פריש באזעצטע געגנטער אינערהאלב קרית יואל

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובה דורך נאטרוליסט »

פארנעפלט האט געשריבן:טראל ארויף טראל אראפ..יא! סשמעקט מלא נגיעות


דער טראל איז @איז דען טאקע אזוי.
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובה דורך נאטרוליסט »

מי יודע האט געשריבן:
פארנעפלט האט געשריבן:טראל ארויף טראל אראפ..יא! סשמעקט מלא נגיעות

קודם כיהודה ועוד לקרא, ביטע האלטן די לופט רואיג דא, ס'וועט זיך בעסער דעבאטירן
ער זאגט ווערטער וואס קלינגט שרעקעדיג מיט אמת'ע פאקטן, אבער סוף פסוק הערט זיך מיט נגיעות איך ווייס נישט פארוואס, איך זע נישט ווי א באנק צו אפרעיזלער וכו' האט א פראבלעם מיט די מארקעט, איך מיין אז נאך אלעם איז נאך די קביעות שער פון בי"ד טייערער די פרייז א סק. פיס ווי סיי וועלכע דירה ארום די שטעטל, און אויב דער גוי'אישער קאפ וועט פארשטיין אז בי"ד קען שטעלן פרייזן וועט ער פאר די זעלבע געלט אויך פארשטייין אז דער דימענט אויף יעדע דירה איז גרויס און ס'בלייבט נישט ליידיג, און אין זעלבן קביעת שער צעטל דאכט זיך מיר איז אויך דא א חילק פאר וויפיל מ'האט געצאלט פאר די דירה, בקיצור, דער שרייבער האט געמאכט א גוט שטיקל ארבעט, אבער איינער וואס ליגט מער אין ריעל עסטעיט ווי מיר קען עס מן הסתם בעסער מסביר זיין אז ער מאכט א שטורעם אין א ליידיגן גלעזל וואסער, כנלענ"ד


ילמדנו רבינו:
פארוואס אין סקווירא גיט נאך די באנק מארטגעדזשעס, כאטש וואס דארט איז אויך דא א קביעת שער. און נישט סתם נאר גאר שטארק אינפארסירט, נוסח סקווירא.
פארוואס אין סקווירא גייט נישט דאס שטעטל געבראכן. פארוואס בויעט מען נאך דארט? פארוואס לוינט דארט צו בויען פאר די דעוועלאפער.
פארוואס קען סקווירא'ס האוזינג עקאנאמישע "BOOMEN", און ארויפגיין נארמאל און יעדער מאכט געלט.

ביטע ענטפער אבער בתנאי אז ס'איז צו דער זאך.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובה דורך מה פתאום??? »

האב איך געמיינט אז עולם האט מיט וואס אפצוענטפערן, דערווייל קוקט אויס ווי חוץ שרייען טראל, נגיעות, דעוועלעפער, שטימט אלעס. גוט טו קנאו.
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובה דורך נאטרוליסט »

מה פתאום??? האט געשריבן:האב איך געמיינט אז עולם האט מיט וואס אפצוענטפערן, דערווייל קוקט אויס ווי חוץ שרייען טראל, נגיעות, דעוועלעפער, שטימט אלעס. גוט טו קנאו.


ליין ביטע די פריערדיגע תגובה, נאכער וועלמיר גיין ווייטער.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובה דורך ר' יום טוב »

ר' יום טוב האט געשריבן:אויב זענען פאראן אזעלכע וואס האלטן אז די תקנות וועלן זיך נישט אויסארבעטן מחמת איזה סיבה, וואס גייט זיי יעצט אזוי אין לעבן צו איבערצייגן אנדערע וואס האלטן אנדערש?
אויב זענען זיי גערעכט אז עס קען נישט ארבייטן, דאן לאמיר אביסל צוווארטן און זיך אליינס איבערצייגן.
אוועטאר
Silent
שר חמש מאות
תגובות: 512
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 11:41 am

תגובה דורך Silent »

א לאאאנגע תגובה מיט בלויז געציילטע ארגומענטן, אזאנס וואס נאר א פראפעישאנעל שרייבער קען. היות כ׳בין נישט קיין שרייבער וועל איך נישט קענען שרייבן אזא לאאאנגע תגובה, אבער כ׳וועל פרובירן אויפווייזן וואס דער שרייבער האט אויסגעלאזט אדער פארדרייט פאקטן.

די ערשטע זאך וואס דער שרייבער איז פארנומען, און לאזט נישט אויס א פערעגראף אן עס דערמאנען איז עקאנאמיע. ארויסברענגענדיג אז די תקנות וועט חרוב מאכן די קרית יואל׳ע עקאנעמי, בויענדיג אויף זיין השערה אז 25 פראצענט קרית יואל׳ע איינוואוינער ארבעטן אין די בויען / פארקויפן אינדוסטריע פון קרית יואל.

קודם כל איז ער נישט גערעכט מיט זיין 25 פראצענט שאץ, ס׳קלאר נישט אזא גרויסע פראצענט, ניטאמאל נאנט. און אויף די עצם טענה אז די וועלכע ארבייטן אין די בויען ליין וועלן פארלירן די פרנסות, איז אויך בלויז א דערשרעק מיטל, נעמענדיג אין אכט אז אפילו נאך די תקנות פרייזן בלייבט דער דעוועלאפער מיט ריוח שוין נאכן באצאלן אלע סובקאנטראקטארס, איז ווי אזוי וועלן די אינגעלייט אין די בויען אינדעסטרי פארלירך די פרנסות?

דעוועלאפערס וועל מער נישט דעוועלאפן? אבערוואס! וואס דארפסטו מער אז טאקע די גרעסטע דיל אין קרית יואל׳ע היסטאריע איז צושטאנד געקומען אונטער די שאטן פון די תקנות, און טאקע מיט אן התחייבות זיך צושטעלן דערצו! נישט נאר איז צושטאנד געקומען די דיל, נאר עטליכע דעוועלאפערס האבן זיך גאר געשלאגן פאר איר! ארויפברענגענדיג די פרייז מיט נאך קרוב צו דרייסיג מיליאן דאללער!

רעדענדיג פון אינוועסטערס, איז דאס טאקע פון די בעסטע זאכן וואס די תקנות האט געקענט ברענגען. אוועקנעמען די פליפערס פון די מארקעט. און ווי דער שרייבער מערקט אן וואס וואוינען נישט אין קרית יואל, אט די בלוט זויגער וועלן דערלייגן, גארנישט מיט די עקענאמיע פון קרית יואל.

אויסערדעם וואס די דירות מארקעט אין קרית יואל איז בכלל נישט אין קיין שום עקענאמישע סטאנדארד, ווי נאך איז דא א גאס וואס קאסט עטליכע מאל אזוי סאך ווי טויזענט פיס ארויפציהר? און צוגאב וואס עס איז דירעקט דא א מאנאפאל אין די דירות מארקעט אין קרית יואל. שרייבענדיג וועגן אמעריקאנע עקענאמיע, ווייסט דער שרייבער פון אמעריקאנע אנטי טראסט געזעצן? די פרייזן זענען קלאר נישט ארויף צוליב מאנגעל אין סופליי, ווייניארד האט נאך יעצט, נאך איבער א יאר זיין אויף די מארקעט, אוועליבעל אפארטמענטס!

דער שרייבער ברענגט ארויס אז בענק וועלן נישט געבן קיין מארגעטשעס, קיין טייטל אינשורענס, קיין אפרעיזארס, ווייל ס׳דא תקנות וואס האט נישט קיין לעגאלע (און לויטן שרייבער זאגאר קיין תורה׳דיגער) האפט. ס׳גאנץ איבריג צו אויפוויזן די אומזינסטע שרעק און פאלשע הנחות וואס דער שרייבער פראבירט דא צו בייאיינפלוסן די ליינער. כ׳וואלט אים צוריקגעפרעגט, און די באנק וועט יא געבן א מארגעדזש פאר אן אפערטמענט וואס קאסט דאפעלט ווי א פרייואטע הויז איין גאס ארויפציר? וועט אן אפרעיזער יא זיין מעגליך צו אפשאצן די זעלבע אפערטמענט וואס א חודש פארדעם איז עס געגאנגען פאר א שארט סעיל פאר א דריטעל די ווערט?

וואס דארף איך מער ווי צוטירן וואס דער שרייבער אליינס שרייבט דערמאנענדיג די ווילידזש עפארדעבל קעיר עקט. אז די בענק האבן נישט גאוואלט געבן מארגעדזשעס ווען די עפארדעבל סעיף איז געוועהן דערמאנט. און ווען עס איז נישט געווארן דערמאנט האבן זיי יא געגעבן! ווי פארשטענדליך וועט די תקנות נישט ווערן אריינגעשריבן אינעם דיד.

בענק געבן מארגעדזשעס לויט וויפל עס איז ווערט, נישט נעמענדיג אין באטראכט ואס עס האט געברענגט צו די ווערט, תקנות אדער מארקעט באבעל.

ווי באוויסט איז די בי"ד פון קרית יואל געזיצן מיט צענדליגע דעוועלאפערס, בויערס, אינוועסטארס בעפארן באשטימען די פרייז. און זיי האבן אפילו געהויבן די פרייז נאכן דירעקטן פארלאנג פון דעוועלאפערס. צו זאגן אז א דרויסענדיגער בי"ד דארף מחליט זיין אויף תקנות "בני העיר" איז פשוט אבסורד.

ס"ה איז די תקנות א דירעקטע הילף און זאגאר לעבענס וויכטיג פאר רוב תושבי קרית יואל און פאר זייערע קינדער און אייניקלעך. יא, ריכטיג, דעוועלאפערס וועלן נאר פארדינען וויפל זיי האבן פארדינט 2 יאר צוריק. פליפערס ווען דארפן זוכען ערגעץ אנדערש ווי צו ארויפטרייבן פרייזן מיט 100 טויזענט דאללער אין איין יאר. אבער הונדערטע אידישע קינדער וועלן האבן מנוחת הנפש און א דאך איבערן קאפ.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובה דורך מה פתאום??? »

ייש"כ סיילענט, קומסט אריין זייער קלאר, אן רעטאריק.
green sunday
שר האלף
תגובות: 1199
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

תגובה דורך green sunday »

Silent האט געשריבן:רעדענדיג פון אינוועסטערס, איז דאס טאקע פון די בעסטע זאכן וואס די תקנות האט געקענט ברענגען. אוועקנעמען די פליפערס פון די מארקעט. אט די בלוט זויגער וועלן דערלייגן, גארנישט מיט די עקענאמיע פון קרית יואל.
ס"ה איז פליפערס ווען דארפן זוכען ערגעץ אנדערש ווי צו ארויפטרייבן פרייזן מיט 100 טויזענט דאללער אין איין יאר. אבער הונדערטע אידישע קינדער וועלן האבן מנוחת הנפש און א דאך איבערן קאפ.

דעי אלע וואס שרייען אין פארפירן זענען געווענליך די פליפערס, מען שלעפט ארויס זייער געלט זאק פין אינטער די האנט, דוק ותשכח
פאר צענטראלע נייעס אינערהאלב קהל יטב לב ד'סאטמאר שיקט אן אימעל צי בחצרות סאטמאר
פאר לאקאלע נייעס קליקט דא מודעות קהלינו סאטמאר קרית יואל קול הקהל סאטמאר וויליאסמבורג
קרית יואל וועכענטנליכע נייעס באריכט היימשטאט
אוועטאר
געראטעוועט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 3:12 pm

תגובה דורך געראטעוועט »

איז דען טאקע אזוי האט געשריבן:
יהודי האט געשריבן:פארוואס זאל א באנק נישט געבן קיין מארגעדזש ? עס איז אסאך בעסער פאר זיי ווען עס איז קאנטרעלירט ווייל אזוי ווייסן זיי כאטש וויפיל געלט זיי קענען מאכן אויב מען צאלט זיי נישט.


די תקנות זענען איבערהויפט אומגעזעצליך. עס פארלעצט פילע סטעיט און פעדעראלע געזעצן. א באנק טאר נישט זיין פארמישט (אפילו בעקיפון) אין סיי וועלכע ענין וואס איז אומגעזעצליך. ממילא וועלן זיי "קיינמאל" נישט געבן קיין שום לאון, סיי רעזידענשאל און סיי קאמערשל.

די זעלבע זאך איז מיט טייטל אינשורענס. זיי טארן נישט זיין פארמישן אין סיי וועלכע ענין וואס איז אומגעזעצליך. און אן קיין טייטעל איז קיין אינשורענס נישטא!

אן אפרעיזעלער קען נישט געבן קיין אויפריכטיגע אפרעיזעל, ווייל עס איז נישט לויט די פרייע מארקעט, נאר לויט'ן החלטה פון בי"ד, ד"ה אויב דער בי"ד איז מארגן אנדערש מחליט, טוישט זיך די פרייז. דאס איז נישט קיין אויפריכטיגע אפרעיזעל און וועט קיינמאל נישט באשטעטיגט ווערן אין באנק.

אפילו דער ווילידזש אפארדעבל COVINET ריסטריקשאנס טוט די באנק נישט לאזן אריינלייגן אין דיד ווייל עס איז נישט אויסגעהאלטן, און זענען בשום אופן נישט מסכים צו געבן א מארטגעדזש אויב מען לייגט עס אריין.

נארמאלערהייט וועט די באנק זעהן די זעלבע פרייזן וואס זיי האבען געזעהן פארדעם
חוץ אויב עס וועט קומען א מסור וואס האט גלייכט אידיש בלוט אין זיכער מאכען צו טוהן וואס ער קען אז די בענק זאלען מורא האבען צו געבן מארגעזשעס
מוז אויך נישט זיין אז עס וועט אים געלונגען

מען דארף נישט צו טיעף קוקען אין זעהן אין זעהן די תגובה פין דיין נייע ניק אין וואס די ציהלס
ווען איינער טרעפט א פראבלעם מיט די ענעקסעישאן אין רייסט עס אראפ דערוועגן קען מען נאך טענה'ן
אבער וועט איינער טרעפט 'נאר' חסרונות אין נאך אזעלכע אויסזויגענע, אין מאכט נאך זיכער עס צוצישפרייטן אין ארומשיקן איבעראל (אפגערעדט אז ס'נאך דא סתירות אינצווישן) אין אלעס קלאר
proud user of
Geder
אוועטאר
געראטעוועט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 3:12 pm

תגובה דורך געראטעוועט »

Hope so האט געשריבן:דער ניק ''איז דען טאקע אזוי'' קוק מיר אויס איז דירעקעט געווארן אפיקטעירט פון די תקנות ער האט לכבודו פון זיין ארטיקעל געפענט זיין ניק
סאיז מיר שווער צו טראכטען וואפארע אמציעס ער האט דא. סקען זיין ער האט געשארט גאלד אויף אידישע בלוט פון פליפען אפשער איז ער גאר א בויער אדער ווער ווייסט וואס
איין זאך איז מיר זעכער אז ער איז נישט פון די 90% שטעטעל וואס פלאגט זיך אין ארבעט שווער צו מאכן א דאלער
proud user of
Geder
שלך לחמך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 6:19 pm

תגובה דורך שלך לחמך »

די בענק וואס האבן מורא פון א קלאסט קאמיאנעטי האבן שוין לאנג ציריק נישט געוואלט קענען נישט 10950 און נישט 11211
יארן ציריק איז געווען א געטיעכץ דאכט זיך מיט סיטי בענק אז זיי האבן עמטליך/אומעמטליך געמאכט א רויטע סירקל אויף וויליאמסבורג מיט קרית יואל און נישט געוואלט געבן א מארגעדזש מיטן תירוץ אז עס איז א קלאסט קאמיוניטי און זיי קענען נישט די עכטע פרייזן.
משא״כ דא איז די פלאן אז עס גייט זיין זייער אפען אלעס, און איך זע נישט ווי פינקטליך די באנק זאל האבן א פראבלעם דערמיט.
Greeneryid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 6:23 pm

מאנרא פלאנירער סורוועי

תגובה דורך Greeneryid »

ביטע, טוטס א טובה און פילטס אויס דעם סורוועי. אויב דו פארשטייסט נישט קיין ענגליש, ביטע לאז געמאכט ווייל וועסט נאך ענטפערן פארקערט ווי אזוי דו ווילסט. אויב דו פארשטייסט יא מאך זיכער זיך צו לאזן הערן אייער מיינונג. פארגעסט נישט זיך צו לאזן הערן אז מען זאל זיך רעכענען מיט מער ווי פופציג פראצענט פון איינוואוינערס אינעם טאון וואס דארפן היי דענסיטי האוזינג. איינע פון די שאלות איז צו מען זאל מאכן אן ארכיטעקטועל באורד וואס זאל באשליסן אויב אייער פלאן שטימט מיט זייער טעיסט און די זעלבע איז מיט א היסטאריקעל פרעזערוועישן באורד. דאס איז אלעס נאר געמאכט עס זאל זיין שווערער צי בויען און קאסטן סאך טייערער און נעמען סאך לענגער. יעדע זאך וועט מוזן דורך גיין פינף עפראוועלס, יעדע באורד וועט צו לייגן אדער אראפ נעמען וואס זיי ווילן, מען וועט דארפן צוריק גיין כמה פעמים צו זיכער מאכן אז די באורדס האבן ליעב דיין דיזיין, דיין קאליר, דיין גלויבן וכו' אויך דארף מען האבן מער קאמערשעל פלאץ. ביטע לאזט זיך הערן ווי פריער. איך בין זיכער אז זיי גייען אראפ נעמען די סורוועי אזוי ווי זיי גייען זעהן אז זיי הערן זאכן וואס זיי ווילן נישט. כאפט אריין. דאס איז פאר אלע מענטשן פון טאון אף מאנרא אריינגערעכנט די ווילידזשעס.

https://www.surveymonkey.com/r/Monroe_Survey
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובה דורך ר' יום טוב »

8 הייזער לעצטנס פארקויפט פאר אידן אין די דאזיגע "עקסקלוסיוו" געגנט.
http://highlandlakeestates.com/home
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

תגובה דורך דברים אלו »

ווי איז דאס
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובה דורך farshlufen »

דברים אלו האט געשריבן:ווי איז דאס

לייענט דא
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

תגובה דורך פאטאקי08 »

Greeneryid האט געשריבן:ביטע, טוטס א טובה און פילטס אויס דעם סורוועי. אויב דו פארשטייסט נישט קיין ענגליש, ביטע לאז געמאכט ווייל וועסט נאך ענטפערן פארקערט ווי אזוי דו ווילסט. אויב דו פארשטייסט יא מאך זיכער זיך צו לאזן הערן אייער מיינונג. פארגעסט נישט זיך צו לאזן הערן אז מען זאל זיך רעכענען מיט מער ווי פופציג פראצענט פון איינוואוינערס אינעם טאון וואס דארפן היי דענסיטי האוזינג. איינע פון די שאלות איז צו מען זאל מאכן אן ארכיטעקטועל באורד וואס זאל באשליסן אויב אייער פלאן שטימט מיט זייער טעיסט און די זעלבע איז מיט א היסטאריקעל פרעזערוועישן באורד. דאס איז אלעס נאר געמאכט עס זאל זיין שווערער צי בויען און קאסטן סאך טייערער און נעמען סאך לענגער. יעדע זאך וועט מוזן דורך גיין פינף עפראוועלס, יעדע באורד וועט צו לייגן אדער אראפ נעמען וואס זיי ווילן, מען וועט דארפן צוריק גיין כמה פעמים צו זיכער מאכן אז די באורדס האבן ליעב דיין דיזיין, דיין קאליר, דיין גלויבן וכו' אויך דארף מען האבן מער קאמערשעל פלאץ. ביטע לאזט זיך הערן ווי פריער. איך בין זיכער אז זיי גייען אראפ נעמען די סורוועי אזוי ווי זיי גייען זעהן אז זיי הערן זאכן וואס זיי ווילן נישט. כאפט אריין. דאס איז פאר אלע מענטשן פון טאון אף מאנרא אריינגערעכנט די ווילידזשעס.

https://www.surveymonkey.com/r/Monroe_Survey

קאוד: וועל אויס אלע

1   No
2   1   No
   2   No
   3   Yes
   4   Yes
3   Affordable Housing|Employment Opportunities|Housing Diversity|Housing Opportunities|Shopping Opportunities
4   No
5   None
6   Stream Corridors
7   No
8   None
9   No
10   No
11   No To All
12   No
13   No To All
14   Yes
15   Issue 1   Housing Shortage
   Issue 2   Housing Shortage
   Issue 3   Housing Shortage
Hope so
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 19, 2012 8:26 pm

תגובה דורך Hope so »

Whats going on in south blooming grove prices going down
אטעטשמענטס
דבר יום
דבר יום
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובה דורך רצון טוב »

Hope so האט געשריבן:Whats going on in south blooming grove prices going down

עס האט יעדער געשאצט אז נאך די ווינט פין תקנות
און שכונת ויואל משה
פלאס אנעקסעישאן וואס שאפט אז ווינציגער אידן זאלען קומען צו לויפען אויף יעדע איינציגע דירה וועט די פרייזן פאלען
ס'דא וואס רעכענען אז עס וועט נאך אנקימען צו 100 פער סק. פוס
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

תגובה דורך פרוביר אויך »

רצון טוב האט געשריבן:
Hope so האט געשריבן:Whats going on in south blooming grove prices going down

עס האט יעדער געשאצט אז נאך די ווינט פין תקנות
און שכונת ויואל משה
פלאס אנעקסעישאן וואס שאפט אז ווינציגער אידן זאלען קומען צו לויפען אויף יעדע איינציגע דירה וועט די פרייזן פאלען
ס'דא וואס רעכענען אז עס וועט נאך אנקימען צו 100 פער סק. פוס

װײז מיר 1 דירה אױף די מארקעט פאר $150 א סקװער פיס

די פרײז איז געפאלען, פון צװײ חדשים צוריק
אבער עס האלט נאכנישט װי אפילו א האלב יאר צוריק

דאס יא.
עס איז דא יעצט אסאך דירות אױף די מארקעט
און רעזילטאט װאס די געגנד װערט אידיש, און די גױם אנטלױפען פון דארט
װאס דאס קען נאכמער אראפברענגען די פרײזען

אבער 100 א פיס איז אוממעגליך
אז יענער קען קענסטו אויך
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובה דורך רצון טוב »

פרעג דיר נאך וויפיל שיינע גרויסע לאט'ס מיט דירות פון 2000 סק. פוס עס איז יעצט דא פאר 150 א סק. פוס

בנוגע צו עס וועט גרייכען ביז 100, וועל מיר רעדן אין עטליכע חדשים ארום ווי די פרייזן האלטן,
משיח זאל אוודאי אינז שוין ווי פריער אויסלייזען
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובה דורך ר' יום טוב »

טאון אוו מאנרא פארלענגערט מאראטאריום פאר נאך 90 טעג!
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובה דורך רצון טוב »

ר' יום טוב האט געשריבן:טאון אוו מאנרא פארלענגערט מאראטאריום פאר נאך 90 טעג!


איז עס די גויאישע כוחות וואס בלאקירען די בוי פין דירות אדער איז דא נאך הענט פארמישט אין דעם?
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובה דורך ר' יום טוב »

אפגעזען צו ס'פאראן אזעלכע וועלכע האבן א האנט דערין בכה ובכה, איז איינמאל זיכער אז דער "צענטראלער" טרייבקראפט פונעם מאראטאריום, איז נישט פאליטיק אדער ענוויינראמענט.
עס איז אנטיסעמיטיזם!
און דאס דארף באזארגן יעדן תושב צוגלייך.
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

תגובה דורך דברים אלו »

וואס האט מען פון זארגן?
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

תגובה דורך מצלמה »

רצון טוב האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:טאון אוו מאנרא פארלענגערט מאראטאריום פאר נאך 90 טעג!


איז עס די גויאישע כוחות וואס בלאקירען די בוי פין דירות אדער איז דא נאך הענט פארמישט אין דעם?


ווילעדזש אוו עירמאנט פלאנירט אויך א מאראטאריום אויף בויען.
עס זענען איבעראל די גויים, מיט די אקטיווע שטיצע פון ״יד ישראל באמצע״.
פארשפארט

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”