התיישבות פון חסידישע משפחות אין באלטימאר, מערילענד
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
התיישבות פון חסידישע משפחות אין באלטימאר, מערילענד
עטליכע נגידים פון באלטימאר וואס ווילן האבן חסידים ביי זיי אין שטאט פארשפרעכן א כולל פאר 20 חסידישע אינגעלייט.
כ'האב נישט געהערט קיין סאך דעטאלן, וואס איך האב געהערט איז דאס:
פאר 20 אינגע אינגעלייט.
דירה פריי פון רענט.
1000 כולל געלט פער חודש.
זיי שטעלן צו א דזשאב פאר די פרוי.
א חסידישער רב וואס וועט פירן די זאך.
זיי פלאנען אין די קומענדיגע וואכן צו מאכן א שבתון פאר אלע וואס האבן זיך איינגעשריבן, וואו מ'וועט אויסשמועסן אלע פאקטן און פרטים, מ'קען קומען אויף שבת מיט די עלטערן פון די מאן אדער די פרוי.
איינער מיט מער דעטאלן?

בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4666
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm
דארפסמאן האט געשריבן:עס איז דא דארט א רב הר"ר ישעי' בן הרב ר' עמרם טויב, א חסידישע ווארעמע יוד און ער וויל זייער שטארק עס זאל בליען דארט מיט חסידישע יודען
וואס הייסט ??
ער וויל וואונען אין א חסידישע געגנט ?? ער איז וועלקאם אין עני פון די עקזעסטירענדע חסידישע געגנטן!! ביי אונז איז דער ענין פון ויפוצו נישט געווען אזוי שטארק,
ער וול סאלווען די האוזינג קריזיס ??
ער וויל סתם אזוי האבן א אייגענע כולל ??
איך פרוביר צו פארשטיין די מטרה פון די אנטערנעמער! איך האב 'נישט' קיין טענות
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
-
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6090
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
- לאקאציע: דארט
סמארט גאי האט געשריבן:דארפסמאן האט געשריבן:עס איז דא דארט א רב הר"ר ישעי' בן הרב ר' עמרם טויב, א חסידישע ווארעמע יוד און ער וויל זייער שטארק עס זאל בליען דארט מיט חסידישע יודען
וואס הייסט ??
ער וויל וואונען אין א חסידישע געגנט ?? ער איז וועלקאם אין עני פון די עקזעסטירענדע חסידישע געגנטן!! ביי אונז איז דער ענין פון ויפוצו נישט געווען אזוי שטארק,
ער וול סאלווען די האוזינג קריזיס ??
ער וויל סתם אזוי האבן א אייגענע כולל ??
איך פרוביר צו פארשטיין די מטרה פון די אנטערנעמער! איך האב 'נישט' קיין טענות
ער וואוינט דארט ווייל ער האט איבערגענומען דאס רבנות פון זיין פאטער ז"ל און זיין פאטער האט דארט געוואוינט ווייל דער סאטמאר רבי ז"ל האט אים אהינגעשיקט
- כאפצעם
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18243
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
- לאקאציע: לויפט
וואס איז אזוי שווער צו פארשטיי;
ער וואלט שוין לכאורה לאנג געקענט באשטיין צו האבן נאך חסידישע יודן ביי זיך אין שטאט,
יעצט אז ס'איז דא א שטיקל אויפוואכונג ארויסצוגיין אין נייע געגנטער וואינען, פראבירט זיך צוצוכאפן דערצו און אויך פארדינען עפעס דערפון, און פארשטייט זיך אז ס'איז זה נהנה וזה נהנה, קודם פאר די אינגעלייט וואס קענען באשטיין צוטוהן דעם שריט פארן פרייז פון מנוחת הנפש און הרחבת הדעת איז דאך זיכער א פארדינסט,
צווייטענס, אויב ארבעט זיך עס אויס און ס'ווערט א שטיקל חסידישע קאמיונעטי קען עס דערנאך שלעפן סתם אלגעמיינע היימישע אויך זיך צו באזעצן דארט.
ער וואלט שוין לכאורה לאנג געקענט באשטיין צו האבן נאך חסידישע יודן ביי זיך אין שטאט,
יעצט אז ס'איז דא א שטיקל אויפוואכונג ארויסצוגיין אין נייע געגנטער וואינען, פראבירט זיך צוצוכאפן דערצו און אויך פארדינען עפעס דערפון, און פארשטייט זיך אז ס'איז זה נהנה וזה נהנה, קודם פאר די אינגעלייט וואס קענען באשטיין צוטוהן דעם שריט פארן פרייז פון מנוחת הנפש און הרחבת הדעת איז דאך זיכער א פארדינסט,
צווייטענס, אויב ארבעט זיך עס אויס און ס'ווערט א שטיקל חסידישע קאמיונעטי קען עס דערנאך שלעפן סתם אלגעמיינע היימישע אויך זיך צו באזעצן דארט.
סמארט גאי האט געשריבן:דארפסמאן האט געשריבן:עס איז דא דארט א רב הר"ר ישעי' בן הרב ר' עמרם טויב, א חסידישע ווארעמע יוד און ער וויל זייער שטארק עס זאל בליען דארט מיט חסידישע יודען
וואס הייסט ??
ער וויל וואונען אין א חסידישע געגנט ?? ער איז וועלקאם אין עני פון די עקזעסטירענדע חסידישע געגנטן!! ביי אונז איז דער ענין פון ויפוצו נישט געווען אזוי שטארק,
ער וול סאלווען די האוזינג קריזיס ??
ער וויל סתם אזוי האבן א אייגענע כולל ??
איך פרוביר צו פארשטיין די מטרה פון די אנטערנעמער! איך האב 'נישט' קיין טענות
ווי איך האב געהערט פון א קרוב צום באלטימאר רב שליט"א,
די גאנצע אונטערנעמונג האט גארנישט מיט אים, עס האט צוטון מיט א בעל תשובה א עושר. ער ברענגט אריבער א וויזניץ ראש הכולל פון בני ברק.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 683
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 5:18 pm
אוהב ספרים האט געשריבן:א פאר יאר צוריק האט שוין געוואינט דארט א אינגערמאן יוחנן כ"ץ [ב"ר וואלף, כהיום בקרית יואל] ער האט געהאט דארט א בעקעריי
געווען אין פעסעיק נ.דזש.
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)
דער קאמפיין איז נאך אקטועל https://go.thechesedfund.com/netzachvhoid/standalone
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 253
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 6:31 pm
knowledge האט געשריבן:פאטעטא קוגל האט געשריבן:באותו ענין, אין Chicago איז דא בערך א צוואנציג חסידישע יונעגעלייט מיט א כולל
יענץ האט מצליח געווען ווייל עס ווערט געפירט דורך די לאקאלע רב און ראש הכולל, דער רב איז הרב אונגאר (א ברידער מיט אדמו"ר מבאבוב-45) און דער ראש הכולל איז הרב אייכענשטיין (א לאקאלע רב).
אונגאר?
איך מיין איר מישט, דער חסידישער כולל געפונט זיך אינעם זידיטושבער שול אויף דיוואן בנשיאות כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב-שיקאגא שליט"א ובראשות בנו הרב הצעיר שליט"א חדב"ן אדמו"ר מבאיאן שליט"א
איך קלער אז דער באלטימארער כולל איז אויך פארבינדן מיט די משפחה, און האט א שייכות מיט זידיטשובער רב שליט"א פון באלטימאר, בן כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב-שיקאגא שליט"א הנ"ל וחתן הגה"צ הרב אונסדארפער שליט"א אב" דק"ק ראשית חכמה במאנטריאל
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4666
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 683
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 5:18 pm
מיללער האט געשריבן:knowledge האט געשריבן:פאטעטא קוגל האט געשריבן:באותו ענין, אין Chicago איז דא בערך א צוואנציג חסידישע יונעגעלייט מיט א כולל
איך מיין איר מישט, דער חסידישער כולל געפונט זיך אינעם זידיטושבער שול אויף דיוואן בנשיאות כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב-שיקאגא שליט"א ובראשות בנו הרב הצעיר שליט"א חדב"ן אדמו"ר מבאיאן שליט"א
גערעכט
-
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12993
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
- לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת
סמארט גאי האט געשריבן:וואס גייט דא פאר לעצטנס אז די נישט חסידישע גייען משוגע פאר די חסידישע ??? אין לעיקוואד איז א נגיד וואס גייט אין לעבן צו האבן חסידישע, אין איצט אין באלטימאר ??
אין מיינע צייטען (פאר די ישיבות למציונים האבען זיך אנגעהויבען) האט מען געזאגט אז אויב מען וויל דער פערפעקט ישיבה
זאל דער ראש ישיבה זיין א ליטווישע
דער קעכער א אונגערישער
און די בחורים חסידישע.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
-
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12993
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
- לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת
כאפצעם האט געשריבן:פאטעטא קוגל האט געשריבן:באותו ענין, אין Chicago איז דא בערך א צוואנציג חסידישע יונעגעלייט מיט א כולל
און אין טאראנטא אויך און אזוי אויך אין בראזיל.
דא רעדט מען דאך אבער פון א מער לאקאלע זאך וואס האט לכאורה מער פאטענשאל.
אין טאראנטא האט באבוב געטוהן דער דזאב;
אין אוסטראליע האט לעיקוואד געטוהן די דזאב.
איבעראל ווי מען האט עס פרובירט מיין איך אז עס איז געלונגען. דער פאטענשאל דא איז זייער גרויס.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז