הייזער און דירות דעוועלאפמענטס בגלילות קרית יואל

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
א איד אין גלות
שר חמש מאות
תגובות: 900
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 2:31 pm

הייזער און דירות דעוועלאפמענטס בגלילות קרית יואל

תגובהדורך א איד אין גלות » פרייטאג ינואר 02, 2015 11:15 am

גענומען פון בלומינבורג אשכול

moneyMINDED האט געשריבן:אגב אזוי רעדענדיג פון ביליג אין וואינען אין געגענט אין נישט קריכן צו קיין מדבריות , ווייס איך נישט צו איינער האט שוין גערעדט דא דערפון אמאל , אז אויפן סטעיט פאליס רד. לעבן מאנרא וואס געפינט זיך אין וואדבערי בויט זיך דארט שוין פאר אפאר יאר הערליכע 1 פאמיליע הייזער אויף איין עיקר אנגעהויבן פון 2100 סק. פט פאר 400 טויזענט דאלאר ,אין סאיז דא דורך א שארט קארט פון דארט דורכן וואלד צו וואקן צו בית המדרש ישמח משה אין ברך משה געגנט , געדוירט צו וואקן נישטיגע 10 מינוט , אין וואס מיינט עטס קיינער האלט נישט ביים מופן , איך האב שוין גערעדט מיטן דעוועלאפער ער איז געווען גרייט איינצוגיין אויף א דיעל קויפענדיג 100 לאטס , ער איז געווען רעדי צו פארקויפן א עיקר פאר 30 טויזענט דאלאר , און נאכדעם קענסטו זיך אליינס בויען , סאיז געווארן א ווינט יעדער איינער האט געוואלט מופן , אבער למעשה האט קיינער נישט געוואלט זיין פון די ערשטע 10 , שוין אריבער באלד צוויי יאר אין מ'האט נישט געטראפן נאך קיין 10 נחשוינים , דעס איז א משל אז יעדער וויל וואינען ליי קאר. ראדני , אדער סאטמאר קאר. העיס אדער 15 * 50 ,א באנדע פערדן , דעטס אלל גארנישט מער

אוועטאר
א איד אין גלות
שר חמש מאות
תגובות: 900
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 2:31 pm

תגובהדורך א איד אין גלות » פרייטאג ינואר 02, 2015 11:17 am

נאך

moneyMINDED האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:מאני, אויב געדענק איך גוט האט "קלוגער חכם" גערעדט פון די דירות אויפן פאליס ראוד ווען ער איז געווען אקטיוו, אין די ק"י אשכול (מסתמא די ק"י דירות אשכול) כ'מיין אז מ'האט געזאגט דארט אז פון אנפאנג האט דער דעוועלאפער נישט געוואלט הערן פון אידן, און נאכדעם ווייכער געווארן
דארט איז דא לענד אוינער , אין 3 דעוועלאפערס , די לענד אוינער וויל נישט פארקויפן פאר קיין געלט פאר קיין יודן , וועגן דער וואס האט אים עס פארקויפט האט אים געזאגט אז ער פאקויפט עס אים נאר בתנאי אז ער פארקויפט עס נישט פאר קיין גוים , און דער יעניגער איז א שונא ישראל אויך , למעשה דארט איז דא 300 לאטס צוטיילט אין 3 בילדערס , יעדער בייקומט 100 לאטס צו בויען , זיי האבן געמיינט אז סאיז נאנט צו די עקזיט וועלן זיי קענען עס גרינג פארקויפן , אבער למעשה גייט עס אסאך שטייטער ווי געמיינט , איז געווען איין פום די 3 קאנטראקטערס וואס איז געווען רעדי צי דיעלן מיט מיר אפילו ער מאכט נישט קיין געלט ,ער האט געטענהט אז ער קען מיך פארקויפן די לאטס סטרעיט פון די אוינער פאר נאו טשארזש און אויסארבעטען אז די אונער זאל נישט וויסן אז ס'גייט פאר א יוד , אז ער נעמט אזוי סאך לאטס פון אים בייקומט ער איז פאר ביליגער וועט ער מאכן א גרינגען גרייצער , אין צו בייטאנען די דירות קומט פיקס פארטיג מיט סטעינלעס סטיל אפפלייענסעס ,רעדי אריינצומאפן , woodburyjunction.com ער איז געווען רעדי אויסצוארבייטען אפילו פארהאנדלונגען פאר א בהמ"ד , אין די מעין פעקטאר אז די לאט איז קאנעקטאד צו עיס פארם , וואס וועט אין די קומענדיגע יארן ווערן געבויט דירות

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14154
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג ינואר 02, 2015 11:20 am

אדרבה שאף מיר די נומער פונעם דעוועלאפער
איך וויל עס גייט זען
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

א גולם
שר חמש מאות
תגובות: 681
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובהדורך א גולם » פרייטאג ינואר 02, 2015 11:27 am

קלוגע חכם האט געשריבן:מאני מיינדעד זאגט יא אמת אבער עס איז נישט אזוי פשוט וויפיל איך ווייס, ווען מען וועט אפטיילן די אשכול פון בלומינבורג וועל איך געבן מיינע 2 סענטס


שוין אפגעטיילט

הרב_שלום
שר האלף
תגובות: 1982
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

תגובהדורך הרב_שלום » פרייטאג ינואר 02, 2015 11:34 am

די טעקסעס דארט זענען 12 אלפים א יאהר

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5255
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » פרייטאג ינואר 02, 2015 12:10 pm

ערגעץ איז דא געווען געשריבן אויפן וועלטל אז יונגעלייט האבן געוואלט קויפן און ער האט נישט געוואלט פארקויפן, ווער קען לינקן?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4860
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » פרייטאג ינואר 02, 2015 12:12 pm

אין וואודבערי? אין פיסק פון לייב? ווער וויל וואוינען דארט?

און בכלל וואו איז עסאויף די מאפע? פון די סטעיט פאליס ראוד דאכט זיך אז מען קען נישט וואקן צו די ברך משה געגנט דורך א שארט קאט
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6035
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » פרייטאג ינואר 02, 2015 12:21 pm

מ'דארף דאך קראסן די גאס וואס פירט צו בני יואל (איך ווייס נישט די נאמען), ניין?
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
א איד אין גלות
שר חמש מאות
תגובות: 900
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 2:31 pm

תגובהדורך א איד אין גלות » פרייטאג ינואר 02, 2015 12:21 pm

הרב_שלום האט געשריבן:די טעקסעס דארט זענען 12 אלפים א יאהר


דארף מען זעהן וועלכע לוינט זיך ענדערש, א 510,000 קאנדא אויפן פערדן שטאק, אדער 439,000 פריוואטע דירה (די זעלבע ספ), די מארטגיזדש נאך טעקסעס איז צו קיין גרויסע חילוק.

צושויער
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 12, 2014 6:29 pm

תגובהדורך צושויער » פרייטאג ינואר 02, 2015 12:32 pm

לויטן מאפע איז דאס אונטערן רוקן פון די מאנראו-וואדבערי ישיבה..

שלך לחמך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 392
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2014 6:19 pm

תגובהדורך שלך לחמך » פרייטאג ינואר 02, 2015 12:41 pm

[quote][/quote][quote="א איד אין גלות"]

[quote="moneyMINDED"] ,אין סאיז דא דורך א שארט קארט פון דארט דורכן וואלד צו וואקן צו בית המדרש ישמח משה אין ברך משה געגנט , געדוירט צו וואקן נישטיגע 10 מינוט

the owner of the lend between that property and KJ does not allow a shortcut on his property,

אוועטאר
zibala
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 15, 2010 5:19 pm

תגובהדורך zibala » פרייטאג ינואר 02, 2015 12:45 pm

12,000 שטייער אויף אן אקער לאנד איז א צענטעל פון וויפיל מ'צאלט אין שטעטל

פיסק פון לייב?? וואסערע לייב?? און ווילאמסבורג וואונט מען טיר ביי טיר מיט כל מיני חאלאזען גרועים שבגרועים, זאל מען האבן א פראבלעם צו וואוינען אין א פריוואטען הויז מיט א גארטן ווייל נעקסטן לאט איז א ווייסער ערל מיט א הינטעל?? נישטא קיין בער איניש קיין לייב...

פאקטיש ווען מען געבויעט דעם שטעטל האבן אויך געוואוינט הארט נעבן אויף פארעסט רד לייבן מיט בערן און קיינער איז נישט פארציקט געווארן, זיי האבן צוביסלעך פארקויפט און נעלם געווארן, אזוי איז אין מאנסי און אזוי איז געווען אין ברוקלין ביז די יאפיס זעהען געבוירן און זענען גרייט צו צאלן מער ווי די חסידים, און אזוי ברויך געשעהן אין מאנרא
שבעה מי יודע!?

