פריש באזעצטע געגנטער אינערהאלב קרית יואל

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מאגר
שר חמש מאות
תגובות: 527
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 12, 2014 5:38 pm

תגובה דורך מאגר »

zibala ווערט מכוכד אהין צו מופן און קיינער שטערט דיך נישט!

קיינער קאנראלירט דיך נישט, והא 7 ספרינגס, סערפי, אחדות http://www.thewoodburyjunction.com/, און וואס נישט?!
Elmo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 19, 2014 3:02 pm

תגובה דורך Elmo »

איך מיין גראדע דע ריזען פארוואס מענטשן האבן נישט אהין געמופט איז געווען ווייל ער איז געווען באקאנט פאר מענטשן אלץ איינער וואס וויל נישט פארקויפן פאר יודן ווען איך פלעג מיך צו אינטערסירן און יענע געגענט האב איך דעס געהערט פון מענטשן קען ער האט זיך שפעטער געטוישט זיין מיינונג אבער מען האט שוין געהאט דע look אויף אים און ער האט עס שוין געבויט געבעיסד פארן אמעריקאנער מידל קל עס גוי.
Elmo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 19, 2014 3:02 pm

תגובה דורך Elmo »

אזעלעכע געגענטער ווי הידען גריק איז געווען א דעוועלאפמענט וואס אסאך יודן האבן געזאגט אשאד אז עס נישט געגאנגען פאר יודן, מען וואלט אהין געמופט אפילו עס איז און די געגנט ווי עס איז וגם אני בתוכם די געגנט דארט בכלל וואלט ווען געדינט פערפעקט די יודישע געברויכן.
עס איז אזא סטייל געגנט ווי בלומינג גראוו וואס די הייזער זענען פרייוועט איינס נאך די צווייטן און נישט צושפרייט און קוקט טאקע אויס ווי עס גייט פריער אדער שפעטער אנקומען יודן דארט עס דארף בערך צען הייזער צו פארקויפן אויף איינמאל האט עס אסאך פאטענשעלס אז אפאר יודן זאל זיך געבן א רוק אריין דארט
Greeneryid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 276
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 6:23 pm

תגובה דורך Greeneryid »

אין אזעלעכע דעוועלאפמענטס קען מען זיך גוט אפבריען מיט קאנדאמיניום אדער האומאוינער אססאסיעשן טשארדזשעס. פאר איינער קויפט אויף אזא פלאץ דארף מען זיכער מאכן אז עס איז נישטא קיין איינס פון די צוויי און אז קיינער זאל דיך נישט קענען משוגע מאכן אז דיין גראז איז נישט געשניטן אדער די קאליר פון דיין הויז אדער פארטש געפעלט נישט פאר דיין שכן.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובה דורך שוועמל »

גרינער
וויזוי טשעקט מען אזעלכע זאכן?

אגב, דעס זענען שוין אלעס געבויט צי מבויעט עס לויטן פארלאנג. ווייל איך קוק די פלענס זע איך אסאך אפשענעל בעדרומס.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
אייער_קיכל
שר האלפיים
תגובות: 2425
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

תגובה דורך אייער_קיכל »

moneyMINDED האט געשריבן:אגב אזוי רעדענדיג פון ביליג אין וואינען אין געגענט אין נישט קריכן צו קיין מדבריות , ווייס איך נישט צו איינער האט שוין גערעדט דא דערפון אמאל , אז אויפן סטעיט פאליס רד. לעבן מאנרא וואס געפינט זיך אין וואדבערי בויט זיך דארט שוין פאר אפאר יאר הערליכע 1 פאמיליע הייזער אויף איין עיקר אנגעהויבן פון 2100 סק. פט פאר 400 טויזענט דאלאר ,אין סאיז דא דורך א שארט קארט פון דארט דורכן וואלד צו וואקן צו בית המדרש ישמח משה אין ברך משה געגנט , געדוירט צו וואקן נישטיגע 10 מינוט , אין וואס מיינט עטס קיינער האלט נישט ביים מופן , איך האב שוין גערעדט מיטן דעוועלאפער ער איז געווען גרייט איינצוגיין אויף א דיעל קויפענדיג 100 לאטס , ער איז געווען רעדי צו פארקויפן א עיקר פאר 30 טויזענט דאלאר , און נאכדעם קענסטו זיך אליינס בויען , סאיז געווארן א ווינט יעדער איינער האט געוואלט מופן , אבער למעשה האט קיינער נישט געוואלט זיין פון די ערשטע 10 , שוין אריבער באלד צוויי יאר אין מ'האט נישט געטראפן נאך קיין 10 נחשוינים , דעס איז א משל אז יעדער וויל וואינען ליי קאר. ראדני , אדער סאטמאר קאר. העיס אדער 15 * 50 ,א באנדע פערדן , דעטס אלל גארנישט מער



פון דיין רעדן איז משמע אז דו האסט א שטיקל נגיעה צו דעם דעוועלאפמענט, צו געלט צו עפעס אנדערש, אלענספאלס שפיר איך שטארק מיט דיין ווייטאג אז עס ארבעט זיך נישט אויס ווי געפלאנט, אבער דאס מאכט נאכנישט אנדערע פאר קיין "פערדן" פארן זיך נישט צוכאפן דערצו, איך גלייב אז ווען עס זאל ממש זיין א מציאה וואלט מען זיך צוגעכאפט דערצו ווי דו זעסטעך אליינס מיט סעווען ספרינגס, מילוועל/סערפי געגענטער
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובה דורך געלעגער »

קיכעלע, און אז ער האט א נגיעה? ער לייגט דיר אראפ טרוקענע פאקטן עס ליגט אויף דיר צו ענטפערן פארוואס דאס איז נישט קיין מציאה
אוועטאר
אייער_קיכל
שר האלפיים
תגובות: 2425
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

תגובה דורך אייער_קיכל »

איך וואוין נישט אין אפסטעיט און בין בכלל נישט באהאווענט מיט די נושא, עס קרענקט מיר אבער ווען איינער בא'טיטול'ט א ציבור אידן אלץ "פערדן" צוליב פערזענליכע אויפעסענישן
home
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 10:23 pm

תגובה דורך home »

למעשה איך גלייך נישט צי ווינען אויף איין עקער פאר איינער וואס קימט פין שטאט ווייס איך נישט צי עס איז א מציאה .נישט אז מען דארף בויען פיר שטאק
אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1283
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

תגובה דורך אט אזוי »

Please don't take it personally u not a horse
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

תגובה דורך מחותן »

אייער_קיכל האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:קיכעלע, און אז ער האט א נגיעה? ער לייגט דיר אראפ טרוקענע פאקטן עס ליגט אויף דיר צו ענטפערן פארוואס דאס איז נישט קיין מציאה
איך וואוין נישט אין אפסטעיט און בין בכלל נישט באהאווענט מיט די נושא, עס קרענקט מיר אבער ווען איינער בא'טיטול'ט א ציבור אידן אלץ "פערדן" צוליב פערזענליכע אויפעסענישן


די פאקטן שטימען נישט איין תגובה מיטען צווייטען, און נישט מיט די אינפערמאציע וואס מען האט שוין עטליכע מאל געשמיעסט דא אז יענער וויל נישט פארקויפן פאר קיין אידן.

אין איין תגובה שטייט אז ער איז גרייט צו פארקויפן 100 לאטס אן מאכען א פעני ריווח וויבאלד ער קויפט אסאך לאטס פינעם אוינער, אבער אינעם אנדערע תגובה שטייט אז דער דעוועלעפער וואס איז גרייט צו פארקויפן האט נישט מער ווי 100 לאטס.

בכלל ווי אזוי איז א דעוועלעפער גרייט צו פארקויפן 100 לאטס אן מאכען רוויח? און ווי אזוי קען מען באהאלטען אז צענדליגער אידן זענענן די קונים? און אז דער דעוועלעפער האט נאר 100 לאטס און ער פארקויפט עס אן רויח פאר אידן דעמלאטס ווי אזוי גייט ער מאכען געלט? די קאמיונעטי רום צוזאג מאכט בכלל נישט קיין סענעס.

בקיצור.. דא אינעם אשכול איז דא א היבשע צומישעניש ביטע אויסקלארען אויב מעגליך.

די הייזער וואס מען זעט אויפן וועב זייטעל זייערע איז היבש טייער, עס איז בכלל נישט ווער די אפקימעניש.
לעצט פארראכטן דורך מחותן אום זונטאג יאנואר 04, 2015 2:21 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
צייטונג
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 30, 2014 2:03 pm

תגובה דורך צייטונג »

וואס וועט זיין מיט די באסעס, וועלן די מוסדות אהינשיקן, אדער גייט מען אין ....
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובה דורך געלעגער »

מחותן, דיין תגובה איז פראגעס אויף די פאקטן, דאס שטערט נישט קיינעם און אדרבה מאך נומערן פון אלע שאלות און ער וועט האפענטליך ענטפערן על הסדר. אבער סתם אים באגיסן אלס אינסיידער מיט אגענדעס דאס איז א ליידיגע אטאקע
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8617
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובה דורך מיסטעריעז »

איך זעה נישט פארוואס א איד וואס האלט אז ער האט א גאלדענע געלעגנהייט פאר הרחבת הדעת זאל נישט וועלן אנרופן "פערדן" די וואס האלטן ביי גארנישט און זוכן פוילע תירוצים פארוואס נישט צו רעדן דערפון...

די נגיעה מוז נישט זיין קיין אגענטישע/אגענדישע נגיעה
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
Elmo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 19, 2014 3:02 pm

תגובה דורך Elmo »

די סיבה פארוואס הידען דריק האט מען ניטאמאל געטראכט פון פארקויפן פאר יודן איז וועגן ער האט געוואוסט אז ער גייט קיין פערמיט נישט באקומען צו בויען # ענווייראמענטעל אישאס
אבער איך וואלט ווען געזאגט פאר די ווילידזש פאר די מענטשן וועם מען האט אריינגעוואוט אז זיי זאלן סטאפן צו שטיפן די ענעקסעישן ווייל עס קוקט מילא נישט אויס צו זיין צו א גרויסע תיקון פאר דירות פרייזן, אנשטאט וועלן די אוינערס דארפן טראכטן ווי בויען ווי הידען גריג אדער אזויוי ביי אויש און זיי זאלן נוצן דארט זייער שתדלנות און קאנעקשענס אז עס זאל צושטאנד קומען די דעוועלאפמענטס אזוי ארום וועלן די רוב באפעלקרונג פון ק׳י הנאה האבן
איי די אוינערס זיי מוזן אויך מאכן געלט, טאקע א גוטע קשיא אבער אנשטאט מאכן מיליאנסס׳ס אויף יעדע עיקר באלד ווי און ברוקלין וועט מען מאכן מיליאנס מיט איין ס זיי וועלן אזוי אויך נישט דארפן נעמען שבת פעקלעך
אוועטאר
פשוט'ער אידל
שר חמש מאות
תגובות: 941
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 02, 2013 9:08 pm

תגובה דורך פשוט'ער אידל »

אומר ועושה, האביך זיי היינט געקאנטעקט היינט, האבן זיי געאימעילט א ליסטע פון מאדעלס, די פרייזן קוקן אויס 10-15,000 ביליגער ווי אויף די וועב סייט.

עליך אייך מזכה זיין מיט די בראשור, ליינטס און האטס הנאה.

https://docs.google.com/file/d/0BxiFRDP ... cslist_api
written using the Meshimer web filter
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובה דורך עקבי הצאן »

פשוט'ער אידל האט געשריבן:אומר ועושה, האביך זיי היינט געקאנטעקט היינט, האבן זיי געאימעילט א ליסטע פון מאדעלס, די פרייזן קוקן אויס 10-15,000 ביליגער ווי אויף די וועב סייט.

עליך אייך מזכה זיין מיט די בראשור, ליינטס און האטס הנאה.

https://docs.google.com/file/d/0BxiFRDP ... cslist_api

פשוט'ער, ביזט גארנישט אזוי פשוט, אומר ושותה, גאזאגט און געטוען.. האסט זיי גיפרעגט וועגן פארקויפן א גאנצע גרופע יודן?
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1311
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

תגובה דורך לאמפ »

עקבי הצאן האט געשריבן:
פשוט'ער אידל האט געשריבן:אומר ועושה, האביך זיי היינט געקאנטעקט היינט, האבן זיי געאימעילט א ליסטע פון מאדעלס, די פרייזן קוקן אויס 10-15,000 ביליגער ווי אויף די וועב סייט.

עליך אייך מזכה זיין מיט די בראשור, ליינטס און האטס הנאה.

https://docs.google.com/file/d/0BxiFRDP ... cslist_api

פשוט'ער, ביזט גארנישט אזוי פשוט, אומר ושותה, גאזאגט און געטוען.. האסט זיי גיפרעגט וועגן פארקויפן א גאנצע גרופע יודן?


זייט ווען ברויך מען דיסקלאוזן די רעליגיע ביים קויפן א הויז?
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

תגובה דורך מחותן »

טאקע אויפן בראשור זענענן זיי היבש ביליגער ווי אויפן וועב זייטעל, די ערשטע היז אויפן בראשור זעט מיר אויס א פיינע זאך.

אגב, זיי זענענן היבש טייער מיט זייערע הייזער, איא?!
אוועטאר
א איד אין גלות
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 05, 2014 2:31 pm

תגובה דורך א איד אין גלות »

מחותן האט געשריבן:טאקע אויפן בראשור זענענן זיי היבש ביליגער ווי אויפן וועב זייטעל, די ערשטע היז אויפן בראשור זעט מיר אויס א פיינע זאך.

אגב, זיי זענענן היבש טייער מיט זייערע הייזער, איא?!

די ביליגערע מאדעלס זענען נישט געפערליך ביליג, אבער די גרעסערע הייזער זענען היבש ביליגער פער ספ, דיין ערשטע הייזקע קומט אויס 174 א ספ.
אוועטאר
kyshtiper
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4295
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm
לאקאציע: קרית יואל

תגובה דורך kyshtiper »

איך האב היינט אפגעשטאט א באזוך ביי Hidden Creek
ס'איז א שטאט פאר זיך זייער שיין געבויעט אבער עכט גויאיש,
נאר 2 צו 3 בעדרומס וכו',

דאס בויעט א איד & אויסדריקליך אויסגענעמען אז נישט פאר אידן.
אטעטשמענטס
IMG_5399.JPG
IMG_5400.JPG
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8617
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובה דורך מיסטעריעז »

אויסגענומען מיט וועם?
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
kyshtiper
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4295
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm
לאקאציע: קרית יואל

תגובה דורך kyshtiper »

מיסטעריעז האט געשריבן:אויסגענומען מיט וועם?

ביים באקומען די פערמיטס מיט די טאון
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

תגובה דורך צווייפעל »

זענען דא אין די דירות א קעלער ווי מקען האלטן אידישקייט באהאלטענערהייט ?
אוועטאר
א איד אין גלות
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 05, 2014 2:31 pm

תגובה דורך א איד אין גלות »

kyshtiper האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:אויסגענומען מיט וועם?

ביים באקומען די פערמיטס מיט די טאון

מקור? שווער צו גלייבן.

די דעוועלאפערס אליין זענען נישט געווען דערביי אריינצורוקן אידן אינם געגנט.
פארשפארט

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”