Advertisement

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער
שרייב א תגובה

דינסטאג מרץ 24, 2015 5:28 pm

הערט זיך זייער געשמאק און עס ענדלט צו די פלאן וואס האט געדארפט זיין אין בלומינגבורג.
אבער דא איז דאך נישט דא קיין אינוועסטער וואס זאל צושטעלן די דירות.

Advertisement

דינסטאג מרץ 24, 2015 5:31 pm

פארוואס קען מען "דארט" נישט מאכן א כולל פאר די 40-50 אינגעלייט?

א שטעטל קען נאר ווערן א רעאליטעט ווען די נייע איינוואוינער "פארגעסן" פון די "אלטע היים"! ניין. מ'מוז נישט גיין אין וויליאמבסבורג יעדן שבת!

דינסטאג מרץ 24, 2015 5:44 pm

מ'רעדט נישט פון קיין אינוועסטאר, מ'רעדט אז די קאמיטע וואס ארבעט אויף דזשערסי סיטי און האבן - לפי השמועה - שוין געסיינט קאנטראקט אויף א שיינע צאל הייזער זאל זיך קאנצעטרירן אריינצולייגן דערין פרישע יונגע פארפעלקער וואס פארלאנגען נישט מער ווי א דאך איבער'ן קאפ.
לגבי עפענען א כולל, עס איז די ערגסטע זאך אנצופאנגען מיט א כולל וואס איז א אוכל ואינו עושה, ס'ברענגט גארנישט חוץ הוצאות.
און למעשה רעדט מען דאך פון פרישע יונגעלייט וואס זייערע פרויען ארבעטן אין וויליאמסבורג און אין דער אומגעגנט, וואס דארפן סייווי פארן זאל זיי כאטש פארן אינאיינעם מיט די מענער און אהיימקומען מיט זיי טעגליך.

דינסטאג מרץ 24, 2015 6:06 pm

בעסיקלי גייען די פרישע קאפעל'ס נאר שלאפן דארט ביינאכט פון זונטאג ביז פרייטאג, אויפשטיין צום באס און גיין שלאפן פון באס,
עיין ערך ישיבה דארמיטארי

דינסטאג מרץ 24, 2015 6:15 pm

אבער עס גייען דאך אויך נאכקומען גרעסערע משפחות, ס'נאר אויף אזויפיל אז מ'ווייסט אז ס'וואוינען שוין דארט א פופציג זעכציג יונגעלייט גיט דאס א געפיל אז מ'איז נישט אליין, און וועט אנפאנגען שטיפן מענטשן זיך איינצוהאנדלן דארטן הייזער און זיך ארויסציען אהין אין די מאסן בעז"ה

דינסטאג מרץ 24, 2015 7:11 pm

מירונער, ס'הערט זיך ווי א גוטע פלאן אבער כ'מיז מחולק זיין דערמיט.

רוב חתנים און כלות פארשטייען נאכנישט די פראבלעם אז זיי זאלן מסכם זיין צו גיין וואונען אין א נייע געגענט.

אפילו שוין נאכן תחונה האבן נעמט נאך א שטיק צייט ביז זיי פארשטייען וואס ס'מיינט געלט, און ס'זאל אנהייבן אריינצוגיין צו זיי אין קאפ אז ברוקלין איז נישט קיין תכלית.

כמעט אלע קאפלס אין די שנה ראשונה דרייען זיך נאך אסאך אין די עלטערנס שטוב אסאך. סיי אויף נאכאמאל, סיי אויף שבת ויו"ט, אדער סתם אזוי אינמיטן טאג. זיי זענען אינגאנצן גרייט (בעיקר די פרויען) צו גיין אליינס וואונען אין א נייע געגענט.

א געגענט וואס 90% אידן זענען נישט דארט א גאנצן טאג, חוץ פון דעם וואס ס'איז נישט בא'טעמ'ט פאר די איינצעלע וואס בלייבן דארט, איז עס אויך נישט קיין רעצעפט פאר די געגענט אז ס'זאל האבן אלע סערוויסעס.

פארדעם איז מיין מיינונג אז שנה ראשונה קאפלס זענען נישט די בעסטע קאנדידאטן. די ריכטיגע קאנדידאטן זענען די אינגעלייט פון איינס צוויי יאר נאך די חתונה, ביז די קינדער זענען 6 אדער 7 יאר.

זיי ווייסן שוין וואס ס'מיינט געלט, זיי זענען שוין אינדעפענדענט, אבער זיי זענען נאך פלעקסיבל מיט מוסדות און שוהלן.

דינסטאג מרץ 24, 2015 7:34 pm

אייער מיינונג איז זייער זאכליך,
אריינקוקענדיג אין ביידע פון די נייע יישובים זעהט מען מער ווייניגער אינגעלייט מיט א פאר קינדערלעך שוין,
אין עס איז זייער פשוט, א אינגע קאפעל קען נאך סורווייוון אין א קלענערע דירה אין קען נאך באצאלן די רענט (שטייצעך אן אוועקלייגן א דאלאר)
מש"כ א אינגערמאן וואס דארף שוין א 3 בעדרום אין באקומט גאר א קליינע דירה אן קיין שום עתיד און פאר רבי פרייזן וואס מקען קוים באצאלן,

די יארגאנג און העכער זענען גרייט בדרך כלל צי נעמען שריט. .

דינסטאג מרץ 24, 2015 7:38 pm

מען רעדט דא כאילו די שטערן זעהערס זאגען פאר א מאנגעל אין דירות און מען שמועסט זיך אויס וואס מען זאל טוהן.

מיינע פריינד, עס ברענט אונז די הויט!

דינסטאג מרץ 24, 2015 8:15 pm

מטעמים
ביסט גערעכט אבער טאמער טוט מען זאכן אונטער היץ (ווייל ס'ברענט די פיס) קען עס נאכדעם אויסזעהן ווי בעיסוואטער א.ד.ג.
ס'דארף צוגיין אויסגעאקערט פון פאראויס

דינסטאג מרץ 24, 2015 8:21 pm

איינער איז מיר מסביר אז די סיבה פארוואס קיין איין נייע ישוב ארבעט זיך נישט אויס איז צוליב די עלטערן פון 50-60 יאר, זיי וואוינען דא אין שטאט און איינגעארדענט מיט א דירה, זיי האלטן נישט ביים מופן.
אויב זאלן 50 עלטערן זיך אויפהייבן און ארויסמופן וועלן בדרך הטבע האלב פון זייערע קינדער נאכמופן, ספעציעל די טעכטער וואס וועלן האבן דארט די מאמע, דאס וועט אויטאמאטיש סאלווען אסאך פון די טענות פארוואס נישט צו מופן.
דאס מיינט אז 50 קען זיך מולטיפלייען צו נאך 250 משפחות אין א שנעלען גאנג.

יש דברים בגו.
דאס גיט א פרישע ריכטונג בנושא הדירות צו ארבעטן ליבערשט אויף די עלטערן נישט די פארפעלקער.

כווייס נישט אין וועלכע דירות אשכול צו שטעלן, שטעל איך עס דא. אפשר זאל איינער מאכן א אשכול בכלליות איבער די סיבות פון אלע דורכפעלער.

דינסטאג מרץ 24, 2015 10:10 pm

ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:מטעמים
ביסט גערעכט אבער טאמער טוט מען זאכן אונטער היץ (ווייל ס'ברענט די פיס) קען עס נאכדעם אויסזעהן ווי בעיסוואטער א.ד.ג.
ס'דארף צוגיין אויסגעאקערט פון פאראויס

כ'וועל דיר זאגען, כ'האב געלייענט די אשכול און איך האב זייער הנאה געהאט פון די גלענצענדן איינפאלן וואס אונזערע חבירים האבען דא אויפגעברענגט, כדאי עס זאל נישט ווערן קיין קריעטיוו טינקינג קאנטעסט האב איך געשריבען מיין תגובה.
אבער למען האמת הצדק עמך, מען דארף טוהן שריט שנעל אבער עס מיז נאכאלס זיין מיט שכל.

דינסטאג מרץ 24, 2015 11:09 pm

מען דארף נישט מער ווי כאפן א בליק אויף אונזערע ברודער אין ארץ ישראל. אין ירושלים איז געוען א מאנגל אין דירות, נישט נאר ס'איז געווען אומגעהויער טייער, נאר עס איז פשוט נישט געווען ווי צו וואוינען. נאך פיל מיה אין פלאג פון ערליכע עסקנים לש"ש האט זיך געגרינדעט די חרדי'שע ישוב אין בית שמש. עס זענען נישט געגאנגען קיין שנה ראשונה יונגעלייט, נישט קיין עלטערע מענטשן, נאר דייקא יונגעלייט 4-5 יאר נאך די חתונה.

אזויפיל יא, די גרעסערע קהלות פון ירושלים, ווי תולדות אהרן, דושינסקיא וכדו' האבן אהינגעשיקט עטליכע עלטערע משפחות, כדי די ביהמ"ד ומוסדות זאל האבן א צורה, נישט נאר יונגעלייט וועלכע האבן נאך דם רותח אין זיך, אויך האבן זיי ע"פ רוב געשיקט א רב אדער דיין צו האבן א רוחניות'דיגער אויטאריטעט. - אויך האט די עדה החרדית עסקנים אהינגעשלעפט חשובע רבנים דיינים צו וואוינען, ווי הג"ר נתן קופשיץ, הג"ר יושע ראזנבערגער, ועוד. עד כהיום נאך 15-20 יאר איז עס געווארן אן עיר ואם בישראל.

אבער, רוב משפחות פון ירושלים וועלכע מאכן חתונה, הגם די קינדער גייען וואוינען קיין בית שמש, דאך בלייבן זיי שנה ראשונה אין ירושלים אין א פוירנישד דירה. עס איז פארשטענדליך, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות. א פרישע ווייבל - אפילו ווער עס ארבעט נישט - דארף די הילף פון די מאמע אויף טאג טעגליכע זאכן, עס נעמט צייט ביז א ווייבל שטעלט זיך אליינס אויף די פיס, צו קענען קאכן באקן וכו' וכו', דערנאך ווען דער אייבערשטער העלפט מ'האט א קינד, דארף מען די מאמע'ס הילף וויאזוי זיך אומצוגיין. אבער נאך א תקופה פון 2-3 יאר, געווענטליך, קען יעדע ווייבל רוהיג זיך אוועקציען, און ח"ו נישט פארפאסן קיין איין טאג פון צו רעדן 6-7 מאל מיט די מאמע אויפן טעלפאן.

עכ"פ, אויך דא וועט זיך די ישוב לכאורה בעז"ה אוועקשטעלן לכתחלה מיט די סארט יונגעלייט, פארשטייט זיך אז יעדער איז וועלקאם ... אבער מ'קען לכאורה לכתחלה נאר רעכענען אויף יונגעלייט וועלכע זענען שוין עטליכע יאר נאך די חתונה, זענען שוין נישט אנגעוויזן אויף די עלטערן, און ווערן שוין געענגט אין זייערע לעכעלע דירה.

אבער, בנוגע די שמועס וועגן דינגען, האב איך שוין געשריבן באריכות דא viewtopic.php?p=977803#p977803 און דא viewtopic.php?p=978433#p978433 ותמצית הדברים, אז ווען ס'זאל זיין אן אפשען פון דינגען פאר ביליג, וועט דאס פיל שנעלער און שטערקער מאכן די שוואונג פון א שטעטל. אבער אדרבה, לויט ווי מ'הערט אז מענטשן סיינען קאנטראקטן און קויפען, לאמיר זיך צוזאמנעמען און שרייען הויך תחזקנה ידיכם, מיר אלע וועלן האבן ריוח פון דעם, אונזערע קינדער וועלן בעז"ה האבן וואו צו וואוינען.
לעצט פאראכטן דורך פורים קטן אום מיטוואך מרץ 25, 2015 1:37 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

מיטוואך מרץ 25, 2015 12:30 am

ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:מטעמים
ביסט גערעכט אבער טאמער טוט מען זאכן אונטער היץ (ווייל ס'ברענט די פיס) קען עס נאכדעם אויסזעהן ווי בעיסוואטער א.ד.ג.
ס'דארף צוגיין אויסגעאקערט פון פאראויס


בעיסוואטער האט קיינמאל קיין פלאן נישט געהאט , און סאיז געווען איינער וואס האט געהאט א ווארט און סאטמאר און ער האט געקענט טין וואס ער האט געוואלט און ער האט זיך גענויטיגט אין געלט האט ער געבראקערט דארט א קליינע צאל דירות וואס איז געווען דארט די דיעל , און געטרייט צו פארדינען א גרייצער , נישט געווען קיין שום פלאן אויף פאראויס , אטן ביני לביני איז אנגעקומען די סאטמארא פאליטיק און געגאנגן שלאפן די גאנצע זאך אין סאיז געבליבן אן א פירער , גארנישט געהאט מיט הייסע לאקשן , איך ווייס נישט צו סאיז כדאי צו זאגן וועגן איך זיך נישט אינטערצורייסן חס ושלום נאר אדרבה איך האלט יעדע פלאן גייט אנקומען ווילאנג סאיז דא מענטשן וואס ווילן איבערלאזן די מאמעס פארטוך פאר קאטשעניא זאפט ,וועט זיך אלע פלענער אויסארבעטען , אבער צופארשטיין גוט די משל פון בעיסוואטער איז עיין ערך שמילאוויטש אין בלומענבורג ער איז א בראקער פאר לאם צו ברענגן א חסידישער עולם , זה הא

דאנערשטאג מרץ 26, 2015 11:57 pm

קען איינער ביטע אהערברענגען די בולעטין יעזורו אפדעיט # 2 ?

פרייטאג מרץ 27, 2015 6:59 am

פארוואס אין די וועלט זאל א פרישע יונגערמאן אן קיין גרויסע געלט פרעשור זיין אינטערסירט צו מופן? (שוין אפגערעדט פונעם פרישן ווייבל וואס וועט קיינמאל מסכים זיין צו זיין ווייט פון די מאמע).

פרייטאג מרץ 27, 2015 8:13 am

כאפצעם האט געשריבן:פארוואס אין די וועלט זאל א פרישע יונגערמאן אן קיין גרויסע געלט פרעשור זיין אינטערסירט צו מופן? (שוין אפגערעדט פונעם פרישן ווייבל וואס וועט קיינמאל מסכים זיין צו זיין ווייט פון די מאמע).

איך פארשטיינישט מיט די היינטיגע געשוואלענע רענט פרייזען לעבען רוב יונגעלייט מיט געלט פרעשער אדער אן פרעשער ?

פרייטאג מרץ 27, 2015 8:33 am

ער מיינט מן הסתם די שנה ראשונה אינגעלייט.

פרייטאג מרץ 27, 2015 8:36 am

זאכליך האט געשריבן:ער מיינט מן הסתם די שנה ראשונה אינגעלייט.
יא, כ'האב מיך באצויגן צו מירונער'ס תגובה.

פרייטאג מרץ 27, 2015 8:48 am

שוועמל האט געשריבן:איינער איז מיר מסביר אז די סיבה פארוואס קיין איין נייע ישוב ארבעט זיך נישט אויס איז צוליב די עלטערן פון 50-60 יאר, זיי וואוינען דא אין שטאט און איינגעארדענט מיט א דירה, זיי האלטן נישט ביים מופן.
אויב זאלן 50 עלטערן זיך אויפהייבן און ארויסמופן וועלן בדרך הטבע האלב פון זייערע קינדער נאכמופן, ספעציעל די טעכטער וואס וועלן האבן דארט די מאמע, דאס וועט אויטאמאטיש סאלווען אסאך פון די טענות פארוואס נישט צו מופן.
דאס מיינט אז 50 קען זיך מולטיפלייען צו נאך 250 משפחות אין א שנעלען גאנג.

יש דברים בגו.
דאס גיט א פרישע ריכטונג בנושא הדירות צו ארבעטן ליבערשט אויף די עלטערן נישט די פארפעלקער.

כווייס נישט אין וועלכע דירות אשכול צו שטעלן, שטעל איך עס דא. אפשר זאל איינער מאכן א אשכול בכלליות איבער די סיבות פון אלע דורכפעלער.

קלאר אז דאס איז די סוד, אסאך מידל עידש/עעלטערע אידן וואס האבן זיך אויפגעהויבן און געמופט צו קרית יואל אדער לעיקוואוד וכדומה האבן אלע אדער א חלק טעכטער מיטגעמופט, אויטאמאטיש טוען די אלע קינדער שידוכים נאר אין נייעם שטאט און די קייט ציעט זיך ווייטער און ווייטער

איך שריי דאס שוין לאנג אז דארט ליגט די הינט באגראבן, און ס'איז זייער פשוט

זונטאג מרץ 29, 2015 2:02 am

abr האט געשריבן:קען איינער ביטע אהערברענגען די בולעטין יעזורו אפדעיט # 2 ?


?

זונטאג מרץ 29, 2015 2:23 am

דא האט איר עס בייגעלייגט
עטעטשמענטס
יעזורו בולעטין #2-2.pdf
יעזורו בולעטין2#
(249.1 KiB) געדאון לאודעד 196 מאל

זונטאג מרץ 29, 2015 7:54 am

אט האט איר.
עטעטשמענטס
IMG-20150329-WA0015.jpg
IMG-20150329-WA0014.jpg

זונטאג מרץ 29, 2015 11:19 am

שכח לאמפ און מירונער

זונטאג מרץ 29, 2015 3:43 pm

Is there transportation now from Willi?

זונטאג מרץ 29, 2015 4:09 pm

ווי איך הער קען מען זיך אריבערכאפן מיט דער באן. האט איינער אפשר פונקטליכע אינסטרוקציעס וויאזוי אנצוקומען אהין מיט דער באן? (אין די סובוועי (נ.י.סיטי) קען איך זיך אויס, אבער איך ווייס נישט וויאזוי עס ארבעט מיט ניו דזשערסי)
שרייב א תגובה

Advertisement