moneyMINDED
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm

תגובהדורך moneyMINDED » פרייטאג ינואר 02, 2015 1:23 pm

שלך לחמך האט געשריבן:
א איד אין גלות האט געשריבן:
moneyMINDED האט געשריבן: ,אין סאיז דא דורך א שארט קארט פון דארט דורכן וואלד צו וואקן צו בית המדרש ישמח משה אין ברך משה געגנט , געדוירט צו וואקן נישטיגע 10 מינוט

the owner of the lend between that property and KJ does not allow a shortcut on his property,


די אויניר איז א היימישע יוד ביי די וועי אין אונז האב מיר גערעדט מיט אים אין ער האט געזאגט זייער גערן

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » פרייטאג ינואר 02, 2015 1:31 pm

א איד אין גלות האט געשריבן:
הרב_שלום האט געשריבן:די טעקסעס דארט זענען 12 אלפים א יאהר


דארף מען זעהן וועלכע לוינט זיך ענדערש, א 510,000 קאנדא אויפן פערדן שטאק, אדער 439,000 פריוואטע דירה (די זעלבע ספ), די מארטגיזדש נאך טעקסעס איז צו קיין גרויסע חילוק.


אויף זייער וועב זייטעל איז 1900 - 2100 sq fit פאר 439K, די פרייזען גייען החבש ארויף פאר מער סקווער פיס און זיי רעכענענן די גאראדש אלץ סקווער פיס.

אוועטאר
מאגר
שר חמש מאות
תגובות: 526
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 12, 2014 5:38 pm

תגובהדורך מאגר » פרייטאג ינואר 02, 2015 1:35 pm

מחותן האט געשריבן:אויף זייער וועב זייטעל איז 1900 - 2100 sq fit פאר 439K, די פרייזען גייען החבש ארויף פאר מער סקווער פיס און זיי רעכענענן די גאראדש אלץ סקווער פיס


וואס איז זייער וועבזייטל ?

קלוגע חכם
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 8:43 am

תגובהדורך קלוגע חכם » פרייטאג ינואר 02, 2015 1:37 pm

וויפיל איך ווייס וויל ער פארקויפן נאר לאנד און נישט קיין פארטיגע הייזער, און יעצט לאמיר זאגן איך וויל קויפן א הויז, מיינט נאכנישט איך האב יעצט די געלט און כח צו בויען א הויז, איך וויל א נארמאלע שיינע פארטיגע הויז פאר א גוטן פרייז, און איך דארף נישט אזויפיל לאנד צו צאלן אזויפיל טעקסעס, און נאכמער דאס וואוינען פריוואט איז פאר א ריזן פראצענט היימישע נישט קיין מעלה מען וויל וואוינען מיט שכנים, טאקע נישט אין קיינע געטא'ס אבער דאך אונזער לעבן מיט שטובער מיט קינדער, אוו וויאזוי א אידישע לעבן פירט זיך איז שכנים א וויכטיגע זאך, מילא די וואדבוירי דזשאנקשאן אין מיינע אויגן איז נישט אזא ווילדע מציאה, ביליג איז עס נישט, נישט צוגעשטעלט פאר א גרויסע פראצענט פון אונזער סאוסייעטי

home
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 20, 2012 10:23 pm

תגובהדורך home » פרייטאג ינואר 02, 2015 1:56 pm

http://hiddencreekny.com/
דאס איז א הערלעכע זאך אבער שוין פארקויפט עס איז א טראפ ווייטער

mini van
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 06, 2014 10:26 am

תגובהדורך mini van » פרייטאג ינואר 02, 2015 2:36 pm

home האט געשריבן:http://hiddencreekny.com/
דאס איז א הערלעכע זאך אבער שוין פארקויפט עס איז א טראפ ווייטער


איך בין שוין געווען ביי ביידע, סאיז נישט קיין פארגלייך

אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1134
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

תגובהדורך אט אזוי » פרייטאג ינואר 02, 2015 3:01 pm

לאמיר צילייגן מיינע צוויי סענט ...
סאיז קלאר אז אסאך משפחות קיקן ארויס גאר שטארק אויף אזא פראיעקט אין זענען גרייט צי סיינען קאנטראקט אויב סזאל זיין אמת אין איך אליין בין אויך גרייט אריינציטאנצען דערין
נאר וואס דען it's too good to be true

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » פרייטאג ינואר 02, 2015 3:05 pm

מאגר האט געשריבן:
מחותן האט געשריבן:אויף זייער וועב זייטעל איז 1900 - 2100 sq fit פאר 439K, די פרייזען גייען היבש ארויף פאר מער סקווער פיס און זיי רעכענענן די גאראדש אלץ סקווער פיס


וואס איז זייער וועבזייטל ?


woodburyjunction.com
גענימען פינעם צווייטען תגובה פינעם אשכול.

Elmo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 19, 2014 3:02 pm

תגובהדורך Elmo » זונטאג ינואר 04, 2015 1:24 am

מען שטעטל אראפ מענטשן פארן נישט גיין דארט וואינען ווי מען האלט ביים גארנישט נאר זיך אפרעדן אויך די מצב, די אמת איז אבער מענטשן זוכן נישט דוקא פאלאצן די דעוועלאפמענט זענען שיינע הייזער פאר גוט באצאלט רוב מענטשן זוכן מו צאלן ביליגער ווי יענע דעוועלעפנענט יענץ איז בכלל נישט קיין תיקון

ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 675
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 21, 2014 5:01 pm

תגובהדורך ווייסע זאקן » זונטאג ינואר 04, 2015 2:13 am

אלע יעצטיגע דעוועלאפמענטס אין קרית יואל קאסט בערך די זעלבע ווי די פאלאץ אין און קרית יואל בייקומט מען לעכער אין אן זען די שיין פון די זין, בעיני ראיתי

געוואלדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 06, 2014 4:27 am

תגובהדורך געוואלדיק » זונטאג ינואר 04, 2015 3:02 am

לאמיר אויפהערן דמיונות
פאקטן
וואס דארף מען סזאל א איד וועלן גיין אהין אפילו פאר אומזיסט
1) זיכערקייט פון ערליכע שכנים
2 ) זיכערקייט ווער עס וועט זארגן פאר ביהמ"ד מקוה אד"ג
3) זיכערקייט צו וועם זיך צו ווענדן אין סיי וואסערע פראבלעים אן זיך דארפן אנשטויסן מיט די נישט אידישע טאון
4) זיכערקייט אז די געגנט האט עטליעסט 30 היימישע אידן
5) זיכערקייט אז איינער גייט העלפן די איינוואוינער צו האבן הילף פאר די נשים צדקניות מיט טראנפארטאציע איבערן טאג
6) זיכערקייט אז די מוסדות באסעס וועלן אהינקארסירן אנע פראבלעמען

אויף דעם אלעם דארף מען איין זייך טראסטבארע עסקנים!

יעצט נאך וואס דאס אלעס איז פארזיכערט דאן הייבט זיך אן דאס קאמפערן, יא מבאקומט א פאלאץ, אבער ווער וועט שפילן מיט אונזערע קינדער, וועלן זיי זיין אויפן קאפ 24/7 אנע מנוחה?
פון די אנדערע זייט קעגן אלע חלומות פון קעטסקילס איז דאס די בעסטע ווייל סהאט די ק"י מוסדות גראסעריס און אלע געשפעטן, און פאר "ווער עס האט ליב פרייוועסי" איז עס א מציאה רבה צו האבן אזא מלוכה פאר די זעלבע פרייז וואס מהאט אין שטעטל א לעכל.
אבער ווי געזאגט ווילאנג סנישטא די טראסבארע עסקנים איז עס בלויז אנצופולן נאך בלטער אויף איי וועלט.

און פארשטייט זיך אז די ערשטע 30 דייקא וועלן דארפן זארגן פאר די אלע זאכן ווייל נאך וואס סאיז דא דארט א ישוב וועט אלעס פארן ווי פון זיך אליין אבער אנצוהייבן דארף מען נחשונים און אויף דעם ווארט מען אין בלומינבורג אויך...

moneyMINDED
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm

תגובהדורך moneyMINDED » זונטאג ינואר 04, 2015 5:12 am

געוואלדיק האט געשריבן:לאמיר אויפהערן דמיונות
פאקטן
וואס דארף מען סזאל א איד וועלן גיין אהין אפילו פאר אומזיסט
1) זיכערקייט פון ערליכע שכנים
2 ) זיכערקייט ווער עס וועט זארגן פאר ביהמ"ד מקוה אד"ג
3) זיכערקייט צו וועם זיך צו ווענדן אין סיי וואסערע פראבלעים אן זיך דארפן אנשטויסן מיט די נישט אידישע טאון
4) זיכערקייט אז די געגנט האט עטליעסט 30 היימישע אידן
5) זיכערקייט אז איינער גייט העלפן די איינוואוינער צו האבן הילף פאר די נשים צדקניות מיט טראנפארטאציע איבערן טאג
6) זיכערקייט אז די מוסדות באסעס וועלן אהינקארסירן אנע פראבלעמען

אויף דעם אלעם דארף מען איין זייך טראסטבארע עסקנים!

