די חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי, ניו זשערסי

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

יהיה מה שיהיה
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 9:22 pm

תגובהדורך יהיה מה שיהיה » מיטוואך פאברואר 27, 2019 1:07 pm

פון היינט און ווייטער ביז נאך דעם דינער דינסטאג פקודי ווערן אלע נייעס איבער דזשערסי סיטי אריבער געפירט צום באזונדערע אפטיילונג
נייעס איבער דעם דינער הראשונה דזשערסי סיטי דינסטאג פקודי

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1523
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דאנארשטאג מארטש 07, 2019 5:18 pm

לעכטיגע אידישע קינדערלעך אויף גוגל סטריט וויא

https://goo.gl/maps/t7ED2CaGAhS2
צוגעלייגטע
Capture2.jpg
Capture2.jpg (178.95 KiB) געזעהן 2665 מאל

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3463
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג מארטש 07, 2019 5:35 pm

וועלקאם האום צוריק פונעם דינער אשכול צום געהעריגן ישוב אשכול.
כ'האף צו הערן אויף פסח א פולע הונדערט משפחות אי"ה נישט "קרוב צו הונדערט" ווי מהאלט יעצט
כ'וועל ווידערהאלן חשיבות פון דזשוירזי סיטי קעגן אנדערע דעוועלאפמענטס - יעדער וואס האט געמופט האט געזען מערערע אפציעס לא ראי זה כראי זה - פארהאנדעלט מיט מערערע מענטשן, און זיך אליין צוזאמגעקליבן און געמופט נישט אין קיין פערטיגע דעוועלאפמענט. נאר גע'אידיש'ט נאך א געסל פאר דורות הבאים.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אלרייט
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 2:27 pm

תגובהדורך אלרייט » מיטוואך מארטש 13, 2019 5:00 pm

IMG_20190313_170007_235.jpg
IMG_20190313_170007_235.jpg (122.91 KiB) געזעהן 2424 מאל

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 1:21 am

וואס טוט מען מיט א פארקינג טיקעט אין זשערסי סיטי?

אוועטאר
יעקל אלטמאן
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2018 10:01 pm

תגובהדורך יעקל אלטמאן » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 1:42 am

נישט די זעלבע וואס מען טוט אין באסטאן?

אוועטאר
טויגליכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

תגובהדורך טויגליכער איד » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 11:03 am

ישוב הדעת האט געשריבן:וואס טוט מען מיט א פארקינג טיקעט אין זשערסי סיטי?

https://portal.njcourts.gov/webe11/atswepr2/home.do
אויסשטעלן ספרים אין אינדעזיין פאר מתחילים: http://indesign.toiglicher.com/

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 11:26 am

טויגליכער איד האט געשריבן:
ישוב הדעת האט געשריבן:וואס טוט מען מיט א פארקינג טיקעט אין זשערסי סיטי?

https://portal.njcourts.gov/webe11/atswepr2/home.do


Thanks

יהיה מה שיהיה
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 9:22 pm

תגובהדורך יהיה מה שיהיה » מאנטאג מארטש 25, 2019 3:49 pm

אַ ״הצלחה״ וואָס ברענגט הערליכע רעזולטאַטן ״הלכה למעשה״:

אַלע טיטשערס פון ״מוסדות התורה והחינוך״ אין זשערסי סיטי ״גענצליך אויסגעצאָלט״, אַדאַנק אויסטערלישע דינער-הצלחה

גאָר פריידיגע נייעס בלאָזט אַריין גייסט פון חיזוק ביי די עלטערן, איינוואוינער און צוקונפטיגע איינוואוינער, זעענדיג ווי די מוסדות אין שטאָט שטייען ב״ה אויף פעסטע יסודות




גרינוויל, זשערסי סיטי. — אַריינטרעטנדיג אין פרייליכן יום טוב פּורים, האָט אַ פרייליכע בשורה אָפּגעהילעכט צווישן די איינוואוינער און עלטערן פון זשערסי סיטי, אַז ״אלע טיטשערס״ פונעם בית חינוך זענען ב״ה אויסגעצאָלט געווארן אלעס וואס מ׳קומט זיך, זייער גאַנצע געהאַלט, אריינבלאזנדיג אזא שמחה און פרייד אין זייערע שטיבער, וואס לאָזט זיך נישט גענוג באשרייבן.

ווי די חברי הנהלת המוסדות געבן איבער פאר ״דער איד״, איז די פריידיגע אנטוויקלונג אַ דירעקטע רעזולטאט און פּועל יוצא פון די אויסטערלישע הצלחה וואס מ׳האט ב״ה בייגעוואוינט ביי דעם סוקסעספולן ״זשערסי סיטי דינער״ מיט צוויי וואָכן צוריק, דינסטאג פּקודי אין וויליאמסבורג, וואס איז אפּגעצייכענט געוואָרן מיט א זעלטענע באטייליגונג, וואס האט איבערראַשט די גאַנצע שטאָט.

צומאָל איז פארהאן א מעמד, וואָס ציעט מאַסן בלויז צוליב דעם אינטרעסאַנטן פּראגראם, אָבער ווען ס׳קומט צו ״תכלית״, צו די ״געלט״ וואס דארף אריינקומען בנדבות הציבור, דאַן הינקעט עס אונטער… דאָ אָבער, ביים ״זשערסי סיטי״ דינער, איז אָבער דאס נישט געווען די קעיס! מ׳האט מצליח געווען, אויסערגעווענליך, סיי מיט ״מענטשן״ און סיי מיט ״געלט״, אויף א גאר הערליכן פאַרנעם!

מ׳האט געזען קלאָר און באשיינפּערליך, אז דער ציבור איז נישט געקומען בלויז צו ״יוצא זיין״, נאָר מיט אן אמת׳דיג הארץ, מיט א געטריי געפיל, צו העלפן די מוסדות וואקסן און מצליח זיין! יעדער האט א ווארעמקייט פאר דער שטאט, מ׳שפּירט ווי דארט איז דער עתיד, מ׳איז מחשיב די ״נחשונים״, מ׳שפּירט זיך אחריות פאר די משפּחות, אן ערבות פאר די מוסדות, און מ׳איז גרייט צו העלפן מיט אלעם מעגליך!

האָבן ווירקליך די נדבות בלילה ההיא געשטראמט אויף א וואונדערבארן פארנעם, ואת הכסף הביאו, בעת יעדער דאָלער ווערט אויפ׳ן פּלאץ געמעטשט צו דאפּעלט דורך נדיבים בעם, די חברי הנהלה החשובים, וואס געבן אוועק כל כוחם ואונם פאר אט די הייליגע מוסדות, כדי צו בויען אַן עתיד פאר כלל ישראל.

אַצינד, מיט צוויי וואכן נאכ׳ן דינער, קומט ב״ה די גוטע נייעס, אז מ׳האט זיך געקענט צוזאמקלויבן און ״אויסצאלן די לערערינס״ אלעס וואס מ׳איז זיי שולדיג ביז היינט, פאַר זייער געטרייע אַרבעט, זיך אוועקגעבנדיג מיט׳ן גאנצן הארץ פאר די תלמידות, און אהערשטעלנדיג א מייסטערהאפטיגן ״חינוך ניווא״ וואס ווערט באוואונדערט אומעטום.

זעלבסט-פארשטענדליך, אז אזא בשורה, האט אין זיך אַ פיל-טיפערן מעסעדזש, ווי בלויז דאָס אַז ״מ׳האָט אויסגעצאָלט״, וואס איז אליין פאר זיך א פריידיגע נייעס. — עס טוט דערצו זאָגן און דערציילן, אויף די שטאַרקייט און סטאַבילקייט פונעם מוסד! עס זאָגט קלאָר און דייטליך, אז די מוסדות זענען חיים וקיימים, מיט אַ פעסטע הנהלה, עס פונקציאנירט קראַנט, און וועט בעז״ה פאָרזעצן ווייטער צו וואקסן און בליען אויפצוציען טויזנטער קינדער בעז״ה.

די תושבי העיר, די געטרייע איינגעשטעלטע האָבן נישט גענוג ווערטער זיך צו באדאנקען פאר תושבי וויליאמסבורג וועלכע זענען זיי געקומען צו הילף מיט אזא ברען, מיט אזא געטריישאפט, וואס האט געשאנקען אזא אומגעהויערן חיזוק, ווי מ׳איבערצייגט זיך אליין, געבנדיג דעם ״שטופּ״ צו קענען זיך סטאַביליזירן, און פאָרזעצן ווייטער מיט דער הייליגער חינוך-אימפּעריע, וואס איז דער קרוין און שטאָלץ פון דער אויפבליענדער ״עיר על תלה״: גרינוויל, זשערסי סיטי!

וכל מעשה תקפם וגבורתם!

יהיה מה שיהיה
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 9:22 pm

תגובהדורך יהיה מה שיהיה » מאנטאג מארטש 25, 2019 3:52 pm

פרייליכע נייעס לכבוד יו''ט פסח
צוגעלייגטע
IMG-20190323-WA0032.jpg
IMG-20190323-WA0032.jpg (229.86 KiB) געזעהן 1748 מאל

יהיה מה שיהיה
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 9:22 pm

תגובהדורך יהיה מה שיהיה » מאנטאג מארטש 25, 2019 4:08 pm

2 הערליכע 5 בעדרום דירות גרייט צו פארדינגען
צוגעלייגטע
ISir8wtfz4icuq1000000000.jpg
ISir8wtfz4icuq1000000000.jpg (127.48 KiB) געזעהן 1723 מאל
IS66sb65mp1gkr1000000000.jpg
IS66sb65mp1gkr1000000000.jpg (94.07 KiB) געזעהן 1723 מאל
ISat0t4wlgg2tr1000000000.jpg
ISat0t4wlgg2tr1000000000.jpg (139.67 KiB) געזעהן 1723 מאל

יהיה מה שיהיה
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 9:22 pm

תגובהדורך יהיה מה שיהיה » מאנטאג מארטש 25, 2019 4:08 pm

2 הערליכע 5 בעדרום דירות גרייט צו פארדינגען
צוגעלייגטע
ISal6kb9vw9fuq1000000000.jpg
ISal6kb9vw9fuq1000000000.jpg (96.2 KiB) געזעהן 1723 מאל
ISqtnn5sd9llkr1000000000.jpg
ISqtnn5sd9llkr1000000000.jpg (97.92 KiB) געזעהן 1723 מאל
ISyzpznyhhtikr1000000000.jpg
ISyzpznyhhtikr1000000000.jpg (97.71 KiB) געזעהן 1723 מאל

יהיה מה שיהיה
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 9:22 pm

תגובהדורך יהיה מה שיהיה » מאנטאג מארטש 25, 2019 4:09 pm

2 הערליכע 5 בעדרום דירות גרייט צו פארדינגען
צוגעלייגטע
ISu82wawmgtkuq1000000000.jpg
ISu82wawmgtkuq1000000000.jpg (103.55 KiB) געזעהן 1719 מאל
ISm20kspi8lnuq1000000000.jpg
ISm20kspi8lnuq1000000000.jpg (134.7 KiB) געזעהן 1719 מאל
IS2f48t2ro1iuq1000000000.jpg
IS2f48t2ro1iuq1000000000.jpg (150.92 KiB) געזעהן 1719 מאל

יהיה מה שיהיה
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 9:22 pm

תגובהדורך יהיה מה שיהיה » מאנטאג מארטש 25, 2019 4:11 pm

2 הערליכע 5 בעדרום דירות גרייט צו פארדינגען גרייט פאר יו''ט פסח הבעל''ט זמן חרותינו תשע''ט
פאר אינטערסירטע ביטע אריינרופן 201-523-4070
צוגעלייגטע
IS6qvvrcas4tuq1000000000.jpg
IS6qvvrcas4tuq1000000000.jpg (105.6 KiB) געזעהן 1718 מאל
ISewx7aje0dquq1000000000.jpg
ISewx7aje0dquq1000000000.jpg (128.39 KiB) געזעהן 1718 מאל

יהיה מה שיהיה
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 9:22 pm

תגובהדורך יהיה מה שיהיה » מאנטאג מארטש 25, 2019 6:39 pm

צוליב די איבער פלוס פון אריינרופער פון מענטשן וואס ווילן קומען אויף דעם קומענדיגער יו''ט פסח האבן מיר פארלענגערט די שעות
צוגעלייגטע
yazory.jpg
yazory.jpg (45.92 KiB) געזעהן 1615 מאל

יהיה מה שיהיה
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 9:22 pm

תגובהדורך יהיה מה שיהיה » מאנטאג מארטש 25, 2019 6:57 pm

;l;p- ;l;p-

crispy
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 16, 2015 4:45 pm

Brichim Habuim

תגובהדורך crispy » מאנטאג אפריל 01, 2019 11:30 am

We would like to welcome our new jersey city resident the mermelstien family

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3289
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג אפריל 01, 2019 11:31 am

פארגאנגענע יארן פאר פסח זענען צו געקומען אסאך איינוואינער. וואס זענען די פלענער אויף היי יאר?

crispy
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 16, 2015 4:45 pm

תגובהדורך crispy » מאנטאג אפריל 01, 2019 11:38 am

crispy האט געשריבן:We would like to welcome our new jersey city resident the mermelstien family
צוגעלייגטע
IMG-20190331-WA0105001.jpeg
IMG-20190331-WA0105001.jpeg (144.45 KiB) געזעהן 1264 מאל

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7613
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » דינסטאג אפריל 02, 2019 10:49 am

דריידל האט געשריבן:פארגאנגענע יארן פאר פסח זענען צו געקומען אסאך איינוואינער. וואס זענען די פלענער אויף היי יאר?


כ'האב געהערט אז אויף היי יאר פסח קומען 6 משפחות.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3463
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך אפריל 03, 2019 11:14 am

זאכליך האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:פארגאנגענע יארן פאר פסח זענען צו געקומען אסאך איינוואינער. וואס זענען די פלענער אויף היי יאר?


כ'האב געהערט אז אויף היי יאר פסח קומען 6 משפחות.

וועט זיין אין טאטעל (ס'זעט מיר אויס 99) שטימט?
אז מ'לעבט דערלעבט מען

יהיה מה שיהיה
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 9:22 pm

תגובהדורך יהיה מה שיהיה » מיטוואך אפריל 03, 2019 1:08 pm

lebediger berel האט געשריבן:
זאכליך האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:פארגאנגענע יארן פאר פסח זענען צו געקומען אסאך איינוואינער. וואס זענען די פלענער אויף היי יאר?


כ'האב געהערט אז אויף היי יאר פסח קומען 6 משפחות.

וועט זיין אין טאטעל (ס'זעט מיר אויס 99) שטימט?

ביז שבועות וועט עס מיטן באשעפערס הילף האלטן הונדערט מיט א שמיץ אריבער קע''ה

יהיה מה שיהיה
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 9:22 pm

תגובהדורך יהיה מה שיהיה » מיטוואך אפריל 03, 2019 1:15 pm

א באריכט אויף דעם פארגאנגענעם יו'''ט פורים העעל''ט זענען מיר נישט אנעקומען צו באריכטן צוליב די איבער פלוס פון יודן וואס זוכן צו מופן און די קומענדיגע טעג אבער די הכנות פאר דעם קומענדיגער זמן חירותינו איז אויף די העכסטע טעמפא
1) מעמד חלוקה דורך הרב אברהם לויפער שליט''א וועט פארקומען די קומענדיגע וואך
2) די גרעסארי ווערט אויס געשטאט מיט אלע פסחדיגע פראדוקטן
3) די פיש פלייש געשעפט גרייט אן פאר די פולע איינוואונער
4) מעמד חלוקה דורך גמ''ח חסדי צבי וועט היי יאר ווערן אויס געברייטערט און עס וועט פארטיילט ווערן פאר יעדע איינואוונער ספעציאל דעליווערט צו יעדעם און שטוב
5) מעמד שריפת חמץ וועט היי יאר ווערן צוגעלייגט א נייע לאקאל צוליב די פולע אנשטויסעניש די פארגאנגענע יאר

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3463
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך אפריל 03, 2019 1:35 pm

יהיה מה שיהיה האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:
זאכליך האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:פארגאנגענע יארן פאר פסח זענען צו געקומען אסאך איינוואינער. וואס זענען די פלענער אויף היי יאר?


כ'האב געהערט אז אויף היי יאר פסח קומען 6 משפחות.

וועט זיין אין טאטעל (ס'זעט מיר אויס 99) שטימט?

ביז שבועות וועט עס מיטן באשעפערס הילף האלטן הונדערט מיט א שמיץ אריבער קע''ה

אמן כן יהי רצון
די שמיץ איז פאר די וויליאמסבורג'ע דירות קריזיס!
אז מ'לעבט דערלעבט מען

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3289
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך אפריל 03, 2019 4:40 pm

יהיה מה שיהיה האט געשריבן:א באריכט אויף דעם פארגאנגענעם יו'''ט פורים העעל''ט זענען מיר נישט אנעקומען צו באריכטן צוליב די איבער פלוס פון יודן וואס זוכן צו מופן און די קומענדיגע טעג אבער די הכנות פאר דעם קומענדיגער זמן חירותינו איז אויף די העכסטע טעמפא
1) מעמד חלוקה דורך הרב אברהם לויפער שליט''א וועט פארקומען די קומענדיגע וואך
2) די גרעסארי ווערט אויס געשטאט מיט אלע פסחדיגע פראדוקטן
3) די פיש פלייש געשעפט גרייט אן פאר די פולע איינוואונער
4) מעמד חלוקה דורך גמ''ח חסדי צבי וועט היי יאר ווערן אויס געברייטערט און עס וועט פארטיילט ווערן פאר יעדע איינואוונער ספעציאל דעליווערט צו יעדעם און שטוב
5) מעמד שריפת חמץ וועט היי יאר ווערן צוגעלייגט א נייע לאקאל צוליב די פולע אנשטויסעניש די פארגאנגענע יאר

ממש יעדע איינוואינער?
רבוש"ע


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט