פריש באזעצטע געגנטער אינערהאלב קרית יואל

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

proudyid
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 14, 2014 12:16 pm

תגובה דורך proudyid »

Today in Hayom Yoim
אטעטשמענטס
Untitled.png
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13895
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

תגובה דורך פאטאקי08 »

proudyid האט געשריבן:Today in Hayom Yoim

איינע פון די הייזער געפינען זיך אין די שטחים?
אבי.גערעדט
שר האלף
תגובות: 1332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובה דורך אבי.גערעדט »

יאפ, ס'גרויסע צרות, די אינוועסטערס/בראוקערס, פרייז ארויפציערס, סתם גנבים, רוף זיי וויאזוי די ווילסט, אט די דערמאנטע האבן זיך צוגעכאפט צו די הייסע דרויסענדיגע מארקעט, און מיט דעם האט זיך מיר ווייניגער געענדיגט די צייטן ווען מ'האט געקענט קויפן א שפאן אוועק פון שטעטל פאר ביליג, יעצט גייט יעדער וויינען, מ'גייט זאגן זעסט די הויז? פאר 2 חודשים צוריק האבעך עס געקענט האבן פאר 250k יעצט גייט יעצט פאר 400,

כאפן דארף מען ווען ס'נישט אזוי פאפולער, גיימער זיך דאס אמאל אויסלערנען? אויב יא , ווען?
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובה דורך מאנ-יימער »

אויסלערנען וואס? יעדע אינוועסטמענט ארבעט אזוי, ווי גרעסער די ריסק אלס גרעסער די רווחים, ווען ס'איז נאכנישט פאפולער איז די ריסק גרעסער, נישט יעדער וויל נעמען די ריסק.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
א איד אין גלות
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 05, 2014 2:31 pm

תגובה דורך א איד אין גלות »

נישט באמערקט ס'זאל זיין אזוי טייער, ס'איז נאך אלס איבער 100ק ביליגער ווי אין די געגנט.
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

תגובה דורך מחותן »

א איד אין גלות האט געשריבן:נישט באמערקט ס'זאל זיין אזוי טייער, ס'איז נאך אלס איבער 100ק ביליגער ווי אין די געגנט.


און 300K ביליגער ווי אין ווילי.. ממש א מציאה.
אוועטאר
אינוועסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 1:34 pm

תגובה דורך אינוועסטער »

אבי.גערעדט האט געשריבן:פרייז ארויפציערס, סתם גנבים, רוף זיי וויאזוי די ווילסט,



With all the respect
האסט געטראכט פאר די האסט געשריבן? געבעיסט אויף וואס?
yid
שר האלף
תגובות: 1881
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 08, 2011 6:37 pm

תגובה דורך yid »

in the yazori
אטעטשמענטס
new village.JPG
אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

תגובה דורך מבין נומ 1 »

אן עד פאר די זעלבע פראפערטי לעבן קרית יואל.
לויט ווי איך הער יאווען זיך שוין ערנסטע פלענער פון גרופעס וואס ווילן זיך אהינציען...
אטעטשמענטס
spread-ad-shea-meadows.jpg
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...
אוועטאר
קל_וחומר
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 28, 2008 6:25 pm
לאקאציע: אינעם נעץ

קידוש השם

תגובה דורך קל_וחומר »

אויפן ספר הפנים ביי די UM גרופע, האט מען פארפירט וועגען די קויפערס פון די נייע קאנטרי מיט די הייזער ארום, אין היילענד מילס - וואדבורי.
האט איינע פון די שכנים געשריבען דאס פאלגענדע:
On a side note I have to say, I spoke with my hasidic neighbors today, the ones that bought the house behind me for a weekend getaway from brooklyn, THey are very very nice (or so they seem). They are quiet and keep to themselves. They asked us why is there so much anger towards them moving into our development. We told them honestly, we have no problem with anyone moving into our development as long as the follow the current zoning laws and are respectful of neighbors by maintaining their property. We did tell them about how we and other neighbors feel harassed by people knocking on doors and asking to buy, and the constant KJ patrolling of our neighborhood. He said he had no idea that was happening (he went thru a broker when the house was up on the market). We asked him that if he really wants to be a good neighbor, perhaps he can talk to his friends in the bungalow community and tell them to stop. He really seemed sincere that he didn't know it was an issue and seems like he just wants some peace and quiet for his kids to run around the backyard. They bring us food on shabbos (its a mitzvah). I don't know if I'm being nieve (since I always think the best of people), but at least we got our concerns aried to someone who maybe can make a difference. Who knows. I don't think they are all bad, perhaps the ones from Brooklyn may be different and not as strick (their kids and friends were all playing together, not divided by gender). I really hope that we can all live together peacefully. KJ is not going away, but as people stated in the meeting, they'd rather they spread out throughout the county. Well that is happening and it is up to accept it, as long as they are good neighbors.
אז עס גייט נישט וויאזוי מ'וויל, דארף מען ווילן וויאזוי עס גייט.
חיל
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 5:53 pm