יעצט נאך וואס דאס אלעס איז פארזיכערט דאן הייבט זיך אן דאס קאמפערן, יא מבאקומט א פאלאץ, אבער ווער וועט שפילן מיט אונזערע קינדער, וועלן זיי זיין אויפן קאפ 24/7 אנע מנוחה?
פון די אנדערע זייט קעגן אלע חלומות פון קעטסקילס איז דאס די בעסטע ווייל סהאט די ק"י מוסדות גראסעריס און אלע געשפעטן, און פאר "ווער עס האט ליב פרייוועסי" איז עס א מציאה רבה צו האבן אזא מלוכה פאר די זעלבע פרייז וואס מהאט אין שטעטל א לעכל.
אבער ווי געזאגט ווילאנג סנישטא די טראסבארע עסקנים איז עס בלויז אנצופולן נאך בלטער אויף איי וועלט.

און פארשטייט זיך אז די ערשטע 30 דייקא וועלן דארפן זארגן פאר די אלע זאכן ווייל נאך וואס סאיז דא דארט א ישוב וועט אלעס פארן ווי פון זיך אליין אבער אנצוהייבן דארף מען נחשונים און אויף דעם ווארט מען אין בלומינבורג אויך...


על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון

סזעט מיר אויס ווי לכאורה ווייסטו נישט ווי די פלאץ איז

1.סאיז א עיקער הייזער ,ער איז געווען רעדי צו געבן א ווינקעל אפגעטיילט פון יעדעם , און אוועקלייגן 100 לאטס אפגעטיילט

2.בהמ"ד קען מען דאווענען אין איינעמס גאראזש אדער בעיסמענט אויפדערוויל , און ער איז געווען
רעדי צו צושטעלען א קאמיוני רום אזוי ווי פאר א בהמ"ד ,אזוי ווי דאס פלאץ האט שוין טאקע א ריזיגן שיינעם בנין , האט ער עקסטער געוואלט בויען פאר די יודן

מקוה טהרה איז לכאורה נאר וויכטיג פאר פרייטאג צו נאכטס , און גראדע סעדוירט צו וואקן נישטיגע 10 מינוט צו די נענסטע מקוה טהרה פאר שבת , אזוי ווי דריי פערטעל קרית יואל דארף וואקן

3

נישט דא גארנישט צו טיען מיט די טאון , וועגן סאיז אזוי ווי די וואינסט אויף סעווען ספרינגס אין די האסט עפעס צו טיען מיט די טאון

4
וועגן דעם איז ער געווען רעדי אוועקצולייגן 100 שטחים

5
אלע קרית יואלע 10 קאר סערוויס קאמפאניס פארן דורך דארט א גאנצען טאג , אזוי ווי גאנץ קרית יואל באנוצט זיך מיט קאר סערוויסעס ,אדער אזוי ווי אלע מענטשן וואס וואינען אינדרויסן פון שטעטל

6

נישט דא קיין שום סיבה פארוואס די באסעס זאלן נישט פארן דארט , זיי פארן אויף סאך ווייטערע פלעצער ,אלע דריי מוסדות זענען א שפאן אוועק פון די דעוועלאפמענט

אוועטאר
zibala
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 15, 2010 5:19 pm

תגובהדורך zibala » זונטאג ינואר 04, 2015 8:13 am

מילווע/סערפי געגענט יוכיח, צוויי געסלעך אין טאון אויף וואדבארי איבער א האלבע מייל פון די עקן שטעטל האט זיך אנגעפילט איינס צוויי אנע 'זיכערקייטן'... קיינער איז נישט אין טראבעל אנע 'עסקנים' צו האנדלען מיטן טאון די קינדערלעך שפילן מיט שכינים ווייל אפאר נחשונים האבן אויסגעשוויטצט, אזוי קען זיין איבעראל ארום קרית יואל,

די שרעק פון זיך נישט אויסשפרייטן אויסער די גרעניצן שטאמען פון מענטשן מיט אינטערעס צו קאנטראלירן די מארקעט, און אזוי אויך די אלע דעוועלאפערס וואס ווארטן יארן רייך צו ווערן מיטן אנעקסעישן דורכן בויען צוקוועטשטע הייזער פאר הימלשרייענדע פרייזן און שטחים וואס זענען היצטערט אינדרויסן פון שטעטל, ווייל דער ציבור 'פארשטייט נישט' אז איינמאל מ'אנעקצטירט ווערט דער פארפערטי גארנישט נענטער אם כן פארוואס קען מעינישט יעצט גיין וואוינען אין טאון?
שבעה מי יודע!?


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אלי' מקוה יוד און 8 געסט