בלומינגבורג ווס לעיקוואד

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

תגובהדורך AHA » פרייטאג נובעמבער 14, 2014 3:13 pm

שנאפס האט געשריבן:בלומינגבורג האט די מעלה איבער לעיקוואד אז ס'איז נישט דא קיין ליטאים

עט ליעסט איינער רעדט צו די זאך.
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.

כרם
שר האלף
תגובות: 1104
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2014 10:46 am
לאקאציע: ביים טאטען אין וויינגארטן

תגובהדורך כרם » פרייטאג נובעמבער 14, 2014 3:25 pm

שנאפס האט געשריבן:קרית יואל און מאנסי זענען צו טייער, בלומינגבורג האט די מעלה איבער לעיקוואד אז ס'איז נישט דא קיין ליטאים

נאך א מעלה אז די דארפסט נישט פארן אין קאנטרי (צען אלפים א יאר)

סראלי
שר ששת אלפים
תגובות: 6104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

תגובהדורך סראלי » פרייטאג נובעמבער 14, 2014 3:26 pm

AHA האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:בלומינגבורג האט די מעלה איבער לעיקוואד אז ס'איז נישט דא קיין ליטאים

עט ליעסט איינער רעדט צו די זאך.


עס האלט שוין באלד ביי ״יד החסידים על העליונה...״

מתוך מכתב בהעתון דער בלאט
צוגעלייגטע
image.jpg
ישראל אשר בך אתפאר

לטב עביד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 21, 2013 7:16 pm

תגובהדורך לטב עביד » מוצ"ש נובעמבער 15, 2014 9:14 pm

כרם האט געשריבן:
לטב עביד האט געשריבן:דאס האב איך באקומען אין אישי, אדרבה זאגסט מיר אויב עס איז אמת, אויב יא איז עס א שאנדע צו שרייבן פרעכע שקרים,

אויף די בלומינגבורג בלופרינט, העכער די אריינגאנג, שטייט 3 פיס דאך, אויב די רעכנסט דאס אויס, קימט אויס אז די הויז איז 29 ברייט און 45 אין די לענג. 1305 סקווער פיס פער שטאק, די רעכטע זייט 14.5 פיס איז 6 פיס אריינציר = 87 סקווער פיס, סך הכל פער שטאק 1218, צוויי שטאק קימט אויס 2436 סקווער פיס

וואס מיינסטו צוזאגן אז אויף די רעכטע זייט איז זעקס פיס אריינציר?

איך האב געשריבען אז איך האב דאס באקומען אין אישי, זאל כבוד הרב אלד ווילימסבורג ארויפקומען מסביר זיין די חשבון,

עס ווינדערט מיר זייער הרב כרם ווי עס קוקט אויס האט איר שטארק דורך געטוהן בלומענבורג, פארשטיי איך נישט וויזוי איר האט פארגעסן דורך צו טוהן די סייז פון די הויז, אפשר האט איר זיך פשוט סומך געווען אויף די שמילאוויטש עדווערטייזמענט, אבער יעצט אז מען ווארפט אריין פלאקן דערון וואלט געווען כדי אז איר זאלט דאס דורך טוהן און ברענגט אונז די רעזולטאטן

לטב עביד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 21, 2013 7:16 pm

תגובהדורך לטב עביד » מוצ"ש נובעמבער 15, 2014 9:18 pm

קען מיר איינער לינקען צו די בלאט ווי מען האט אויסגעשמועסט וויפל פראנט יארד און בעקיארד מען באקומט און פאר די ענד יוניט וויפל ער באקומט פון די זייט, תודה למפרע

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » מוצ"ש נובעמבער 15, 2014 10:41 pm

לטב עביד האט געשריבן:
כרם האט געשריבן:
לטב עביד האט געשריבן:דאס האב איך באקומען אין אישי, אדרבה זאגסט מיר אויב עס איז אמת, אויב יא איז עס א שאנדע צו שרייבן פרעכע שקרים,

אויף די בלומינגבורג בלופרינט, העכער די אריינגאנג, שטייט 3 פיס דאך, אויב די רעכנסט דאס אויס, קימט אויס אז די הויז איז 29 ברייט און 45 אין די לענג. 1305 סקווער פיס פער שטאק, די רעכטע זייט 14.5 פיס איז 6 פיס אריינציר = 87 סקווער פיס, סך הכל פער שטאק 1218, צוויי שטאק קימט אויס 2436 סקווער פיס

וואס מיינסטו צוזאגן אז אויף די רעכטע זייט איז זעקס פיס אריינציר?

איך האב געשריבען אז איך האב דאס באקומען אין אישי, זאל כבוד הרב אלד ווילימסבורג ארויפקומען מסביר זיין די חשבון,

עס ווינדערט מיר זייער הרב כרם ווי עס קוקט אויס האט איר שטארק דורך געטוהן בלומענבורג, פארשטיי איך נישט וויזוי איר האט פארגעסן דורך צו טוהן די סייז פון די הויז, אפשר האט איר זיך פשוט סומך געווען אויף די שמילאוויטש עדווערטייזמענט, אבער יעצט אז מען ווארפט אריין פלאקן דערון וואלט געווען כדי אז איר זאלט דאס דורך טוהן און ברענגט אונז די רעזולטאטן


די הויפט מחותנים פון בלומינגבורג און לעיקוואד קענען נישט ליינען א בלופרינט?

זעה די בילד

בילד


און זעה די בלופרינט
צוגעלייגטע
333.jpg

לטב עביד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 21, 2013 7:16 pm

תגובהדורך לטב עביד » מוצ"ש נובעמבער 15, 2014 10:55 pm

אקעי די וואך האף איך דורך צו טון בלומענבורג, איך האף די עולם וועט מיר ארויס העלפן,
ווייסט איינער א אימעיל אדרעס ווי מען קען קריגען אינפורמציה פאר בלומענבורג?

אוועטאר
פשוט'ער אידל
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 02, 2013 9:08 pm

תגובהדורך פשוט'ער אידל » מוצ"ש נובעמבער 15, 2014 10:57 pm

איך בעעעט דיך.. דו הייבסט יעצט גאר אן..
איך ציטער.. סטאאאפ.
written using the Meshimer web filter

סקאטש
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 14, 2014 7:46 am

תגובהדורך סקאטש » מוצ"ש נובעמבער 15, 2014 10:59 pm

לטב עביד האט געשריבן:אקעי די וואך האף איך דורך צו טון בלומענבורג, איך האף די עולם וועט מיר ארויס העלפן,
ווייסט איינער א אימעיל אדרעס ווי מען קען קריגען אינפורמציה פאר בלומענבורג?


ווי איך זע האסטו באשלאסן צו מאכן פראגרעס צו גיין קיין לעיקוואד.
סא, וואס ביסטו אזוי ביזי מיט בלומינגבערג?

סקאטש
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 14, 2014 7:46 am

תגובהדורך סקאטש » זונטאג נובעמבער 16, 2014 12:10 am

לטב עביד האט געשריבן:אקעי די וואך האף איך דורך צו טון בלומענבורג, איך האף די עולם וועט מיר ארויס העלפן,
ווייסט איינער א אימעיל אדרעס ווי מען קען קריגען אינפורמציה פאר בלומענבורג?


די נייע הייזער אין בלומינגבערג שטייען שוין. פאר אראפ אהין און טשעק איט אוט... פארגעס נישט מיטצונעמען אן אינטש מעסטער.
צוגעלייגטע
image.jpg

סקאטש
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 14, 2014 7:46 am

תגובהדורך סקאטש » זונטאג נובעמבער 16, 2014 12:21 am

די אריינגאנג
צוגעלייגטע
image.jpg

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » זונטאג נובעמבער 16, 2014 1:04 am

אלס א ניק וועלכער האט זיך - ככל הנראה - איינגעשריבן דא בלויז צו ענטפערן די שאלות אויף בלומינגבורג, פארוואס טאקע זאלסטו נישט ענטפערן די שאלה וואס דער עולם פרעגט?

וויפיל סק. פוס באקומט מען אין א דירה? מען קען טאקע אראפ פארן און מיט נעמען א אינטש מעסטער כפי הצעתך, דאך איז בעסער צו הערן א פונקטליכע נומער.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

סקאטש
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 14, 2014 7:46 am

תגובהדורך סקאטש » זונטאג נובעמבער 16, 2014 2:31 am

מי חכם האט געשריבן:אלס א ניק וועלכער האט זיך - ככל הנראה - איינגעשריבן דא בלויז צו ענטפערן די שאלות אויף בלומינגבורג, פארוואס טאקע זאלסטו נישט ענטפערן די שאלה וואס דער עולם פרעגט?

וויפיל סק. פוס באקומט מען אין א דירה? מען קען טאקע אראפ פארן און מיט נעמען א אינטש מעסטער כפי הצעתך, דאך איז בעסער צו הערן א פונקטליכע נומער.




איך לייען איי וועלט אסאך, אבער קיין ניק האב איך נישט פארמאגט. דער לטב האט מיר פון די כלים ארויסגענומען...

אבער, איך וויין נישט דערויף. ווייל כל מה דעביד רחמנא ״לטב עביד...״

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » זונטאג נובעמבער 16, 2014 6:01 am

סקאטש האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן:אלס א ניק וועלכער האט זיך - ככל הנראה - איינגעשריבן דא בלויז צו ענטפערן די שאלות אויף בלומינגבורג, פארוואס טאקע זאלסטו נישט ענטפערן די שאלה וואס דער עולם פרעגט?

וויפיל סק. פוס באקומט מען אין א דירה? מען קען טאקע אראפ פארן און מיט נעמען א אינטש מעסטער כפי הצעתך, דאך איז בעסער צו הערן א פונקטליכע נומער.




איך לייען איי וועלט אסאך, אבער קיין ניק האב איך נישט פארמאגט. דער לטב האט מיר פון די כלים ארויסגענומען...

אבער, איך וויין נישט דערויף. ווייל כל מה דעביד רחמנא ״לטב עביד...״


מפטירין כדאתמול, 7 ניקס וואס ווערן אויפגערעגט און גייען ארויס פון די כלים וועגן דעם לטב עביד און קיינער פון זיי קענען נישט ענטפערן פשוטע פאקטן.

סקאטש
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 14, 2014 7:46 am

תגובהדורך סקאטש » זונטאג נובעמבער 16, 2014 8:32 am

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
סקאטש האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן:אלס א ניק וועלכער האט זיך - ככל הנראה - איינגעשריבן דא בלויז צו ענטפערן די שאלות אויף בלומינגבורג, פארוואס טאקע זאלסטו נישט ענטפערן די שאלה וואס דער עולם פרעגט?

וויפיל סק. פוס באקומט מען אין א דירה? מען קען טאקע אראפ פארן און מיט נעמען א אינטש מעסטער כפי הצעתך, דאך איז בעסער צו הערן א פונקטליכע נומער.




איך לייען איי וועלט אסאך, אבער קיין ניק האב איך נישט פארמאגט. דער לטב האט מיר פון די כלים ארויסגענומען...

אבער, איך וויין נישט דערויף. ווייל כל מה דעביד רחמנא ״לטב עביד...״


מפטירין כדאתמול, 7 ניקס וואס ווערן אויפגערעגט און גייען ארויס פון די כלים וועגן דעם לטב עביד און קיינער פון זיי קענען נישט ענטפערן פשוטע פאקטן.


כ׳מיין טאקע אז מען מוז אריין דרייען די עף בי איי אין די קעיס...

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » זונטאג נובעמבער 16, 2014 8:41 am

ברענג ווייטער פיקטשערס און טייל מיט אלעס וואס די ווייסט יא, אדער בעסער געזאגט אלעס וואס מען מעג יא אויסזאגען, ווארשיינליך אז אויף פאקטן וואס די קענסט אויפווייזען וועסטו נישט ברויכען ארויסגענימען ווערן פון די כלים. און אויף די זאכען וואס די ווייסט/קענסט נישט זאגען אנשטאט ארויסגיין פון די כלים קענסטו פלעין שווייגען.

נ.ב. באישי שפעקולירט איינער אז לטב און סקאטש זענען דער זעלבער מענטש.

אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1150
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

תגובהדורך לאמפ » זונטאג נובעמבער 16, 2014 10:08 am


אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6790
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » זונטאג נובעמבער 16, 2014 10:23 am

לאמפ האט געשריבן:http://vote.pollcode.com/17163457

נישט געוואוט.
ווען די לעצטע אפשענס וועלן זיין אין ווייטערע שטאפלען וועלן מיר קענען וואוטן.
לעצט פאראכטן דורך מיסטעריעז אום זונטאג נובעמבער 16, 2014 10:34 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7590
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » זונטאג נובעמבער 16, 2014 10:28 am

מיסטעריעז, מיר האבן געהערט מיט איינמאל אויך...
לעצט פאראכטן דורך זאכליך אום זונטאג נובעמבער 16, 2014 10:36 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6790
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » זונטאג נובעמבער 16, 2014 10:36 am

huh
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
כאפצעם
שר שמונת אלפים
תגובות: 8993
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג נובעמבער 16, 2014 10:38 am

איך וואלט פארגעשלאגן אן הצעה פאר די מנהלים וואס איך האלט אז ס'איז ממש קריטיש וויכטיג פאר די קיום פונעם וועלטל און ס'איז ממש אין א בחינה פון כלוי כל הקוצים און ס'איז אוממעגליך צו ווייטער אנגיין אזוי אן דעם;

פון וואס איז די רעדע?
גאנץ פשוט; איך האלט אז ס'שוין העכסט צייט צו עפענען א באזונדערן 'פארום' ספעציעל געווידמעט אלס "קינדער אפטיילונג" ווי דארטן וועלן אויך קענען זיין ממש די זעלבע אשכולות ווי אין די געהעריגע פארום'ס-ווי; 'נייעס', 'בלומענבערג אשכול', 'לעיקוואוד אשכול', וכו' וכו'- נאר פאר אנדערע עידזשעס!

אין אנדערע ווערטער, כ'גלייב נישט אז איינער וועט אמאל זעהן א 14 יעריג בחור'ל שטיין אין א קופקע מיט עלטערע יונגעלייט און בעב"ת און פארברענגען פאניע בראד אין א קרעמל, דאס איז דאך פשוט, א קינד פארשטייט אז אויב וויל ער מ'זאל אים אויסהערן דארף ער זיך איינקופקענען מיט די יונגווארג פון זיין עידזש און אנדערש וועט עס נישט ארבעטן; נישט ער וועט האבן צו וועם צו רעדן און נישט די גרויסע וועלן אים אויסהערן.

די זעלבע זאך דא, פארשטיי איך נישט פארוואס זאל דא זיין אנדערש?
פארוואס ווען א קינד קומט אריין אין א שמועס ווי גרויסע טאטעס שמועסן בלייבט ער נישט מיטן צונג אין האלז פאר שרעק?! פון נעמט ער די גאטס זיך צו קומען טענהן, אריינרעדן, שרייען, פארדרייען שמועסן, און אוועקטראגן גאנצעטע אשכולות גלייך אין קונדערגארטן אראפ?!

בקיצור, כ'מיין אז ס'איז צייט צו זאגן גענוג איז גענוג! און די מנהלים זאלן נעמען די זאך אין די הענט אריין און עפענען א באזונדערן פארום אלס ספעציעלער 'קינדער אפטיילונג' און דארט וועלן זיין אלע אשכולות געהעריג ווי ביי די טאטעס, נאר קאסטעם מעיד פאר די קינדער זיך אויך צו קענען אויסגעבן אביסל, שרייען,וויינען,לאכן, און וואס נישט נישט,
מ'קען אפילו צושטעלן עקסטערע אונטערסאנטע אשכולות; ווי א באזונדערע 'לעגא' אשכול, א 'קליקס' אשכול, א 'סעיפטי קארדס' אשכול און נאך און נאך גענוג אז זיי זאלן קענען זיין פארנומען דארט אגאנצן טאג און נישט שטערן די טאטעס וואס פארברענגען אין די דערנעבנדיגע פארומס;
פון צייט צייט וועט איינער פון די טאטעס אריינגיין קוקן צו אלעס איז אין דערארדענונג און יעדער שפילט זיך טאקע שיין, און אויב ס'פעלט זיך אויס שלום מאכן אויב איז געשעהן עפעס א 'פייט' ח"ו ס'זאל זיך נישט מאכן,
בקיצור כ'מיין אז מיט אזא פארום וועט ווערן געסאלווד גאר אסאך פראבלעמען וואס געשעהן דא אין קרעטשמע און דער עולם כאפט אפילו נישט פון ווי דאס קומט און אז דער שורש ה'פראבלעם איז פשוט אז דא דרייען זיך אונטער די פוס 'אומערוואקסענע קינדער'.

אקעי קינדער, האופ טו סי יו לעיטיר אין 'אייוועלט קידס לענד'...
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3327
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » זונטאג נובעמבער 16, 2014 10:55 am

גם אנכי מצטרף, איך וואלט פארמעקט אלע תגובות וואס טראגן דעם ווארט לעקוואד פון דעם אשכול

אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1545
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

תגובהדורך green » זונטאג נובעמבער 16, 2014 11:07 am

הערליך האט געשריבן:גם אנכי מצטרף, איך וואלט פארמעקט אלע תגובות וואס טראגן דעם ווארט לעקוואד פון דעם אשכול

אוועטאר
maybeeynot
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: אויף דיין סקרין

תגובהדורך maybeeynot » זונטאג נובעמבער 16, 2014 12:28 pm

;l;p- ;l;p- כאפצעם :lol: :lol:
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)

אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

תגובהדורך AHA » זונטאג נובעמבער 16, 2014 12:59 pm

איך בין גרייט צו זיין מנהל המוסד, כ'הער מען מאכט א סך געלט מיט אזא פאזיציע!

עניוועי, כאפצעם יו רעיזד די רייט פוינט, טענקס!!!
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט