התיישבות פון חסידישע משפחות אין באלטימאר, מערילענד

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

דורות החסידות
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 7:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורות החסידות »

מיין שכן האט זיך היינט אריבערגעצויגן קיין באלטימאר. א חשוב'ער אינגערמאן וואס זיצט און לערנט פלייסיג, א עכטער כניאקישער טיפ, א סאטמאר'ער מיט'ן פלאטישקן הוט און זי גייט אראפגעבינדן (צו אפשר מיט א שפיצל, איך האב קיינמאל נישט באטראכט), אבער מען רעדט פון די ריעל סטאף.

יאפ, דאס איז א פאקט, א מציאות. לויט ווי ער זאגט איז דער פלאן געווען דוקא צו נעמען פרישע אינגעלייט (ער אליינס האט צוויי קינדער) אזוי וועט מען קענען אנהייבן א נייע תלמוד תורה ווען די קינדער פון די אינגעלייט וועלן אנהייבן גיין און ארויפגיין יעדעס יאר א כיתה.
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

מעשה שהיה

שלום עליכם! - קידם שלמה בחביבות את פניו של הרב מרדכי - מה הביאך הלום?
הרב מרדכי גר בשכירות באחת מדירותיו הרבות של שלמה. הם כמעט לא נפגשו פנים אל פנים, אלא אם כן הרב מרדכי נזקק למשהו.
הרב מרדכי: בעזרת ה‘ אני עוזב את הדירה, אני עובר לדור בבולטימור. מלבד התמיכה הגבוהה שאקבל מהכולל והעובדה שיש שם עבודה לרעייתי, הקהילה שם גם תשלם על המגורים שלי במשך מספר שנים. קשה לי לסרב להצעה זו
שלמה: ראשית כל, בהצלחה! ..........................................
רק רגע... מתי אתה עוזב את הדירה? עוד שלושים יום? באמצע ספטמבר? –
הרב מרדכי: לא. אני עוזב כבר עכשיו. עלי להיות שם כבר בתחילת זמן ’אלול‘. אך רק אתמול החלטנו על כך סופית.
שלמה: אתה תמשיך לשלם לי גם אחרי שתעזוב את הדירה. מעולם לא קרה לי כזאת... תמיד השוכרים עוזבים ברגע האחרון לפני שמגיע השוכר שלאחריהם... מנין לך שאכן חייב אתה לשלם אף לאחר שכבר תעזוב את הדירה
הרב מרדכי: על כל פנים, לצאת ידי שמים אני בא. הרי כשאני עוזב לפני כלות זמן ההודעה ועדיין אין לך שוכר אחר, אני גורם לך הפסד ממון
גליון "משא ומתן" עקב
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8556
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

באקומען אין אישי, א אימעיל פו דער יוזם מר סניידער צו די כולל אינגעליינט

From: M Snider
Date: Thu, Jul 16, 2015 at 7:22 PM
Subject: Kollel semi detached houses
To:

Good evening. We are planning out the houses, IY”H for the Kollel families and we met today with the architect.
We have some questions for the Kollel families as to their preferences.
We are not guaranteeing any particular option but we certainly will try.
We are planning a 4 level house (see attached pictures).
Please answer these questions as soon as you can. Answer each question so we get a full response.

1. Washer / dryer – in the kitchen, basement or 2nd floor?

2. Washer / dryer – side by side or is full size stackable acceptable?

3. In the basement – larger play area or larger guest rooms?

4. Attic / loft – would you like an attic / loft? To use as a study? Play area? As an extra bedroom?

5. Powder room (1/2 bathroom): adjacent to the kitchen or adjacent to the dining room / living room?

Thank you again. We appreciate your input.

סקיצעס
אטעטשמענטס
IMG_20150716_191710.jpg
IMG_20150716_191652.jpg
IMG_20150716_191750.jpg
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8556
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

נאך פון די סקיצעס
אטעטשמענטס
IMG_20150716_191726.jpg
IMG_20150716_191731.jpg
IMG_20150716_191738.jpg
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8556
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

IMG_20150716_191721.jpg

קידושא רבא וקבלת פנים.png
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

אן ארטיקעל וועגען די נייע קהלה
http://baltimorejewishlife.com/news/new ... E_ID=63435
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

האט הרב טויב פון באלטימאר עפעס א שייכות צו די פראיעקט?

ער האט דאס שוין א אידישע קהלה דארט וואס ער האט איבערגענומען פון זיין טאטן, און עפעס זעה איך נישט אז ער זאל זיין דא פארמישט, מען זעהט אים נישט אויף די בילדער וכדו'.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30501
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:האט הרב טויב פון באלטימאר עפעס א שייכות צו די פראיעקט?

ער האט דאס שוין א אידישע קהלה דארט וואס ער האט איבערגענומען פון זיין טאטן, און עפעס זעה איך נישט אז ער זאל זיין דא פארמישט, מען זעהט אים נישט אויף די בילדער וכדו'.

מען זעט האסט נישט געליינט די לעצטע צוויי אמיס... דער הרב טויב גייט שוין אוועק פון באלטימאר.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

קנאפער ידען האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:האט הרב טויב פון באלטימאר עפעס א שייכות צו די פראיעקט?

ער האט דאס שוין א אידישע קהלה דארט וואס ער האט איבערגענומען פון זיין טאטן, און עפעס זעה איך נישט אז ער זאל זיין דא פארמישט, מען זעהט אים נישט אויף די בילדער וכדו'.

מען זעט האסט נישט געליינט די לעצטע צוויי אמיס... דער הרב טויב גייט שוין אוועק פון באלטימאר.

נישט געליינט די ארטיקל.... וואס הייט ער גייט אוועק, וואסיס?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8556
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

מען האט שוין גערעדט פון רב טויב אין די אשכול, די כולל איז א פריוואטע פראיעקט פון דער נדיב מר סניידער הי"ו.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30501
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:האט הרב טויב פון באלטימאר עפעס א שייכות צו די פראיעקט?

ער האט דאס שוין א אידישע קהלה דארט וואס ער האט איבערגענומען פון זיין טאטן, און עפעס זעה איך נישט אז ער זאל זיין דא פארמישט, מען זעהט אים נישט אויף די בילדער וכדו'.

מען זעט האסט נישט געליינט די לעצטע צוויי אמיס... דער הרב טויב גייט שוין אוועק פון באלטימאר.

נישט געליינט די ארטיקל.... וואס הייט ער גייט אוועק, וואסיס?

פאריגע וואך האט ער עס נאר דערמאנט אגב אז ער גייט פון דארט, אבער די וואך - נאכנישט אנגעקומען דערצו אבער געטשיט... - רעדט ער וועגן גיין אויף טעסט ביי א נייע קהילה.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליינער »

איך מיין איר פארמישט די צוויי טויבן
איינער איז רב אין ערוגת הבושם שול און גראדע ער פאנגט יעצט אן איבערצובויען זיין שול.

הרב טויב וואס שרייבט אין עמי איז אן אנדערע מענטש
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1315
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

ליינער האט געשריבן:איך מיין איר פארמישט די צוויי טויבן
איינער איז רב אין ערוגת הבושם שול און גראדע ער פאנגט יעצט אן איבערצובויען זיין שול.

הרב טויב וואס שרייבט אין עמי איז אן אנדערע מענטש

גערעכט. טויב פון די עמי איז אין באפללא
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30501
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

Iphone האט געשריבן:
ליינער האט געשריבן:איך מיין איר פארמישט די צוויי טויבן
איינער איז רב אין ערוגת הבושם שול און גראדע ער פאנגט יעצט אן איבערצובויען זיין שול.

הרב טויב וואס שרייבט אין עמי איז אן אנדערע מענטש

גערעכט. טויב פון די עמי איז אין באפללא

ריכטיג, מיי בעד.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
טרעוולער
שר חמש מאות
תגובות: 555
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:34 am
לאקאציע: אין פליגער

ראביי טויב פון באפאלא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרעוולער »

ער איז געווען אין באפאלא ביז פארגאנגענע וואך.

מיר האבן אפאר מאל נהנה געווען פון זיינע דרשות,ידענות,ער קען פיין לערנען.

ווער נעמט אים איבער?

איך ווייס אויכנישט.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

הערליך שיין באשריבען! א דאנק אייך פאר ברענגען.

געפעלט מיר דער לעצטע שורה:

Even though we are now a couple of hours away from our family, they come to visit us all the time and our house is full of guests nearly every Shabbos,” he says. And, best yet: “My shver says he is thinking about moving

יא, דאס איז עס; די וואס זענען דארט געווען אויף א שבת ביי א איידעם, טראכטען שוין פון מאפען אהין. עס האט גרויס פאטנעשעל. נישט צו ווייט און נישט צו נאנט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8556
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

א שבת קודש אין "קהל וכולל חסידים" אין באלטימאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

א חשובער ידיד מיינער האט מיר דערציילט אז לכבוד שבת תולדות איז ער געפארן צו זיינע תולדות אין באלטימאר...

לויט ווי ער לייגט עס אראפ קוקט אויס אז ער האט שטארק הנאה געהאט פון די הרחבת הדעת ביי די קינדער ב"ה. די דירה איז הערליך, די חבורה פון די כולל אינגעלייט זעהט אויס צו זיין גאר א חשובער.

און דאס איז זיין טאג-בוך:
ער איז אנגעקומען ליל שישי און געדאווענט מעריב מיט די 10:30 מנין אין ביהמ"ד "אגודה" ווי עס זענען געווען לכה"פ 50 אידן, צווישן זיי אויך עטליכע אברכי הכולל, אזוי אז ער האט שוין געזעהן זייער דאווענען אויך, ער האט זיך אויסגעדרוקט: "דער נחת האט זיך שוין אנגעהויבען!"

פרייטאג האט ער געדאווענט שחרית אויך אין אגודה, אויפן דריטן שטאק מיט דעם לעצטן מנין ,9:00 אזייגער. א "GESHMAK" ישיבה'שער דאווענען, נוסח אשכנז. לכה"פ העלפט זענען געווען בחורים פון הרב שלאנגער'ס "בית המדרש ומתיבתא ד'באלטימאר".
ער איז אנגעקומען שוין נאך ברכות און דער ביהמ"ד איז שוין געווען פול, מען האט איהם געמאכט פלאץ און אויסגעזוכט א בענקל. אויך האט מען איהם מכבד געווען מיט אן עלי'  (געדענקסט שויניש? פרייטאג איז געווען ראש חודש) און אויסגערופן אלס "הרב", אזוי אז ער האט זיך געפילט זעהר בא'גדול'ט...
עס האט אבער לאנג נישט אנגעהאלטן, ווייל נאכן דאווענען האט איהם בלויז איין גאנצער איד געוואונטשן א גוטן חודש... אבער נישט א איד ווי מיין ידיד באליידיגט זיך דערפון... אדרבה, ער גיט איהם א פרעג "דאס איז באלטימאר, וואו מען איז יעדען מקבל בסבר יפות?" ערשטוינט איז ער געווען צו הערן יענעם'ס תשובה "אין דעם ביהמ"ד איז מען שטארק נזהר בקדושת המקום!"

נעבן איהם איז געשטאנען א בחור'ל מיטן גאנצן חסידישער לבוש, א לאנג רעקל,
הויכע סאמעטער הוט און געקרייזעלטע פיאות, אבער מיט א געשטרייפטע "פאלא שירט" עס האט שטארק אפגעשראקען "קוים 14 און שוין א 'קול גאי'?" האט ער געטראכט ביי זיך. אבער ווען ער האט איהם געזעהן דאווענען מיט א חיות און איהם געהערט ענטפערן UMAIN האט ער הערשט אנגעהויבן באמערקן די אינטערעסאנטקייט פון באלטימאר....

קהל וכולל חסידים באלטימאר האט דערווייל א פראוויזארישער קאראוואן פאר א ביהמ"ד, וזו תוארה
unnamed (1).jpg

דא זעהט מען די ביהמ"ד מאמצעה ולצד צפון, מען קען זעהן 2 פון די עידית שבעידית וואס זיצן אין ביהמ"ד און לערנען פלייסיג, בין הסדרים.
unnamed (2).jpg

די וואנט אויף צפון איז צאמלייגבאר, דערווייל איז גענוג פאר די כולל אהן דעם חלק וואס זי פארשטעלט. שבת קודש נוצט מען א פארטעבל מחיצה פאר די עזרת נשים.

מנחה פרייטאג דאווענט מען ביי די שקיעה בלייבט צייט צווישן מנחה און קבלת שבת ‏(קריאת שמע איז ביים צאת‏), זאגט דער ראש הכולל/רב א שטיקל תורה, די וואך א קושיא אויף דעם תבואות שור "ואפילו פתח ידו בכוונה שתלך ותשחוט לא מהני" פון א יד רמה אין די סוגיא פון זרק חץ "דהא גיריה כי קאזלי נמי לאו מחמת כחו קא אזלי אלא מחמת דשביק ליתרה של קשת ואזלי גירי ממילא" דעם תירוץ האט ער געלאזט אויף נעקסטע וואך.
ער האט געמישט אידיש מיט ענגליש וועגען די לאקאלע אידן וואס האבן אריינגעפרעגט. (ער באוואונדערט ווי דער עולם איז געזיצן די גאנצע צייט און צוגעהערט מיט דרך ארץ. איז געדרינגען אז ארויסגעלאפן אדער פארשטאפט די אויערן האט מען נישט...)
צו קבלת שבת איז צוגעגאנגען איינער פון די חברי הכולל, גאנץ א גוטער בעל תפילה, אבער געזינגען לכה דודי האט א קאפעליע פון 3 אינגעלייט אזוי אויך ביי קל אדון און ממקומך. (נאך א סיבה אהין צו מופן, ניין?...)
פרייטאג-צו-נאכטס און מוצש"ק מאכט מען א רקידה'לע, ש"ק פארמיטאג יעדע וואך א קידוש, מעניו? לעקיך, "שווארץ'ס הערינג" און אייער קיכלעך.

עס זענען געווען נאך 3 געסט, אויך עלטערן פון חברי הכולל, איינער פון זיי קען מיין ידיד,
גאר א חשובער איד הרב בלומינג א סקווירא'ער חסיד. איינער פון זיי איז געווען א סאטמארער חסיד, פון וו"ב! (נעבן וועם מיין ידיד איז געזעסען ביי סעודה שלישית) און
האט געמאכט אויף איהם גאר א שטארקען רושם. אויפען באס קומענדיג אהיים האט ער איהם געהערט לערנען מיט א חברותא אויפן טעלעפאן. (צו ער האט געהאט א חבורה לימוד צו א פריוואטע האב איך איהם נישט געפרעגט...)

ביי די תפילות קבלת שבת און שחרית איז געווען דער ביהמ"ד פול, חוץ די חברי הכולל איז געווען בערך 30 תושבי באלטימאר, גאר אן אינטערסטנטער בלענד. פון ר' יוסף חיים
סאלאזאר נ"י א גר צדק אן אדוואקאט. א ראחמיסטריווקער חסיד מיט א שטריימל און אינגלעך מיט ממגעקרייזלטע פאות, ביז אידן וואס האבען זיך געשניטען די בארד ר"ח.
גור האט דארט אויך איינער וואס רעפרעזענטירט זיי... א שו"ב איז ער. ‏(ער פארקויפט פלייש פאר די אינגעלייט אן ריוח! ביים סינק אין ביהמ"ד איז געשטאנען א צעטאלע "מי שקנה בשר וכו' נא להתקשר, הוט טעה בחשבון[...])
נאך איינער מיט א ספאדיק וואוינט דארט, א מאדזשיצער.
באבוב איז אויך רעפרעזענטירט דורך א תושב ‏(מחמת עניני בריאות).
די אברכי כולל זענען אויך א כמעשה'דיגער בלענד... 5 אינגעלייט מיט ווייסע זאקן, איינער
מיט סטראקעס, איינער מיט שווארצע זאקן ‏(א בעלזא'ער‏), איינער מיט א
סקווירא ט"ק, 2 קלויזענבורגער און לכה " פ איינער פון ק"ק כוונת הלב.

ביי מנחה ושל"ס איז געווען נאר די חברי הכולל און די געסט פון די אברכים און בערך 15 תושבים.
ביי סעודה ג' האט מען געגעבן חלה ספעציעל אימפארטירט פון ברוקלין, שווארץ'ס הערינג, מים חיים וואסער און גאלדען-פלאו אראנזש-דזשוס. דער רב/ראש הכולל האט געזאגט תורה מיוסד אויף א מורא'דיג שטיקל מוסר פון חתם סופר אין די תשובות חלק ו' סימן נ"ט (און אפשר גענוצט איין ווארט ענגליש).

צו מעריב האט יורד געווען לפני התיבה א בחור'ל מיט א בעקיטשע און אראפגעלאזטע פאות אבער מיט די לאקאלע הברה BORCHU וכדו' ‏(א זון פון דעם באבובער)

זונטאג נאכמיטאג ביי א הכנסת ס"ת פון "קהל מחזיקי תורה" ‏(מיסודה של הרב שטערנהעל‏) האב זיך מיין ידיד געטראפען מיט זיינס ידיד פון די ישיבה יארן, דער מנהל פון די לאקאלע מתיבתא "כוכב יצחק", און דער לעצטער האט געזאגט אז די ניי כולל תושבים זענען גאר חשוב'ע אינגעלייט!
ארויפגייענדיג אויפן באס זונטאג נאכמיטאג שטעלט איהם א איד אפ "You were here to visit family in the new Kolel?"
דעם קאמפלימענט האט ער נישט געדענקט ביים דערציילן זיין באריכט, אבער אזויפיל האט ער געדענקט אז הכרת פניו ענתה בו אז ער איז צופרידן פון די נייע שכנים.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8556
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

אויך חברת "המעוררים" האט א ברענטש אין באלטימאר :wink:
אטעטשמענטס
rsz_sspx00181.jpg
rsz_sspx00191.jpg
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4478
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

הערליך באשריבן! ייש"כ.
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
שלשה אחים
שר חמש מאות
תגובות: 916
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלשה אחים »

הערליכע באריכט פון באלטימאר. איינער ווייסט וויפיל חסידישע משפחות עס וואוינען שוין דארט?
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

איך בין נייגעעריג וואס די סאטמערער אינגעלייט וועלען טוען כ"א כיסליו
גיין צו די סעודת הודאה פון דעם ליטווישען ראש ישיבה יליד בודאפעסט הרב שלאנגער
אדער מאכען א סעודה ביי זיך אן בה"מ און לאדענען די וויזניצער-בעלזא-סקווירא-קלויזענבורג חברים דער גערער חסיד דער שו"ב וכ' און דעם ראחאמסטריווקער חסיד
און פארשטייט זיך הרבנים טויב
הרב ראזענפעלד דער רב\ראש הכולל איז _?_
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

derech eretz האט געשריבן:הערליך באשריבן! ייש"כ.
הק' איש ימיני
אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1311
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמפ »

גאר געשמאק און שיין באשריבן! אוואו מיסטעריעז קען.
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”