דער 'רעקארד' באריכטעט נעכטן אז א פרישע פעטיציע איז אריינגעגעבן געווארן פאר דעם 'סעווען ספרינגס ווילעזש'.
דאס קומט נאכדעם וואס מאנראו סופערווייזער טאני קארדאן, האט צוריקגעוויזן די פריערדיגע פעטיציע, מיטן אויסרייד אז עס פעלט אויס 20 פראצענט פון די סכום נפשות אין טאון, א לעכערליכער אויסרייד.
אין דעם נייעם פעטיציע האט מען אויך אריינגענומען א חלק פון 'הערימאן קאמאנס' וואס האבן געטוישט מיינונג, און יעצט זיך אויך אנגעשלאסן, נאכדעם וואס אין אנפאנג האבן זיי דאס נישט געוואלט.
מען האט בכונה ארויסגעלאזט 2 האוזינג קאמפלעקסעס וואס וואלטן זיך קעגנגעשטעלט צו דעם ווילעזש, אזוי אז זיי בלייבן אינדרויסן פון אריינרעדן.
דער רעקארד באריכט*
ווי ס'קוקט מיר אויס איז דער טאוני קארדאן, ''דא פאר ביזנעס'', און ער וועט פרובירן צו שטערן דעם פעטיציע, מיט אלע סארט לעכערליכע אויסריידן וואס זענען דא אין דיקשאנערי.
איך בין נישט אויפן ארט, איך קען אים נישט פערזענליך, קען איך בלויז זאגן לויטן ווינט וואס בלאזט.
קארדאן איז אריינגעוועלט געווארן דורך די אנטי וואוקס עלעמענטן, איז נישט מער ווי יושר ער זאל 'דעליווערן פאר זיינע ערוועלער'...
לויט דעם אויסרייד וואס ער האט גענוצט זע מיר אז ער גרייט זיך, בעסער געזאגט גרייט זיך נישט, צו באשטעטיגן דעם ווילעזש.
חוץ פון דעם איז דאך דא יעצט פרישע געזעץ פארשלאגן וואס ווילן פארשווערן דעם גרינדונג פון ווילעדזש'ס אין ניו יארק סטעיט, און סענאטאר סקופיס האלט אז דאס וועט קענען אפהאלטן דעם ווילעדזש אוו סעווען ספרינגס.
(דאס איז דער זעלבער סקופיס וואס נאך אלע פארהאנדלונגען ביים טאון אוו פאלם טרי, ווען יעדער איז שוין געווען פרייליך אז עס איז דא א גוטער דיעל, קרית יואל בלייבט דא און די גוים בלייבן דארט, האט סקופיס ארויסגעהאלפן, ער האט ארלעדיגט אז קרית יואל זאל שוין ווערן פאלם טרי אין 2019, אנשטאט מען זאל דארפן ווארטן ביז 20' ווי דער געזעץ איז דאן געווען און ס'טאקע געטוישט געווארן אויף זיין אינציאטיוו און פאלם טרי איז שוין א פאקט. דאס האט ער נישט געטון ווייל ער צייכנט זיך אויס מיט 'ליבשאפט' צו קרית יואל... נאר ווייל די אנטי וואוקס האבן געוואלט האלטן קרית יואל וואס ווייטער ווי זיך. אצינד, ווען מען האט דעם נייעם פעטיציע וועלן זיך די אנטי וואוקס קעגנשטעלן אויפן שארפסטן פארנעם, וועלן ווילדעווען און שטורמען, און פילייכט וועט מען זיך פריש אראפזעצן צום פארהאנדלונגס טיש, מען וועט אויסארבעטן א דיעל, און יעדער וועט ווידער זיין צופרידן... דאס איז נאר א השערה, ווייל עס נעמט אסאך קאפ וויי, יארן פון קריגערייען און דאן יארן פון פארהאנדלונגען, אזוי אויך ביי קרית יואל איז צונוץ געקומען דער מאכטפולער פאליטישער כח, און די וואונקען פון אלבאני אז עס זאל ווערן סדר, מען זאל זיך אויסגלייכן. וועלמיר זעהן וויאזוי עס וועט זיך אויסארבעטן ביים 'ווילעדזש אוו סעווען ספרינגס'.)