בלאט 2 פון 347

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 10:31 am
דורך מיסטעריעז
כאפצעם האט געשריבן:לויט די בילדער וואס זיי האבן געוויזן אויף די צעטלעך האט עס אויסגעזעהן ווי א טיפישע בארא פארקע גאס, מיט דריי שטאקיגע קאנדאס.



און לויט ווי זיי האבן געשריבן, האבן זיי אינוועסטארס וואס זענען גרייט אפצוקויפן ריזיגע שטחים (סקומט אויס ממש פעניס) כדאי דער עולם זאל זיין זיכער ווען מ'גייט אהין אז מ'בלייבט נישט אליינס אויפן וואסער.
דאס אלעס פארשטייט זיך אויב זיי וועלן שפירן אז דער עולם איז גרייט צו פאקן פעק און אהינגיין.



פאר צוויי יאר צוריק ווען זיי האבן אויפגעברענגט דעם פלאן...

ווען איז געווען צעטלעך איבער דזשערזי סיטי?
איך געדענק נאר דעם קרית הרחבת הדעת בראשור, און זיי האבן גערעדט פון דריי שעה אוועק און פאר בלויז פערציג טויזנט דאללער

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 1:02 pm
דורך מאגר
לאמפ האט געשריבן:עס איז זייער שווער צו זעהן ווי אזוי דשערסי סיטי קען זיין א לאנג טערמיניגער סעלושאן, ווייל זינט עס איז אזוי נאנט צו ניו יארק סיטי (איין סטאפ מיט די טרעין) ווערט דער געגנט טייערער און טייערער יעדן טאג אזוי אז עס ווערט שוין היינט אנגערופן דער 'אפקאמינג מאנהעטן' און ריזיגע וואלקען קראצער מיט גאר טייערע אפט'ס ווערן שוין דארט געבויעט אין גרויסן



דאס איז די סיבה עס זאל זיך ליידער אויסארבעטן!

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 1:30 pm
דורך סראלי
אויב זענען די וויליאמסבורגער אידן אויסגעקנעטן פון אזא סארט טייג, צו קענען אפקויפן גוי׳אישע הייזער; אייננעמען הויז נאך הויז, און עס שיין איבערבויען, דעמאלס וואלטן שוין אירע גרעניצן געווען זייער נאנט צו קראון הייטס...

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 1:33 pm
דורך שנאפס
ס'איז שוין טאקע זייער נאנט

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 1:36 pm
דורך סראלי
שנאפס האט געשריבן:ס'איז שוין טאקע זייער נאנט



מיט גאסן פול מיט יופיס אינצווישן...

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 1:47 pm
דורך שנאפס
סא וואס ווילסטו פונקטליך? מען זאל צאלן דריי מיליאן פאר א בראונסטאון?

מאכסט א עקירה והנחה וואס סאונדט אביסל ווי למשל:

ווען בארא פארקער אידן זאלן זיין געלונגען וואלטן זיי געבויעט זיבעציג שטאקעדיגע געביידעס אויף יעדע גאס, אז זיי בויען נישט מיינט עס אז זיי זענען נישט געלונגען

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 1:54 pm
דורך סראלי
שנאפס האט געשריבן:סא וואס ווילסטו פונקטליך? מען זאל צאלן דריי מיליאן פאר א בראונסטאון?

מאכסט א עקירה והנחה וואס סאונדט אביסל ווי למשל:

ווען בארא פארקער אידן זאלן זיין געלונגען וואלטן זיי געבויעט זיבעציג שטאקעדיגע געביידעס אויף יעדע גאס, אז זיי בויען נישט מיינט עס אז זיי זענען נישט געלונגען

ח״ו, מען דארף קענען עפארדן די דירה וואו מען וואוינט.

איך האב נאר אנגעוויזן אויף די היסטאריע פון די וויליאמסבורג אידן וואס האבן זיך זייער ווייניג געריקט טיפער אין גוי׳אישע געגנטער אין פארגלייך וויפיל מען האט באמת געקענט.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 2:12 pm
דורך מאגר
וואטשער'ס?

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 2:22 pm
דורך farshlufen
שנאפס האט געשריבן:סא וואס ווילסטו פונקטליך? מען זאל צאלן דריי מיליאן פאר א בראונסטאון?


נישט קיין בראונסטאון אבער א הייזקע מכף רגל ועד ראש 16 ביי 43 פוס א קנאפע פיר מעלאונעס.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 2:30 pm
דורך שנאפס
farshlufen האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:סא וואס ווילסטו פונקטליך? מען זאל צאלן דריי מיליאן פאר א בראונסטאון?


נישט קיין בראונסטאון אבער א הייזקע מכף רגל ועד ראש 16 ביי 43 פוס א קנאפע פיר מעלאונעס.


נייס...

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 3:58 am
דורך טהור-עיניים
שלום אויש האט געשריבן:אינטערסאנט
ווען מען מוטשעט זיך קען מען זיך אויפעסן די גאל אבער די רגע וואס עס שטעלט זיך אויף איינער און אינוועסטירט שווערע טויזענטער דאן שפראצן ארויס פולע שטעט און נייע דעוועלאפמענטס...


איך זעה נאך נישט אז די נייע שטעט און דעוועלאפמענטס שפראצן. דערווייל שפראצן די חלומות און דמיונות.
אבער דאס איז אויך גוט.

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 3:59 am
דורך טהור-עיניים
א איד אין גלות האט געשריבן:
לאמפ האט געשריבן:עס איז זייער שווער צו זעהן ווי אזוי דשערסי סיטי קען זיין א לאנג טערמיניגער סעלושאן, ווייל זינט עס איז אזוי נאנט צו ניו יארק סיטי (איין סטאפ מיט די טרעין) ווערט דער געגנט טייערער און טייערער יעדן טאג אזוי אז עס ווערט שוין היינט אנגערופן דער 'אפקאמינג מאנהעטן' און ריזיגע וואלקען קראצער מיט גאר טייערע אפט'ס ווערן שוין דארט געבויעט אין גרויסן.

איך וואלט גע'עצה'ט אז מען זאל נישט אוועקווארפן די באקסעס אין וואס מען פאקט זיך ווייל ביז מען וועט זיך ענדיגן אויספאקן די פעקלעך וועט מען שוין דארפן זיכן א נייע סעלושן ווייל דארט וועט מען שוין אויך נישט קענען עפארדן.

די לאנג טערמיניגע סעלושאן איז זיך צושפרייטן און צוזייען בארבע כנפות הארץ, כמו שנאמר ופרצת ימה וגו', א יעדע שטעטעלע וואס קומט ארויף אויפן אויבער פלאך העלפט צו צודעם ופרצת הבטחה, די קראנקע מענטאליטעט פון וואוינן גג על גג אין 1.1 סקווער מייל דארף נישט און טאר נישט האבן קיין סעלושאן.


מיינסט צו זאגן אז עס טאר נישט זיין די סעלושאן, נישט אז עס טאר נישט האבן קיין סאלושאן. האב איך גוט פארשטאנען?

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 7:00 pm
דורך חיים של פרנסה
בס"ד
ידידי אחי וריעי, אביסל א קלארשטעלונג.

די קרית הרחבת הדעת גרופע, איז נישט די גרופע וואס מאכט דזשערסי סיטי, אבער עס איז נישט אויסגעשלאסן אז מען וועט זיך צוזאם שטעלן.

זייער פלאן איז געווען געבויעט אויף די הנחות ווי פאלגענד:

1) איבערנעמען א סיטי וואס איז אינטערגעגאנגען, אפילו דעטרויט. אבי ביליג.
2) פלאץ פאר ביידע סאטמאר'ס ביידע באבוב'ס און ביידע ראחמיסטריווק'ס.
3) סיטי סטייל א MUST.
4) נייע הייזער א 75% MUST. נאר אביסל אלטע.
5) אינוועסטאר'ס מיט יראת שמים זאלן אפקויפן דעם שטאט נאך בעפאר די אומ'אחריות'דיגע קוים אויפגעקומענע עשירים מאכן עס חרוב מיט'ן אויפהייבן דעם פרייז.

דאס אלעס איז זייער שיין ווען מען פרעגט מיך וואס איך פארלאנג, אוודאי וועל איך פארלאנגען מען זאל איינזעצן א לי קארנער ראדני אינמיטן שטאט, און מען זאל רופן דוקא סאטמאר מיט פאפא, ס'זאל האבן א הייוועי צו שטעלן טישלעך מיט ראפעל'ס, און טוי'ס 4U זאל האבן א סטאר, און יא, נאך איין ווינטש, ניישלאס זאל עפענען צוויי סטאר'ס.

למעשה איז אזוי:

אויף שורה 1) איז דער ענטפער אז א פלאץ פון ווי דער גוי גייט אוועק, איז לכאורה נישטא קיין מקום פרנסה, מוזטו מיר מסביר זיין ווי אזוי דו מיט די חסידים גייען יא האבן פרנסה,

אפילו מיר ווייסן, אז דרייסיג פראצענט האט פרנסה אין אייגענעם פלאץ, פארשטיי איך נאך אלס בעסער ווי אזוי 60 פראצענט האלט אויס און\אדער שטיצט אונטער די 30 פראצענט, ווי ווען דו ווילסט מיר בארואיגן אז דרייסיג פראצענט וועט מפרנס זיין די זעכציג פראצענט, ודי. און אן קיין פרנסה מה הועילו חכמים.
בנוסף צו דעם, גאנץ יהדות החרדית זייגט פון ברוקלין, די עדה החרדית בעיקר פון ווילאמסבורג און די אגודה פון בעיקר בארא פארק, (דערמאנט אייך, ווען ירושלים'ער רב קומט, ווי איז זיין קבלת פנים? אין וויליאמסבורג אויף ראס, ווען גור'ער רבי קומט, און אזוי בעלזא, און וויזניץ? אין בארא פארק. פשיטא.) קענסטו מיר נישט זאגן אז 6 שעה אוועק פון דא איז "אלעס די זעלבע".
אויף שורה 2) איז דער ענטפער, ווען איין סאטמאר\באבוב\ראכמיסטריווקא וויל אריינטאנצן ערגעץ, גייט ער נישט אויסרעכענען ווי זיך אליין מצמצם צו זיין כדי יענער זאל האבן דא פלאץ, ער וועט דיר זאגן: איך בוי ווייל איך האב אזוי פארשטאנען, ווילסטו, קומסטו, איך טשעפע טאקע נישט, אבער איך בין דיר גארנישט שולדיג.

און אויך, נישט מיר נישט דיר גערעדט, דאס איז א רעסיפי זיך מבאיש ריח זיין ביי די פאליטיקאנטן, ווי דער עבר האט נעבעך געוויזן.

אויף שורה 3) און 4) איז דער תירוץ, הלוואי איז דאס דא צו באקומען.
גיין פלאנירען און באקומען פערמיטן דוקא סיטי סטייל, אלעס ניי, אידיש געבויעט, מוז גיין דורך טריק'ס ווי למשל גוי'אישע קאמפאניס, קאסט גאר אסאך צייט און געלט, למשל בלומיגבורג וואס אונז זעהען היינט, איז ארבעט פון 2006 און פריער, מינימום 5 יאר ביז די ערשטע דירה שטייט, און ביז דערווייל מאכן מיר חתונה (אין וויליאמסבורג אליין) נאך 2500 קאפל'ס.

אויף שורה 5) קען מען זיך זייער שווער אויסרעכענען.

מצד אחד, דארף די ישועה זיין אז יעדער פון סוג ג', (=ארעם) זאל זיך דערדראפענען צו סוג ב' (=בעל הבת'יש), קויפן אליין א דירה, און האבן א טענענט, און נישט אז סוג א' (=אינוועסטאר'ס מיט געלט וואס בלייבן אין ווימס"ב) זאלן אלעס אויסכאפן, און אן קיין אחריות הייבן די פרייזן.

אבער די מעשה איז אז א סוג ג' קען נישט פינאנציעל דאס באווייזן אן סוג א' הילף, מצד שני, לאזן סוג א' מאכן א לעבן ווילסטו דאך נישט, צו קענסטו דען יעדן שטעלן אין סוג ב'?

מוז מען זאגן, אז מען וועט פרובירן , אבער קיינער קען נישט פארזיכערן אז די פ]רייזן וועלן זיך האלטן אזוי ווי יעצט, דער עולם זאל כאטש שוין אנהייבן ביגלען די געלט, אז ביום מן הימים ווען מען וועט געבן דעם ערשטן אפפער זאלן זיי זיין דארט גלייך ווען מען עפענט, וועלן זיי כאטש האבן א דירה פאר די ערשטע פרייז.
וואס וועט זיין וואונדערליך איז, אז אסאך סוג ג'ס, וועלן נאר גיין אויף אזא פלאץ וואס ער הערט אז סוג א' האט זיך אנגעקויפט שטח, ווייל מיט דעם וואס ער הערט אז סוג א' גלייבט אז ער, דער בעל ג', גייט דארט ארויסגיין, איז דער ג' טאקע מחליט אז דארט איז זיין פלאץ ארויסצוגיין.
און ער איז נישט אינגאנצן משוגע אזוי, ווייל איזהו חכם המכיר את מקומו, און ער איז נישט גרייט צו דערלייגן זיין אפגעשפארטע געלט אדער גע'בארגטע געלט וואס ער האט נאר איין טשענס צו טון מיט דעם עפעס, לוינט איהם די ארויף געשרויפטע פרייז פון די שלעכטהארציגקייט פון דעם מיסטער א', פאר זיין זיכערקייט פון זיין געלט.

למעשה האט קרית הרחבת הדעת צוזאם געקליבן א ליסט פון 300 מענטשן מכל המינים, (מהרז"ל שליט"א האט שוין איבערגעקוקט די גאנצע ליסטע, איך בין דארט געווען!), אבער פאקטיש די מענטשן האבן געגעבן זייער וואוט, אז זיי ווילן נענטער אפילו אביסל טייערער.
זייענדיג פארבינדן מיט דעם צדיק פון קרית הרחבת הדעת (א איד, וואס באט געמאכט זייך פאך צו זיין א בראקער נאר כדי צו קענען ריכטיג באווייזן צו טרעפן א נייע געגענט, און ער געט אהין שעות על גבי שעות, פארנדיג נאנט און ווייט אויסקוקן קאמיוניטי'ס, אז אפשר דאס דער ריכטיגער צוקונפט, קיינער וועט קיינמאל נישט וויסן, דערפאר זייטס מתפלל שישלם ה' פעלו, דער מענטש ארבעט פאר ענק, איך בין נתפעל פון זיין אמת..), איז דא עטליכע זאכן אויפ'ן טיש, אבער דא איז אריינגעקומען "דזשערסי סיטי".

באמת האט הרב פייערווערגער דאס גע'טענה'ט צו אונז פון דעם ערשטן טאג ווען מיר האבן גערעדט פון חזקת הבתים, און צו מאכן זאכן קורץ און שארף לאמיר דאס אראפ לייגן אזוי:

די פארלאנג, די צרה, איז צוטיילט אין צוויי.
חלק א'- די יונגעלייט מיט 6-8+ קינדער, די אלע זענען יעצט אין בערך א 5 רומיגע דירה אדער 6, 7, א גרויס חלק פון האט נאך חלק 8,
חלק ב'- די יונגעלייט פון 3 קינדער און newly weds, וואס קענען האבן 3 און א האלב קינדער אין א.... כאפט אייך גוט אן, א 1 בעדרום! דירה מיט הויעכע רענט,
לאמיר דאס צולייגען,
יונגעלייט אין 4 אדער אפילו 3 בעדרום דירה, זיי זענען די קוקען ארויס אויף די נייע שטעט, זייער פלאן איז [רענטן ביי זייערע באקאנטע וואס] קויפן, זיי רעכענען אז יענעם'ס מארטגעדזש וועט געדעקט ווערן ווייל זיי האבן פראגראמען.

און ביז ווי לאנג מען בויעט דאס נאכנישט, ווארט ער צו.

אפילו מיט פרנסה קען ער אביסל שפילן, ווייל זיין גרעסטע עקספענס פון רענט, איז געדעקט. אמאל אז מען האט נישט קין געלט פאר גרויסע בארכעס, קויפט מען עפעס קלענער'ס, א בילקעלע, (כבר הי' לעולמים, רבותי מיר ווייסן נישט יענעם'ס מצב, זייענדיג פארמישט אין אפאר קרן עזר קעיסעס שטעלן זיך אויף האר פון קאפ אז דאס איז נישט נאר אין איין אידיש הויז...אבער נישט דאס איז דא די נושא) אבער אויב מען האט נישט קיין רענט, קען זיך נישט אויף איין חודש ארויסציען אינעם גאראדזש, במילא, אויב רענט דעקט, און דא איז ער געדריקט, קענסטו איהם זעהן אינדרויסן, אן א סטאבילע פרנסה. און אפילו עס איז נישט אזוי ריכטיג.
די צווייטע חלק, די יונגעלייט, זיי זענען דאך א הימל געשריי! נישטא קיין דירות, נאר לעכער מיט סעקשאן אכט פרייזן, זיי שטעלן איין די ליכט פון די זון און שיין פון טאג (...) צו פארן אין מאונטענס, און אין קאנעקטיקוט, פליישמאן'ס און נאך, אלעס צו באקומען דעם אכטער, אויב נישט איז ער עבר ובטל ביי די 22. ער האט אפילו נישט קיין געלט פאר די פילן.. א ביטער געלעכטער.

פאר זיי איז די שטעטלעך נישט קיין עצה, זיי האבן נישט קיין צייט, זיי האבן נישט קיין געלט, מקען באלד זאגן אז זיי האבן נישט קיין חובות ווייל זיי האבן בכלל נישט קיין קאפ צו מיטהאלטן זייערע צרות... מעגן אזוי אויסזעהן מיינע קינדער'ס מלמדים און מגידי שיעורים?

דערפאר איז צוריק ארויף געקומען די אלטע פלאן,

און דאס איז, אז, מען זאל נעמען א אפגעפארענע געגענט מיט די זעלבע קריים פון בעדפארד אין דע-קאלב, ביליג ווי בארשט, (אבער די גאווערמענט זאל שוין אויך איינזען אז מען דארף עפעס טון), מיט אסאך ליידיגע עקזיסטירנדע דירות, און געגאנגען.

זוכסט א דירה? דא איז דא א הויז, עס קאסט כך וכך, טעקס כך וכך, איבערבויען כך וכך, די פרייזן איז באזירט פונקט ווי דער גוי, אפלייענסעס מוז מען צושטעלן פונקט ווי פאר א גוי, אן קיין טיש דריידלעך און מוף דיר אריין.

עס איז וויכטיג צו זאגן, אז "יעדער" וויל אז די פרייזן זאלן גיין נידריג, און עס איז פארשטענדליך אז עס איז גוט צו נוצן די לאקאלע בראוקערס צוזאם צו ברענגען די מערסטע הייזער פאר ביליג, במילא, ווער עס וויל קויפן זאל עס לאזן טון די וועד, ווייל מיט זיי וועט מען די ביליגסטע אפקומען. ועוד, עס זענען דא דעוועלאפמענטל זאכן אין די עריע וואס די לשם שמים'ס האבן אפגעקויפט צו האלטן די פרייזן נידריג, און עס איז דא אזוי פיל הייזער, אז ווער עס וויל קויפן דווקא טייער וועט בדרך הטבע שטיין דערמיט.

אין די טעג איז מען עוסק מיט די דארטיגע בראוקער'ס צו טרעפן די מערסטע דירות וואס מען קען פרעזענטירן פארן ציבור, עס איז דא אידן וואס זענען גרייט צו קויפן אז בני תורה זאלן קענען רענטן, אלעס איז א מציאות, צו מעלדן אינטערעסע צו קויפן, שיקט אן אימעיל צו: [email protected]' שרייב אינעם סובדשזעקט: "קויפן",
צו ארויף גיין אויף די אינפא ליסט, שיקט אן אימעיל צו: [email protected]שרייב "אינפא",
צו רענטן שיקט אן אימעיל צו: [email protected] מיט די בעיסיק אינפא ווי, משפחה סייז, וואס דו זוכסט, שרייב אינעם סאבדזשעקט "רענטן".

מיר לייגן נישט ארויס א טעל נומער, ווייל עס איז א שאד די רייד, א קו"מ אינטערוויו איז אויפן וועג...
מיר גרייטן זיך מיט כח, געב אונז די (נאך אביסל) צייט.

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 7:54 pm
דורך כאפצעם
סאו אויב האב איך גוט פארשטאנען פון דיין בריוו זוכט מען נאך א געגנט,רייט?

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 8:06 pm
דורך מיסטעריעז
כאפצעם האט געשריבן:סאו אויב האב איך גוט פארשטאנען פון דיין בריוו זוכט מען נאך א געגנט,רייט?

פון די ערשע‎ האלבּ...
חיים של פרנסה האט געשריבן:אביסל א קלארשטעלונג.

;l;p- ....

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 2:41 pm
דורך ניק ניק
א ריזיגען דאנק פאר די קלארע ביישרייבונג. און מ'זעט אז אונטער דעם שרייבער באהאלט זיך איינער מיט א שכל הישר וואס ווערט נישט פארוואסערט פון צייטונג פראפאגאנדע, לאמיר האפן אז נארמאלע מענטשן קענען אויך מצליח זיין כן יהי רצון

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 2:46 pm
דורך שנאפס
זייער קלאר, יישר כח פאר די אינפארמאציע

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 5:07 pm
דורך חיים של פרנסה
א דאנק פאר די צוויי צענדליג איי וועלטער'ס וואס האבן פארלאנגט צו ווערן אנגעבינדן אין אונזער אינפא נעץ.

ספעציעל איז א הנאה צו ארבעטן מיט משפחות וואס ציען זיך ארויס אינאיינעם.

ישר כח אייבערשטער, ישר כח איי וועלט, א גוטע התחלה צו א נייע וואלט.

כמובן, אז ווען עס וועלן זיין פאקטן וועט דאס געמאלדן ווערן די ערשטע אויף איי וועלט.


אויב זענט איר א קאנדידאט, שיקט אן אימעיל צו [email protected].

מיר האפן צו הערן פון אייך, אז איר זאלט קענען הערן פון אונז.

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 7:37 pm
דורך גיי שוין גיי
האב איך געהערט פון איינעם, (יענער טענה׳ט אז ער איז קראנט , גיי ווייס)
אז סאטמער ווילאמסבורג (מהרז״ל) האט געשיקט א קלארן מעסידזש פאר איינער פון די שטארקע עסקנים וואס איז אויך אנגעבינדן מיט זיי (וד״ל) , אז ער זאל נאך לאזן פון דעם פלאן ווייל ס׳איז זיי נישט ניחה די גאנצער עסק ,

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 7:46 pm
דורך לטב עביד
גיי שוין גיי האט געשריבן:האב איך געהערט פון איינעם, (יענער טענה׳ט אז ער איז קראנט , גיי ווייס)
אז סאטמער ווילאמסבורג (מהרז״ל) האט געשיקט א קלארן מעסידזש פאר איינער פון די שטארקע עסקנים וואס איז אויך אנגעבינדן מיט זיי (וד״ל) , אז ער זאל נאך לאזן פון דעם פלאן ווייל ס׳איז זיי נישט ניחה די גאנצער עסק ,

קען זיין דאס האט שייכות מיט דעם וואס איך האב היינט געהערט אויך קראנט.... אז סאטמר מהרז''ל קומט בקרוב ארויס מיט שטיצע לטובת די נייע געגענט אין לעיקוואד וואס איז שוין א פאקט

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 7:55 pm
דורך גיי שוין גיי
לטב עביד האט געשריבן:
גיי שוין גיי האט געשריבן:האב איך געהערט פון איינעם, (יענער טענה׳ט אז ער איז קראנט , גיי ווייס)
אז סאטמער ווילאמסבורג (מהרז״ל) האט געשיקט א קלארן מעסידזש פאר איינער פון די שטארקע עסקנים וואס איז אויך אנגעבינדן מיט זיי (וד״ל) , אז ער זאל נאך לאזן פון דעם פלאן ווייל ס׳איז זיי נישט ניחה די גאנצער עסק ,

קען זיין דאס האט שייכות מיט דעם וואס איך האב היינט געהערט אויך קראנט.... אז סאטמר מהרז''ל קומט בקרוב ארויס מיט שטיצע לטובת די נייע געגענט אין לעיקוואד וואס איז שוין א פאקט

קען זיין,
למעשה האבן מיר א סיריעס פראבלעם,
ווייל אליינס גיין איז זייער שווער (מוסדות , שולן א. ד. ג. ),
דארף מען אנקומען צו די קהילות , אבער די קהילות האבן זייער אייגענע זייטיגע אינטערעסן ,
אזוי לאנג בלייבן מיר סטאק און דעם באליבטן ירושלים ד׳אמעריקע

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 8:20 pm
דורך לטב עביד
פארוואס בלייבן סטאק? כאפט אייך מיט קיין לעיקוואד

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 9:51 pm
דורך גיי שוין גיי
לטב עביד האט געשריבן:פארוואס בלייבן סטאק? כאפט אייך מיט קיין לעיקוואד

איך בין שוין כמעט געזיצן אויפן באן קיין בלומנבערג, די לעצטע מענויט האט מען מיך געהייסן אראפ גיין, וויאזוי ווילסטו איך זאל מיך יעצט נאכאמאל מיטכאפען? איך בין שוין דיזי ,

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 12:54 am
דורך חיים של פרנסה
דער חורבן איז אזוי גרויס דא, אז עס וועט זיין גענוג פאר בלומינגבורג, גענוג פאר דזשערסי סיטי, גענוג פאר לעיקוואוד און גענוג פאר חזקת הבתים.

און איבעראל וועט סאטמאר האבן אן אייגענע חדר, מיר קענען די חברה...

נא, להגדיל תורה ולהאדירה.

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 12:14 pm
דורך הערליך
חיים של פרנסה האט געשריבן:דער חורבן איז אזוי גרויס דא, אז עס וועט זיין גענוג פאר בלומינגבורג, גענוג פאר דזשערסי סיטי, גענוג פאר לעיקוואוד און גענוג פאר חזקת הבתים.

און איבעראל וועט סאטמאר האבן אן אייגענע חדר, מיר קענען די חברה...

נא, להגדיל תורה ולהאדירה.

רט א מיליאן מאל, מען קען מאכן לכל הפחות 15 נייע שטעטלעך אין די נעקסטע יאר, און קיינער וועט אפילו נישט שפירן די קאמפעטישן.