בלאט 4 פון 7

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 14, 2014 12:49 am
דורך לטב עביד
למעלה משבעים האט געשריבן:לטב איר הערט נישט וואס מען רעדט צו אייך, מען האט שוין אלעס אויסגעשמועסט אין דעם אשכול, קוק אויף צוריק און וועסט אלעס דא טרעפן.

נאר א דוגמא ליין פון די תגובה און ווייטער viewtopic.php?p=782703#p782703

טאקע משם ראי' אז עס איש פארוואלקענט מען האט קיינמאל נישט קלאר אויסגעשמוסט די גרויסקייט, איך מיין אז 400 סק. פ. איז א שיינע חילוק, און איך האב דאס געזען אויף די בילדער און אויפן בלוי פרינט איך האב געמיינט איך קען נישט גוט זעהן, קומט איינער רוימט מיר אריין אין אויער יא יא ביזט גערעכט עס איז נאר 2436,
שטעלט אייך פאר איר קויפט א הויז בחזקת 2800 סק. פ. און דערנאך ווערט איר געוואר אז עס איז נאר 2436.......

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 14, 2014 12:52 am
דורך למעלה משבעים
די זעסט עפעס פארוואלקענט? איך נישט. און ווי האסטו פארשאפט קלארע בלוי-פרינט'ס?
אויב קויפסטו א הויז אן אראפגיין קוקן די סייז און די אויסזעה קומט אייך נישט בעסערס...

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 14, 2014 12:55 am
דורך אלד וויליאמסבורג
ביי אינז אין וויליאמסבורג רעכנט מען אריין די עלעוועיטאר און די סטעפס, ווארשיינליך דארט רעכנט מען אויך עפעס צו

לטב עביד האט געשריבן:אויף די בלומינגבורג בלופרינט, העכער די אריינגאנג, שטייט 3 פיס דאך, אויב די רעכנסט דאס אויס, קימט אויס אז די הויז איז 29 ברייט און 45 אין די לענג. 1305 סקווער פיס פער שטאק, די רעכטע זייט 14.5 פיס איז 6 פיס אריינציר = 87 סקווער פיס, סך הכל פער שטאק 1218, צוויי שטאק קימט אויס 2436 סקווער פיס


סאיז ווארשיינליך 2465 סקווער פיס

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 14, 2014 1:11 am
דורך לטב עביד
למעלה משבעים האט געשריבן:די זעסט עפעס פארוואלקענט? איך נישט. און ווי האסטו פארשאפט קלארע בלוי-פרינט'ס?
אויב קויפסטו א הויז אן אראפגיין קוקן די סייז און די אויסזעה קומט אייך נישט בעסערס...

מיט די נישט קלארע בלו פרינט האב איך געמיינט אז עס איש נישט מסודר אבער די גרויסקייט קען מען שאצן מיט די אויגען
רוב מאל סיי אין סיטי און סיי אין אפסטעיט קויפט מען פארן בויען און מען קויפט לויטן בלוי פריט,
דא איז א שטיקל סקעם אז מען עדווערטייזט אז עס איז 2800 און ביים בלוי פרינט זאגט מען וואס דארפסטו דא קוקען קום אראפ און קוק און א עווריטש יוגערמאן כאפט נישט אז עד פעלט 400 סק.פ. איך וואלט ווען אויך נישט געכאפט נער ווי באלד איך האב געזעהן א צווייטע בלוי פרינט (איך דערמאן נישט קיין נאמען מחמת טעם מובן...) וואס יענצ איז בערך 2650 און עס איז היבש גרעסער האב איך געכאפט אז עפעס גייט פאר,
און עס גייט טאקע פאר,

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 14, 2014 1:11 am
דורך dim
לטב עביד האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:לטב איר הערט נישט וואס מען רעדט צו אייך, מען האט שוין אלעס אויסגעשמועסט אין דעם אשכול, קוק אויף צוריק און וועסט אלעס דא טרעפן.

נאר א דוגמא ליין פון די תגובה און ווייטער viewtopic.php?p=782703#p782703

טאקע משם ראי' אז עס איש פארוואלקענט מען האט קיינמאל נישט קלאר אויסגעשמוסט די גרויסקייט, איך מיין אז 400 סק. פ. איז א שיינע חילוק, און איך האב דאס געזען אויף די בילדער און אויפן בלוי פרינט איך האב געמיינט איך קען נישט גוט זעהן, קומט איינער רוימט מיר אריין אין אויער יא יא ביזט גערעכט עס איז נאר 2436,
שטעלט אייך פאר איר קויפט א הויז בחזקת 2800 סק. פ. און דערנאך ווערט איר געוואר אז עס איז נאר 2436.......

גערעכט,
גייט קיין לעיקוואד און פארטיג,

נאך עפעס?

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 14, 2014 1:26 am
דורך מעקל
לטב איז טאקע געגאנגען פון זשאסט פרעגן ביז היפש אראפרייסען!!!
אבער עהם צו טעראזירן מיטן אלטען א. מארמארישע ס. וועג.....וועט נישט צו געבען פארן עולם א פאזיטיב בליק אויפן נייעם שטאט בלומינגבורג!!!!

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 14, 2014 2:27 am
דורך שטארק זיך
עס איז אוודאי קלאר אז "לטב" האט אן אגענדע... אבער גראטולירן מוז מען אים, ער איז אנגעקומען וואו ער האט געוואלט.

בסך הכל האט ער אויף זיין אופן מודיע געווען פארן עולם אז בלומינבורג פארקויפט פארן עולם שטרוי...

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 14, 2014 3:16 am
דורך טהור-עיניים
אבער ער האט דאס געקענט טאן אין איין תגובה, שרייבן פלעין קליפ און קלאר אז מען נארט אויס דעם עולם, ער האט מיר נישט געמוזט צו'גנב'ענען איבער א שעה יעצט אפצולייענען גאנצע פינף בלעטער.

לטב, איך שריי אויך אז דו האסט אן אגענדע.

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 14, 2014 3:27 am
דורך אט אזוי
Maybe he has an agenda maybe not it's not a problem with me as long he asked good question about the actual reality there

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 14, 2014 7:56 am
דורך כרם
לטב עביד האט געשריבן:דאס האב איך באקומען אין אישי, אדרבה זאגסט מיר אויב עס איז אמת, אויב יא איז עס א שאנדע צו שרייבן פרעכע שקרים,

אויף די בלומינגבורג בלופרינט, העכער די אריינגאנג, שטייט 3 פיס דאך, אויב די רעכנסט דאס אויס, קימט אויס אז די הויז איז 29 ברייט און 45 אין די לענג. 1305 סקווער פיס פער שטאק, די רעכטע זייט 14.5 פיס איז 6 פיס אריינציר = 87 סקווער פיס, סך הכל פער שטאק 1218, צוויי שטאק קימט אויס 2436 סקווער פיס

וואס מיינסטו צוזאגן אז אויף די רעכטע זייט איז זעקס פיס אריינציר?

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 14, 2014 9:56 am
דורך מחותן
שטארק זיך האט געשריבן:עס איז אוודאי קלאר אז "לטב" האט אן אגענדע... אבער גראטולירן מוז מען אים, ער איז אנגעקומען וואו ער האט געוואלט.

בסך הכל האט ער אויף זיין אופן מודיע געווען פארן עולם אז בלומינבורג פארקויפט פארן עולם שטרוי...


איך בין נאך נישט ״איבערצייגט״ דערין, ער האט עס נאך נישט אויפגעוויזען.
צווייטענס.. אומפינקטליכקייט מיט סקווער פוס איז עפעס מיט וואס ״אלע בילדערס״ צייכענען זיך אויס.

בלומינגבורג ווערט נישט אפגעפרעגט צילוב צוויי הינדערט סקווער פיס ארויף אדער אראפ.. עס האט אישוס וואס דארף ווערן ערלעדיגט.. אבער דאס איז נישט איינע פון די אישוס.

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 14, 2014 10:20 am
דורך אלד וויליאמסבורג
יעצט אויף די מיניט איז לעיקוואד א באזעצענע שטאט מיט אלע סערוויסעס, די הייזער וואס מען אפפערט איז מער ווי איינס און א האלב מאל גרעסער אין סקווער פיס, און 20 פראצענט ביליגער פער סקווער פיס, וואס איז דא צו קאמפערן בכלל?

ווען די בלומינגבורג לעיאוט וואלט געווען אין לעיקוואד, און די לעיקוואד לעיאוט וואלט געווען אין בלומינגבורג, דעמאלטס וואלט געווען שייך צו קאמפערן, היות דאס איז וויאזוי סאיז זעה איך נישט וואס בלומינבורג ברענגט צום טיש.

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 14, 2014 10:25 am
דורך יאפין
שטארק זיך האט געשריבן:עס איז אוודאי קלאר אז "לטב" האט אן אגענדע... אבער גראטולירן מוז מען אים, ער איז אנגעקומען וואו ער האט געוואלט.

בסך הכל האט ער אויף זיין אופן מודיע געווען פארן עולם אז בלומינבורג פארקויפט פארן עולם שטרוי...

די שטרוי קומט צוזאמען מיט די הייזער, אדער מען קען דאס קויפען באזונדער?

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 14, 2014 12:22 pm
דורך סמארט גאי
If lakewood is a reality then is bloomingburg irrelevant,

It was kinda senseless from the beginning but it was the only alternative out there that "seemed" to make some progress,

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 14, 2014 12:40 pm
דורך בערקא
מיינע צוויי פעניס

לעיקוואד איז שוין א עסטעלישטע ליטווישע/ישיבישע שטאט, עס האט א געוויסע מאנטעליטעט וואס די קען מען נישט אזוי שנעל איבערמאכן, עס איז דא אסאך סאטמארע יונגעלייט וואס לעיקוואוד איז נישט קיין אפציע, לכאורה אויב די בלומינגבערג אדמיניסטראציע וועט פארשאפן C/O'ס און מארקעטן די הייזער גוט, וועט מנסתם ווערן א סעלעקציע און סאטמאר, ווען א טייל וועט גיין קיין לעיקוואוד, און א טייל קיין בלומינגבורג, וואס וועט בפשטות האבן שטארקע ענליכקייטן צו ק"י (הלוואי נישט.....) אפילו אויב עס וועלן מיט די צייט קומען אויך אידן וואס געהערן צו אנדערע חסידות'ן, וועט דאס אבער האבן א שטארקע פרומע חסידישע אוויר.

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 14, 2014 12:44 pm
דורך green
בערקא, רט יעדעס ווארט. נישט ממש יעדעס ווארט אבער כמעט יעדע.
וואס נישט?

אה יא, לעיקוואד איז זיער זייער זייער (גענוג מאל?) גרויס אין שטח און סאיז דא גענוג פלאץ אז סאטמאר זאל קענען מאכן שבת פאר זיך אויף וויפיל ספעלט אויס

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 14, 2014 12:51 pm
דורך בערקא
ס'שבת'ט זיך נישט אזוי שנעל...

אז די ווילסט א ראי' קוק אויף מאנסי, סוף כל סוף דרייט מען זיך אויף די זעלבע גאסן, מען קויפט איין אין די זעלבע סטאר'ס, און מען גייט צו לאקאלע דאקטאר'ס אפיסעס, אויטאמאטיש וואקסן די קינדער אויף צוזעעהנדיג אן אנדערע סארט סטענדערט ווי אין אונזער באליבטע וויליע. (צו ס'איז א פראבלעם?! איך האלט אז נישט, אבער כ'רעד פון די אידן וואס האלטן אז יא!)

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 14, 2014 12:53 pm
דורך סמארט גאי
בערקא,

פאר די אידן וואס לעיקוואד איז נישט קיין אפציע, גייען צאלן אפאר דאלער מער און מופן קיין ק"י, און נישט פיאנירן און קאנווינסען די ווייב, מאמע, שוויגער, פרענדס, צו מופן קיין לאמעסוויל!

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 14, 2014 1:17 pm
דורך שנאפס
סמארט גאי האט געשריבן:בערקא,

פאר די אידן וואס לעיקוואד איז נישט קיין אפציע, גייען צאלן אפאר דאלער מער און מופן קיין ק"י, און נישט פיאנירן און קאנווינסען די ווייב, מאמע, שוויגער, פרענדס, צו מופן קיין לאמעסוויל!


דאס איז א נביאות?

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 14, 2014 1:34 pm
דורך סמארט גאי
שנאפס האט געשריבן:
סמארט גאי האט געשריבן:בערקא,

פאר די אידן וואס לעיקוואד איז נישט קיין אפציע, גייען צאלן אפאר דאלער מער און מופן קיין ק"י, און נישט פיאנירן און קאנווינסען די ווייב, מאמע, שוויגער, פרענדס, צו מופן קיין לאמעסוויל!


דאס איז א נביאות?

ניין ס'רופט זיך common sense,
די האפענונג צו האבן א סאטמערע שטעטל אין בלומינגבערג איז געווען

1) משוגע ביליג (וואס איז נישט)

2) די וויליאמסבורגע עולם וואס ק"י איז צו פרום (יאנטשי בלע"ז) און מאנסי איז A) צו דערפעריש B) צו הפקרדיג, וועט בלומינגבערג זיין א פאסיגע פלאץ

אבער אויב זיי גייען (ווארשיינליך) גיין קיין לעיקוואד, זעה איך נישט ווי בלומינגבערג קומט אריין,

קען זיין איך בינמעך טועה...

אדרבה go ahead, זיי מיר מסביר פארוואס א אינגערמאן וואס קען נישט אפאורדען די סיטי זאל פיקן bluminburg קעגן KJ, Monsey, lakewood,

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 14, 2014 1:36 pm
דורך שנאפס
קרית יואל און מאנסי זענען צו טייער, בלומינגבורג האט די מעלה איבער לעיקוואד אז ס'איז נישט דא קיין ליטאים

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 14, 2014 1:59 pm
דורך סמארט גאי
מיט וויפיל טייערער איז א "נארמאלע" דירה (וואס מ'קען וואונען באקוועם אבער נישט קיין פלאץ, לאמיר זאגן 2100 סק. פט.) אין מאנסי/ק"י vs. בלומינגבערג?

אויב ס'איז 70-80 טויזנט דאלער וואס איז בערך 200 א חודש אויפן מארטגעדזש, וועט איינער מופן א 30-40 מינוט ווייטער אין א מדבר?

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 14, 2014 2:21 pm
דורך סראלי
סמארט גאי האט געשריבן:מיט וויפיל טייערער איז א "נארמאלע" דירה (וואס מ'קען וואונען באקוועם אבער נישט קיין פלאץ, לאמיר זאגן 2100 סק. פט.) אין מאנסי/ק"י vs. בלומינגבערג?

אויב ס'איז 70-80 טויזנט דאלער וואס איז בערך 200 א חודש אויפן מארטגעדזש, וועט איינער מופן א 30-40 מינוט ווייטער אין א מדבר?


ווייל נישט יעדער וויל גיין צו די באזעסענע געגנטער ווי מאנסי און קרית יואל פאר זייערע סיבות.
אבער אויף א נייע פלאץ אויב זעט מען אז מענטשן פון זייער שטאט קומען אהין איז עס גרינגער אין א געוויסע זין אפילו ס׳איז פארבונדן מיט אנדערע שוועריגקייטן.

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 14, 2014 2:29 pm
דורך אלד וויליאמסבורג
סראלי האט געשריבן: ווייל נישט יעדער וויל גיין צו די באזעסענע געגנטער ווי מאנסי און קרית יואל פאר זייערע סיבות.
אבער אויף א נייע פלאץ אויב זעט מען אז מענטשן פון זייער שטאט קומען אהין איז עס גרינגער אין א געוויסע זין אפילו ס׳איז פארבונדן מיט אנדערע שוועריגקייטן.


דאס איז נאר א בעלבתישער theory, ונזכה ונחיה ונראה

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 14, 2014 2:39 pm
דורך מיסטעריעז
סמארט גאי האט געשריבן:מיט וויפיל טייערער איז א "נארמאלע" דירה (וואס מ'קען וואונען באקוועם אבער נישט קיין פלאץ, לאמיר זאגן 2100 סק. פט.) אין מאנסי/ק"י vs. בלומינגבערג?
אויב ס'איז 70-80 טויזנט דאלער וואס איז בערך 200 א חודש אויפן מארטגעדזש, וועט איינער מופן א 30-40 מינוט ווייטער אין א מדבר?

ס'איז א שאלה וואס יעדער אינדיווידואל וועט האבן אן אנדערן תשובה דערפאר, געוואנדן אין זיין/איר אנגעבינדנקייט צו משפחה און פריינט וכדומה, ועוד.
אבער פאר מ'איז דן אויף די פראגע, פרובירט מיר צו טרעפן אזאנס (עס קומט אויס דריי הונדערט טויזנט דאללער)...