התיישבות פון חסידישע משפחות אין באלטימאר, מערילענד
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר חמישים
- תגובות: 97
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 22, 2020 6:14 pm
Re: התיישבות פון חסידישע משפחות אין באלטימאר
ארטיקל (כנראה המשך פון פאריגער) אין ami magazine pesach
- אטעטשמענטס
-
- E0F521A3-1F8A-4FAF-B680-9B663013C973.jpeg (541.71 KiB) געזען 7876 מאל
-
- שר חמישים
- תגובות: 97
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 22, 2020 6:14 pm
Re: התיישבות פון חסידישע משפחות אין באלטימאר
המשך....
- אטעטשמענטס
-
- 89E99F73-0AC5-4142-BEED-547B2578DC87.jpeg (538.71 KiB) געזען 7871 מאל
-
- שר חמישים
- תגובות: 90
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 5:03 pm
Re: התיישבות פון חסידישע משפחות אין באלטימאר
Pictures of the new state of the art Mikvah that Kehal chasidim just built
- אטעטשמענטס
-
- EFFDBDB6-761B-40C5-BA67-8FFD0DCD3B44.jpeg (686.22 KiB) געזען 7655 מאל
-
- D2DE3A4A-7675-4284-86B4-372090A49D6E.jpeg (708.34 KiB) געזען 7655 מאל
-
- שר חמישים
- תגובות: 90
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 5:03 pm
Re: התיישבות פון חסידישע משפחות אין באלטימאר
Stropkover Rebbe visiting the Chassidish Cheder in Baltimore
- אטעטשמענטס
-
- STROPKOV111.jpg (557.85 KiB) געזען 7067 מאל
-
- STROPKOV11.jpg (742.49 KiB) געזען 7067 מאל
-
- STROPKOV4.jpg (296.24 KiB) געזען 7067 מאל
-
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8004
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
Re: התיישבות פון חסידישע משפחות אין באלטימאר
ס'איז דא צעטליך יעצט אין די היימישע געגענטער, אז מ'זוכט פרישע אינגעלייט וואס ווילן אהינגיין.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

- קיקיון
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15939
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
- לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא
Re: התיישבות פון חסידישע משפחות אין באלטימאר
באלטימאר שטעטל האט געשריבן:Pictures of the new state of the art Mikvah that Kehal chasidim just built
'where ?
Re: התיישבות פון חסידישע משפחות אין באלטימאר
באלטימאר שטעטל האט געשריבן:Stropkover Rebbe visiting the Chassidish Cheder in Baltimore
דער וואס באגלייט ארויס איז רב יונגרייז איא?
דביה תחדי נפשא
Re: התיישבות פון חסידישע משפחות אין באלטימאר
חמרא טבא האט געשריבן:באלטימאר שטעטל האט געשריבן:Stropkover Rebbe visiting the Chassidish Cheder in Baltimore
דער וואס באגלייט ארויס איז רב יונגרייז איא?
יא
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 367
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 3:56 am
Re: התיישבות פון חסידישע משפחות אין באלטימאר
באלטימאר שטעטל האט געשריבן:Pictures of the new state of the art Mikvah that Kehal chasidim just built
ווייז די בורות פון די אוצרות.
איז עס א מקוה דברי חיים?
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/ ... 445_A_push
-
- שר חמישים
- תגובות: 90
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 5:03 pm
Re: התיישבות פון חסידישע משפחות אין באלטימאר
left side is seen the בור השקה (בור ע"ג בור can also be seen in the pic)
next to it is partly seen the בור זריעה
there is also a huge בור אוצר מי גשמים
next to it is partly seen the בור זריעה
there is also a huge בור אוצר מי גשמים
- אטעטשמענטס
-
- BOROS11.jpg (61.23 KiB) געזען 6608 מאל
-
- שר חמישים
- תגובות: 90
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 5:03 pm
Re: התיישבות פון חסידישע משפחות אין באלטימאר
קיקיון האט געשריבן:באלטימאר שטעטל האט געשריבן:Pictures of the new state of the art Mikvah that Kehal chasidim just built'where ?
heard that its right next to the Kollel
- קיקיון
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15939
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
- לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא
Re: התיישבות פון חסידישע משפחות אין באלטימאר
באלטימאר שטעטל האט געשריבן:קיקיון האט געשריבן:באלטימאר שטעטל האט געשריבן:Pictures of the new state of the art Mikvah that Kehal chasidim just built'where ?
heard that its right next to the Kollel
?building on the corner
the Kollel is in back of the playground
the Kollel is in back of the playground
-
- שר חמישים
- תגובות: 90
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 5:03 pm
Re: התיישבות פון חסידישע משפחות אין באלטימאר
קיקיון האט געשריבן:באלטימאר שטעטל האט געשריבן:קיקיון האט געשריבן:באלטימאר שטעטל האט געשריבן:Pictures of the new state of the art Mikvah that Kehal chasidim just built'where ?
heard that its right next to the Kollel?building on the corner
the Kollel is in back of the playground
sorry. correction.
its right behind the kollel 'houses' not the kollel itself
- זיידע ומומחה
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 389
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 12, 2012 11:09 am
-
- שר חמישים
- תגובות: 90
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 5:03 pm
Re: התיישבות פון חסידישע משפחות אין באלטימאר
Skulen rebbe coming to Baltimore this Shabbos
- אטעטשמענטס
-
- B39E2E6A-B650-4E5B-8DCA-21E7BF56CD78.jpeg (360.07 KiB) געזען 6112 מאל
-
- 21E121F9-DB01-47BB-895B-4A9E148C1D63.jpeg (60.78 KiB) געזען 6112 מאל
Re: התיישבות פון חסידישע משפחות אין באלטימאר
ר' מרדכי סניידער דארף שוין שותפים?
ביז לעצטענס איז ער דער גאנצער נושא בעול
אפשכרען חוה"מ?
חומש סעודה אין תשרי?
ביז לעצטענס איז ער דער גאנצער נושא בעול
אפשכרען חוה"מ?
חומש סעודה אין תשרי?
-
- שר חמישים
- תגובות: 90
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 5:03 pm
Re: התיישבות פון חסידישע משפחות אין באלטימאר
At the recent chumash seuda
Seen the menahel rav Rottenberg speaking
Seen the menahel rav Rottenberg speaking
- אטעטשמענטס
-
- 890E65F4-C973-433F-9F08-345477EA9410.jpeg (193.17 KiB) געזען 5778 מאל
-
- 8F10DDDA-C215-4894-B31A-AD3443C8E22C.jpeg (225.54 KiB) געזען 5778 מאל
-
- 698F0FE6-B43E-4D00-A22B-3C6055460A04.jpeg (225.54 KiB) געזען 5790 מאל
-
- שר חמישים
- תגובות: 90
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 5:03 pm
Re: התיישבות פון חסידישע משפחות אין באלטימאר
Seen Rav Jungreis the rosh kollel speaking
- אטעטשמענטס
-
- C8DE4CB7-F9C8-4052-8AD3-5F1E81ED942F.jpeg (187.31 KiB) געזען 5773 מאל
-
- שר חמישים
- תגובות: 90
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 5:03 pm
Re: התיישבות פון חסידישע משפחות אין באלטימאר
Skulen rebbe shlita from monsey visiting the chasidish Cheder kehal chasidim and kollel
- אטעטשמענטס
-
- B9B12ABA-9F27-4950-8E01-E8588CCE24F3.jpeg (233.05 KiB) געזען 5535 מאל
-
- B08B0C63-43FC-4B90-B488-0B9D9D2F7ADB.jpeg (96.22 KiB) געזען 5535 מאל
-
- F16FB915-7AD5-42B2-B296-4F807674E383.jpeg (39.85 KiB) געזען 5535 מאל
-
- שר חמישים
- תגובות: 90
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 5:03 pm
Re: התיישבות פון חסידישע משפחות אין באלטימאר
More pictures
- אטעטשמענטס
-
- C4411FDD-10D7-4E89-A939-4275957AFA3C.jpeg (385.38 KiB) געזען 5531 מאל
-
- 621029B5-A6AE-4C08-A4E6-42912AFEFB21.jpeg (263.28 KiB) געזען 5531 מאל
-
- 2701BE9A-7BED-464B-92C9-64697C15977C.jpeg (347.44 KiB) געזען 5531 מאל
-
- שר חמישים
- תגובות: 90
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 5:03 pm
Re: התיישבות פון חסידישע משפחות אין באלטימאר
And some more...
- אטעטשמענטס
-
- 071EEBE0-22D6-4B4E-B19C-59DFBE57DA7A.jpeg (364.58 KiB) געזען 5520 מאל
-
- 2D2CD5A1-3B0A-4270-90D6-846C57662957.jpeg (281.69 KiB) געזען 5522 מאל
Re: התיישבות פון חסידישע משפחות אין באלטימאר
שיינע אינטערוויא אויף קול מבשר צווישן יצחק שלמה דרעזנער מיט די ראש הכולל פון קהל חסידים און מיט די מנהל פון די חסידישע חדר, איבער באלטימאר
נאמבער 2352 ביי די אינטרוויוס
נאמבער 2352 ביי די אינטרוויוס
Re: התיישבות פון חסידישע משפחות אין באלטימאר
לעיקוואד נעמט איבער בארא פארק, באלטימאר נעמט איבער לעיקוואד!
דאס איז מיין קורצע אנאליז פון מיין שבת אין באלטימאר.
ב"ה איך האב געהאט א געלעגנהייט צו פארברענגן א שבת אין באלטימאר, און אפילו איך האב שוין געהערט עטליכע מאל, מוז איך זאגן אינו דומה שמיעה לראי'.
איך פערזענליך האב געמופט קיין לעיקוואד כמעט 10 יאר צוריק ווען לעיקוואד האט נאכנישט רעפרעזענטנט א שטאט מיט אלע גשמיות הצטרכות און מיין מוף קיין לעיקוואד איז געקומען מיט די פולסטע באוואוסטזיניגקייט אז עס קומט מיטן מוותר זיין אויף אסאך באקוועמליכקייט וואס די לעבן אין ניו יארק פרעזענטירט.
נישט אז עס באדערט מיר שטארק אז לעיקוואד איז געווארן א גרויסע שטאט מיט אלע באקוועמליכקייט, אבער איך האלט פערזענליך אז קינדער וואקסן אויס אנדערש ווען זיי זענען נישט צוגעוואוינט צו הויכע סטאנדערטס גשמיות און אויב די סביבה ארום איז תורהדיג, האט עס א שטארקע השפעה.
איך אליינס בין ב"ה געסעטלט אין לעיקוואד, און איך זיך נישט קיין נייע פלאץ, די סיבה פארוואס איך בין געפארן איז פשוט אלץ א שטיקל וואקאציע און טשעינדזש אוו סיען.
אלץ א גאסט אויף א ווייל זעט א מייל, וועל איך אפשרייבן דא מיין אבזערוועישענס און ארויסברענגען מיינע איידיעס, וואס זיי קענען טוען צי עטרעקטען מער חסידישע אינגעלייט.
די גשמיות חלק, איז עס בערך אזוי ווי מאנסי 25 יאר צוריק דהיינו עס איז דא עטליכע גראסעריס וואס האט אלעס וואס מען דארף.
קינדער סטארס
קען איך עכט נישט זאגן פשוט מיין ווייב איז נישט מיט געקומען (צוליב א שמחה ב"ה).
טראנספארטאציע און ווייטקייט
עס האט די מעלה אז פאבליק טראנספארטאציע איז זייער גוט, סיי לאקעל און סיי לאנג דיסטענס. דריי שעה קיין ניו יארק פענן סטעישאן, ד.מ. 3 א האלב שעה טיר צו טיר קיין וויליאמסבורג. ד.מ. אז עס איז גענוג נאנט צו קומען ווען מען דארף עכט, אבער עס איז שוין ווייט, נישט צו קומען ווען מען וויל נישט גיין ערגעץ נאר מען האט נישט קיין ברירה. אזוי איז עס א גוטע תירוץ, און יעדע פעטער וועט דיך פארשטיין אז די קומסט נישט צו זיין חתונה.
דירות
עס איז דא נייע הייזער אבער רוב הייזער זענען מער עלטערע וואס לכאורה דארף מען איבערבויען, די מעלה אין מיינע אויגן לגבי דירות איז אז עס איז דא א געזונטע סופליי פון רענטאלס, וואס דאס מאכט עס געאייגענט פאר פרישע אינגעלייט, וואס וואלטן זיך נישט געוואלט קאמיטען צו א מארגעדזש. און אויך איז גוט פאר סיי וועם וואס וויל מופן צו סיי וועלכע פלאץ קודם צו גיין פאר רענט.
די פרייזן פאר דירות איז זייער עפארדעבל, איך וויל עכט נישט רעדן קיין נאמבערס ווייל איך האב מיך נישט עכט נאכגעפרעגט, אבער אזויפיל יא, פון ארומשפאצירן האב איך געזען סיי פאר רענט סיינס און סיי פאר סעיל. איז לכאורה מסתבר אז די מארקעט איז נישט איבערגעהיצט, וואס דאס מיינט געווענליך אז עס איז עפארדעבל.
נאך א זאך, דאס אז רוב אידן אין שטאט זענען ליטווישע, וועט עס אפהאלטן די פרייזן ארויפצוגיין אין די וועלט אריין. א ליטווישע איד וועט נישט צאלן פאר עפעס וואס ער קען נישט עפארדען. ער קען גיין א גאס ווייטער. אין די נישט אידיש שכינים איז אויך נישט קיין בעסערע עלעמענט, אין זיי קענען לכאורה עפארדן נאך ווייניגער. אין מיט דעם קומט מיין נעקסטע פוינט.
קריים
יא איך ווייס אז דא גייט יעדער שרייען: באלטימאר איז קריים געפערליך. קודם כל איך אליינס בין איינגעשטאנען ממש ביי די עק פון די עירוב. אין רוב אידן וואס האבן געהערט ווי איך שטיי איין האבן ממש געציטערט פאר מיר. איך בין געגאנגען אין די מאטעל רעד רוף אין, פשוט ווייל דאס איז געווען די נענטסטע צו קהל חסידים, איך האב זיך נישט געוואלט ארויפלייגן אויף קיינעם. און מיין גאנצע נסיעה איז געווען א לעצט מינוטיגע זאך. געמאכט רעזערוועישענס פרייטאג 1 נ.מ. איך בין ב"ה ארויס שלם בכיסו שלם בגופו שלם בממונו מיין קאר איז גאנץ, מען האט נישט געקינדנעפט מיינע מיידלעך וכו'. סיי וועלכע גוי האט דורכגעוואקט אונז ביים שפאצירן האט מיר געגריסט, אפילו ביינאכט. איך רעד פון די "בראדערס" ודי. יעצט איך גיי נישט זאגן אז איך האב נישט געזען ביינאכט קיין דראגס אדער אנדערע טייפ פארברעכנס, אפילו אין מאטעל אליינס האב איך געזען, אבער ווי לאנג די טשעפעסט נישט זיי טשעפען זיי דיך נישט. די טייפ פארברעכנס זענען שוין היינט כמעט סיי ווי לעגאל ממילא וועט מען דיר נישט טשעפענען ווי לאנג די שטערסט נישט. יעצט לגבי די אידיש געגענט מער אין סענטער אוודאי דארף מען פארשליסן די טירן און עס איז נישט ווי קרית יואל, אבער עס איז לכאורה ווייניגער אפילו ווי וויליאמסבורג. איך אליינס האב געהאט אינמיטן טאג אין וויליאמסבורג 2 מאל אויסגעשאסענע ווינדאוס ווייל איך האב געהאלטן עפעס געלט בי די קאפי האלטער, אויף העריסאן ביי וואלאבאוט. ממילא באלטימארס גרעסטע חסרון קריים איז עס אין מיינע אויגן סימילער צו וויליאמסבורג אדער אפילו בעסער.
פרנסה
באלטימאר ליטווישע אידן ע"פ רוב ארבעטען פאר די אמעריקאנע רעגירונג. אויטאמאטיש עפענט עס די מעגליכקייט פאר א חסידישע אינגערמאן צו גרינגער טרעפן א דזשאב. עס איז בערך די זעלבע סיטואציע ווי לעיקוואד וואס היות א גרויסע חלק שטאט לערנט און איז נישט אין די ווארקפארס, מאכט עס אז איינער וואס איז גרייט צו ארבעטען איז ער מער וועליועבל אין כ"ש פאר א חסידישע אינגערמאן וואס וועט טוען די טייפ דזשאבס וואס פאסט נישט פאר א ליטווישע.
קאמיוניטי
וואלט איך געזאגט אז עס האט די מעלות פאר א חסידישע אינגערמאן אז עס האט א out of town פילינג אן מוותר זיין צופיל. ד.מ. עס איז אזוי ווי אלט שטאט לעיקוואד פאר בערך 5 יאר צוריק ווען רוב חסידישע האבן זיך געקענט, און עס האט געהאט די מעלה פון אוט אוו טאון אבער מיט אלע ארומיגע באקוועמליכקייט. ווער עס האט געוואוינט אדער געלערנט למשל אין מאנטריאל פארשטייט די פילינג פון אן אוט אוו טאון קאמיוניטי אפילו אין א גרויסע שטאט. איינער וואס מופט היינט צוטאגס אין סאוט לעיקוואד האט נישט די מעלות פון אן אוט און טאון קאמיוניטי, און אפילו נארט לעיקוואד האט עס שוין אויך נישט כמעט.
קלימאט/וועטער
די וואך וואס איך בין געווען איז געווען א שיינע וועטער נישט הייס בכלל, אבער איך קען נישט ברענגען א ראי' ווייל אין ניו יארק איז אויך נישט געווען הייס. אבער ווי איך פארשטיי איז דארט מיט עטליכע דעגרי ווארימער ווינטער אפילו פון לעיקוואד, ד.מ. אז פון ניו יארק איז עס בערך 8/10 דעגרי ווארימער. ד.מ. אז ווינטער איז ווי כמעט נישט עקזיסטירענד דארט און אויב עפעס נישט מער פון 3/4 וואכן א יאר וואס מען דארף עכט א מאנטעל. ביי די אידישע געגענט איז דא גענוג און נאך הויכע ביימער וואס דאס נעמט לכאורה אוועק די שטארקע היץ און היומידיטי פראבלעם זומער.
אגב אויב וויל מען קוקן מיט א ווייטע בליק האט באלטימאר א מעלה אז עס איז זייער נאנט צו פענסילוועניע, ווי עס איז דא מאונטענס ווי מען וואלט געקענט עסטאבלישען קאנטריס, וואס דאס איז בערך 1 און האלב שעה פון די פאקאנאס בערג. לעיקוואד האט נישט די מעלה.
סאושעל סעווריס/פראגרעמס/גאווערמענט
עס איז באוואוסט אז ר' ליפא פריעדמאן די יד ימינו פון סאטמארע רב זי"ע האט געהאט א שטארע חילוקי דעות מיט סאטמארע רבי און ער האט געהאלטן אז עס איז בעסער צי מאכן א חרדישע געגענט אין א גרויסע שטאט וואס עס וואוינען דארט אסאך פון די וואס זענען אויף וועלפעיר ווי מען זאגט, וואס אזוי וועט די רעגירונג נישט אזוי שטרענג קוקן. מען קען זאגן אז מען זעט היינט צוטאגס אז ער איז געווען גערעכט מיט א שטארקע פוינט. אין ניו יארק סיטי באקומען פריוואטע יחידים אדער מוסדות מער געלט פון רעגירונג און עס האט נישט אזא שלעכטע אימעדזש מיט אזויפיל שנאה בליקן ווי די געגענטער פון אפסטעיט. ודי בזה למשכיל. די פראבלעם איז נישט דא אין באלטימאר. (א ווילידזש און אפישעל פאבליק סקול הייסט נישט קיין געלט פאר אידן. דאס איז מטעם די פעדעראל/סטעיט גאווערמענט צי העלפן קליינע שטעט. איך רעד פון וואוטשערס, עסן פראגרעמס, מעדיקעיד, האוזינג וואס דאס גייט דירעקט פאר א יחיד אדער א רעליגיעזע מוסד.)
זאונינג אישוס/רעגירונג פראבלעמען לגבי בויען
דאס קוקט נישט אויס צו זיין אן אישו, אנדערש ווי די קליינע שטעט אין אפסטעיט אדער ניו דזשערסי, איז באלטימאר א גרויסע שטאט און די נישט אידישע שכינים וועט זיכער נישט אנגיין די פן ירבה מיט דעם איז עס זייער גלייך צו ניו יארק סיטי. ווי אויך האב איך געזען גענוג און נאך פלעצער ווי מען האט ארויסגעבויעט ישיבה'ישע עקסטענשאן'ס און ווי עס קוקט אויס פון דאס וואס איך האב געזען, אז אן אינספעקטאר מאכט נישט קיין גרויסע פראבלעמען. ודי.
רוחניות
שולן איז דא גענוג און נאך ווי אויך מקוואות, עס איז דא שפעט מנינים פאר מעריב. שחרית איז אויך דא ביז סוף זמן תפילה זייער אסאך מנינים. אפילו נוסח ספרד איז דא א שיינע מספר שולן. מקוואות איז אויך דא שיין צוגעשטעלט און איך שטעל מיך פאר אז מקוה טהרה'ס פעלט אויך נישט. ממילא פעלט אפילו נישט אויס צופיל צו רעדן דערפון.
מוסדות
די מוסדות פון קהל חסידים, איז ביז די יארגאנג פון בערך 10 יאר אלט. ד.מ. אז ביז דריטע גרעיד. לויט ווי איך האב געהערט פון די אינגעלייט דארט באשטייט רוב קלאסן פון מער פון 10 קינדער. א כלל גדול וואס איך האב געזאגט אמאל פאר די ראש המוסד פון מיינע מיידלעך'ס מוסדות, ווען ער האט זיך געמוטשעט אנפאנג, אז אויב ער האט ביז 10 קינדער, איז עס גענוג אז די קינדער פילן נישט lonely, און עס האט די שטארקע מעלה אז די טיטשער/רבי קען זיך אפגעבן מיט די קינדער מער. אבער פאר די געזונטקייט פון א מוסד זיך צי קענען קאווערן מיט נישט אזא גרויסע לאך צו דארפן פאנדרעיזען, פעלט אויס מינומים 20 קינדער יעדע יארגאנג. פון 20 און ווייטער איז געווענליך ווי מען זאגט צו העלפן פאר די ראשי המוסדות קאווערן די לאך אבער עס גייט שוין אויף די חשבון פון די קינדער. 25 און מער איז שוין pure פראפיט אבער שטארק אויפן חשבון פון די קינדער, דאס איז די סדר ביי רוב מוסדות. פארשטייט זיך א חסידות מוסדות איז אביסל אנדערש די חשבונות.
חסידישקייט
די אינגעלייט פון כולל און די מוסדות דערווייל זענען מסלתה ומשמנה וואס כלל ישראל פארמאגט, חסידישע אינגעלייט פון א ווערייעטי פון עטליכע חסידות, מיט א שטארקע ווארעמקייט. ווי איך האב אויפגעמערקט האט עס אן השפעה אויף גענוג און נאך משפחות וואס וואוינען שוין פון פארדעם דארט. ווי אויך האב איך גערעדט מיט עטליכע פון אנדערע קהילות וואס זיי זענען לאו דווקא אזוי חסידיש אבער דאך וויל יעדער אז די קהילה זאל זיך אויפבויען און זיי זענען מוכן צו העלפן און זיי האבן דירעקט נישט קיין תרעומות אדער סיי וואסערע טענות. וואס ביי אסאך אזאלכע געגענטער קען באדערן פאר אלטגעזעסענע תושבים אז עס קומען אן א נייע טייפ ודי.
פארוואס האט זיך עס נישט מער איינגעגעבן ביז יעצט:
קודם כל, האבן די מייסדים געהאט א ציל צו האבן א חבורה בני עלי' אינגעלייט וואס ווילן זיך ממית זיין באהלה של תורה. עס קוקט נישט אויס ווי זיי האבן זיך געהאט דורכגערדט מיט עסקנים פון מעינסטריעם חסידות'ער. ווייל אויב יא וואלט ער געוואוסט אז 90 פראצענט אינגעלייט זענען נישט זיין פאטענשעל קליענטס און ער האט עס יא עדווערטייזט פאר די קהילות/חסידישע אינגעלייט, האט ער געוועיסטעט שווערע געלטער פאר אדווערטייזמענט אן קיין וויזשאן. Talk about bad advertising.
א חסידישע בחור וואס האט חתונה מיט אן עווערעדזש מיידל פון די חסידישע מיידל סקולס קען נישט און טאר נישט אונטערשרייבן מיט א התחייבות צו לערנען 5 יאר און אויב גייט ער ארויס פון כולל זאל ער דארפן צוריקצאלן.
ווען ער נעמט ווען זיין בודזשעט וואס ער האט געהאט, און ספענדט עס מיט למשל אזא פלאן: יעדע פרישע אינגערמאן וואס קומט אהין למשל נאך די חתונה באקומט א כולל טשעק בערך די זעלבע סכום וואס למשל די סאטמארע כוללים צאלן אין וויליאמסבורג פאר אינגעלייט וואס האלטן 2 יאר נאך די חתונה פלאס ער באקומט די זעלבע סכום אין א פאנד געצילט פאר א מארגעדזש פאר א דירה אין איין מייל רעדיוס פון די כולל. און ער קען נוצן די געלט פון די פאנד אפילו אויב ער ארבעט. ער וואלט געהייערט איינעם צו בראקערן און איינרישן די אינגעלייט אין די רענטאלס דירות. און זיי זאלן אליינס צאלן די רענט. און אויך העלפן שאפן דזשאבס פאר די אינגע ווייבלעך, וואס דאס האט ער סיי ווי געטוען. ווען עס איז געווען א שטארקע מאנגעל אין חתן כלה דירות, וואלטן אסאך מחותנים זיך ארויפגעכאפט אויף די איידיע. ער וואלט מיט די געלט וואס ער האט געספענדט פאר די 25 אינגעלייט געקענט האבן 100 אינגעלייט. פון די 100 אינגעלייט וואלטן אפילו לאמיר זאגן האלב צוריקגעמופט וואלט ער נאך אלץ געבליבן מיט 50 וואס שטעלן אוועק זייער היים דארט אין שטאט.
די זעלבע קען ער טוען יעצט.
למשל יעדע אינגערמאן וואס מופט באקומט א דיסקאונט פאר שכר לימוד פאר די ערשטע 5 יאר און באצאלט בערך די זעלבע פרייז ווי אין ברוקלין. די דירה זאל ער זיך אליינס קויפן/דינגען ווי עס שמעקט אים. דאס וואלט געווען אן אינסענטיוו פאר אויב איינער טראכט פון אהינמופן, נאר זיין איינציגע אפהאלט איז אז שכ"ל איז זייער טייער. דאס וועט זיין א העלפ ווי לאנג ער טרעפט א דירה און קלאוזט.
בקיצור הדברים דער טפסר און נדבן דארף טראכטן ווי א חסיד און נישט ווי א ליטוואק. סאטמארע רבי האט נישט געהאלטן אז יעדע אינגערמאן זאל לערנען אין כולל ער האט געוואלט האבן ערליכע חסידישע אינגעלייט וואס דינען דעם אויבערשטען אפילו ביים ארבעטען. דאס פעלט פון א ליטווישע מהלך המחשבה.
נאך אן איידיע, ביים יעצטיגע מאמענט קען מען זאגן אז די מאנגעל אין דירות איז ערגער פאר חתן כלה אין לעיקוואד ווי אין ברוקלין. אין לעיקוואד איז זייער שווער צו טרעפן חתן כלה דירות. אבער פון די אנדערע זייט קענען רוב לעיקוואד חתנים און כלות דרייווען אפילו די חסידישע, און פאר א מיידל וואס איז אויסגעוואקסן אין לעיקוואד אפילו א חסידישע, איז סאך גרינגער צו דעסיידען צו מופן צו א שטאט 3 שעה אוועק פון אירע עלטערן.
די איינציגע פראבלעם וואס איך זעה פאר, אויב עדווערטייזט ער אין לעיקוואד, איז אז ער זאל באקומען א גרויסע פארלאנג פון די ליטווישע/היימישע וואס זיי וואוינען סיי וואו שוין דארט און זיי וועלן פרובירן צו בענעפיטן פון די פעקעדזש. יעצט ווי אזוי וועט ער מאכן די סעלעקציע? דאס איז זייער א שווערע זאך זאגן פאר א איד וואס וויל זיך האלטן היימיש חסידיש אז די ביסט נישט גענוג חסידיש אן האבן א קלארע ליין ווי למשל די פרוי דרייווען, אדער שערן האר וכדומה. אבער פארשטייט זיך אז ער פארלירט דענמאלטס רוב חסידישע לעיקוואד פרישע קאפלעך.
נאך אן איידיע עפענען א ישיבה פאר חסידישע בחורים, 18 און העכער וואס האבן שוין נישט קיין מקום אין די חסידות ישיבות. דאס וועט סיי העלפן די לאקאלע עקנאמיע פאר די היימישע אינגעלייט, ווי אויך וועט עס מאכן מער אנגענומען פאר א אינגערמאן וואס האט געלערנט אין ישיבה נאך די חתונה פון הערן פון מופן קיין באלטימאר.
באטאם ליין:
איז באלטימאר געאייגענט פאר יעדעם? קלאר אז נישט. אויב די חלומסט פון האבן א פריוואטע עיקער מיט א סווימינג פול איז עס נישט פאר דיר. דארפסט גיין קיין מאנסי/טאמס ריווער וכדו'.
אויב ווילסטו נישט אז דיינע קינדער זאלן לעבן אין א שטאט מיט אידן פון אלע קרייזן, איז עס נישט פאר דיר, דארפסט גיין קיין קרית יואל/בלומינגבורג וכדו.
אבער אויב זוכסטו אזא שטאט ווי ב"פ ווי מען קען לעבן מיט אלע אידן צוזאמען, און די הייזער זאל זיין ווי למשל פלעטבוש, נארמאלע סייז הייזער אבער נישט ווייט פון אלע סטארס און באדערפענישן און זיין מיט א סיטי לייף סטייל קען באלטימאר זיין ממש ווי געגאסן פאר אזא איינעם, מיט א פיוטשער זיך צו קענען קויפן א גרעסערע הויז אויב עס וועט זיין הרחבה.

לעיקוואד האט געשריבן:.......
בקיצור הדברים דער טפסר און נדבן דארף טראכטן ווי א חסיד און נישט ווי א ליטוואק. סאטמארע רבי האט נישט געהאלטן אז יעדע אינגערמאן זאל לערנען אין כולל ער האט געוואלט האבן ערליכע חסידישע אינגעלייט וואס דינען דעם אויבערשטען אפילו ביים ארבעטען. דאס פעלט פון א ליטווישע מהלך המחשבה.....
הרה"ח ר' מרדכי יוסף סניידער הי"ו דער טפסר און נדבן טראכט נישט ווי א חסיד און נישט ווי א ליטוואק
זיין בעקרגראונד איז נישט פון דא און נישט פון דארט ער איז א BT
מפי השמועה פון א נאנטען וועמעס איידעם איז געווען פון די אריגינעלע חבורה
יעצט נאך זעקס יאר בין כותלי בית המדרש איז געקומען די צייט פון טון עפעס אנדערש
נישט וועלנדיג זיך אינגאנצען געזעגענען פון באלטימאר האט ער זיך געמאלדען אויף
א פאסטען אלס מלמד אין דעם ת"ת דקהל חסידים אבער ער האט נישט גלייך באקומען א
תשבה פון נתקבל ווייל ר' מרדכי יוסף האט ענדערש געוואלט איינעם וואס איז נישט א תושב
ענדליך האט ער באקןמען תשובה פון נתקבל
אבער נישט מיט דעם געהאלט וואס ער אז געווען גרייט צאלען פאר א NEWCOMER
למעשה האט ער יא באקומען דעם פאסטען מיט א שיינעם געהאלט פלוס די דריי שטאקעדיגע
דירה אומזיסט
-
- שר חמישים
- תגובות: 92
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:21 am
Re: התיישבות פון חסידישע משפחות אין באלטימאר
לכבוד תשרי...
- אטעטשמענטס
-
- AA8BA86E-5F67-4DD5-ADD4-A80FF81ABB95.png (284.45 KiB) געזען 4287 מאל