די חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי, ניו זשערסי

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

קיסריה
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » דאנארשטאג אוגוסט 31, 2017 11:58 pm

רוב אינגעלייט ווייסן בכלל נישט וואס מ. ל. ק. מיינט.

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » פרייטאג סעפטעמבער 01, 2017 12:10 am

כאפצעם האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:מזל טוב! מזל טוב!

איך פרעדיקט איינמאל ס'גייט זיין אויפגעבויעט א שיין גרויס ביהמ"ד מיט אלע צרכים גייט דאס שלעפן מאסן מענטשן. ווער ס'האט שכל גייט יעצט, בעפאר די אנלויפעניש!


א ביהמ"ד איז פין די לעצטע צרכים וואס מען דארף עכט
עס איז גוט פאר צו מאכן א מצב פארן שטאט.

קודם בינעם במוח"כ שטארק מחולק אויפן ערשטן פונקט. א ביהמ"ד/קהילה איז די סאמע וויכטיגסטע זאך פון וואס א יונגערמאן קלערט ביים מופן.

אויפן צווייטן פונקט, יאפ. א "מצב" איז טאקע אלעס וואס מ'ברויך פאר די הצלחה פון אזא נייע שטאט, און מצב אין דעם פארעם איז ווערד מער ווי אלע אדווערטייזמענטס/גליונות.


צווישן די שווערע הינדערטער מאסן ארויסוואנדערער פינעם שטאטישן קרייסעס אנטלויפענדיג קיין נ.דזש. דזשערזי סיטי/לעיקוואד, און ניו יארק אפסטעיט בלומינגבורג-בלומינגראוו-מאנסי-קרית יואל והגלילות, וואס אירע נומערן ציילן זיך אין די שווערע הינדערטער

איז שוין דא איין מענטש וואס האט געפאסט זיין באשלוס ווי צו גיין וואוינען בעיסד אן וועלכע סייז/הרחבהדיג/שיינע ביהמ"ד וואס די געגנט פארמאגט ?

אוועטאר
כאפצעם
שר שבעת אלפים
תגובות: 7130
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג סעפטעמבער 01, 2017 12:11 am

אוודאי אזוי. די ערשטע זאך נאכן רעדן וואסערע דיעל/הויז מ'האט געפינען רעדט מען פונעם ביהמ"ד.
Fine Tuned Machine

קום ועשה
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2016 8:21 pm

תגובהדורך קום ועשה » פרייטאג סעפטעמבער 01, 2017 12:15 am

כאפצעם האט געשריבן:.

אויפן צווייטן פונקט, יאפ. א "מצב" איז טאקע אלעס וואס מ'ברויך פאר די הצלחה פון אזא נייע שטאט, און מצב אין דעם פארעם איז ווערד מער ווי אלע אדווערטייזמענטס/גליונות.


אי משום הא ווייס איך נאך נישט צו עס לוינט.

ווייסט וויפיל גליונות קענען געדריקט ווערן פאר די פרייז פון דעם פראיעקט?

חיים הערש
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 09, 2017 11:53 am

תגובהדורך חיים הערש » פרייטאג סעפטעמבער 01, 2017 12:22 am

איך ווייס נאר אז יעדער וואס ציט זיך ווי אימער איז נאר פארנומען ווי נאנט צום בית המדרש זיין הויז וועט זיין.

אוועטאר
כאפצעם
שר שבעת אלפים
תגובות: 7130
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג סעפטעמבער 01, 2017 12:27 am

קום ועשה האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:.

אויפן צווייטן פונקט, יאפ. א "מצב" איז טאקע אלעס וואס מ'ברויך פאר די הצלחה פון אזא נייע שטאט, און מצב אין דעם פארעם איז ווערד מער ווי אלע אדווערטייזמענטס/גליונות.


אי משום הא ווייס איך נאך נישט צו עס לוינט.

ווייסט וויפיל גליונות קענען געדריקט ווערן פאר די פרייז פון דעם פראיעקט?

כי כי
Fine Tuned Machine

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » פרייטאג סעפטעמבער 01, 2017 12:33 am

צולייגער האט געשריבן:אלס פאקטישער תושב בין איך זיך קאטעגאריש מחולק מיט אייך, עס איז קלאר אז דאס איז פון די מערסט וויכטיגסטע פאקטארן.


בעפארן ווערן א תושב איז דא אנדערע זאכן וואס זענען גאר וויכטיג וואס דאס מאכט דער באשלוס ווי צו גיין וואוינען
נישט א ביהמ"ד.

העניך
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 27, 2017 1:02 pm

תגובהדורך העניך » פרייטאג סעפטעמבער 01, 2017 9:39 am

ווער עס קען זיך אביסל אויס און דע שטאט ווייסט אז די בית המדרש האט געהאט א זייער א גריוס חלק און די הצלחה פונם שטאט

העניך
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 27, 2017 1:02 pm

תגובהדורך העניך » פרייטאג סעפטעמבער 01, 2017 10:53 am

איך הער אז קען זיין מען גייט דאווענען אין די נייע שול די הייליגע טעג

להוסיף
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 26, 2015 1:50 pm

תגובהדורך להוסיף » פרייטאג סעפטעמבער 01, 2017 10:55 am

כאפצעם האט געשריבן:
להוסיף האט געשריבן:
לחיים ולשלום האט געשריבן:בילד פונעם בנין החדש וואס גייט אין די קומענדיגע וואכן אהערגעשטעלט ווערן בעזהשי"ת פאר'ן צענטראלן ביהמ"ד


אויף וועלכע גאס??

עס איז קיין ספק אז די נאמען פון די יעצטיגע שוהל גאס [מארטען לוטער קינג בולערווארד] האט נישט ציגעגעבן צום חן פון די ישוב.

אמאל דארפן עסקנים נעמען אזעלעכע זאכן אין חשבון.

שוין עכט לאנג נישט געהערט אזעכע שטותים


יעדער איז בערעכטיגט צי זיין מיינונג.

א ישוב וואס מענטשן האבן געזיכט אראפצורייסן אלס א 'שווארצע געגענט'. 'פארברעכן'. וכו'. וואלט סימבאליש גיעווען סאך בעסער צי מאכן די שוהל אויף א דערנעבענדיגע גאס. מיט אזעלכע שיינע נעמען ווי ROSE. OCEAN. וכו'. וואס כ'האב אלץ דארט גיזען.

די נאמען פון די שוהל גאס. וואס איז דאך גיעווען די איינציגסטע נאמען וואס פאטענשאל באזוכער האבן גיעדארפט לייגן אין זייער GPS. איז זיכער געווען א סימבאלישע נישט קלוגע שריט. לדעתי ולדעת עוד אנשים.

העניך
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 27, 2017 1:02 pm

תגובהדורך העניך » פרייטאג סעפטעמבער 01, 2017 11:16 am

עטס רעדס דא כאילו די עסקנים האבן דווקא געזוכט אויף MLK דארטן האבן זיי געטראפן די בעסטע פלאץ

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 850
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » פרייטאג סעפטעמבער 01, 2017 12:33 pm

א די נייע בית המדרש קען מען ריפען פילטען און עפעס זעהט אז די אדרעס זאל זיין אויף די זייט פון פולטען און נישט מלק
ב די סיבה פארוואס עס איז דא אזוי סאך נייע געגנטע וואס וואקסן אזוי אביסל שטייטלעך איז ווייל פאר יעדער איז עפעס אנדערש וויכטיג, איך מיין אז די גרינוויל תושבים ווילן לעבן ווי מען ריפט עס סיטי לייף און נישט אין א דארף (עס קענען זיין גרויסע דערפער למשל קר"י בלומעבערג מאנסי וכו' וכו') און א חלק פון סיטי לייף איז היינט צו טאגס א גרויסע בית המדרש* און דאס גייט לפע"ד צוגעבען צום געשטעל פון די געגנט

* בית המדרש מיינט נישט נאר ווי מען לערנט נאר עס איז א קאמיוניטי סענטער וואס איז כולל אסאך מקוה,קאווע,שיעורים,היכל התורה,מנינים,גענראל פארזאמלונגען,קעשן טשעקס,מאכן יארצייט סעודת ועוד ועוד
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24326
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג סעפטעמבער 01, 2017 4:42 pm

בד"וו, היימישע חסידישע אידן האבן אסאך צו פארדאנקען פאר מארטין לוטער קינג און די ציווילע רעכטן באוועגונג, מיר זענען אלע נהנה דערפון בחסדי השם עלינו

עס איז ראסיסטיש און זאגאר טיפשות צו מאכן אן אישו אז,כאילו דאס איז גאר א פראבלעם פון א געגנט ווייל א גאס טראגט די נאמען פון אן אמעריקאנער העראו און א מענטש וואס האט געקעמפט פאר גלייכבארעכטיגונג פאר 'יעדן' פון וועלכע מיר זענען פון די גרעסטע בענעפיטירער.

איך עקל מיך אסאך מער פונעם נאמען פרעקלין דעלאנא רוזוועלט (פד"ר דרייוו) וועלכע ברענגט מיר ארויף קאשמארן, דערמאנענדיג אז ווען דער ווייסער פרעזידענט וואלט ווען נישט געהארכט דעם עוכר ישראל סטיפען ווייז שר"י און געהערט די וויי געשריי פון אידישע קינדער, וואלטן אונזערע אונגארישע זיידעס און באבעס פארשוינט געווארן פון די ציקלאנישע טושן אין אוישוויץ און זייערע קערפער פון די קוילן-ברענענדע קרעמעטיאריומס.

השם ינקום דמם

אוועטאר
שמואל בארג
שר חמש מאות
תגובות: 958
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » פרייטאג סעפטעמבער 01, 2017 5:18 pm

הרב מיללער האט רעכט.

בוידעם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4573
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » פרייטאג סעפטעמבער 01, 2017 6:43 pm

די רב פון סקרענטאן רעדט דברים של טעם.
דע שיכולים לצעוק בקול דממה דקה

פאליש'ל
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 26, 2014 7:40 pm

תגובהדורך פאליש'ל » מוצ"ש סעפטעמבער 02, 2017 10:39 pm

אפשר רייסט מען אראפ די פדר?
איך וויל זיך אנטשולדיגן בעפאר - היות איך בין בטבע א בעל בכי, בוכה איך אפט.

אוועטאר
שאינו יודע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4739
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 1:17 am

איך ווייס נישט איבערן נאמען, אבער די געגענט פונעם בית המדרש איז וועעעעך

איך בין דארט געווען זונטאג און עס איז געווען ריזיגע קופקעס שחורים דארט יעדע האלבע גאס
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

ווילעךיא
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 26, 2015 1:18 am

תגובהדורך ווילעךיא » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 2:40 pm

שאינו יודע האט געשריבן:איך ווייס נישט איבערן נאמען, אבער די געגענט פונעם בית המדרש איז וועעעעך

איך בין דארט געווען זונטאג און עס איז געווען ריזיגע קופקעס שחורים דארט יעדע האלבע גאס


שאינו יודע אויב דו ביסט באקאנט מיט א שטאט, ווייסטו מסתמא אז אזוי איז געווענליך אן עוועניו גאס. א שטייגער ווי לי עוועניו אדער בראדוועי וועלן אלעמאל זיין אסאך מער אנגעלייגט מיט די איינוואוינער פונעם געגענט ווי די גאסן קיעפ, הופפער און ראס סטריט.

עס איז כמעט אוממעגליך צו טרעפן א גרויס פלאץ אויף די "סטריט" גאסן בפרט ווי מען קען האבן פארקינג.

עס איז טאקע אפשר נישט אנגענעם פאר באזוכער, און פאר מארקעטינג באדינגונגען וואלט סטראטעגיש געווען געשמאקער א בנין ביהמ"ד אויף מורטל אדער ווען-נאסטרענד... אבער ווען מען קוקט אביסל ווייטער "אפ די הילל" זעט מען שוין אויף די זעלבע עוועניו גאסן פול מיט בא'חן'טע אידישע משפחות פון וויליאמסבורג, דער אייבערשטער זאל העלפן ווייטער.

