התיישבות פון חסידישע אינגעלייט אין באלטימאר

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
חנוך
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אפריל 05, 2014 10:15 pm
לאקאציע: על גשר צר מאד

תגובהדורך חנוך » מאנטאג מארטש 09, 2020 12:22 am

הערליכע נייע גליון אנגעהויבן ארויסצוקומען דורך די כולל

https://drive.google.com/file/d/1TG6LRY ... sp=sharing

אוועטאר
חנוך
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אפריל 05, 2014 10:15 pm
לאקאציע: על גשר צר מאד

תגובהדורך חנוך » מאנטאג מארטש 09, 2020 12:32 am

אנטיק האט געשריבן:רבי עמרם יונגרייז וואס איז געווארן דארט א ראש חבורה וואוינט דארט? ער איז דאך א דיין אין נטעי גבריאל?! אפשר אזוי הרב ראטענבערג וואס פארט כסדר

איך האב עטליכע מאל געהערט זיינע שיעורים אין ארגון שיעורי תורה, מלא תוכן! אויך באקומען עטליכע קונטרסים פון זיינע שיעורים ממש להפליא

א זוהן פון האדמו"ר מגארליץ פון בארא פארק ?


ניין,
איך קען הרב יונגרייז שליט"א גוט, ער איז איז א זוהן פון הגאון רבי אשר אנשיל יונגרייז שליט"א, א רב אין לונדון וועלכער איז אן איידעם ביי הגה"צ רבי יהושע זאב מייזליש זצ"ל ליעזש'ער רב פון לונדון וואס איז נפטר געווארן לעצטע יאהר (ברודער פון יבלחט"א הגה"צ משאפראן שליט"א).

כמעט אלע משפחת יונגרייז קומען פון איין שורש - די הייליגע מנוחת אשר פון טשענגער זי"ע, וואס איז געווען באקאנט אלץ א מורא'דיגע פועל ישועות אין אונגארען.

דער רב יונגרייז וואוינט אין בארא פארק אבער איז אין באלטימאר יעדע וואך זונטאג-דינסטאג.

זייענדיג דארט אויף שבת האב איך געהערט אז די עולם האט זייער הנאה פון איהם און פון זיינע שיעורים. חוץ דעם וואס ער איז א תלמיד חכם און א דיין אין נטעי גבריאל, ביי הגאון רבי גבריאל ציננער שליט"א, איז ער א געלונגענער טאלאנטפולע מענטש פול מיט חיות.
לעצט פאראכטן דורך חנוך אום מאנטאג מארטש 09, 2020 12:35 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
חנוך
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אפריל 05, 2014 10:15 pm
לאקאציע: על גשר צר מאד

תגובהדורך חנוך » מאנטאג מארטש 09, 2020 12:33 am

.

ברוז
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 17, 2017 5:49 pm

תגובהדורך ברוז » מאנטאג מארטש 09, 2020 6:55 am

איך האב געטראפן צוויי בילדער פון כ"ק דמו"ר מקוידינוב שליט"א אין באלטימאר תשע"ו.
1. מלוה מלכה אין קהל מחזיקי תורה. ווערן געזעהן אלע חסידישע רבנים פון די שטאט: מימין לשמאל הרב אייכנשטין מזידיטשוב, הרב אהרן צבי טויב רב ערוגת הבושם, הרב נתנאל קוסטליץ רב דקהל מחזיקי תורה, כ"ק אדמו"ר מקוידינוב שליט"א, האדמור מבריד וקהל ערוגת הבושם הרה"צ ישעי' טויב, הרב מנחם גאלדבערגער רב דקהל תפארת ישראל, הרב צבי רוזנפלד רבה של קהל חסידים.
2. מסיבת לחיים מיט די חסידישע יונגעלייט פון "קהל חסידים".
צוגעלייגטע
444444.jpg
444444.jpg (138.42 KiB) געזעהן 1024 מאל
23456789.jpg
23456789.jpg (48.75 KiB) געזעהן 1024 מאל

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13458
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג מארטש 09, 2020 9:46 am

כ"ק אדמן"ר וויזניץ-מאנטרעא' האט באזוכט דעם חדר פון קהל חסידים פרייטאג בשלח תשע
מיט דעם שבת טאטי

vish.jpg
vish.jpg (50.32 KiB) געזעהן 978 מאל

פון א קליפ ווי ער האלט מיט די תשב"ר זינגען בבקעך ים סוף

vish2.jpg
vish2.jpg (107.83 KiB) געזעהן 978 מאל

נאך בילדער
לעצט פאראכטן דורך קיקיון אום מיטוואך מארטש 11, 2020 12:45 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2513
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » מאנטאג מארטש 09, 2020 9:59 am

אנטיק האט געשריבן:ווייס נישט צופיל פרטים וועגן שטאטישע פראגראמען, אבער למיעוט ידיעתי איז דא דארט די והותר, פודסטעמפס, וויק ועוד... יתכן אפילו מער ווי אין נ.י. געהערט אמאהל איבער שכר לימוד פראגראם וואס איז דא דארט, אבער צריך בירור.

אגב, דער מוסד כוכבי יצחק איז נתייסד געווארן דורך א חסידישע רב, הגאון רבי יצחק שטערנהעלל זצ״ל, מחבר ספרי כוכבי יצחק, און תלמיד מובהק כי מרן הקדוש בעל מנחת אלעזר ממונקאטש זי״ע...

אין אז מרעדט שוין פון חסידישע גדולים אין באלטימאר, קען מען נישט אויסלאזן דעם גאון הגאונים רבי מיכאל פארשלעגער זצוק״ל, וואס איז אוועק מיט איבער פופציג יאר צוריק.

א חברותא און תלמיד מובהק פונעם הייליגען אבני נזר. כל התורה כולה געהאט כמונח בקופסא, זוכה געווען צו גילוי אליהו און נאך פלאות...
רביה״ק מסאטמאר זי״ע דריקט זיך אויס מיט מוראדיגע טיטלעך צו איהם אין א תשובה...
לעצטענס ארויסגעקומען א ספר נפלא איבער זיין תולדות ״מיכאל באחת״ און דאס יאהר ארויסגעקומען א ספר תורת מיכאל אויף ספר בראשית.

אנהייב ווינטער האט מיר געזאגט א ידיד אין בארא פארק אז ער פארט אראפ ספעציעל קיין באלטימאר צו זיין אויף זיין הייליג ציון ביום היארצייט אין חודש חשון!

נישט ממש אזוי, ארגינעל הייסט עס שארית ישראל, לאחר פטירתו האט צוגעלייגט כוכבי יצחק על שמו

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13458
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג מארטש 09, 2020 10:12 am

נחום וואהלינער האט געשריבן:נישט ממש אזוי, ארגינעל הייסט עס שאריתישרא ל הפליטה , לאחר פטירתו האט צוגעלייגט כוכבי יצחק על שמו

אנטיק
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 08, 2014 1:15 pm

תגובהדורך אנטיק » מיטוואך מארטש 11, 2020 12:38 pm

בילד פון די ציון הקדוש פון הרב פארשלעגער זצוק"ל און פון די יונגערלייט ביים ציון הקדוש צוזאמן מיט די ראש הכולל שליט"א
צוגעלייגטע
kever.jpg
kever.jpg (120.32 KiB) געזעהן 832 מאל
kever pic.jpg
kever pic.jpg (78.4 KiB) געזעהן 832 מאל
לעצט פאראכטן דורך אנטיק אום מיטוואך מארטש 11, 2020 12:40 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22907
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך מארטש 11, 2020 12:40 pm

קיקיון האט געשריבן:כ"ק אדמן"ר וויזניץ-מאנטרעא' האט באזוכט דעם חדר פון קהל חסידים פרייטאג בשלח תשי"ט

געוויס תשע"ט.
זאלסט נישט שרעקן זיך נישט זארגן וואס די זון פארגייט
קומען וועט א נייער מארגן פיל מיט גליק און פרייד.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13458
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך מארטש 11, 2020 12:51 pm

farshlufen האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:כ"ק אדמן"ר וויזניץ-מאנטרעא' האט באזוכט דעם חדר פון קהל חסידים פרייטאג בשלח תשי"ט

געוויס תשע"ט.

יי"כ פאר דעם תיקון פליטת הקשת האצבעות

אוועטאר
חנוך
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אפריל 05, 2014 10:15 pm
לאקאציע: על גשר צר מאד

תגובהדורך חנוך » מוצ"ש מארטש 14, 2020 10:50 pm

wow
איך האב פרייטאג באקומען אין אימעיל די פלענער פונעם נייעם בית המדרש, א פראכט פון א בנין. די פלענער זענען גאר ערענסט. די אבן הפינה ווערט געפלאנט פאר די נאנטע צוקנופט. איך וועל פרובירן ארויפלייגן די פלענער שפעטער.

אוועטאר
חנוך
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אפריל 05, 2014 10:15 pm
לאקאציע: על גשר צר מאד

תגובהדורך חנוך » מוצ"ש מארטש 14, 2020 10:51 pm

דא אויף דעם ליידיגן שטח וועט די בנין ווערן אויפגעשטעלט. עס שטייט הארט נעבן די בנין פון תלמוד תורה וואס געפונט זיך אין דעם בנין פון די רעכטע זייט.

די ערשטע בילד איז קוקענדיג פון אויבן, די צווייטע בילד איז פון די גאס לעוועל.
צוגעלייגטע
6116-6118 Park Heights Ave - Google Maps-page-001.jpg
6116-6118 Park Heights Ave - Google Maps-page-001.jpg (275.12 KiB) געזעהן 648 מאל

פעשען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 25, 2016 5:40 pm

תגובהדורך פעשען » זונטאג מארטש 15, 2020 4:32 pm

דערווייל איז די ביהמ"ד קהל חסידים נאך אין די טרעילארס?
ווי גייט מען פאר א מנחה מעריב? פאר עפעס חסידישע כשר'ס? נאנט צו די סינאי שפיטאל.

אוועטאר
חנוך
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אפריל 05, 2014 10:15 pm
לאקאציע: על גשר צר מאד

תגובהדורך חנוך » זונטאג מארטש 15, 2020 8:43 pm

WOW
די פראכטפולע סקעטש פון די פנים פונעם נייעם בית המדרש.
צוגעלייגטע
rsz_1_1-page-001_1.jpg
rsz_1_1-page-001_1.jpg (250.71 KiB) געזעהן 498 מאל
לעצט פאראכטן דורך חנוך אום זונטאג מארטש 15, 2020 8:59 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
חנוך
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אפריל 05, 2014 10:15 pm
לאקאציע: על גשר צר מאד

תגובהדורך חנוך » זונטאג מארטש 15, 2020 8:56 pm

די ריזיגע ערשטע שטאק פלאר פלאן. מיט די ביהמ"ד, היכל הכולל און אנדערע קהילה פונקציעס.

געפעלט מיר די ארטיסטישע דיזיין פונעם היכל הביהמ"ד, זייער דיפרענט. זעט אויס ווי דער היכל איז געבויעט שיף צו מזרח.
צוגעלייגטע
rsz_1khal_chassidim_shul_-_1st_floor_plan-page-001.jpg
rsz_1khal_chassidim_shul_-_1st_floor_plan-page-001.jpg (315.43 KiB) געזעהן 492 מאל

אוועטאר
חנוך
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אפריל 05, 2014 10:15 pm
לאקאציע: על גשר צר מאד

תגובהדורך חנוך » זונטאג מארטש 15, 2020 9:11 pm

איינער וואס טוט אין ארכיטעקטער שיקט מיר א מעסעזש אז דער בנין פיט פשוט נישט אריין און יענע ספעיס, גוטע קשיא, כ'וועל פרעגן.

