בלאט 4 פון 347

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 6:04 pm
דורך moneyMINDED
לכתחלה , 75 פערצאנט וויליאמסבורגע הייזער וואינען נישט די בעל בתים מיט די טענענטס , דאס איז דאך די בראך

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 6:11 pm
דורך ערליכער גרעפיקער
לכתחילה אריבער האט געשריבן:צו עס גייט געשען צו נישט קענמען שפעקולירן, אבער אויב גייט מען יא אוועק גיין, איז עס א "גירוש"?? יעדער גייט אוועק גיין מיט אנגעשטאפטע קעשענעס, אזש מען וועט נישט וויסען וואס צו טאן מיטן געלט קודם!

טויזענטער אידן גייען זיך אויסלעבן די ריטייערמענט ווי עשירים!

נאר איין זאך וועט זיין א שאד, אזא סארט שטאט ווי וויליאמסבורג, הייליג פרום און אויך מיט א שטאטישע "טוויסט", גלייב איך נישט וועט אזוי שנעל זיין. אדער נישט פרום, אדער שטעטעליש.

(וואס? דו האלסט אז וויליאמסבורג איז גאאאארנישט בעסער ווי... וואטעווער? אוקעי נישט צו דיר האבעך גערעדט.)

דארפסט גארנישט מער ווי צו זעהן די חילוק פון אלט און ניי וומסב"ג
די וועד למשמרת/ טוהר מחנינו / חומת הצניעות וכו' וכו' וכו' וויאזוי דו ווילסט עס רופן האבן זייער א שוואכע השפעה אין ניי וומס"ב
מ'זאגט אז זיי זענען בעל הבית ביז די פלאשינג טו וועי

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 8:04 pm
דורך AHA
אקעי אקעי אקעי.. עס גייט געשעהן א מאסען אויסוואנדערונג און יעדער מופט ארויס, יעצט לאמיר זעהן וויפיעל מיני מענטשען האבען קיין "שום" פלאן צו מופען.

פראזשעקט אידען.
בעדפארד גארדענס אידען.
אייגענע הייזער אידען (חוץ דיע וואס גייען ווערן געהעכערט טעקס)
סעקשאן אכט אידען.

וויפיעל פראצענט איז דעס?

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 8:12 pm
דורך זאכליך
איך ווייס א שיינע צאל בעדפארד גארדענס אידן וואס האבן פלענער צו מופן.

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 9:26 pm
דורך חיים של פרנסה
סעקשאן אכט אידן זענען פון די בעסטע קאנדידאטען צו מופן, ווייל אזוי זאל דער גאנצער אפקומעניש פון נעמען דעם אכטער, און דערנאך די ריסערטיפיקעשאן און זיך בעטן ביים גוי (ס'פילט געפערליך עקלדיג) דיר צו אפראווען, ארבעטן לטובתך,
אויב נישט קומט אויס אז די סעקשאן אכט איז א טובה פארן לענדלארד

און וואס מיינסטו גייט געשען במשך הזמן? וועסט חתונה מאכן די קינדער און דער פראגראם וועט דיר געבן ווייניגער און דער רענט וועט לכאורה ארויף גיין.

במילא, מענטשן מיט 8 טראכטן זייער פון מופן.

ובאם יעזור הוי' און עס וועט אפירקומען א פראיעקט וואס וועט האבן דעם פראגראם וואס סעקשאן אכט קויפט דיר די דירה וועט יענץ זיין א געלונגענער געגענט. מיט עשירים בעז"ה.

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 10:34 pm
דורך לאמפ
איך כאפ נישט פארוואס מען הענגט אן דאס זיכען נייע ישובים און געגענטער אין דער מעגליכקייט פון אן אויסוואנדערונג פון וויליאמסבורג.

דאס דארפן טרעפן נייע פלעצער ווי עס זאל זיין א מעגליכקייט צו וואוינען אין די קומענדיגע יארן איז א 'מוז' און דאס גייט געשעהן פריער אדער שפעטער, אויף איין פלאץ אדער דאס אנדערע, אדער גאר אויף אלע פלעצער צוזאמען אפגעזעהן צו עס גייט זיין אן אויסוואנדערונג פון וויליאמסבורג צו נישט.

וואס מאכט מיר אזוי טראכטן? אט הערט נומערן.
א שטודיע וואס דער סיטי באורד אוו עדוקעשאן האט ארויסגעגבן מיט א קנאפע יאר צוריק זאגט אז אין די אידישע פריוואטע סקול'ס אין די סיטי לערנען בערך הונדערט טויזענט קינדער כ"י אין די עלטער פון 5 ביז די 17 יאר! און דאס רוב דערפון לערנען אין חרדישע מוסדות, לויט דעם חשבון וועלן אין די קומענדיגע 15 יאר צוקומען אין די חרדישע געגענטער אין די סיטי קרוב צו פופציג טויזענט פארפעלקער וועלכע וועלן דארפן א דאך איבער'ן קאפ און דאס איז אוממעגליך צו אקאמענדירן אין די עקזיסטירענדע שטעט (צו האבן אן איידיע פון וואספארא וואוקס מען רעדט, איז כדאי צו אנצייגן אז צווישן אלע חרדי'שער ישובים אין ברוקלין קאמבענירט וואוינען לעת עתה ווייניגער ווי פופציג טויזענט פאמיליע'ס) .

נאך א פוינט וואס איז כדאי ארויסצוברענגען כאטש וואס מענטשן האבן בדרך כלל נישט ליב צו רעדן דערפון, אבער עס איז דאך א פאקטאר וואס ברויך גענומען ווערן אין חשבון.. דאס איז דער ענין פון איבערנעמען דירות וואס ווערן ליידיג דורך עלטערע פארפעלקער וועלכע לאזן איבער דעם עולם. דורכאויס די לעצטע צענדליגער יארן ווען עס האבן זיך נאך געפונען צווישן אונז אסאך עלטערע אידן זענען יעדעס יאר געווארן עוועילעבל צענדליגער דירות פון עלטערע פארפעלקער וועלכע האבן דאס מער נישט געברויכט נוצן און דאס האט ווי נישט ווי אביסעלע געהאלפן דעם מארקעט,אנדערש איז יעצט ווען דער סופליי פון אזעלכע דירות גייט עפ"י דרך הטבע קומען צו אן אפשטעל פאר עטליעסט די קומענדע 15 - 20 יאר צוליב וואס עס פעלט דער 'היטלער עידש' און די היינטיגע עלטערע אידן זענען בלויז 60 -65 יאר אלט.

היוצא לנו מזה, די יעצטיגע ישובים וועלן בשום אופן נישט קענען דערהייבן דעם ריזיגער וואוקס וואס ערווארט אונז אין די קומענדיגע יארן בעז"ה און דאס וועט בלית ברירה פירן דערצו אז שטעטלעך אין ישובים וועלן מוזן ארויסשפראצן אין אלע זייטן, און געס וואט, עס וועלן זיין גענוג און נאך קאסטומער'ס פאר אלע.

ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה.

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 10:51 pm
דורך ניק ניק
רבי לאמפ איך מיז מודה זיין אז דו רעדסט צו דער זאך, איך וויל נאר מוסף זיין איין זאך מענין לענין באותו ענין וואס מענטשן פארגעסן זיך אמאל, אז די וועלט פירט זיך נישט, נאר איינער פירט עס לויט א פונטקליכע פלאן פון פאראויס באשטימט און ס'איז נישט דא קיין שום פלאנטשער אינעם פלאן "אלעס גייט ווי געפלאנט!" און ער האט אויך שוין אנ-געגרייט א דירה פאר יעדע איינציגע נשמה וואס ער האט אהער געשיקט, ער האט פון קיינעם נישט פארגעסן, המכין מצעדי גבר דאס איז א זאך וואס ווענד זיך בכלל נישט אינעם רצון פונעם מענטש, ס'איז נאר א גוטע טעמע צו שפעקולירן וויאזוי ער גייט עס פירן ווייטער אבער מ'דארף עס נישט נעמען צום הארצן.
א גוטע נאכט

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 10:57 pm
דורך חיים של פרנסה
באמת, אז מען וויל, און דאס וועט טאקע אויך זיין דער פאר אויב עני טינג ארבעט זיך נישט אויס, וואס גייט מען טון?

מען גייט זיך באזעצן אין יעדן אוועילעבל הויזקע ארום קרית יואל...

אפילו פאר מארקעט פרייז , אפילו אין אלטע הייזער, און אפילו (ליין: נאכמער אויב) ווען דער קאסינא וועט לאנדן ערגעץ דארט.

גוד לאק פאר די אינוועסטירער אין בלומינג-גראוו.

אפשר גיי מיר שוין?

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 11:08 pm
דורך כאפצעם
גיימיר ווי, קיין בלומינג-גראוו?
אוי וויי! וואס איז געשעהן מיט 'זשערזי סיטי'?
ניטאמאל שטימט בלומינג גראוו מיט דיין דעסקריפשאן.

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 12:14 am
דורך געלעגער
לאמפ, דו זאגסט באמת ריכטיגע נקודות וואס איך האב נאכנישט געקלערט ביז יעצט (געמיינט אז מ'האט שוין אלעס אויסגעשמועסט בנוגע די ווארט מאנגל.. ווער איך געוואויר אז ס'איז דא נאך אינפארמאציי..)

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 6:52 am
דורך מיסטעריעז
ריטגיב געלעגער

איש את רעהו יעזורו

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 10:44 pm
דורך פלעכטער
די וואך איז פארגעקומען די ערשטע אסיפה מיט אינטערעסירטע קויפערס/רענטערס, עס האבן זיך אויפגעטרעטן עסקנים מיט די דעטאלן און פלענער איבערן נייער יישוב.
עס זענען אויסגעטיילט געווארן אפליקעישאנס. אין א שיינע אויפקלערונג בריוו צי ענטפערן אויף אלע פראגעס וואס מען פרעגט, וווי מוסדות, געשעפטן, בוטשער, בתי מדרשים, מקואות, אא"וו

זיי רופען זיך, מפעל איש את רעהו יעזורו.

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 10:54 pm
דורך לאמפ
אט האט איר א קאפי פון דעם אפליקעשאן וואס מען האט פארטיילט.

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 11:18 pm
דורך לכאורה
יישר כח!
ארויסגעפרינט מיטן פלאן אויסצופילן און אריינפעקסן

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 11:29 pm
דורך פורים קטן
קודם כל וויל איך וואונטשן א סאך הצלחה פאר אלע עסקנים, וועלכע ארבעטן ארויס צו העלפן דעם ציבור.
איך וויל פרעגן א שאלה, צוו ווייסט איינער אויב אין ניו זשערזי קען מען קויפן א דירה מיט סעקשאן 8, ד"ה אז סעקשאן 8 זאל לעגאל באצאלן די מארטגעזש. איך געדענק אז מ'האט אמאל געוואלט דאס איינפירן אין ניו יארק, אבער עס איז קיינמאל נישט געקומען לידי מעשה. בין איך נייגעריג וואס עס איז די מצב אין ניו זשערזי, לענ"ד לאנשים כערכי, וואלט דאס געווען א געוואלדיגע שטופ זיך צו ציען אהין
ווער עס ווייסט , ווערט געבעטן צו מגיב זיין.

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 11:31 pm
דורך Gevald Geshrigen
אין נ.י. סטעיט איז דא אזא פראגראם אבער נישט אין די סיטי. זשערסי ווייס איך נישט.

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 11:34 pm
דורך לאמפ
עכ"פ אין טיילן פון ניו דשערסי איז דא אזא פראגרעם, נישט זיכער וועגן דשערסי סיטי ספעציפיש.

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 11:40 pm
דורך כרם
Gevald Geshrigen האט געשריבן:אין נ.י. סטעיט איז דא אזא פראגראם אבער נישט אין די סיטי. זשערסי ווייס איך נישט.

איך האב געהערט אז אין נ"י סטעיט און אזא פאל ווי סעקשן 8 צאלט די הויז גייט עס לאחר מאה ועשרים צירוק צו זיי, איז עס אמת?

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 11:43 pm
דורך green
ווענטסעך אונטער וועלכע פראגראם, ווען סעקששאן 8 צאלט גייט עס נישט א גאנג און זיי צאלן נאר א לימיט פון יארן (דאכטסעך 15 - 18) משא"כ FHA וואס צאלט לעבענס לענגליך רוב פונעם מארדגעדש און די קויפער צאלט נאר א נישטיגע פאר הינדערט דאלער חודשליך צאלט מען אגאנץ לעבן און נאכן לעבן נעמען זיי עס צוריק

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 2:41 pm
דורך לטב עביד
הער איך אז עס קאכט זיך לעבעדיג און גאר בקרוב קומט מען ארויס אין פאבליק, אויך זאגט מען אז העסקן שמעון דייטש האט זיך אויך אריין געלייגט דערין וואס דאס זאגט אסאך,

איין זאך וואס איך פארשטיי נישט איז אז אין די ריעל עיסטעיט מארקעט ווייסט מען אז דזערסי סיטי איז די נעקסטע ברוקלין, און אסאך אינוועסטערס קויפן יעצט דארט, און נאנט צום וואסער איז יעצט שוין זייער טייער, אויב אזוי מה העילו חכמים בתקנתם אז אין 7 יאר ארום וועט מען זיך דערזעהן מיט א פרישע ווילימסבורג?

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 05, 2014 12:59 pm
דורך ניק ניק
די וועלט זאגט If its too good to be true its probably not, מענטשן זענען מער אפטעמיסטיש צו א פלאן וואס איז ווייניגער בענעפעטירבאר אבער נענטער צום הארצן ווי איידער א פלאן וואס איז מער בענפיטס אבער ווייטער פון הארץ

געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 06, 2014 9:53 pm
דורך לטב עביד
מיסטער ניק ניק וואס מיינסטו צו זאגן זייט אייך אביסל בעסער מסביר אויב מעגליך

געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 06, 2014 10:15 pm
דורך ניק ניק
אויב קען מען דארט געהאלפן ווערן פאר 7 יאר, האט עס מער זשאנס ווי לעיקוואד פאר הצלחה, ווייל ס'איז נענטער צו ווימס"ב און ס'איז מער סיטי סטייל, און דאס איז וואס מענטשן זיכען במילה איז דעס נאנטער צום הארצן, אויב וועט אין 7 יאר ארום ווידער זיין א פראבלעם וועט מען ווידער מטכת עצה זיין און מ'וועט אנפילן נאך אפאר אשכולות אין אייוועלט, קורץ טערמיניגע שוואכע סעלושנס גלייבן מענטשן שנעלער ווי לאנג טערמיניגע גוטע סעלושנס.

געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 06, 2014 10:25 pm
דורך לטב עביד
אבער איר מיזט פארשטיין אז דארט איז א מדבר פאר יודען מען מיז אלעס בויען פון סקרעטש אלע ערליי געשעפטן בתי מדרשות מוסדות, און די ערשטע קבוצה גייען זיכער דארפן סופורען, לויפען קיין ברוקלין אדער מענהעטן פאר יעדע שטות איז נישט מעגליך בפרט אז רוב צייט אין טאג איז טרעפיק,
און אריינצובאכענעןמיליונען פאר 10 יאר מאכט נישט קיין סענס

געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 06, 2014 10:58 pm
דורך כאפצעם
ווי כ'האב פארשטאנען ווען מ'רעדט פון ארום צען יאר מיינט מען אריינברענגען עטליכע טויזענט משפחות זיך פראמינענט באזעצן און אפילו נאכדעם ווי ס'ווערט אויסגעוואקסן עווענטועל בלייבט דאס א פולקאמע יודיש-באוואינטע געגענט א שטייגער ווי די עקזעסטירנדע יודישע געגנטער וועלעכע וועלן ע"פ דרך הטבע נישט ווערן אויסגעשפילט אפילו ס'ווערט א רוטינע זאך פאר משפחות ארויסצומופן אין נייע געגנטער.