בלאט 265 פון 347

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 6:50 pm
דורך El Rushbo
ישרן האט געשריבן:
יהיה מה שיהיה האט געשריבן:זיצן פארקויפן אונעם נייעם שוהל

פשוט קלאר צו מאכן אז דאס בילד איז for illustration purposes only עס איז לאו דוקא (אדער אפשר דוקא נישט) אז עס קוקט אזוי אויס אינעם ווירקליכן רעאליטעט.

אה!

און די מעדיצין אוצר איז יא עכט? אדער איז נאר א מער דעטאלירטע אילוסטרציע?

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 7:34 pm
דורך ישרן
האף איך נאר אז דעם רבינ'ס בענקל מיטן נדיב פון קאנאדא זענען נישט קיין אילוסטראציעס...

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 7:41 pm
דורך ישרן
בלינצע האט געשריבן:יישר כח פאר'ן קלאר מאכן. וואס טוה איך ווען דו קלארסט נישט אויס....

כ'האב פשוט נישט געוואלט אז די חסידי ראפשיץ די בכל אתר ואתר זאלן זיך רעכענען אויף מער זיצן ווי סאיז דא...

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 7:59 pm
דורך בלינצע
די בילד אויף וואס דו באציהסט זיך איז נישט פון ראפשיץ, עס איז פון די בית המדרש הגדול דקהל עדת גרינוויל. בנשיאות הגה"צ גאב"ד גרינוויל שליט"א.

די מעדעצינען איז פון ראפשיץ. נישט אויסמישן די צוויי.

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 8:00 pm
דורך בלינצע
ישרן האט געשריבן:האף איך נאר אז דעם רבינ'ס בענקל מיטן נדיב פון קאנאדא זענען נישט קיין אילוסטראציעס...

:P

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 8:32 am
דורך מצה בעקערי
Capture.PNG
Capture.PNG (30.74 KiB) געזען 5142 מאל
מזל טוב

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 11:43 am
דורך כאפצעם
אינסולעישען אין פראגרעס

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 12:13 pm
דורך יהיה מה שיהיה
מחנך האט געשריבן:קוקט זיך אויס אז מ'באהאלט עפעס דא, קיינער וויל נישט ארויסגעבן די עדרעסעס, מסתמא סתם א האוקס

נאדיר א בילד פונעם הייליגן ראפשיצער

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 1:03 pm
דורך nmi
יהיה מה שיהיה האט געשריבן:
מחנך האט געשריבן:קוקט זיך אויס אז מ'באהאלט עפעס דא, קיינער וויל נישט ארויסגעבן די עדרעסעס, מסתמא סתם א האוקס

נאדיר א בילד פונעם הייליגן ראפשיצער

וויזוי הייסט ער? בן? פון ווי קומט ער?

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 4:42 pm
דורך כאפצעם
שיינע וועכענטליכע מלוה מלכה צוגעשטעלט בבית הרה"ג ר' עזריאל יודא ראטה שליט"א.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 11:30 am
דורך יהיה מה שיהיה
nmi האט געשריבן:
יהיה מה שיהיה האט געשריבן:
מחנך האט געשריבן:קוקט זיך אויס אז מ'באהאלט עפעס דא, קיינער וויל נישט ארויסגעבן די עדרעסעס, מסתמא סתם א האוקס

נאדיר א בילד פונעם הייליגן ראפשיצער

וויזוי הייסט ער? בן? פון ווי קומט ער?

הרב אברהם רובין קומט פון בארא פארק בני ברק

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 2:32 pm
דורך יהיה מה שיהיה
דרשת הכנה לימי הרחמים והרצון

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 11:09 am
דורך יהיה מה שיהיה
די העפטיגע בוי ארבעט ביי בית מדרשינו הגדול והחדש שטעלט זיך נישט אפ צו זיין גרייט אויף די ימים הנוראים הבאים לקראתינו לשלום

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2019 12:17 pm
דורך יהיה מה שיהיה
חסדי השם כי לא תמנו יעצט קומט אריין די פרייליכע בשורה אז ברוב סייעתא דשמיא איז מען יעצט אדורך די איספעקשאן צו קענען זיך אריין ציען אויף די הייליגע טעג

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2019 12:21 pm
דורך nmi
יהיה מה שיהיה האט געשריבן:חסדי השם כי לא תמנו יעצט קומט אריין די פרייליכע בשורה אז ברוב סייעתא דשמיא איז מען יעצט אדורך די איספעקשאן צו קענען זיך אריין ציען אויף די הייליגע טעג

וויזוי קען מען פעסן אינספעקשן ווען ס'איז נאכנישט געפרעמט???

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2019 12:29 pm
דורך יהיה מה שיהיה
לעקטער און פלאמבינג

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2019 5:33 pm
דורך כאפצעם
יאפ, ב"ה. יעצט דארף מען האפן אויף די קומענדיגע פיינעל 2 אינספעקציעס.

welcome our new Jersey City neighbor

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 11:52 am
דורך crispy
We would like to welcome our new Jersey City neighbor the englander family, we wish them Mazal tov and hatzluche in their new house

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 5:50 pm
דורך כאפצעם
שיינע מסיבת חנוכת הבית בבית החדש של הרה"ח ר' דוד הערש ווייס הי"ו חבר הנהלת המוסדות.

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 12:05 am
דורך ישרן
די וויליאמסבורגע האבן זיך מתיר נדר געווען צו רופן מענטשן און סערווירן בלויז פאטעיטא טשעפס און פאפקארן? אדער אפשר האט די נדר חל געווען כ"ז מ'וואוינט אין וויליאמסבורג?
כ'האב באמת הנאה צו זעהן אז די דשערזי סיטי אידן האבן טאקע "ארויסגעמופט פון וויליאמסבורג".

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 1:13 pm
דורך זזה
;l;p-
ישרן האט געשריבן:די וויליאמסבורגע האבן זיך מתיר נדר געווען צו רופן מענטשן און סערווירן בלויז פאטעיטא טשעפס און פאפקארן? אדער אפשר האט די נדר חל געווען כ"ז מ'וואוינט אין וויליאמסבורג?
כ'האב באמת הנאה צו זעהן אז די דשערזי סיטי אידן האבן טאקע "ארויסגעמופט פון וויליאמסבורג".

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 01, 2019 10:00 pm
דורך כאפצעם
נייער ביהמ"ד הגדול צוגערישט אויף די ימים נוראים

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 01, 2019 10:13 pm
דורך כאפצעם
אשרי עין ראתה זאת !

ווער עס האט דאס נישט געזעהן מיט די אייגענע אויגן וועט אים קיין שום ווערטער אין די וועלט נישט קענען שילדערן די אומבאשרייבלעכע מחזה וואס האט זיך אפגעשפילט בין תושבי גרינוויל במשך די צוויי הייליגע טעג העבר עלינו לטובה.

די אור און די שמחה וואס האט זיך אפגעשפיגעלט אויף די פנים׳ער פון די טייערע מתפללים די ערשטע מאל וואס זיי האבן אריין געטרויטען אין דעם הערליכען באצירטן רחבות׳דיגע היכל הבית המדרש, איז עפעס וואס האט זיך געלוינט פאר דעם יעדע מיה און פלאג.

דער געשריי פון המלך יושב על כיסה רם וניסא וכו' ובמקהלות רבבות עמך בית ישראל ברינה יתפאר שמך מלכינו וכו' דורכן לעגאנדערן הרב ר' בנציון פייערווערגער שליט"א מייסד העיר האט געהאט א גאר אנדערן באדייט זיך ארומקוקנדיג שעפנדיג די זיסע פירות פון די הארעוואניע.

דער געזאנג פון אין קצבה וכו' עשה למען שמך וקדש את שמך על מקדישי שמיך וכו' דורכן חשובן רב הרב מנשה מאיער שליט"א באגלייט מיטן ספעציעלן קאפעליע האט גאר אנדערש אפגעקלינגען אין אזא הערליכן ברייטן בית מקדש מעט ווי אזא הערליכער עולם מסלתה ומשמנה איז זיך צוזאמגעקומען ממליך זיין דעם אייבערשטן ווי עס פאסט כראוי וכיאות.

ענדליך איז דער הארבע שאלה פון ׳למה נגרע׳ שוין פארענטפערט געווארן !

ענדליך זענען די תושבי גרינוויל מער נישט מחיוב צו זיצן ווי סארדינס בעת תפילתם!

ענדליך איז די געדאנק פון א שיינע נייע בית המדרש אויף פאלטען מער נישט בלויז א ווייטע צוזאג !

דאס איז געווען אן אמת׳ע באווייז אז רצון ברעכט אייזן.

דאס צייגט באשיינפערלעך אז די איבערגעגעבנקייט, און אחדות וואס דער גרינווילער ציבור פארמאגט האט גורם געווען דאס אומגלויבליכע צו קענען אין בלויז עטליכע חדשים פון ווען מען האט באקומען דעם גרינער ליכט פון די באהערדע צו פאראויסגיין מיט די ארבייט זאל מען צוקומען ווי מען שטייט כהיום מיט א הערליכער גרויסער היכל הביהמ"ד צוגערישט פארן ריזן ציבור תושבים צו קענען אפרעכטן די תפילות מיט רחבות און ישוב הדעת כדבעי פאר די לענגערע תפילות אין די געהויבענע ימים נוראים.

אצינד שרייט זיך ארויס א תפילה צו השי"ת כאשר זכינו לסדר אותו כן נזכה לעשותו, אזוי ווי אונז האמיר זוכה געווען מסדר צו זיין דעם ביהמ"ד אויף אן אופן עראי צו אקאמאדירן דעם וואקסנדן ציבור בליעה"ר, כן נזכה לעשותו, אזוי זאלן מיר זוכה זיין עס פולקאם צו פארענדיגן כדבעי ווי עס פאסט פאר א מקדש מעט לכבוד ולתפארת מיטן פולקאמען זה קלי ואנוהו און מ'זאל מיר עס בקרוב קענען באנייען אין ירושלים מיט משיח צדקינו בראשינו אמן.

בורא עולם בקנין השלם זה הבנין.

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 01, 2019 10:26 pm
דורך אשר בחר בנו
[quote="כאפצעם"]אשרי עין ראתה זאת !

????

אשרי עין ראתה זאת??? אפשר איז געווען א הרחבה, אבער לויט די בילדער קומט נישט אויף דעם צו שרייבן אשרי עין...

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 01, 2019 10:32 pm
דורך דריידל
טאקע באגריסענד. א שטיין נאך א שטיין בויעט זיך א צוקונפטיגע אידישע שטאט.