אוועטאר
חנוך
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אפריל 05, 2014 10:15 pm
לאקאציע: על גשר צר מאד

תגובהדורך חנוך » דינסטאג מארטש 17, 2020 10:03 pm

/
צוגעלייגטע
SHUL-page-001.jpg
SHUL-page-001.jpg (183.71 KiB) געזעהן 348 מאל

אוועטאר
חנוך
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אפריל 05, 2014 10:15 pm
לאקאציע: על גשר צר מאד

תגובהדורך חנוך » דינסטאג מארטש 17, 2020 10:07 pm

חנוך האט געשריבן:איינער וואס טוט אין ארכיטעקטער שיקט מיר א מעסעזש אז דער בנין פיט פשוט נישט אריין און יענע ספעיס, גוטע קשיא, כ'וועל פרעגן.


כ'האב געפרעגט. די בנין גייט געבויעט ווערן אויף די ריזיגע שטח וואס וועט אריינעמען דריי לאטס. די ליידיגע לאט אינמיטן, די חדר לאט וואס גייט ווערן אראפגעווארפן פון רעכטס און די בנין פון די לינקע זייט וואס גייט אויך ווערן אראפגעווארפן, וואס ליגט אויך אין די בעלת פון די קהילה.

אנטיק
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 08, 2014 1:15 pm

תגובהדורך אנטיק » מיטוואך מארטש 18, 2020 2:02 pm

פעשען האט געשריבן:דערווייל איז די ביהמ"ד קהל חסידים נאך אין די טרעילארס?
ווי גייט מען פאר א מנחה מעריב? פאר עפעס חסידישע כשר'ס? נאנט צו די סינאי שפיטאל.


פיל מיט מנחה מעריב מנינים אין שטאט... הרב אייכנשטיין׳ס שיל איז א פאר מינוט מיט א קאר פונעם כולל, און הרב היינעמאן׳ס אגודה איז צוויי מינוט צופיס און האט מנינים יעדער פופצען מינוט לפי זכרוני... וכהנה כהנה...

היימישע עסן פעלט אויך נישט. סעווען מייל מארקעט האט גענוג, און אין ״מארקעט מבין״, שפירט מען זיך ווי אין בארא פארק....

סיני שפיטאל איז בערך א מייל אוועק פון די כולל געגנט

אנטיק
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 08, 2014 1:15 pm

תגובהדורך אנטיק » מיטוואך מארטש 18, 2020 2:07 pm

אינטערסאנט צו מערקן אויף די מודעה וועגן די סגירת הבית מדרש אז אינטען שטייט ״טעמפארערי אדרעס״, זעהט אויס זיי האלטן גאר ערענסט ביים בויען זייער ריכטיגע בית המדרש בקרוב.

ובעצם המודעה איז צע״ק אז נישטא קיין מנינים אבער כפי הנראה איז עס נאך אלס אפען פאר מתפללים קבועים, וואס אין נ.י. מוזען די בתי מדרשים זיין אינגאנצען פארמאכט! אפשר אין באלטימור איז אנדערש... דאכטצעך אז אין מערילענד איז דא פיהל ווייניגער קעיסעס ווי אין נ.י. רח״ל, עוד ליישב אז קען זיין אז די צעטל איז געהאנגען געווארן נאך איידער די גזירה כללית פון נעכטן נאכט

אנטיק
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 08, 2014 1:15 pm

Re: התיישבות פון חסידישע אינגעלייט אין באלטימאר

תגובהדורך אנטיק » מיטוואך אפריל 01, 2020 1:54 am

אינטרעסאנט צו די קול קורא איז אויך אז די אינגערלייט זאלן נישט מעגן פארן צו די עלטערן אויף יום טוב
צוגעלייגטע
68A593D2-32D4-44D0-ADC9-CFD9D4AB568D.jpeg
68A593D2-32D4-44D0-ADC9-CFD9D4AB568D.jpeg (155.45 KiB) געזעהן 152 מאל


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט