Advertisement

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער
שרייב א תגובה

מיטוואך יוני 03, 2015 1:55 pm

יאפ אין מידעלטאון האב איך געלאנדעט אין זייט דעמאלס רעדט איך פון שטעטלעך

Advertisement

מיטוואך יוני 03, 2015 1:58 pm

ביי די וועי איז עס נישט געווען ריפאנדעבעל
די קונים האבן נישט געקענט ארויס בעקען מער

מיטוואך יוני 03, 2015 2:02 pm

babaganush האט געשריבן:איך מיטשע מיך צו פארשטיין פארוואס געוויסע מענטשען דא און פארום האבן א אינטערעסע אז די נייע געגנט אין דשערסי סיטי זאל זיך ח"ו נישט אויסארבעטן

געוויס מיינסטו מיר. אבער איר האט א שטארקע טעות. איך וואלט גע'פגר'ט צו מופן פון ווילי צו וועלעכע געגענט מ'וויל מיר נאר געבן הרחת הדעת, מיר פערזענליך גייט באמת נישט אן אויב דאס איז 3 שעה פון ברוקלין אדער מער. א שטעטעל מיט עטליכע הונדערט משפחות איז מיר פונקט גוט. אבער די ווינט לויפט דא מורה'דיג שטארק כאילו דער עולם מופט... איי קיינער מופט נישט? נו, מ'זוכט תירוצים דא און דארט, אין בלומענבורג איז צו שמאלע ראוד'ס, אין לעיקוואד איז מען זייער ווייט פון ברוקלין, סטעטן איילענד איז מען אריבער די ווערעזאנאו בריק און דזשערסי סיטי איז פול מיט קריים (הגם ס'איז פשוט נישט אמת) וכדו'. דעריבער האב איך געשריבן אז ס'איז א שאד זיך זעלבסט צו פאפן. איך פערזענליך מוף נישט ווייל מיין ווייב וויל נישט!.. :oops: און גענוי דאס איז די סיבה ביי רוב אינגעלייט, אפגערעדט וואספארא גאלדענעם שטעטל מ'וועט צושטעלן.

יעדער האט אינטערעסע אז עס זאל זיך אויסארבייטן, אבער לעטס בי האנעסט.

מיטוואך יוני 03, 2015 2:03 pm

babaganush האט געשריבן:איך מיטשע מיך צו פארשטיין פארוואס געוויסע מענטשען דא און פארום האבן א אינטערעסע אז די נייע געגנט אין דשערסי סיטי זאל זיך ח"ו נישט אויסארבעטן

וואס פארשטייט איר נישט, עס איז דא אזוינע וואס זיי (אדער זייערע ווייבער) האלטען נישט ביים מופען ווייל עס איז נישט באקוועם, על אף וואס ער האט נישט צו באצאלען די רענט און ער איז שוין שילדיג פארן לענדלארד 18 חדשים. נו..ביז יעצט האט ער דאך געהאט א תירוץ, עס איז נישטא ווי צו גיין, אבער אויב חלילה זשערסי סיטי ארבעט זיך אויס... שטייט ער איו א סכנה צו פארלירען זיין תירוץ... ממילא איז א סך בעסער א זדשערסי סיטי גייט אינטער, און מען קען ווייטער שלאפען רואיג, און שרייען אין שול און אויף איי וועלט אז אלע לענדלארדס זענען רשעים.

שטימט דער חשבון?

מיטוואך יוני 03, 2015 2:05 pm

והאמת ניתן להיאמר האט געשריבן:

מ'ברויך האבן א געוואלדיגן קרומער מהלך המחשבה צוציקומען צו דעם חשבון.

מיטוואך יוני 03, 2015 2:05 pm

צייטליך האט געשריבן:

רבי צייטליך, זייער אויפריכטיג געזאגט.

מיטוואך יוני 03, 2015 2:07 pm

צייטליך האט געשריבן:
והאמת ניתן להיאמר האט געשריבן:
babaganush האט געשריבן:איך מיטשע מיך צו פארשטיין פארוואס געוויסע מענטשען דא און פארום האבן א אינטערעסע אז די נייע געגנט אין דשערסי סיטי זאל זיך ח"ו נישט אויסארבעטן

וואס פארשטייט איר נישט, עס איז דא אזוינע וואס זיי (אדער זייערע ווייבער) האלטען נישט ביים מופען ווייל עס איז נישט באקוועם, על אף וואס ער האט נישט צו באצאלען די רענט און ער איז שוין שילדיג פארן לענדלארד 18 חדשים. נו..ביז יעצט האט ער דאך געהאט א תירוץ, עס איז נישטא ווי צו גיין, אבער אויב חלילה זשערסי סיטי ארבעט זיך אויס... שטייט ער איו א סכנה צו פארלירען זיין תירוץ... ממילא איז א סך בעסער א זדשערסי סיטי גייט אינטער, און מען קען ווייטער שלאפען רואיג, און שרייען אין שול און אויף איי וועלט אז אלע לענדלארדס זענען רשעים.

שטימט דער חשבון?

מ'ברויך האבן א געוואלדיגן קרומער מהלך המחשבה צוציקומען צו דעם חשבון.

איך האב נישט געמיינט אייך חלילה... אבער יא עס איז דא אזוינע וואס האבן א קרומען קאפ...

מיטוואך יוני 03, 2015 2:10 pm

פארשלאפן,
איך האב געמיינט דער מנהל גייט פארהערן, דערווייל זעה איך ער מאכט אויך חזרה...

צייטליך,
מאנסי/מאנראו איז נישט קיין אפציע פאר 'יעדעם' ווי שוין געשמועסט עטליכע מאל. בלומינגבורג/לעיקוואוד/דזשערסי סיטי זענען נאך נישט קיין פאקט. וואו פונקטליך זאלן מופן די וואס זענען נאך נישט "געצווינגען" דערצו? אז איר זאגט אז איר זעהט קיינעם נישט מופן (די וואס זענען געצווינגען [ארויסגעווארפן פון דירה וכדומה] מופן טאקע קיין קר"י/מאנסי בלית ברירה)

מיטוואך יוני 03, 2015 3:19 pm

וואס איז פשט אז די פרויען מופען ווילן נישט מופען

גיייט זיי נישט אן אז דער מאן טרונקט זיך?

מיטוואך יוני 03, 2015 4:02 pm

שאינו יודע האט געשריבן:וואס איז פשט אז די פרויען מופען ווילן נישט מופען

גיייט זיי נישט אן אז דער מאן טרונקט זיך?

איך ווייס פון צוויי סיבות.

ביי א סך איז עס נאר די לעצטע צוויי דריי הינדערט דאלער וואס ער מוטשעט זיך און דאס קען מען פארדייען (אזוי מיינט מען)
מען לעבט אויף קרעדיט קארדס און ווילאנג עס גייט נאך מיינט מען אז דאס הייסט געלעבט..

מיטוואך יוני 03, 2015 4:25 pm

שאינו יודע האט געשריבן:וואס איז פשט אז די פרויען מופען ווילן נישט מופען

גיייט זיי נישט אן אז דער מאן טרונקט זיך?

אסאך ווייסן נישט די מצב.

מיטוואך יוני 03, 2015 4:39 pm

זאכליך האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:וואס איז פשט אז די פרויען מופען ווילן נישט מופען

גיייט זיי נישט אן אז דער מאן טרונקט זיך?

אסאך ווייסן נישט די מצב.

אסאך ווילען נישט וויסן די מצב

מיטוואך יוני 03, 2015 4:48 pm

זאכליך האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:וואס איז פשט אז די פרויען מופען ווילן נישט מופען

גיייט זיי נישט אן אז דער מאן טרונקט זיך?

אסאך ווייסן נישט די מצב.

סתם אינטרעסאנט.
כ'האב לעצטנס געהערט פון א אינגערמאן אז זיין ווייב וויל מופן קיין דזערסי סיטי ווייל א חבר'טע וויל מופן (דער אינגערמאן האלט נאך נישט אונגאנצען דערביי) איך ווייס עס איז נישט די געווענטליכס (פארדעם פארצייל איך דאס...)
אבער אפשר איז דאס פאזיטיוו אז געוויסע פרויען הייבן אן איינזעהן עס גייט נישט ווייטער...

מיטוואך יוני 03, 2015 6:33 pm

רב צייטליך ווי זעהסטו אז די עולם וויל נישט מופן??

בלומענבערג איז שוין גרייט?
לעיקוואד איז שוין גרייט?
דזערסי סיטי איז שוין גרייט? אויב עפעס האלט עס שוין די ווייטסטע, און גייט ווערן א פאקט בקרוב, און ביליוו איט אר נאט,, כאב מיט סאטמאר גארנישט און כאב שוין גערעדט אין שטוב פון דעם, און.... ס'איז נישט אפגעפרעגט,

10 הייזער איז "אסאך" ווען מען האלט בסך הכל נאר ביי 10 יעזורו'ס

איך פלאן ערענסט אראפצופארן די זינטאג צו זעהן די פלאץ

עניוועיס לאכן לאכטס די לעצטע, מען שרייט די עולם וויל נישט מופן ווען ס'איז נאכנישט דא "ווי" צו מופן

גראדע זעה איך נישט פארוואס איינער זאל זיך יאגן צו קויפן אין דזערסי ווען מען גייט נישט אהין פאר א האלב יאר,סתם זיצן ליידיג?!?! ערט קויפן אין א האלב יאר

עניוועי שנשמע ונתבשר בשורות טובות

ביי

מיטוואך יוני 03, 2015 7:53 pm

ס׳קומט אויס אז יעדע יעזורו ברענגט איין מענטש,

אפשר זאל מען עס ארויסגעבן צוויי מאל א וואך?

מיטוואך יוני 03, 2015 7:55 pm

רבש"ע!!!

מיטוואך יוני 03, 2015 8:34 pm

שאינו יודע האט געשריבן:וואס איז פשט אז די פרויען מופען ווילן נישט מופען

גיייט זיי נישט אן אז דער מאן טרונקט זיך?

זיי האלטן חייך קודמין אויב די מאן טרינקט זיך און די פרוי טרינקט זיך דארף מען קודם זעהן צו ראטעווען די אייגן לעבן אז מען זאל בלייבן מיט אלע פרענד''ס וכו'

מיטוואך יוני 03, 2015 8:43 pm

ס'האט איינער אמאל געזאגט ''אז די מאן וויל 50% וויל די ווייב 0%, אז די מאן וויל 90% וויל די ווייב נאר 50%, אבער אז די מאן וויל 100% וועט זיך די ווייב צושטעלן''
ביטע לאז ארויס די נשים!

מיטוואך יוני 03, 2015 8:48 pm

ניתי 'אנקעטע' ונחזי

מיטוואך יוני 03, 2015 8:51 pm

מ׳ווארט דאך נישט דא אויף קיין סי אוף או אדער ווייסוך וואס.
טא, פארוואס פארזוימט מען זיך? מ׳ווארט אויף נאך מענטשן? אדער פלאנט מען אהערצושטעלן עפעס ציבור׳ישע געברויכן בעפאר מ׳מופט אהין?

ביטע ענטפערן ״ווער ס׳ווייסט.״

מיטוואך יוני 03, 2015 10:09 pm

סראלי האט געשריבן:מ׳ווארט דאך נישט דא אויף קיין סי אוף או אדער ווייסוך וואס.
טא, פארוואס פארזוימט מען זיך? מ׳ווארט אויף נאך מענטשן? אדער פלאנט מען אהערצושטעלן עפעס ציבור׳ישע געברויכן בעפאר מ׳מופט אהין?

ביטע ענטפערן ״ווער ס׳ווייסט.״

מען רעדט פון תשרי וואס איז אינגאנצען פיר חדשים.

-מען האט ביז דערווייל געסיינט קאנטראקט, מען דארף נאך קלאזען.

-מען דארף ענדיגען איינרישען די דירה עס זאל זיין ראוי פאר א איד.

-מען דארף צוענדיגען בויען דער שול מיט די מקוה.

די אלע זאכן ריקען זיך, אבער עס נעמט צייט.
לעצט פאראכטן דורך והאמת ניתן להיאמר אום מיטוואך יוני 03, 2015 10:14 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

מיטוואך יוני 03, 2015 10:12 pm

והאמת ניתן להיאמר האט געשריבן:
סראלי האט געשריבן:מ׳ווארט דאך נישט דא אויף קיין סי אוף או אדער ווייסוך וואס.
טא, פארוואס פארזוימט מען זיך? מ׳ווארט אויף נאך מענטשן? אדער פלאנט מען אהערצושטעלן עפעס ציבור׳ישע געברויכן בעפאר מ׳מופט אהין?

ביטע ענטפערן ״ווער ס׳ווייסט.״

מען רעדט פון תשרי וואס איז אינגאנצען פיר חדשים.

-מען האט ביז דערווייל געסיינט קאנטראקט, מען דארף נאך קלאזען.

-מען דארף ענדיגען איינרישען די דיאה עס זאל זיין ראוי פאר א איד.

-מען דארף צוענדיגען בויען דער שול מיט די מקוה.

די אלע זאכן ריקען זיך, אבער עס נעמט צייט.

א שיינעם דאנק

דאנערשטאג יוני 04, 2015 12:25 am

מיסטעריעז האט געשריבן:פארשלאפן,
איך האב געמיינט דער מנהל גייט פארהערן, דערווייל זעה איך ער מאכט אויך חזרה...

צייטליך,
מאנסי/מאנראו איז נישט קיין אפציע פאר 'יעדעם' ווי שוין געשמועסט עטליכע מאל. בלומינגבורג/לעיקוואוד/דזשערסי סיטי זענען נאך נישט קיין פאקט. וואו פונקטליך זאלן מופן די וואס זענען נאך נישט "געצווינגען" דערצו? אז איר זאגט אז איר זעהט קיינעם נישט מופן (די וואס זענען געצווינגען [ארויסגעווארפן פון דירה וכדומה] מופן טאקע קיין קר"י/מאנסי בלית ברירה)

איך וויל איינמאל פאר אלעמאל פארשטיין פארוואס מאנרא /מאנסי איז נישט פאר יעדעם ? מאנרא פארשטיי איך לאמיר זאגן , אגב רובא דרובא וויליאמסבורג און א ריזן חלק בארא פארק קען רוהיג גיין קיין מאנרא אבער שוין , אבער וואס איז מיט מאנסי ? איך רעד דיך אז מעוואינט אין דירות וואס טרעט צו צו די נערווען , איז וואסערע תירוץ מאנסי נישט פאר יעדעם ? סתם אזא תירוץ פארוואס נישט צו מופן אוןניעדער בלאבעלט נאך

דאנערשטאג יוני 04, 2015 12:50 am

סראלי האט געשריבן:מ׳ווארט דאך נישט דא אויף קיין סי אוף או אדער ווייסוך וואס.
טא, פארוואס פארזוימט מען זיך? מ׳ווארט אויף נאך מענטשן? אדער פלאנט מען אהערצושטעלן עפעס ציבור׳ישע געברויכן בעפאר מ׳מופט אהין?

ביטע ענטפערן ״ווער ס׳ווייסט.״

איך האב געשטעלט די פראגע פאר איינעם פון די עסקנים פאריגע וואס, זיין ענטפער איז אז זיך צו דערוועלן א הויז אין די יעצטיגע מארקעט איז א לאנגע און שווערע פראסעסס ווייל יעדע הויז איז אין א אנדערע קאנדישאן, אין פאקט זאגט ער אז עס זענען יעצט פאר האם נאך עטליכע צענדליגע פאמיליעס וואס האלטן אינמיטן זוכן א הויז.
מיט דעם פאלט אויך אוועק צייטליך'ס גאנצע בנין אז דער עולם האלט נישט מער ווי ביים רעדן,
דער עולם איז ווארעם. דער עולם איז גרייט.
די עיקר שוועריקייט איז מיטן טרעפן די פאסיגע דירה.

עס איז נאר צום האפן אז מען וועט די אלע שוועריקייטן איבערקומען ווייל דשערסיסיטי זעט באמת אויס ווי די אלטימעט סעלושען.

דאנערשטאג יוני 04, 2015 7:03 am

moneyMINDED האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:מאנסי/מאנראו איז נישט קיין אפציע פאר 'יעדעם' ווי שוין געשמועסט עטליכע מאל.

איך וויל איינמאל פאר אלעמאל פארשטיין פארוואס מאנרא /מאנסי איז נישט פאר יעדעם ? מאנרא פארשטיי איך לאמיר זאגן , אגב רובא דרובא וויליאמסבורג און א ריזן חלק בארא פארק קען רוהיג גיין קיין מאנרא אבער שוין , אבער וואס איז מיט מאנסי?

איך וויל נישט אריינגיין אין א שמועס דערויף צוליב פארשטענדליכע סיבות (ווייל איך האב נישט וואס צו זאגן........ אמת?....).
איין זאך, דו פארשטייסט אז עס 'קען' זיין שווער פאר א וויליאמסבורגער צו מופן אויף מאנראו, און קיין מאנסי פארשטייסטו נישט?! עס איז מיר ממש א וואונדער, אבער כשם שאין פרצופיהן וכו'.

דאס אלעס איז געזאגט אויפן יעדן יחיד, אויפן רבים איז "מופטס אויף מאנסי/קר"י" בכלל נישט קיין טענה, כמובן, און ווי געשריבן אינעם אסיפת הרבנים אשכול ז"ל.

די צווייטע חלק פון דיין תגובה (וואס איך קוואוט נישט) איז שוין גאנץ א אנדערע נקודה.

(די קומענדיגע תגובה גייט זיין די טויזענטסטע פון די אשכול.)
שרייב א תגובה

Advertisement