התיישבות פון חסידישע אינגעלייט אין באלטימאר

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11281
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » פרייטאג נובעמבער 20, 2015 9:42 am

שלשה אחים האט געשריבן:הערליכע באריכט פון באלטימאר. איינער ווייסט וויפיל חסידישע משפחות עס וואוינען שוין דארט?

אויזער די כולל אינגעלייט און דער ראש הכולל
מאך א חשבון וויפיל קען שוין זיין

godaven Baltimore Nusach Sefard
5 בה"מ און איין מנין צו מנחה און ר' מרדכי יוסף"ס אפיס
נישט דא קיין איין שיעור אויף אידיש
Goldberger"s shul
congbeth abraham hertzberg
ל"ג בעומר במרכז תורה ותפלה

3 מענער מקואות געניג אפילו פאר עש"ק אין א שטאט ווי עס איז דא 53 מקומות תפלה

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24106
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג נובעמבער 22, 2015 7:01 pm

געהערט שמועות אז עס גייט זיך מאכן נאך א "חסידישע כולל" אין באלטימאר, בראשות הגה"צ אב"ד זידיטשוב-באלטימאר שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב-שיקאגא שליט"א וחתנו של הגה"צ אב"ד קאשית חכמה במאנטריאל שליט"א

ווייסט איינער מער פרטים דערוועגן?

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11281
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך נובעמבער 25, 2015 5:49 pm

טהור-עיניים האט געשריבן:די סעווען מייל מארקעט (וועלכע איז אגב אויף רייסטערסטאון ראוד, למען הפונקטליכקייט) איז פאר לאנגע יארן געווען די איינציגסטע כשר'ע גראסערי אין באלטימאר, איך ווייס נישט אויב עס איז נאך היינט אויך אזוי, אבער ביז אפאר יאר צוריק איז עס אזוי געווען. און דאס יא, עס איז א גרויסע שפרודלדיגע אידישע שטאט, מיט אלע צוגעהערן, אפילו מיט א קעניג אויך. ער הייסט הרב היינעמאן.

אין HAMODIA די וואך איז דא א בארינט פון דעם הכנסת ס"ת אין בה"מ מחזיקי תורה און הרב היינעמאן ווערט בכלל נישט
דערמאנט כאטש זיין אגודה בה"מ איז איין בלאק אוועק אנוועזענד זענען געווען דער ר"י פון נר ישרא' הרה"ג ר' אהרון פעלדמאן שליט"א
הרה"ג ר'י עקב האפער נשיא פון ועד הרבנים ד'באלטימאר הרב ישעי' טויב רב דקהל ערוגת הבושם און הרה"צ ר, נח פארטוגאל בשליחות אביו אדמו"ר סקולען שליט"א
דער רב דקהל מחזיקי תורה הרב נתנא' קאסטעליץ שליט"א א תלמיד פון דעם שבט הלוי זי"ע זעהט מעהן אין א חסידיש צורה
דער ראה"כ פון נייעם חסידישען כולל און זיינע אינגעלייט זענען געווען געלאדענע געסט אבער דער קארעסאנדענט האט זיי פארגעסען דערמאנען
עס עפענט זיך נאך א כשר'ע סופערמארקעט

yid
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 08, 2011 6:37 pm

תגובהדורך yid » פרייטאג נובעמבער 27, 2015 11:42 am

שווער צו גלייבן א ליסט פון אלע מנינים שחרית,
https://docs.google.com/document/d/1Lts ... sp=sharing

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11281
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » פרייטאג נובעמבער 27, 2015 12:28 pm

yid האט געשריבן:שווער צו גלייבן א ליסט פון אלע מנינים שחרית,
https://docs.google.com/document/d/1Lts ... sp=sharing

עס איז נישט אפ טו דעיט
עס פעלט דער נייער קהל חסידים
וואס איז שווער צו גלייבען? באלטימאר איז נישטט קיין דערפעל
עטליכע 50 מקומות תפילה

טקאע אינטערסאנט אז עס איז נישט דא קיין שחרית מנין נאך 9:00

אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

תגובהדורך פיצי קעפעלע » דאנארשטאג מאי 26, 2016 10:25 am

מ'האמיר באזוכט אין כולל די וואך. זייער שיין געווען.
צוגעלייגטע
ce52e1b5-019b-42fb-9a0e-881bf09c81e5.jpg
3269fddb-9a1f-4b41-a600-68f963e0a0b0.jpg
Mindenható! Mutasd meg a kegyelmet, hogy én is megértem

אוועטאר
קברנה סובניון
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 10:38 am
לאקאציע: אין וויין גארטן

תגובהדורך קברנה סובניון » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 3:02 pm

וועם קען מען רופן א חסידישע איינוואונער אין באלטימאר צו וויסן מער אינפא?

אוועטאר
פארוואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 642
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
לאקאציע: רינגס און ארום

תגובהדורך פארוואס נישט » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 3:29 pm

נעכטן אויף קול מבשר איז געווען א שיינע אינטערוויא מיט ר' יונתן שווארץ איבער באלטימער מ'קען עס הערן ביי 114 מ'דארף דרוקן עטליכע מאל #

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4674
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 3:32 pm

פיצי קעפעלע האט געשריבן:מ'האמיר באזוכט אין כולל די וואך. זייער שיין געווען.


זעהט אויס ווי טרעילארס, שטימט?

אוועטאר
moishy56
שר האלפיים
תגובות: 2698
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » דאנארשטאג אוגוסט 11, 2016 5:02 am

פארוואס נישט האט געשריבן:נעכטן אויף קול מבשר איז געווען א שיינע אינטערוויא מיט ר' יונתן שווארץ איבער באלטימער מ'קען עס הערן ביי 114 מ'דארף דרוקן עטליכע מאל #


Thanks

Very nice and very clear

אוועטאר
מיסטעריעז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5911
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:38 pm

היינט בעקומען א אפדעיט אז מען האט שוין געגאסן די יסודות פאר די הייזער פאר די בני הכולל און די פלאן לויטעט אז עס זאל זיין גרייט צו ווערן באוואוינט אין א יאר ארום בס"ד.

אויך זענען צוגעקומען צו די כולל 4 אינגעלייט, כ"י.
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24106
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 5:16 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:היינט בעקומען א אפדעיט אז מען האט שוין געגאסן די יסודות פאר די הייזער פאר די בני הכולל און די פלאן לויטעט אז עס זאל זיין גרייט צו ווערן באוואוינט אין א יאר ארום בס"ד.

אויך זענען צוגעקומען צו די כולל 4 אינגעלייט, כ"י.

מ'נעמט אן נאך כולל אינגעלייט? וואס איז די קריטעריע?

אוועטאר
בעל דעת
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

תגובהדורך בעל דעת » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 5:23 pm

מיללער האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:היינט בעקומען א אפדעיט אז מען האט שוין געגאסן די יסודות פאר די הייזער פאר די בני הכולל און די פלאן לויטעט אז עס זאל זיין גרייט צו ווערן באוואוינט אין א יאר ארום בס"ד.

אויך זענען צוגעקומען צו די כולל 4 אינגעלייט, כ"י.

מ'נעמט אן נאך כולל אינגעלייט? וואס איז די קריטעריע?

הרב מיללער מיר בעטען אייך טיט דאס נישט פאר אינז מיר וועלן מעטשען יעדע דאלאר
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4674
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 9:31 pm

בעל דעת, איר דרייט זיך אפשר אין סקרענטאן?

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4674
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 9:32 pm

מיללער האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:היינט בעקומען א אפדעיט אז מען האט שוין געגאסן די יסודות פאר די הייזער פאר די בני הכולל און די פלאן לויטעט אז עס זאל זיין גרייט צו ווערן באוואוינט אין א יאר ארום בס"ד.

אויך זענען צוגעקומען צו די כולל 4 אינגעלייט, כ"י.

מ'נעמט אן נאך כולל אינגעלייט? וואס איז די קריטעריע?


איך מיין אז מ'נעמט נישט אן נאך
(עכ"פ דערווייל)

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10553
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » פרייטאג אוגוסט 26, 2016 2:25 pm

איך וויל אהינגיין פאר א שבת, וואו קען מען באקומען אינפארמאציע וועגן דינגען א דירה פאר די וויקענד?
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
מיסטעריעז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5911
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » פרייטאג אוגוסט 26, 2016 2:42 pm

ויבא! ער איז דא! נאכנישט געהאט גענוג וואקאציע אז דו מוזט נאך גיין קיין באלטימאר אויך?...


אין אנדערע נייעס, גייט זיך עפענען א קינדערגארטן אויף די קומענדיגע יאר, עס וועלן זיין דארט 8 אינגלעך בלע"ה. די נוירסערי וועט נישט אפן זיין ווייל עס איז נישטא קיין קינדער פון די עידזש איצט.
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10553
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 4:38 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:ויבא! ער איז דא! נאכנישט געהאט גענוג וואקאציע אז דו מוזט נאך גיין קיין באלטימאר אויך?...

ווען דו זאלסט נאר וויסן ווי שווער איך ארבעט...
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15559
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 5:05 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:ויבא! ער איז דא! נאכנישט געהאט גענוג וואקאציע אז דו מוזט נאך גיין קיין באלטימאר אויך?...

ווען דו זאלסט נאר וויסן ווי שווער איך ארבעט...

די רביצין זז"ג זאגט עס אויך תמיד...

נחום וואהלינער
שר האלף
תגובות: 1780
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 10:05 pm

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
סמארט גאי האט געשריבן:
דארפסמאן האט געשריבן:עס איז דא דארט א רב הר"ר ישעי' בן הרב ר' עמרם טויב, א חסידישע ווארעמע יוד און ער וויל זייער שטארק עס זאל בליען דארט מיט חסידישע יודען

וואס הייסט ??

ער וויל וואונען אין א חסידישע געגנט ?? ער איז וועלקאם אין עני פון די עקזעסטירענדע חסידישע געגנטן!! ביי אונז איז דער ענין פון ויפוצו נישט געווען אזוי שטארק,

ער וול סאלווען די האוזינג קריזיס ??

ער וויל סתם אזוי האבן א אייגענע כולל ??

איך פרוביר צו פארשטיין די מטרה פון די אנטערנעמער! איך האב 'נישט' קיין טענות

ער וואוינט דארט ווייל ער האט איבערגענומען דאס רבנות פון זיין פאטער ז"ל און זיין פאטער האט דארט געוואוינט ווייל דער סאטמאר רבי ז"ל האט אים אהינגעשיקט

זיין טאטע האט גיהאט דארט א נעפיו כל ימיו וואס האט זיך מיט איהם מטפל גיווען, ער וואלט רוהיג גיקאנט זיין מ"מ, קיינער האט נישט גיצווינגען רבי ישעי' צו גיין איבערנעמען.

נחום וואהלינער
שר האלף
תגובות: 1780
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 10:08 pm

סמארט גאי האט געשריבן:איך בין איינמאל דארט געווען ס'זעהט אויס אזוי ווי מאנסי (די אלטע, נישט די נייע געטאס) און ס'איז שחורטאון, ס'איז אבער דא דארט אסאך פרומע אידן, הגם נישט חסידיש, במילא איז עס נישט סתם א אויסגעהאקטע וואלד,

איך שטאם פון דארט! עס איז ווייט פון שחורטאון אין די פרומע געגנטער, אפשר ביסטו גיווען אין דאון טאון, אפילו ספאנישע איז דארט אסאך ווייניגער ווי אין ברוקלין

נחום וואהלינער
שר האלף
תגובות: 1780
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 10:10 pm

SPUSMN האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:און שיקן די קינדער אין די ליטווישע חדר?

און ווי שיקען די טויב'ס?

ער שיקט אין TI ת"ת שארית הפלטה אנדרע שיקן אין TA ת"ת חפץ חיים

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1121
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 10:11 pm

נחום וואהלינער האט געשריבן:
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
סמארט גאי האט געשריבן:
דארפסמאן האט געשריבן:עס איז דא דארט א רב הר"ר ישעי' בן הרב ר' עמרם טויב, א חסידישע ווארעמע יוד און ער וויל זייער שטארק עס זאל בליען דארט מיט חסידישע יודען

וואס הייסט ??

ער וויל וואונען אין א חסידישע געגנט ?? ער איז וועלקאם אין עני פון די עקזעסטירענדע חסידישע געגנטן!! ביי אונז איז דער ענין פון ויפוצו נישט געווען אזוי שטארק,

ער וול סאלווען די האוזינג קריזיס ??

ער וויל סתם אזוי האבן א אייגענע כולל ??

איך פרוביר צו פארשטיין די מטרה פון די אנטערנעמער! איך האב 'נישט' קיין טענות

ער וואוינט דארט ווייל ער האט איבערגענומען דאס רבנות פון זיין פאטער ז"ל און זיין פאטער האט דארט געוואוינט ווייל דער סאטמאר רבי ז"ל האט אים אהינגעשיקט

זיין טאטע האט גיהאט דארט א נעפיו כל ימיו וואס האט זיך מיט איהם מטפל גיווען, ער וואלט רוהיג גיקאנט זיין מ"מ, קיינער האט נישט גיצווינגען רבי ישעי' צו גיין איבערנעמען.

כל ימיו? זיך מטפל געווען?
ומאי חזית צו אויסשמועסן פערזענליכע אישים ברבים?

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11281
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 10:22 pm

נחום וואהלינער האט געשריבן:ער שיקט אין TI ת"ת שארית הפלטה אנדרע שיקן אין TA ת"ת חפץ חיים

היסטאריע :!:
TI הייסט היינט ישיבת כוכב יצחק

נחום וואהלינער
שר האלף
תגובות: 1780
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 10:24 pm

בשבילי נברא האט געשריבן:
נחום וואהלינער האט געשריבן:
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
סמארט גאי האט געשריבן:
דארפסמאן האט געשריבן:עס איז דא דארט א רב הר"ר ישעי' בן הרב ר' עמרם טויב, א חסידישע ווארעמע יוד און ער וויל זייער שטארק עס זאל בליען דארט מיט חסידישע יודען

וואס הייסט ??

ער וויל וואונען אין א חסידישע געגנט ?? ער איז וועלקאם אין עני פון די עקזעסטירענדע חסידישע געגנטן!! ביי אונז איז דער ענין פון ויפוצו נישט געווען אזוי שטארק,

ער וול סאלווען די האוזינג קריזיס ??

ער וויל סתם אזוי האבן א אייגענע כולל ??

איך פרוביר צו פארשטיין די מטרה פון די אנטערנעמער! איך האב 'נישט' קיין טענות

ער וואוינט דארט ווייל ער האט איבערגענומען דאס רבנות פון זיין פאטער ז"ל און זיין פאטער האט דארט געוואוינט ווייל דער סאטמאר רבי ז"ל האט אים אהינגעשיקט

זיין טאטע האט גיהאט דארט א נעפיו כל ימיו וואס האט זיך מיט איהם מטפל גיווען, ער וואלט רוהיג גיקאנט זיין מ"מ, קיינער האט נישט גיצווינגען רבי ישעי' צו גיין איבערנעמען.

כל ימיו? זיך מטפל געווען?
ומאי חזית צו אויסשמועסן פערזענליכע אישים ברבים?

כ'מיין איהם גארנישט פערזענליך, איך האב בס"ה גענפערט אויף דער וואס האט געשריבען ווי כאילו ער האט געמוזט גיין.
יא מטפל גיווען, אין יא כל ימיו בבולטימור מ'פארשטייט אליין אז כ'האב נישט געמיינט פון 100 יאר צוריק נאך פאר רבי שמואל דוד איז גיבוירען


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט