, ישיבת נר ישראל, סקול, הכנסת אורחים (א שיינער בנין) מקוה וכו׳ אלעס אינעם זעלבן געגנט א גאס ארויף א גאס אראפפ. ג׳ הרב (נתנאל קאסטעלאוויץ?) שליט״א פון די חשובע רבנים און א תלמיד פון רב וואזנער האט דארט א חסידיש ביהמ״ד נעקסט דאר הינטער פון רב היינימאן׳ס שול מיט א ווארעמע מקוה קאווע טווענטי פאר האוערס וכדומה. ד׳ משולחים קומען אסאך זעט אויס עס לוינט. אסאך מענטשן קומען לעניני רפואה ווי דער הכנסת אורחים
שטעל
צו אכסניות אין זייער בנין


הרב נתנאל קאסטערליץ שליט"א. יא איך קאן אים גוט, א תלמיד פון הרב וואזנער, אן ערנסטער ת"ח. אבער פאקטיש נישט קיין שטארקער כח אין שטאט.

דאכצעך מיר אז דער איינציגסטער שוהל אין באלטימאר ווי מען קען געהעריג מאכן מציצה בפה איז הרב טויב'ס. חוץ אויב הרב אייכענשטיין אויך, ווייסעך נישט.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2881
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מאנטאג ינואר 26, 2015 11:56 am

טענקס פאר די קאממענטס. נאו טו פארט טו.
שאפינג איז כל כולו אויף רייסטערטאון ראוד ווי די אידישע געשעפטן זענען היפש צושפרייט . די מעין גראסערי איז (געווען?) די סעווען מיילס מארקעט וואס האט פאר א לאנגע תקופה געהאט דעם טיטל אלס די גרעסטע כשרע סופערמאקעט אין שטח.
די שטאט האט אפאר רעסטוראנטס וואס פאר א מזונות בייגל קען מען כאפן אזוינס אין אזעלכעס
די שטאט האט איין מעין אידישע שאפינג סענטער מיט אסאך אידישע געשעפטן און די איבריגע געשעפטן זענען שטארק צושפרייט צווישן גוישע צענטערן. רב טויב איז גאנץ ווייט פון רב היינימאנ׳ס געגנט ווי עס שפרודלט מיט אקטיוויטעטן
אין קורצן: עס איז אן עסטאבלישט אידישע שטאט מיט אלע צוגעהערן נוסח ליטא/אמעריקא אבער היפש אויסגעמישט מיט גוים.

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2881
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מאנטאג ינואר 26, 2015 11:59 am

איין וויכטיגע זאך עס איז בערך א האלבע שעה פון עיר הבירה די סי וואו ידידינו מוה״ר אובאמא האלט זיך יעצט אויף פאר עטליכע יאר אויף וועקעישן

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » מאנטאג ינואר 26, 2015 12:03 pm

די סעווען מייל מארקעט (וועלכע איז אגב אויף רייסטערסטאון ראוד, למען הפונקטליכקייט) איז פאר לאנגע יארן געווען די איינציגסטע כשר'ע גראסערי אין באלטימאר, איך ווייס נישט אויב עס איז נאך היינט אויך אזוי, אבער ביז אפאר יאר צוריק איז עס אזוי געווען. און דאס יא, עס איז א גרויסע שפרודלדיגע אידישע שטאט, מיט אלע צוגעהערן, אפילו מיט א קעניג אויך. ער הייסט הרב היינעמאן.
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

שכל טוב
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2014 2:38 pm

תגובהדורך שכל טוב » מאנטאג ינואר 26, 2015 1:27 pm

Gevald Geshrigen האט געשריבן:איין וויכטיגע זאך עס איז בערך א האלבע שעה פון עיר הבירה די סי וואו ידידינו מוה״ר אובאמא האלט זיך יעצט אויף פאר עטליכע יאר אויף וועקעישן


גיט גיט

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג ינואר 26, 2015 2:19 pm

וואס איז אזוי גיט; ער ענדיגט שוין זיין וויקאציע אין צוויי יאר ארום, און וואס וועט מען דענמאלט טוהן?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג ינואר 26, 2015 2:23 pm

SPUSMN האט געשריבן:וואס איז אזוי גיט; ער ענדיגט שוין זיין וויקאציע אין צוויי יאר ארום, און וואס וועט מען דענמאלט טוהן?


העט מען ערוועהלען נאך א שחור (שחור'טע) פון באלטימאר....

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג ינואר 26, 2015 2:39 pm

יענע שחור איז געווען פון שיקאגא, דער שחור וועט זיין א מער היימישע; פון באלטימאר.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2881
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מאנטאג ינואר 26, 2015 6:13 pm

אלס ניו יארקער האב איך דאן באמערקט אז אלע ארבעטארערס אין אלע געשעפטן זענען פון די ״ברוטהערס ענד סיסטערס״

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג ינואר 27, 2015 5:46 pm

ווינציגע סכנה ווי די שוועסטערקינדער.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » פרייטאג פאברואר 27, 2015 1:11 pm

מיללער האט געשריבן:
knowledge האט געשריבן:
פאטעטא קוגל האט געשריבן:באותו ענין, אין Chicago איז דא בערך א צוואנציג חסידישע יונעגעלייט מיט א כולל


יענץ האט מצליח געווען ווייל עס ווערט געפירט דורך די לאקאלע רב און ראש הכולל, דער רב איז הרב אונגאר (א ברידער מיט אדמו"ר מבאבוב-45) און דער ראש הכולל איז הרב אייכענשטיין (א לאקאלע רב).


אונגאר?

איך מיין איר מישט, דער חסידישער כולל געפונט זיך אינעם זידיטושבער שול אויף דיוואן בנשיאות כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב-שיקאגא שליט"א ובראשות בנו הרב הצעיר שליט"א חדב"ן אדמו"ר מבאיאן שליט"א
צוגעלייגטע
אונגער, שיקאגא.jpg

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13273
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג אפריל 21, 2015 6:54 pm

זוגת שתחי דערציילט אז אן אייניקעל פון איר חבר'טע האט נעכטען נאכט אינטערגעשריבען
א התחייבות אויף פינעף יאר
אויף די ערשטע צוויי יאר א דירה מיט 2 שלאף צימערען און דערנאך א גרעסערס
און א שותפתדיגע אויטא פאר יעדע 8 משפחות
דער פלאן איז יעדעס יאר אננעמען פרישע חברי הכולל
זיי רעכענען אנהייבען לערנען ר"ח אלול
דער ראש הכולל\חבורה איז א הרב ראזענפעלד

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13273
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך אפריל 22, 2015 8:13 am

איך בין נייגעריג אין 2 יאר ארום ווי אהין ער וועט פירען זיין אינגעלע לעקען א"ב
צי א rebbe מיט א געשטיצט בערדעל און קראוואט ?

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » פרייטאג מאי 01, 2015 1:11 pm

באקומען אין אישי: ביים אינטערשרייבן די התחייבות/אפליקאציע
צוגעלייגטע
באלט.jpg
באלט.jpg (30.64 KiB) געזעהן 5407 מאל

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » פרייטאג מאי 01, 2015 1:15 pm


אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » פרייטאג מאי 15, 2015 9:51 am

-------- אריגענעלע הודעה --------
קעפל: Re: התיישבות פון חסידישע אינגעלייט אין באלטימאר
צייט: פרייטאג מאי 15, 2015 9:10 am
פון: ***************
צו: מיסטעריעז


http://www.theyeshivaworld.com/news/hea ... imore.html

שטותים מיט לאקשן
אנשי שלומינו
תגובות: 1
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 08, 2015 7:36 pm

לאמיר ענק אביסל סדר מאכן

תגובהדורך שטותים מיט לאקשן » מאנטאג יוני 08, 2015 7:49 pm

היות וואס איך זעה אז דא רעדט מען נישט שטותים. וועל איך אוועק שטעלן צום אמת.
איז דא א זייער פיינע יוד האט אוועק געלייגט אסאך געלט פארט די חלום זיינע צו אויסהאלטן א קהילה מיט א חסידישע טעם. האט ער געטראפן הרה״ג ר׳ צבי רוזנפעלד שליט״א א גרויסן מומחה מיט אוועק שטעלן אידישע קהילות על יסודם. די לעצטע סיפור איז געוועזן ראש ישיבה אין נדבורנה בני ברק פאר 16 יאר און אוועק געשטעלט זייער מוסדות אויפן פלאץ.
יעצט האט מען געשלעפט קיין בולטימור זיין רב און אוועק שטעלן די פרישע קהילה. געזעצן איז ער שוין אין בית דין אויך אסאך. אוועק געשטעלט חדרים אין אמריקה. אוועק געשטעלט סדרי חינוך אין אסאך לענדער דורך ״תורה ומסורה״.
און אגב די חודש געלט איז 1500$ פאר ווער ס׳האט איין קינד. ווי מער איז העכער...
און פארשטייט זיך יעדער יונגערמאן איז אריבער אן שטרענגע פארהער דורך דעים רב. און די פלאן איז אינעם כולל צו ארויס קומען מיט א כתב דיינות נאך אפאר יאר.
אשריהם ואשרי העומדים ממעל התוכנית הזאת!!!

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13273
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג יוני 09, 2015 12:07 am

די אייניקלעך פון ידידת זוגתי שתחי' זענען דעם ש"ק געווען די געסט פון ר' מרדכי יוסף סניידער
דער מיסד ועמוד התווך פון דעם כולל האפענטליך קהלה
דאס איז שוין דער דריטער ש"ק דאס ערשטע זיך אומקוקען און זיך באקענען
דאס צווייטע שוין נאך דעם החחייבות פון שתי הצדדים ווייל זי האט גיהאט אן
אפוינטמענט בענין א פאסםען אין א מוסד וואס ר' מרדכי יוסף האט ג'שדכנט
די שפעזען האט ר' מרדכי יוסף געדעקט
דאס מאל איז געווען אויף א פראבע לעקציע יעצט אויך אויף זיין קאסטען

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13273
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג יוני 09, 2015 12:06 pm

30 פלוס צוריק האב איך זיך געטראפען םיט א ידיד פון די ישיבה יארען, ער האט פונקט דאן אנגעהויבען א נייעם
מלמדות פאסטען און באלטימאר
פרעג איך אים ווי אזוי זעט אויס באלטימאר?
דערציילט ער א שטריימעל אינגערמאן האט זיך אהינגעצויגען, דעם ערשטען ש"ק קומט צו א תושב מיט א שטריימעל
און פרעגט HOW LONG AGO DID YOU BECOME FRUM

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג יוני 09, 2015 1:05 pm

עס ווארעמט דאס הארץ צו זעהן ווי עס ארבעט זיך ברוך השם אויס.

הלוואי זאל זיך יאווען א סאך אזעליכע פראיעקטען אין אמעריקע. גבירים פעלט נישט; עס איז גבירים מיט וויזשען וואס פעלט.

ווען מען האט נאר שכל וואס צו טוהן מיט דאס געלט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מיטוואך יולי 22, 2015 11:36 am

באקומען אין אישי:

דער קומענדיגער ר"ח אלול הבעל"ט פאנגט זיך בעזהשי"ת אן דער זמן.
איינע פון די אינגעלייט רעדט זיך אפ אז ער פילט זיך ווי "א נאמבער" ווייל ווען ער האט גע'חתמ'ט איז געווען דער פלאן אז 12 אינגעלייט וועלן גיין, און למעשה גייען 23 (בליעה"ר).


א בילד פון דאס צוגרייטן איינע פון די דירות פאר די אינגעלייט שיחי'.
8g5-o-ogniw_Qkee4lG6wgSFvEvHLqVzE-zWhazsKBI.jpg

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך יולי 22, 2015 12:41 pm

אין עמי (דער ב' סיון אישו) איז דא א שיינע באשרייבונג. דענמאלט האט עס נאך געהאלטען ביי 20.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13273
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך יולי 22, 2015 1:19 pm

וואס האט דער אינגערמאן אזוי מורא?
עס וועט אים שווערער ווערען דער ארי שבחבורה?
זאל ער טוען וואס ר' מרדכי יוסף דער עמוד התווך שרייבט
בילד
-----
דארף מען האפען אז ר' מרכי יוסף זאל געווינען א סך גרויסע CASES


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אור, חלה לכבוד שבת און 9 געסט