תגובה דורך חיל »

פונעם ביא פון איינע פון די 2 י.מ. קאנדידאטן אויפן י.מ. וועבסייט:
Mike McGinn – Monroe Town Council
I moved to Monroe in 1993 and have raised four wonderful children here. Over the years, I have been involved with several community based initiatives to address unabated development along the Rye Hill Road corridor.
אינוועסטיגאטיוו רעפארטער
חיל
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 5:53 pm

תגובה דורך חיל »

אז מ'רעדט שוין, דער 2'טער י.מ. קאנדידאט איז לכאו' געווען דער ערשטער איינצופירן - צוליב געוויסע סיבות - צו פארלאנגען אן איי.די. אריינצוגיין אין די ארומיגע פארקס.
http://www.vosizneias.com/3312/2006/05/ ... -photo-id/
אינוועסטיגאטיוו רעפארטער
אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2312
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

תגובה דורך בערקא »

קל_וחומר האט געשריבן:אויפן ספר הפנים ביי די UM גרופע, האט מען פארפירט וועגען די קויפערס פון די נייע קאנטרי מיט די הייזער ארום, אין היילענד מילס - וואדבורי.
האט איינע פון די שכנים געשריבען דאס פאלגענדע:
On a side note I have to say, I spoke with my hasidic neighbors today, the ones that bought the house behind me for a weekend getaway from brooklyn, THey are very very nice (or so they seem). They are quiet and keep to themselves. They asked us why is there so much anger towards them moving into our development. We told them honestly, we have no problem with anyone moving into our development as long as the follow the current zoning laws and are respectful of neighbors by maintaining their property. We did tell them about how we and other neighbors feel harassed by people knocking on doors and asking to buy, and the constant KJ patrolling of our neighborhood. He said he had no idea that was happening (he went thru a broker when the house was up on the market). We asked him that if he really wants to be a good neighbor, perhaps he can talk to his friends in the bungalow community and tell them to stop. He really seemed sincere that he didn't know it was an issue and seems like he just wants some peace and quiet for his kids to run around the backyard. They bring us food on shabbos (its a mitzvah). I don't know if I'm being nieve (since I always think the best of people), but at least we got our concerns aried to someone who maybe can make a difference. Who knows. I don't think they are all bad, perhaps the ones from Brooklyn may be different and not as strick (their kids and friends were all playing together, not divided by gender). I really hope that we can all live together peacefully. KJ is not going away, but as people stated in the meeting, they'd rather they spread out throughout the county. Well that is happening and it is up to accept it, as long as they are good neighbors.

א שיינע פאסט

כ׳טריי נאר צו פארשטיין וואס די העק אינטערסירט דעם קרוץ מחומר (נדנ) צו זיינע שכינים שפילן זיך מיט די אפעסיט דזענדער אדער סעגערעטעד, איי מיען
דאס האט אויך מיט די באנדלעך און הארמאני?!
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 14686
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

תגובה דורך הרב_שלום »

אין היילענד מילס איז דא צובאקומען זייער ביליגע דירות מאכט א גוגל סערטש אויף
Real estate in highland mills ny

סאיז נאנט צו county hollow וואס עטליכע משפחות האבן דארט געקויפט דירות
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2312
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

תגובה דורך בערקא »

ליינענדיג וואס דער גוי שרייבט ווי עס גייט אים אויף די געהירן ווען מ׳קלאפט אריין צו די גוים און מפרעגט זיי דירעקט אויב זיי זענען גרייט צו פארקויפן די הויז, האב איך מיך דערמאנט וואס א גויאישער ריעלטאר האט געזאגט פאר א ידיד מיינער, ער זאגט אז די אידן וואס לויפן ארום צו די שכינים צאלן אסאך מאל איבער די מארקעט וועליו פון די הייזער, איינער גיט א פרייז דער צווייטער ציעט העכער וכו׳ ודי והבן, ער זאגט אז ווען מ׳גייט דורך א בראקער קען נישט דער מוכר בעהטן מער ווי די מארקעט וועליו פון די געגנט, אין אטאמאטיש ווען איין איד קויפט וואלטן נאך אפאר גוים ענג געווארן און זיי וואלטן ארויפגעשטעלט זייערע הייזער צו פארקויפן, דאס מיינט אז נישט וואלט די פרייז נישט ארויף מיט דעם וואס די אידן קומען אריין פארקערט עס וואלט נאך געפאלן,
חיל
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 5:53 pm

תגובה דורך חיל »

די הויז איז פאר סעיל, עס איז נעקסט צו א הויז אין וואס א איד וואוינט שוין (זומער).
http://www.homes.com/property/46-countr ... 020967571/
אינוועסטיגאטיוו רעפארטער
חיל
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 5:53 pm

דעוועלאפמענטס נעבן קר"י

תגובה דורך חיל »

עטליכע קאמענטס אויפן יונייטעד מאנרא בלעטל קעגן די 'קארופציע' וואס קומט פאר אויף Rye hill Rd.
אינוועסטיגאטיוו רעפארטער
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובה דורך מיללער »

חיל האט געשריבן:עטליכע קאמענטס אויפן יונייטעד מאנרא בלעטל קעגן די 'קארופציע' וואס קומט פאר אויף Rye hill Rd.

וואספארא קארופציע?

כ'האב געמיינט אז אין טאון ווילן זיי יא אז מ'זאל זיך באזעצן?

גראדע, אין "די וואכנשריפט" איז יענע וואך געווען אן ארטיקל איבער די "ריי הילל" דעוועלאפמענט, און בכלל איבער דאס ארויסציען זיך אין די דערנעבנדיגע טאונס, שרייבנדיג אז די שכנים נעמען דאס אויף זייער פאזיטיוו.

אפשר קענט איר ברענגען דא פון די קאמענטארן אויף זייער בלעטל?
פ' לך לך
שר האלף
תגובות: 1334
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

תגובה דורך פ' לך לך »

מיללער האט געשריבן:גראדע, אין "די וואכנשריפט" איז יענע וואך געווען אן ארטיקל איבער די "ריי הילל" דעוועלאפמענט, און בכלל איבער דאס ארויסציען זיך אין די דערנעבנדיגע טאונס, שרייבנדיג אז די שכנים נעמען דאס אויף זייער פאזיטיוו.


און אז דאס איז דער בעסטע לעזונג פאר די טויזענטער צוקונפטיגע תושבים.
קען טאקע זיין.

דער ארטיקל

שטאַרקע אויפוואַכונג ביים ברייטן ציבור מרחיב צו זיין גבולי הקדושה פון קרית יואל מיט'ן זיך אויסשפּרייטן אין די אומגעגנט אין נייע דעוועלאָפּמענטס אין אַרומיגע טאַונס

קרית יואל. — אין שאָטן פונעם געשאפענעם דירות–מאַנגל, הערשט אין די לעצטע שטיק צייט אַ פארשטארקטע אויפוואַכונג ביים ציבור צו לעזן דעם קריזיס מיט׳ן נעמען שריט אין אַ נייע ריכטונג: זיך אויסצושפּרייטן און מרחיב זיין די גבולי הקדושה פון שטאָט קרית יואל און די ארומיגע טאונס, ווי אין מאָנראָו, וואודבורי, בלומינגראוו, טשעסטער און נאך ערטער, וואו עס וועלן אויפגעשטעלט ווערן הערליכע נייע דעוועלאָפּמענטס — קלענערע און גרעסערע — מיט הונדערטער הייזער און דירות פאר היימישע אידן זיך דארטן צו באזעצן בעז"ה. אין צוגאב זענען געוויסע פּראָפּערטיס אין צענטער פון קרית יואל אויך באַשטעטיגט געוואָרן דורכ'ן טאַון–אוו–מאָנראָו שוין צו קענען בויען דערויף א עטליכע הונדערט דירות. אזוי ארום אז עס זעט זיך פאָר א היבשע דערלייכטערונג אינעם דירות מאנגל בסייעתא דשמיא גייענדיג אין דעם ריכטונג.

יעצט האַנדעלט זיך פון די ניי פראקלאמירטער ישוב אין טאון–אוו–מאנרא בלויז געציילטע מינוטן נאענט צו קרית יואל, וואו עס ווערן אין די טעג פאַרקויפט סוב– דיוויידעד פּראָפּערטיס פאר אידן וואס זוכן א פּאסיגן ארט ווי זיך צו באזעצן מיט ישוב און הרחבת הדעת און גלייכצייטיג זיין נאענט צום באוואוינטען ישוב. ווי די עסקנים געבן איבער, ציט עס גרויס אינטערעסע ביים ציבור, און אין די ערשטע וואכן איז מען שוין אריין אין קאנטראקט מיט א שיינער צאל חשוב'טע בעלי בתים און בני תורה וואס האבן אין פּלאן זיך דארט קובע צו זיין מקום מושבותיהם אין א מזל'דיגע שעה.

די דעוועלאָפּמענטס פארדינען די געוואלדיגע בענעפיט אז זיי געפינען זיך גאנץ נאענט ארום קרית יואל, וואס איז שוין אַן אויסגעבויעטער שטאט מיט אלע געברויכן פאר א ווירבלענדן אידיש לעבן וועלכעס פעלט זיך אויס פאר א איד ווען ער באזעצט זיך ווי אימער. עס איז אין פּלאַן ביי יעדע פון די נייע ישובים אויפצובויען לאקאלע שיינע בתי מדרשים און מקוואות, אָבער די אלע אנדערע ציבור׳ישע געברויכן — ווי מוסדות התורה פאַר אינגלעך און מיידלעך, געשעפטן און אלעס נאך וואס זענען די ערשטע ריזיגע אונטערנעמונגען — וואס שלעפּט גלייך אריין אין אומגעהויערע קאסטן וועט לעת עתה ווערן באנוצט מיט די וואס געפינען זיך שוין אין די אומגעגנט. דאס גיט נאך א שטארקע שאנס צו ערמעגליכן די געגנטער זאלן צושטאנד קומען, אַז זיי זאלן האבן די מעגליכקייט צו ווערן א מציאות און זיך נישט דארפן גלייך פּלאגן מיט דעם עול ווילאנג זיי וועלן זיך צעוואקסן גענוג גרויס, און וועלן שוין דעמאלטס זיך איינאָרדענען אייגענע בתי חינוך לבנים ולבנות לויט'ן אייגנארטיגן געברויך.

ווי זעלבסטפארשטענדליך וועלן די מוסדות התורה און קהילות הקודש אין קרית יואל שטיין צו די האנט ארויסצוהעלפן די אידן אין די נייע געגנטער — נענטערע און ווייטערע — זיי צו געבן און ארויסשטרעקן די נויטיגע הילף און קאָאַפּעראציע אין א צייט ווען אחב״י פון דאהי און אין די שטאט קוקן אזוי ארויס אויף א לינדערונג אין דעם דירות קריזיס מען זאל קענען מגדל זיין די קומענדיגע דורות מיט הרחבת הדעת ביז מען וועט שוין זוכה זיין אז די אלע אידישע שטעט און שטעטלעך וועלן נקבע ווערן אין ארץ ישראל מיט'ן אנקום פון משיח צדקינו.

די אלע אונטערנעמונגען ווערן גאר שטארק באגריסט דורך כלל טוער און אישי ופרנסי הציבור אלס גאר פּאָזיטיוו, עס זעט זיך בלויז פאר אויפריכטיג אז ווי איידער צו וואוינען — צוגלייך ווי עס וואוינען די סיטי איינוואוינער — אין פיר אדער גאר פינף שטאקיגע געביידעס מיט אָדער אַן עלעוועטאר און אָן קיין גראז ארום דעם הויז, זאל מען פאַר'ן זעלבן פּרייז ענדערש וואוינען בהרחבה ווי עס פעלט זיך אויס פאר אונזער היימישער ציבור מיט קינדער געבענטשטע משפחות בליעה"ר, אויף דעם שטייגער ווי עס ווערט כסדר געבויעט נייע דעוועלאָפּמענטס אין די ארומיגע טאונס און זיי ווערן פארקויפט אין די נישט אידישע מארקעט פּריוואטע הייזקעס מיט א שיינע פּאָנאראמע מיט גראז און ביימער און א שטיקל הויף פון פארנט און פון הינטער דעם הויז.

די שריט ווערט אויך פאראויסגעזען דורך פּאָליטיקער און אנאליזער אז עס וועט גאנץ מעגליך אויך שטארק בארואיגן און רעדוצירן די אנגעהעצטע אנטיסימעטיזם, פיל מער ווי–סיי וועלכע אנדערע אונטערנעמונגען וואס קענען אויך לעזן די געשאפענע דירות קריזיס, אבער ריזיקירט ווייטער מיט דעם "למה תתראו". אנגעבליך באקלאגן זיך אונזערע שכנים אויף צוויי טעמעס: צום ערשט די סארט לעבנס– שטייגער וואס זיי האבן זיך אויסגעקליבן צו וואוינען דווקא אין די סובורבס וואו מען לעבט מער אויסגעשפּרייט און נישט אין זייער געדיכט באוואוינטע געגענטער ווי אין די סיטי; צווייטנס, און הויפּטזעכליך דאס וואס מיר זענען קאָנצעטרירט אין איין ראיאן און נעמען אזוי ארום אוועק זייערע מעגליכקייטן זיך צו לאזן הערן מיט זייערע שטים–רעכטן ווייל עס ווערט גענוצט א קאנצענטרירטער בלאק-וואוט וואס טוט דערשטיקן זייערע שטימען.

אז מען איז גענוג פארזיכטיג און נישט אַגרעסיוו, איז דא שטארקע שאנסן אז מיט׳ן זיך אביסל רעכענען מיט זייער לעבנס– שטייגער וועט דער נייער געשאפענער באוועגונג פון זיך באזעצן אין די געפּלאנטע קלענערע און גרעסערע דעוועלאָפּמענטס — וואס ווערן געבויט נישט אין קאנטראסט מיט דעם סארט געבוי פון די הייזער אין די סובורבס און זענען אויך נישט קאנצענטרירט נאר אין איין איינציגער ראיאן — קען דאס פיל ארויסהעלפן אויף ביידע פראָנטן סיי לעזן דעם דירות קריזיס און גלייכצייטיג עררייכן צו בארואיגן די געמיטער פון די ארומיגע שכנים.
חיל
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 5:53 pm

תגובה דורך חיל »

אז עימיצער וויל גיין וואוינען - מיטן צושטימונג פון די בני בית קיין נאנאש, כל הכבוד. נישט אוועקצומאכן - דאס איז אבער נישט קיין 'לעזונג', עס איז בלויז א טרונק ביזן קרעטשמע און איז ביז יעצט אויך געווען.
די דאזיגע דעוועלאפמענט ספעציפיש האט געהאט מזל מיטן באקומען מיט א לענגערע צייט צוריק וואסער און סוער באשטעטיגונג פונעם ווילידזש אוו מאנרא, אבער דער קראן איז שוין אצינד פארמאכט. (דער טאון שטעלט דאס נישט צו). דער אילוזיע פון טויזנטער דירות איז נישט רעאליסטיש גערעדט.
אינוועסטיגאטיוו רעפארטער
אוועטאר
kyshtiper
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4295
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm
לאקאציע: קרית יואל

נייע דעוועלאפמענט

תגובה דורך kyshtiper »

זעה איך אז די נייע דעוועלעפמענט פארקויפט זיך פיין
אטעטשמענטס
Shea Meadows.jpg
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)
אבי.גערעדט
שר האלף
תגובות: 1332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובה דורך אבי.גערעדט »

kyshtiper האט געשריבן:זעה איך אז די נייע דעוועלעפמענט פארקויפט זיך פיין



אור אלטער טאקטיק, מ'שרייבט אז ס'פארקויפט זיך אין די מאסן, די חברה זענען פיינע מבינים אויפן ציבור, זיי ווילן מאכן א פאניק אז מ'צוכאפט עס
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

תגובה דורך מחותן »

@ חיל, עס איז דא נאך א דעוועלעפמענט איבער וואס מען פארהאנדעלט נאך. און נאך א פוינט וואס איר האט פארזען אז עס איז מעגליך אז אין די נייע דעוועלעפמענט זאל קאסטען א הויז געבויעט אויף א האלבע לאט ביליגער אדער אייניג ווי א קאנדאו הויז אין קר״, אויב שטעלט זיך עס ארויס אז עס איז טאקע אזוי איז עס א שטארקע פראסק פאר די בילדערס, און פאר תושבי קר״י בכלל, און עס וועט לייגער גאר שטארקע פרעשור אויף די הנהלת הקריה אז זיי זאלען מוזען נעמען די זאך אין די הענט און זען צו סטאבעלעזירען די פרייזען איינמאל די אנעקסעשין גייט אדורוך.

אבער יתכן אז די אדווערטייזמענט איז לופט, און מען קען נישט בויען קיין הויז פאר 3k
אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

תגובה דורך משה יענקל »

אבי.גערעדט האט געשריבן:
kyshtiper האט געשריבן:זעה איך אז די נייע דעוועלעפמענט פארקויפט זיך פיין



אור אלטער טאקטיק, מ'שרייבט אז ס'פארקויפט זיך אין די מאסן, די חברה זענען פיינע מבינים אויפן ציבור, זיי ווילן מאכן א פאניק אז מ'צוכאפט עס

I know of someone who gave a deposit
חיל
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 5:53 pm

תגובה דורך חיל »

מחותן האט געשריבן:@ חיל, עס איז דא נאך א דעוועלעפמענט איבער וואס מען פארהאנדעלט נאך. און נאך א פוינט וואס איר האט פארזען אז עס איז מעגליך אז אין די נייע דעוועלעפמענט זאל קאסטען א הויז געבויעט אויף א האלבע לאט ביליגער אדער אייניג ווי א קאנדאו הויז אין קר״, אויב שטעלט זיך עס ארויס אז עס איז טאקע אזוי איז עס א שטארקע פראסק פאר די בילדערס, און פאר תושבי קר״י בכלל, און עס וועט לייגער גאר שטארקע פרעשור אויף די הנהלת הקריה אז זיי זאלען מוזען נעמען די זאך אין די הענט און זען צו סטאבעלעזירען די פרייזען איינמאל די אנעקסעשין גייט אדורוך.

אבער יתכן אז די אדווערטייזמענט איז לופט, און מען קען נישט בויען קיין הויז פאר 3k

איך האב נישט גערעדט פון קיין פרייזן. עס איז קלאר אז אזעלכע דעוועלאפמענטס איז א געוואונטשענע זאך האבנדיג די מעגליכקייט צו סטאביליזירן די פרייזן און עס האט מער שאנס צו סוקסירן ווי סיי וועלכע נייע 'שטעטל ', דאס איז אבער נישט קיין אפציע פאר רוב ציבור און איז נישט קיין רעאליסטישע אלטערנאטיווע פארן געברויך פון 4000 פרישע דירות אין די קומענדיגע 10 יאר.
עס איז דא בערך 4-5 פרישע דעוועלאפמענטס אין די 'רעי הילל ' געגנט וועלכע זענען שוין אפראווד אדער האלטן זיי נאנט צו ווערן עפראווד. זיי האבן שוין אנגעפאנגען דעם פראצעדור מיט 5 יאר צוריק און זיי באקומען וואסער און סוער פונעם "ווילידזש" אוו מאנרא, איך זע נישט וויאזוי זיי וואלטן דאס באקומען אויב דאס וואלט מכתחילה געגאנגען פאר אידן.
אינוועסטיגאטיוו רעפארטער
פארשפארט

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”