די חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי, ניו זשערסי

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1290
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מוצ"ש סעפטעמבער 09, 2017 11:30 pm

עס וואלט נישט געווען קיין שום תועלת פארן ישוב צו מאכן א מוסד (פאר די אינגערע קינדער) ווייט פונעם ישוב, וואס באדייט אז איב מען פארשפעטיגט ברויך מען נעמען א קאר סערוויס פאר א פופצן מינוטיגע וועג, והדבר מובן מאליו. אויסער דעם וואס דאס בעסטע פאר יעדן איז אז יעדע ישוב מאכט שבת פאר זיך, מיט אייגענע מוסדות און עמעניטיס, דאס איז א סגולה הגונה אויפן סוקסעס פונעם ישוב.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

תן חיוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 19, 2017 11:54 am

תגובהדורך תן חיוך » זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 12:11 am

מתון מתון האט געשריבן:שכח פאר די אינפארמאציע.
גוגל זאגט אז פון גרינוויל ביז לינדען יעצט 11 ביינאכט איז 26 מינוט. עס איז מן הסתם נאכאלץ די נאנסטע אפציע אבער ביז 13 עוו. און 53 סטריט איז דרייסיג מינוט. נישט קיין גרויסע אויפטו.
א שאד. ווען מען קען ווען מאכן מער אינמיטן און עס וואלט געדינט ווי א שותפותדיגע מוסד פאר סענטראל זשערסי וואלט געווען א תועלת פאר אלע ישובים. אבער פארשטייט זיך אז גרינוויל איז א פאקט און אנדערע מקומות נאך א חלום באספמיא און מען דארף טון דאס בעסטע פארן קורצן טערמין.

11 ביינאכט... פראביר 8:30 אינדערפרי ביזנעס דעיס...

מתון מתון
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 9:04 pm

תגובהדורך מתון מתון » זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 12:47 am

תן חיוך האט געשריבן:
מתון מתון האט געשריבן:שכח פאר די אינפארמאציע.
גוגל זאגט אז פון גרינוויל ביז לינדען יעצט 11 ביינאכט איז 26 מינוט. עס איז מן הסתם נאכאלץ די נאנסטע אפציע אבער ביז 13 עוו. און 53 סטריט איז דרייסיג מינוט. נישט קיין גרויסע אויפטו.
א שאד. ווען מען קען ווען מאכן מער אינמיטן און עס וואלט געדינט ווי א שותפותדיגע מוסד פאר סענטראל זשערסי וואלט געווען א תועלת פאר אלע ישובים. אבער פארשטייט זיך אז גרינוויל איז א פאקט און אנדערע מקומות נאך א חלום באספמיא און מען דארף טון דאס בעסטע פארן קורצן טערמין.

11 ביינאכט... פראביר 8:30 אינדערפרי ביזנעס דעיס...


פארשטייט זיך אז אלעס איז לענגער דעמאלס. אבער קודם האבן מיר פושט געווען אז אויפן בעסטן פאל איז עס באלד א האלבע שעה. דאס הייסט אז עס איז נישט קיין פערמענאנטע סאלושען פאר לינדען.

העניך
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 27, 2017 1:02 pm

תגובהדורך העניך » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 1:22 pm

מען גייט אנהייבן היינט צו ארבעטן אויף א גאלערי (עזרת נשים) און בית המדרש

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 3:47 pm

Capture.JPG
Capture.JPG (44.74 KiB) געזעהן 1206 מאל
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אמת ויציב
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 20, 2017 5:07 pm

תגובהדורך אמת ויציב » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 4:11 pm

lebediger berel האט געשריבן:
Capture.JPG

די זעלבע װערטער שרײבט אײנער פון די ראשונים
רוב זיכער דער רמב״ן יענע סדרות
(געזעהן אין מקראות גדולות חומש בּײם לערנען)

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 4:15 pm

ער זאגט דאך, דער רבינו בחיי, א ראשון
אז איך שרייב שוין יא, (כ'האב עס קודם געוואלט קאפיען בלשונו) די סיבה וואס כ'לייג דעם ציטאט אין די נייע ישובים אשכולות איז: מחזק צו זיין סיי די עסקנים, סיי די נחשונים, וואס זיי האבן די גרויסע זכי' ארויס צו העלפן דעם כלל ישראל פונעם גרויסן צרה, וואס איז ממש ערגער פון אלע צרות בגלות מצרים, א זאך וואס כ'וואלט זיך נישט געוואגט צו זאגן ווען נישט די ראשונים זאגן עס, במילא זאלן זיי האבן א גוט געבענטשט יאר און א כתיבה וחתימה טובה אמן!
אז מ'לעבט דערלעבט מען

העניך
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 27, 2017 1:02 pm

תגובהדורך העניך » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 6:41 pm

היינט געמופט נאך 2 משפחות איינס איז הרה"ג ר' עזריעל יודא ראטה שליט"א

אוועטאר
יהיה כן
שר שמונת אלפים
תגובות: 8531
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 6:48 pm

העניך האט געשריבן:היינט געמופט נאך 2 משפחות איינס איז הרה"ג ר' עזריעל יודא ראטה שליט"א

אה, ב"ה פיינע נייעס, עעעעעעענדדדדדליךךךךךךך!!!!!
יהי כן ה׳ עמכם וכו׳ לא כן לכו נא, כשאדם אומר כל דעביד רחמנא לטב עביד ואם רצון הבורא כן 'יהי כן', אזי 'ה' עמכם' - מדת הרחמים, 'לא כן' היינו שקורא תגר ואומר 'לא כן', אזי 'לכו נא הגברים', ממשיך גבורות ודינים (דברי ישראל פ' בא ד"ה יהי כן)

בוידעם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4423
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 7:27 pm

ביי וויפיל משפחות האלט עס יעצט?
דע שיכולים לצעוק בקול דממה דקה

דריידל
שר חמש מאות
תגובות: 944
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 7:42 pm

העניך האט געשריבן:היינט געמופט נאך 2 משפחות איינס איז הרה"ג ר' עזריעל יודא ראטה שליט"א


גייט ער עפענען א ביהמ"ד?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24127
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 8:23 pm

העניך האט געשריבן:היינט געמופט נאך 2 משפחות איינס איז הרה"ג ר' עזריעל יודא ראטה שליט"א

מריחוק המקום אשא ברכה מול כבוד מורי ורבי, מכל מלמדי השכלתי ומר' עזריאל יודא אולי יותר מכולם, על העתקת מקום משכנו לעיר החדש גרינוויל יצ"ו

יצו ה' אתו את הברכה, זכות הרבצת התורה יגן בעדו להצליח במושב החדש, ולהרבות פעלים לתורה ולתעודה, מתוך נחת ושמחה והרחבת הדעת

תלמידו המשתחוה מול מע"כ
הק' המכונה פה עירינו יעקב דוב מיללער מסקרענטאן

(אין יענע זיסע יארן, נישט פון אינטערנעט האט מען נאכנישט געחלומט, נישט פון סעלפאונס, ביפערס און קאר פאונס זענען דעמאלס געווען 'אין', ר' עזריאל יודא'ס סטעישאן וואגן האט אונז געפירט מער ווי איינמאל, בעיר ובשדה, פון טרופ און פון דעירילענד, צום פעקליך מאכן ביי זיין אינגל'ס וואכנאכט און צו מחנה מראה יחזקאל צו פליען אויף א העליקאפטער און כאפן א שווים, איי זכרנו ימים מקדם שנות עולמים)

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2017
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

מניני שחרית

תגובהדורך נחוניא » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 8:42 pm

ווען זענען דא מנינים שחרית אין זשערסי סיטי?
מען נוצט שוין די נייע שול?

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1290
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 8:57 pm

7:00 איז דא מנין, 8:30 איז דא נאך א מנין געווענליך.

מען נוצט נאכנישט די נייע שוהל
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

קום ועשה
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2016 8:21 pm

תגובהדורך קום ועשה » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 11:43 pm

יהיה כן האט געשריבן:
העניך האט געשריבן:היינט געמופט נאך 2 משפחות איינס איז הרה"ג ר' עזריעל יודא ראטה שליט"א

אה, ב"ה פיינע נייעס, עעעעעעענדדדדדליךךךךךךך!!!!!

פאריגע וואך האט אויך כאטש איינער געמופט, פאר סאם ריזן איז עס נישט געווארן געמאלדן דא.

אוועטאר
דונש
שר חמש מאות
תגובות: 649
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 9:38 am

מיללער האט געשריבן:תלמידו המשתחוה מול מע"כ
הק' המכונה פה עירינו יעקב דוב מיללער מסקרענטאן

יעצט גערדט צו ר' עזריאל יודא ער געדענקט נישט א תלמוד מיט דעם נאמען.... :wink:
פארגעס נישט צו געבן א שמייכל, עס קאסט אייך סייווי גארנישט.

העניך
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 27, 2017 1:02 pm

תגובהדורך העניך » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 10:09 am

דריידל האט געשריבן:
העניך האט געשריבן:היינט געמופט נאך 2 משפחות איינס איז הרה"ג ר' עזריעל יודא ראטה שליט"א


גייט ער עפענען א ביהמ"ד?

יא אבער נאך נישט יעצט זיין ביהמ"ד איז היפש ווייט פון די עולם
יעצט האט ער געמופט נאנט צו די עולם בהמשך הזמן גייט ער עפענען אי"ה

בוידעם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4423
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 11:02 am

קען איינער זאגן ביי וויפיל משפחות עס האלט שוין איצט?
דע שיכולים לצעוק בקול דממה דקה

אוהב ספרים
שר האלף
תגובות: 1383
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 11:33 am

אין הברכה שורה אלא בדבר סמוי מן העין

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 11:38 am

וואס וואלט געווען א גרויס תועלת איז צו האבן א מאפע ווי די אידן וואוינען (נישט געקויפט נאר פיזיש וואוינען)
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

העניך
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 27, 2017 1:02 pm

תגובהדורך העניך » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 11:45 am

אויף יעדע גאס וואוינט מען

אוועטאר
זאכליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 12:31 pm

חוקר האט געשריבן:וואס וואלט געווען א גרויס תועלת איז צו האבן א מאפע ווי די אידן וואוינען (נישט געקויפט נאר פיזיש וואוינען)

ס'איז דא א מאפע.
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

לארימער
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 21, 2017 9:32 am

תגובהדורך לארימער » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 12:36 pm

וועלכע ספר איז דעס?

העניך
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 27, 2017 1:02 pm

תגובהדורך העניך » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 12:42 pm

לארימער האט געשריבן:וועלכע ספר איז דעס?

וואס הייסט?

שטארקע חסיד
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 9:54 am

תגובהדורך שטארקע חסיד » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 12:59 pm

א גרוס פון די נייע מיידל סקול
צוגעלייגטע
js2.jpg
js2.jpg (50.6 KiB) געזעהן 475 מאל
js3.jpg
js3.jpg (63.52 KiB) געזעהן 475 מאל
js4.jpg
js4.jpg (47.5 KiB) געזעהן 475 מאל


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Haklal, ווילעךיא און 9 געסט