און לגבי מארקעטינג דארף מען געדענקען אז די נחשונים תושבי דשערזי סיטי, והעומדים לימינם די יעזורו עסקנים, זענען דא מיט א ציל דוקא צו "העלפן" אידן זיך "אליין" צו באזעצן אין א "פארטיגע שטאט" פאר "ביליג"... ממילא, איז דער מארקעטינג חלק שבו באמת נישט גוט אויסגעארבעט, ווייל מארקעטינג מיט ביליג איז א קעגנזייטיגע סתירה, דאס גייט זעלטן אינאיינעם... אבער דער עצם פלאן פראגרעסירט פאראויס, און בעזרת השם האט זיך עס שוין שטארק אויסגעארבעט.

קיינער קען נישט לייקענען דעם פאקט אז הונדערטער אידן זענען שוין ברוך השם פארנומען צו צוגרייטן א הייזקע פאר זייער משפחה און זיך אריבערציען ווען דאס הויז איז פארטיג אדער ווען זיי שפירן געאייגענט דערפאר.

די מוסדות האלטן זיך אינמיטן סטאבליזירן און ברייטערן זיך נאכאנאנד אויס, און ב"ה מ'גייט אט אט אויפשטעלן א גרויסע צענטראלע בית המדרש.
נישט לאנג וועט דויערן ווען די קופקעס אויף מלק וועלן באשטיין בלויז פון היימישע מענער פרויען און קינדער. פונקט ווי רוב וויליאמסבורגער האבן מיטגעהאלטן אזא שינוי מקום אין די סאוט געגענט און אין די מורטל און ווילאבי דיקאלב גאסן.

דער רב
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 23, 2015 7:28 pm

תגובהדורך דער רב » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 3:31 pm

מיללער האט געשריבן:בד"וו, היימישע חסידישע אידן האבן אסאך צו פארדאנקען פאר מארטין לוטער קינג און די ציווילע רעכטן באוועגונג, מיר זענען אלע נהנה דערפון בחסדי השם עלינו

עס איז ראסיסטיש און זאגאר טיפשות צו מאכן אן אישו אז,כאילו דאס איז גאר א פראבלעם פון א געגנט ווייל א גאס טראגט די נאמען פון אן אמעריקאנער העראו און א מענטש וואס האט געקעמפט פאר גלייכבארעכטיגונג פאר 'יעדן' פון וועלכע מיר זענען פון די גרעסטע בענעפיטירער.

איך עקל מיך אסאך מער פונעם נאמען פרעקלין דעלאנא רוזוועלט (פד"ר דרייוו) וועלכע ברענגט מיר ארויף קאשמארן, דערמאנענדיג אז ווען דער ווייסער פרעזידענט וואלט ווען נישט געהארכט דעם עוכר ישראל סטיפען ווייז שר"י און געהערט די וויי געשריי פון אידישע קינדער, וואלטן אונזערע אונגארישע זיידעס און באבעס פארשוינט געווארן פון די ציקלאנישע טושן אין אוישוויץ און זייערע קערפער פון די קוילן-ברענענדע קרעמעטיאריומס.

השם ינקום דמם

אוי רעדט איר צום זאך, עס האט פונקט אזוי פשט ווי געוויסע קענען נישט דערליידן ווען מען טרעפט אין א ספר פון 200 יאר צוריק דער נאמען דייטשלאנד, הלמאי זיי האבן דאך אומגעברענגט הונדערטער טויזענטע... וואס האט דער דייטשלאנד צו די נאציס. בזמן ווען מען זעט דער נאמען רוים וכדומה, שלינגט מען עס גרינג אראפ.
דער פאקט איז די ווייסע סופראמיסטן זענען די אמת'ע אידן פיינט, נישט די שווארצע. מיט די פרעווליגעס וואס די שווארצע האבן באקומען האט מען זיך פול אפגעלאזט פון די אידן. דער וואס קען די היסטוריא ווייסט, ואכמ"ל.
דרך אגב, פארוואס רופט איר דעם עוכר ישראל 'ווייז' זיין נאמען איז געווען 'ווייס'.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24326
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 3:33 pm

(Stepen Wise
https://en.m.wikipedia.org/wiki/Stephen_Samuel_Wise(

Wise = ווייז ווייס = Weiss

דער רב
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 23, 2015 7:28 pm

תגובהדורך דער רב » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 3:38 pm

מיללער האט געשריבן:(Stepen Wise
https://en.m.wikipedia.org/wiki/Stephen_Samuel_Wise(

Wise = ווייז ווייס = Weiss

אין די צייטונגען של אותו זמן, אויך אין דורות הראשונים (וואס ברענגט זיינע שטותים אים אפצופרעגן) שרייבן אויף אים ווייס, אויך מצד משפחתו האט ער געהייסן ווייס, נאר דא האט ער זיך אפשר צוגעבעסערט זיין נאמען.

אוועטאר
סעטינגס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 397
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

תגובהדורך סעטינגס » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 4:06 pm

דער בלאט ציבור ביילאגע
צוגעלייגטע
IMG-20170831-WA0052.jpg
IMG-20170831-WA0052.jpg (405.45 KiB) געזעהן 1023 מאל

אוועטאר
א מחי'
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2016 4:01 pm
לאקאציע: שקאַנאַנאָנג

דער איד קהילות אפטיילונג

תגובהדורך א מחי' » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 4:13 pm

unnamed (4).jpg
unnamed (4).jpg (174.35 KiB) געזעהן 1005 מאל

moneyMINDED
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm

תגובהדורך moneyMINDED » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 5:08 pm

להוסיף האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
להוסיף האט געשריבן:
לחיים ולשלום האט געשריבן:בילד פונעם בנין החדש וואס גייט אין די קומענדיגע וואכן אהערגעשטעלט ווערן בעזהשי"ת פאר'ן צענטראלן ביהמ"ד


אויף וועלכע גאס??

עס איז קיין ספק אז די נאמען פון די יעצטיגע שוהל גאס [מארטען לוטער קינג בולערווארד] האט נישט ציגעגעבן צום חן פון די ישוב.

אמאל דארפן עסקנים נעמען אזעלעכע זאכן אין חשבון.

שוין עכט לאנג נישט געהערט אזעכע שטותים


יעדער איז בערעכטיגט צי זיין מיינונג.

א ישוב וואס מענטשן האבן געזיכט אראפצורייסן אלס א 'שווארצע געגענט'. 'פארברעכן'. וכו'. וואלט סימבאליש גיעווען סאך בעסער צי מאכן די שוהל אויף א דערנעבענדיגע גאס. מיט אזעלכע שיינע נעמען ווי ROSE. OCEAN. וכו'. וואס כ'האב אלץ דארט גיזען.

די נאמען פון די שוהל גאס. וואס איז דאך גיעווען די איינציגסטע נאמען וואס פאטענשאל באזוכער האבן גיעדארפט לייגן אין זייער GPS. איז זיכער געווען א סימבאלישע נישט קלוגע שריט. לדעתי ולדעת עוד אנשים.


איך פרוביר צו פארשטיין דיינע ווערטער , אפשר קענסטו אויספירן למסקנא ? יאפ ביזט גערעכט עס איז זייער נישט קיין קלוגע שריט געווען און נישט נאר די האלטסט אזוי נאר נאך הונדערטע אדער טויזענטער מענטשן באוויינען די נערישע שריט אבער וואס ווילסטו
ארויסברענגען? אז ווען די בית המדרש איז ווען למשל אויף dream st וואלטן שוין געוואינט דארט אפאר טויזענט דירות אדער פשוט איר האט נישט דארט געמופט וועגן די בית המדרש איז אויף מ.ל.ק ? אדער איר קענט נאך צענדיליגע יודן וואס האבן זיך אפגעהאלטן פון מופן וועגן די בית המדרש איז צווישען שחורים ? גראדע בארדיטשובער בית המדרש איז נישט צווישען שחורים און נישט אויף מ.ל.ק.

עס קען זיין איך האב נישט געכאפט פשוט דיין נקודה אפשר קען מיר א צווייטער אויסקלארן

אוועטאר
זאכליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6963
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 5:59 pm

אינטערעסאנט, ביידע צייטונגען האבן די זעלבע קעפל, ווארט ביי ווארט.
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ווייסע זאקן, חדשות און 8 געסט