התיישבות פון חסידישע משפחות אין באלטימאר, מערילענד

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2747
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

חמרא טבא האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:הרב הערשעל ראזענפעלר שליט"א רב דקהל חסידים וראה"כ כולל להוראה ביי דעם חינוך הספר תורה
וואס ק"ק שארית האט געשריבען לכבודו פון זייער רב ר' יעקב האאפער שליט"א דער
יושב ראש פון דעם ועד הרבנים ד'באלטימאר

אגב איך האב געהאט די זכיה צו וויילן איין זומער אפאר וואכן צוזאמען מיט דער הרב האפפער פון באלטימאר כ'בין ארויס פון די כלים פון עם ער'ז געזעצן אין ביהמ"ד מן הבוקר עד הערב און געהארעוועט גמרא מיט שו"ע ווי א יונגע בחור אויך איז ער א מורא'דיגע נחבא אל הכלים און שפל ברך

איר מיינט אפשר הרב העבער?
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »


Rabbi Dovid Heber is respected as a foremost expert in the field of kosher pharmaceuticals, nutriceuticals, and medications. As the Director of the STAR-K computer department, he oversees the kashrus database, automation, and security. His responsibilities also include the production and editing of the annual STAR-K Passover Directory. In addition, Rabbi Heber is the Rav of Khal Ahavas Yisroel Tzemach Tzedek, in Baltimore.



Rabbi Yaakov Hopfer is Mara D’Asrah of Shearith Israel Congregation and President of the Vaad HaRabbanim of Baltimore, MD. He sits on the committee of the Vaad HaChinuch of Baltimore and serves as moreh derech for hundreds of current and former congregants and residents of Baltimore. Rabbi Hopfer has been the Rav of Shearith Israel for 26 years and in that time, has transformed and grown his shul into a center of Torah and tefillah with Jews of various backgrounds and levels of commitment. He has counseled numerous individuals and couples facing an array of issues.
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 12996
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

כ'מיין טאקע דער צווייטער הרב האפפער
דביה תחדי נפשא
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2747
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

חמרא טבא האט געשריבן:כ'מיין טאקע דער צווייטער הרב האפפער

כ'האב זיך אזוי פארגעשטעלט.

-----

הרב העבער איז אויך גאר א חשובע רב אין זייער א שיינע דרשן, מיר האבן עטליכע מאל געדאווענט ביי איהם בלילי שבתות אין אויך איינמאל סעודה שלישית, און שטארק הנאה געהאט פון זיינע רעדעס, ער מישט גראדע אריין אסאך פון חסידישע ספרים אין זיינע דרשות.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

א ידיד האט מיר דערציילט אז די וואך האבען זיך 2 משפחות אריין געצויגען אין די נייע כולל הייזער. זיינע אייניקלעך שיחי' וועלען ווארטען אויף בין הזמנים. זיין ווייב שתחי' האט אין פלאן פארען חצי אב זיי העלפען זיך מסדר זיין.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

הרב ר' שמעון' גערטנער א מג'ש אין ישיבה ד'מאנסי האט געגעבען זיינע תלמידים
א TRIP קיין באלטימאר
Capture.JPG
Capture.JPG (131.66 KiB) געזען 11368 מאל


גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


ארך אפים
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 5:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארך אפים »

סידיראם האט געשריבן:ווי עס קוקט מיר אויס האט ער דוקא נישט געזוכט סאטמארע אינגעלייט, איך קען אפשר פארשטיין, אבער פון דער אנדערע זייט, אויב וויל ער אז ס'זאל זיך טוהן א חסידישע לעבנסלופט דארט, דארף ער אפשר יא ברענגען סאטמארע טוער'ס ודי ויש לדון בזה.

והעיקר אבער אז מען דארף אהערשטעלן עפעס א זאך וואס זאל ציען דעם עולם אהין, בלויז אויסצוצאלן פאר אינגעלייט, וועט לכאורה נאר שלעפן די אינגעלייט און קיינעם נישט מער. מען דארף עפעס טוהן מער, איך ווייס נישט וואס.


פרנסה קען מען האבן בריווח דארט, דורכ'ן גיין ארבעטן אין עמפייער בית השחיטה, מען קען אהיים פארן יעדע נאכט + א געפעפערטע וועידזש, א משגיח באקומט דארט $310 א טאג, אין א שוחט $450 א טאג, סא אויב האלט איר זיך אפ פון מופן וועגן פרנסה, NOTHING WHAT TO BE WORRYED
אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשיקטער »

ארך אפים האט געשריבן:פרנסה קען מען האבן בריווח דארט, דורכ'ן גיין ארבעטן אין עמפייער בית השחיטה, מען קען אהיים פארן יעדע נאכט + א געפעפערטע וועידזש, א משגיח באקומט דארט $310 א טאג, אין א שוחט $450 א טאג, סא אויב האלט איר זיך אפ פון מופן וועגן פרנסה, NOTHING WHAT TO BE WORRYED

צווי און א האלב שעה א וועג
און אז מען דארף גאנץ אפט ארבייטען פון פאר דעם עלות און דאווענן שחרית ביי לאנטש ווייסט די אויך?
וויפיל שוחטים משגיחים און בודקים דארף עמפייער האבען ?
ארך אפים
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 5:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארך אפים »

געשיקטער האט געשריבן:
ארך אפים האט געשריבן:פרנסה קען מען האבן בריווח דארט, דורכ'ן גיין ארבעטן אין עמפייער בית השחיטה, מען קען אהיים פארן יעדע נאכט + א געפעפערטע וועידזש, א משגיח באקומט דארט $310 א טאג, אין א שוחט $450 א טאג, סא אויב האלט איר זיך אפ פון מופן וועגן פרנסה, NOTHING WHAT TO BE WORRYED

צווי און א האלב שעה א וועג
און אז מען דארף גאנץ אפט ארבייטען פון פאר דעם עלות און דאווענן שחרית ביי לאנטש ווייסט די אויך?
וויפיל שוחטים משגיחים און בודקים דארף עמפייער האבען ?


עס איז בלויז 2 שעה קוק איבער,

אני הק' האב געארבעט דארט, די טאג הייבט זיך אן אום בערך 3:15 פארטאגס, מיטן שחטן א סעמפל פאר צומות הגידין, אום 4:00 קומען די ערשטע שיפט שוחטים, אום בערך 2:00 זענען אלע שוחטים פארטיג מיט זייער ארבעט אופן טאג, משגיחים ענדיגן בערך 4:00 נאכמיטאג, שוחטים האבן אייביג צייט צו דאוונען רואיג, ווייל נאך יעדע 1 אהאלב שעב ארבעט בערך, איז דא 1 אהאלב שעה ברעיק,
טאמער זענט איר אינטערעסירט קען איך שרייבן מער איבער די סדר היום אין אטמאספער דארט,אבער איך מיין אז דאס איז נישט די ריכטיגע אשכול.
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2747
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

א גריס פון אונזרע ברודער דארט.
די כולל זעהט אויס שיין און בליעדיג
יערסלוב
שר האלף
תגובות: 1530
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2015 1:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יערסלוב »

נחום וואהלינער האט געשריבן:א גריס פון אונזרע ברודער דארט.
די כולל זעהט אויס שיין און בליעדיג


דער הצלחה פין דער כולל, אין אויכעט דער בית המדרש קהל חסידים, ווי דער כולל יונגעלייט דאווענען דארט
אלעס קומט צו באדאנקען
דער חשובער רב, אין ראש הכולל
הגאון ר' הערשל רוזנפלד שליט"א
רב דקהל חסידים באלטימור, אין ראש הכולל
לייגט אריין געוואלדיגע כוחות
אין איז איבערגעגעבען פאר יעדען יונגערמאן
אין מי זיך מחי' מיט זיינע הערליכע שיעורים
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2747
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

בית המדרש והכולל היינו הך
אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשיקטער »

Untitled.jpg
Untitled.jpg (74.67 KiB) געזען 9643 מאל



שוין געהן דעם מודעה א פאר חדשים צוריק

עס איז נישט אזוי פשוט טרעפען א חסידישען מלמד מיט ערפארונג וואס האט נישט

קינדער וואס דארפען גיין אין חדר העכער כתה ב אויזער אז ער קען באשטיין שיקען אין כוכב יצחק

אין די מיידלעך אין שטאטישען בית יעקב

אפשר איינער וואס די קינדער גיין שוין נישט אין חדר
אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשיקטער »

מפי השמועה
נאך סוכות ציט זיך אריבער הרה"ח ר .. הילל נכד הרה"ח ר' שלמה הילל ז"ל
פון מעלבארן אוסטראיליא קיין באלטימאר ווערען דער כתה ב מלמד אין ת"ת דקהל חסידים
אויך עפענט זיך יעצט די ערשטע כתה פון בית חינוך לבנות
די לערערין וועט זיין אשת הרב משה טייטעלבוים חבר הכולל
ליל שישי
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 29, 2018 6:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליל שישי »

איך זע אין וויקעפדיע אז באלטימאר (מערילענד) קען מען האבן SCHOOL CHOICE VOUCHER אפילו פאר רעלגיעזע מוסדות בין איך נייעגעריג צי וויסן אויב די אידן אין באלטימאר באניצען זיך דערמיט פאר שכר מלומדות ?
אוועטאר
קאץ און מויז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאץ און מויז »

.
אטעטשמענטס
Untitled.jpg
Untitled.jpg (278.12 KiB) געזען 7387 מאל
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשיקטער »

Capture.gif
Capture.gif (73.89 KiB) געזען 7280 מאל


WOW
זעט אויס עס איז דא נאך וואס זיכען א חסידישען ת"ת אויזער די חברי הכולל
דאס זענען LOCALS אדער בעה"ב וואס האבען זיך אהין געצויגען ?
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 12996
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

די צוויי מופן אהין?
דביה תחדי נפשא
נאר די אמת
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 15, 2019 1:54 pm

jobs

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר די אמת »

איינער ווייסט אפשר וועלכע דשאבס ס'איז דא עוועילעביל דארט? :?:
די אמת איז די בעסטע ליגענט
אוועטאר
חנוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אפריל 05, 2014 10:15 pm
לאקאציע: על גשר צר מאד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנוך »

געווען דארט פאר א שבת מיט אפאר וואכן צוריק, זייער א געשמאקע בא'טעמטע פלאץ. ערענסטע וואוילע אינגעלייט מיט טעם, כמו חבורה ווי אין א קאנטרי. ר' פנחס שלום ראטענבערג פון ווישנזיצע חדר פון בארא פארק און כעת אין דרכי אבות צאנז מייניך, איז דארט די מנהל יעצט, ער וואוינט נישט דארט אבער ער קומט כסדר אריין.
אוועטאר
חנוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אפריל 05, 2014 10:15 pm
לאקאציע: על גשר צר מאד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנוך »

wow, די חברה גייען אן פעסט. 60 משפחות!
אטעטשמענטס
Letterhead-page-001 (1).jpg
Letterhead-page-001 (1).jpg (257.24 KiB) געזען 4146 מאל
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

ווי האלט ר' מרדכי סניידער נ"י מיט זיינע פלענער פאר א בנין קבע?
Screenshot 2020-03-02 11.53.36.jpg
Screenshot 2020-03-02 11.53.36.jpg (310.63 KiB) געזען 4096 מאל

60 אידען אין דעם MOBILE איז נישט ענג?
Screenshot 2020-03-02 11.50.02.jpg
Screenshot 2020-03-02 11.50.02.jpg (255.07 KiB) געזען 4096 מאל

------------
לפי ידיעתי פון א קרוב איינער פון די חברי הכולל זענען דא 30 אינגעלייט אין כולל
ווער זענען די אנדערע 30? LOCALS ? אדער ניי תושבים ?
איך זעה נישט אין אין די מודעה ווי בעה"ב קענען זיך ווענדען בענין דירות, פרנסות וכדומה
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


yid
שר האלף
תגובות: 1871
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 08, 2011 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yid »

קיקיון האט געשריבן:ווי האלט ר' מרדכי סניידער נ"י מיט זיינע פלענער פאר א בנין קבע?
Screenshot 2020-03-02 11.53.36.jpg

60 אידען אין דעם MOBILE איז נישט ענג?
Screenshot 2020-03-02 11.50.02.jpg

------------
לפי ידיעתי פון א קרוב איינער פון די חברי הכולל זענען דא 30 אינגעלייט אין כולל
ווער זענען די אנדערע 30? LOCALS ? אדער ניי תושבים ?
איך זעה נישט אין אין די מודעה ווי בעה"ב קענען זיך ווענדען בענין דירות, פרנסות וכדומה

עס שטייט 60 אינגעלייט אין די קהילה 30 אין כולל אין 30 בעלי בתים, די מודעה איז געמאכט פאר כולל אינגעלייט,
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

yid האט געשריבן:עס שטייט 60 אינגעלייט אין די קהילה 30 אין כולל אין 30 בעלי בתים, די מודעה איז געמאכט פאר כולל אינגעלייט,

תושבי באלטימאר אדער נייע ציגעקומענע?
פאר סנידערס אינטערסירט נישט צווציען פרישע בעה"ב ?

איך בין דארט געווען אויף א ש"ק א פאר יאר צוריק
אויזער די כולל אינגעלייט האב איך געזעהן אפשר 5 לאקאלס מיט א חסידישען אויסזעהן
(איינער א גר צדק א תכשיט ייתכן אז דער בחור אין געם בילד איז זיין זון)
עש"ק איז געוווען ר"ח און עס זענען געווען א פאר פריש ג'SHAVED
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


yid
שר האלף
תגובות: 1871
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 08, 2011 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yid »

קיקיון האט געשריבן:
yid האט געשריבן:עס שטייט 60 אינגעלייט אין די קהילה 30 אין כולל אין 30 בעלי בתים, די מודעה איז געמאכט פאר כולל אינגעלייט,

תושבי באלטימאר אדער נייע ציגעקומענע?
פאר סנידערס אינטערסירט נישט צווציען פרישע בעה"ב ?

איך בין דארט געווען אויף א ש"ק א פאר יאר צוריק
אויזער די כולל אינגעלייט האב איך געזעהן אפשר 5 לאקאלס מיט א חסידישען אויסזעהן
(איינער א גר צדק א תכשיט ייתכן אז דער בחור אין געם בילד איז זיין זון)
עש"ק איז געוווען ר"ח און עס זענען געווען א פאר פריש ג'SHAVED

30 תושבי באלטימאר און פאר יעצט דארפן זיי נאר כולל אינגעלייט
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”