Advertisement

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער
שרייב א תגובה

שבת מרץ 21, 2015 9:58 pm

איך האלט אז מען מוז מאכן מוסדות אויפן פלאץ, ווארים דאס אריינברענגען קינדער קיין ברוקלין איז היבש א שווערע רייזע ווייל פונקט יענע צייטן זענען די וועגן אנגעלייגט אזוי כמו שכתוב..

ווער עס פארט נאר ארויס פון די סיטי מיט די טונעלן אין די ראש האוער צייטן ווייסט וואס כ'רעד.

ענדערש זאל מען ברענגען קינדער פון ברוקלין אהין.. די וועג פון מאנהעטן ארויס קיין דזשוירזי מיטן האלאנד טונעל איז אינדערפרי עפ"י רוב אקעי.

כ'האף נאר אז עס זאלן אהינקומען אזויפיל משפחות אז עס זאל זיך תיכף יאווען מוסדות דארט.

Advertisement

שבת מרץ 21, 2015 10:01 pm

איך מיט מיין ב"ב ארבייטען, מיר האבען אן ערענסטען קלער איבער זשערסי סיטי, איינער ווייסט ווי מען קען זיך מעלדען?

שבת מרץ 21, 2015 10:08 pm

551-800-2279

שבת מרץ 21, 2015 10:10 pm

1) איז פארהאן אן אפציע פון דינגן? וויפיהל דארף דאס קאסטן?
2) איז פארהאן אן אפציע צו קויפן און פארדינגען פאר אנדערע?

שבת מרץ 21, 2015 11:12 pm

בין איך געזיצן דעם זיבעטן און גערעדט מיט א אינגערמאן וואס האט געגעבן א דיפאזיט פאר א הייזקע דארט, דערציילט ער מיר בזה הלשון:
אונז ליינען מיר די זייטלעך און בלאגס ווי מ'שמועסט אויס דעם נייעם שטעטל, איך זעה דארט ווי יעדער שרייבט זיך זיינע צוריקהאלטונגן, זיינע סברות און זיינע נביאות צו ס'גייט זיך יא אויסארבייטן צו נישט. איין זאך קען איך דיר זאגן "איך קויף! מיינע חבירים קויפן! און איך האב שוין א שוואגער וואס גייט די וואך קויפן!" אין די צייט וואס מענטשן האבן ליב מסביר צו זיין פארוואס נישט, זיצן אנדערע און קוקן דייקא פארוואס יא און טאנצן אריין דערין. ס'קען זיין ס'וועט זיין א דורכפאל? אמת אמת, נו וועגן דעם? יענער וויל נישט נעמען די ריסק, קיינער האט אים נישט געבעטן, שווייג אבער און לאז אנדערע יא טאנצן.
עד כאן תוכן דבריו

באמת האט ער מיר היפש אנגעדרייט עס צו גיין קוקן, מיין אשת חיל זאגט ענדערשט נאך פסח (סתם א אפשטיפעניש..), איך בין אבער מקנה די מענטשן מיט שטארקע ביינער וואס קוקן נישט צוריק, ווערן נישט דערשראקן, מאכן זיך נישט וויסענדיג, ווערן נישט שוואך און טוהן יא וואס איז גוט פאר זיי און זייערע קינדער, נישטא וואס צו רעדן, מיר גייען זיי אלע איין טאג מכיר טובה זיין. נישט קיין חילוק צו ס'ארבייט זיך אויס צו נישט,
אויב יא איז אפגערעדט אז זיי גייען אריינגיין אין די גאלדענע ספר הזכרונות פונעם יהדות החרדית אז זיי האבן געטוהן עפעס צו לינדערן די פיין פון די אידישע פאלק.
אפילו אויב נישט, זענען זיי אויך העראישע מענטשן פארן פרובירן און נישט נאכלאזן.

איך וואונטש זיי הצלחה רבה! און אסאך סייעתא דשמיא! איך קען קוים ווארטן ארויסצופארן קיין דזשערסי סיטי צו א וואך נאכט! (אויב איך וועל נישט דארט וואוינען..)

שבת מרץ 21, 2015 11:43 pm

איך האב שטארק חשק אהין צו מופן אויב הייבט זיך עס אן מיט חסידישע אינגעלייט.

איך האב דאס אויפגעברענגט פארן אשת חיל דעם שבת, אין איז גלייך אפגעווארפן געווארן מכח דעם שמועה אז ס'פארהאנען קריים אין די געגנט, און איז נישט גרייט פאר אזא סטראגל.

קען איינער קלאר שטעלן וואס דער אמת איז אין דעם הינזיכט?

שבת מרץ 21, 2015 11:58 pm

געהערט א גוטע סטעיטמענט די וואך
"negative people will always find a problem for every solution "
סאיז זייער ריכטיג דא און ביי אלע ישובים איידיעס

זונטאג מרץ 22, 2015 12:20 am

אוי ווי אמת!

פון די אנדערע זייט איז אינטרעסאנט ציצוקיקן ווי די משפחות וואס זיכן דוקא יא א solution און טיהן די ריכטיגע שריט, ווי זיי וועהלן אויס איין מקום איבער די אנדערע, יעדער מיט זיינע פרינציפן און ווי מאיז גרייט צי פארקוקן. .

זונטאג מרץ 22, 2015 12:39 am

ווי איך פארשטיי גייט מען זיך אריבער ציען איינציגווייז, איך האב זיך געטרייט פארצושטעלן וואס עס מיינט וואוינען צווישען שחורים איך האב איין פארנאכטס אראפ געוואקט אין ווילימסבורג אינדרויסען 4 5 גאסן אינדרויסען פון געגענט בערך ביי פאטמען אין בעד סטיי געגענט מיט מיין ווייב זיך ממחיש זיין ווי איך מיט נאך איינער וואוינען דא אויף די גאס ארומגענומען מיט 25 גוים זייער נישט געשמאק מילד גערעדט,
וואס איז די פלאן? בפרט די גוים דארט זענען נישט געוואינט צו זעהן היימישע יודען,
גייט מען כאטש זיין אויף די זעלבע 3 גאסן? אזוי אז ווען עס וועט זיין 30 יודען וועט שוין זיין רוהיגער,

זונטאג מרץ 22, 2015 1:40 am

איך ווייס פון געוויסע עסקנים וואס ארבייטן אויף בויען דארטן א גרעסרן פראדזעקט פון אפאר הונדערט דירות אבער ווארשיינדליך וועט דאס
נאך געדוירן א צוויי יאר

זונטאג מרץ 22, 2015 10:12 am

אן פרעשער האט געשריבן:איך האב שטארק חשק אהין צו מופן אויב הייבט זיך עס אן מיט חסידישע אינגעלייט.

איך האב דאס אויפגעברענגט פארן אשת חיל דעם שבת, אין איז גלייך אפגעווארפן געווארן מכח דעם שמועה אז ס'פארהאנען קריים אין די געגנט, און איז נישט גרייט פאר אזא סטראגל.

קען איינער קלאר שטעלן וואס דער אמת איז אין דעם הינזיכט?

ווי געשריבן... זי האלט פלעין נישט ביים מופן! נישט גרייט פאר קיין שום סטראגל (קיין עולה פון איר... ס'ווייזט נישט אויף קיין שוואכקייט.. ס'איז די נארם ביי אונז) זי האט נאר "אויך" געטראפן א אויסוועג דערצו אויך...

זונטאג מרץ 22, 2015 10:19 am

לטב עביד האט געשריבן:ווי איך פארשטיי גייט מען זיך אריבער ציען איינציגווייז, איך האב זיך געטרייט פארצושטעלן וואס עס מיינט וואוינען צווישען שחורים איך האב איין פארנאכטס אראפ געוואקט אין ווילימסבורג אינדרויסען 4 5 גאסן אינדרויסען פון געגענט בערך ביי פאטמען אין בעד סטיי געגענט מיט מיין ווייב זיך ממחיש זיין ווי איך מיט נאך איינער וואוינען דא אויף די גאס ארומגענומען מיט 25 גוים זייער נישט געשמאק מילד גערעדט,
וואס איז די פלאן? בפרט די גוים דארט זענען נישט געוואינט צו זעהן היימישע יודען,
גייט מען כאטש זיין אויף די זעלבע 3 גאסן? אזוי אז ווען עס וועט זיין 30 יודען וועט שוין זיין רוהיגער,

זיי שרייבן זייער פלאן קלאר, זיי האפן אז א שיינער ציבור וועט זיך ארויסצוהן. און על פי רוב אויף די זעלבע פאר געסער.

הערטס אויף לעבן מיט דעם שרעק אז דער גוי גייט דיך שלאגן... מענטשן זענען די איינציגסטע אויפן שטאק אין די פראדזשעקס און קיינע פון די איבריגע 5 משפחות הכנעני אויפן שטאק רירן נישט צו קיינעם, פארקערט אויב עפעס זענען זיי צו היימיש און מענטשן זענען סאך מער באזארגט אויף דעם...

אין די גאנצע וועלט, אריינגערעכענט אמעריקע וואוינען אידן (חב"ד, ליטווישע, מאדערנע) אויסגעמישט צווישן גוים, צוויי אידן אויף א גאס מיט דרייסיג ערילים און מ'הערט נישט קיין אינצידענטן. ס'איז נאך א צוריקגעשטאנענע פאריקטע מאנטעליטי פון די וויליאמסבורגע אז דער גוי האט מיך אזוי פיינט, ווער ווייסט וואס ער גייט טוהן איינסע ביינאכט ווען כ'קום אהיים פון א בת מצוה...

וועקטס ענק אויף! רוב אמעריקאנע לעבן אין פרידן, מענשטן גייען נישט אן אז ס'וואוינען דארט חרידים צו אידן, ווילאנג דו שטערסט זיי נישט...

זונטאג מרץ 22, 2015 10:21 am

ווישעווער, איר זאגט גאר גוט!

זונטאג מרץ 22, 2015 11:03 am

ווישעווער האט געשריבן:
אן פרעשער האט געשריבן:איך האב שטארק חשק אהין צו מופן אויב הייבט זיך עס אן מיט חסידישע אינגעלייט.

איך האב דאס אויפגעברענגט פארן אשת חיל דעם שבת, אין איז גלייך אפגעווארפן געווארן מכח דעם שמועה אז ס'פארהאנען קריים אין די געגנט, און איז נישט גרייט פאר אזא סטראגל.

קען איינער קלאר שטעלן וואס דער אמת איז אין דעם הינזיכט?

ווי געשריבן... זי האלט פלעין נישט ביים מופן! נישט גרייט פאר קיין שום סטראגל (קיין עולה פון איר... ס'ווייזט נישט אויף קיין שוואכקייט.. ס'איז די נארם ביי אונז) זי האט נאר "אויך"
געטראפן א אויסוועג דערצו אויך...


not the case here b"h

זי וואלט גראדע מסכים געווען אויף איינע פון די אנדערע אפשענס.
(נאר איך ברויך וויסן וואס די מצב איז דא ביפאר איך לייג געלט, עס איז פיל גרינגער דא)

זי האט געהערט אז סאיז א שלעכטע געגנט און איז געלאפן צי הרב Google אנפרעגן אויף די נושא, און די ענטפער איז געווען אז די קריים אין דשערזי סיטי איז העכער ווי און גאנץ דשערזי,
אלזא וויל זי נישט ציריק גיין צי די קאשמארן פון די 90 יארן. כאפצעם! כאפצעם!

"אויב איז עס אמת" איז עס אינגאנצן נישט קיין פארגלייך צי אנדערע ישובים ווי מלעבט צווישן גוי'שע פרידליכע שכנים.

אויב איינער ווייסט מער איבער דעם הינזיכט, אויב זאכן האבן זיך שוין געטוישט און די לעצטערע יארן זאל זיין אזוי גוט אין מיטיילן פאר אונז אלע.

ישר כח למפרע.

זונטאג מרץ 22, 2015 1:57 pm

כ'מיין אז מ'גייט מוזן מאכן א נייע תקנה אז א ניק אינטער 200 תגובות עטליעסט קען נישט שרייבן אין קיין שום דירות אשכול...

כ'האב שוין פשוט נישט קיין געדולד צו דארפן אויסזאפן יעדע תגובה/ניק מיט זיינע אזשענדעס..

זונטאג מרץ 22, 2015 2:02 pm

כאפצעם האט געשריבן:כ'מיין אז מ'גייט מוזן מאכן א נייע תקנה אז א ניק אינטער 200 תגובות עטליעסט קען נישט שרייבן אין קיין שום דירות אשכול...

כ'האב שוין פשוט נישט קיין געדולד צו דארפן אויסזאפן יעדע תגובה/ניק מיט זיינע אזשענדעס..

;l;p- ;l;p-

זונטאג מרץ 22, 2015 2:08 pm

װי זענען מײנע רעכטן?!

זונטאג מרץ 22, 2015 2:10 pm

געזוכט דא, עס ווערט נישט דערמאנט זשערסי סיטי צווישן די צען ערגסטע געגנטער אין נוי זשערזי
http://www.nj.com/news/index.ssf/2014/0 ... ersey.html
ווייזט אויס אז עס איז נישט אזוי געפערליך ווי מ'וויל זאגן.
אין אנדערע פלעצער זעהט מען אז אין יארע 2005 איז עס געווען גאר הויך, אבער זינט דאן האט עס היבש גענידערט, ממילא קען מען האפן אז מ'שיסט נישט מענטשן אין די גאס....

זונטאג מרץ 22, 2015 3:20 pm

C/p

Greenville, Jersey City, NJ Crime Rates & Statistics - http://www.areavibes.com/jersey+city-nj ... lle/crime/

זונטאג מרץ 22, 2015 3:28 pm

ווישעווער האט געשריבן:אין די גאנצע וועלט, אריינגערעכענט אמעריקע וואוינען אידן (חב"ד, ליטווישע, מאדערנע) אויסגעמישט צווישן גוים, צוויי אידן אויף א גאס מיט דרייסיג ערילים און מ'הערט נישט קיין אינצידענטן. ס'איז נאך א צוריקגעשטאנענע פאריקטע מאנטעליטי פון די וויליאמסבורגע אז דער גוי האט מיך אזוי פיינט, ווער ווייסט וואס ער גייט טוהן איינסע ביינאכט ווען כ'קום אהיים פון א בת מצוה...

וועקטס ענק אויף! רוב אמעריקאנע לעבן אין פרידן, מענשטן גייען נישט אן אז ס'וואוינען דארט חרידים צו אידן, ווילאנג דו שטערסט זיי נישט...

;l;p-
פיין געזאגט, די פראבלעם "די גוים האבן מיך פיינט" פארדינט א עקסטרע אשכול, עס האט אסאך ענפים.

מאנטאג מרץ 23, 2015 10:28 pm

כאפצעם האט געשריבן:כ'מיין אז מ'גייט מוזן מאכן א נייע תקנה אז א ניק אינטער 200 תגובות עטליעסט קען נישט שרייבן אין קיין שום דירות אשכול...

כ'האב שוין פשוט נישט קיין געדולד צו דארפן אויסזאפן יעדע תגובה/ניק מיט זיינע אזשענדעס..

די איגנאריר קנעפל ארבעט נישט ביי אייך?

מאנטאג מרץ 23, 2015 10:35 pm

;l;p- ;l;p
ווען איר זעהט עפעס וואס איר גלייכט נישט טוט די עצה פון "געלעגער"

דינסטאג מרץ 24, 2015 6:04 am

געלעגער האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:כ'מיין אז מ'גייט מוזן מאכן א נייע תקנה אז א ניק אינטער 200 תגובות עטליעסט קען נישט שרייבן אין קיין שום דירות אשכול...

כ'האב שוין פשוט נישט קיין געדולד צו דארפן אויסזאפן יעדע תגובה/ניק מיט זיינע אזשענדעס..

די איגנאריר קנעפל ארבעט נישט ביי אייך?
נישט ערענסט געמיינט, כ'האב נאר געוואלט ארויסברענגען דעם פוינט.

דינסטאג מרץ 24, 2015 7:49 am

א הויז פאר 180k אזוי נאנט איז א יקר המציאות
(אפשר קען מען נאך אראפהאנדלן אביסל אויך)


וויפיל דארף קאסטן איבערציבויען אזא הויז?

וויפיל sq.ft רעדט מען דא, וויפל אויף א שטאק?

אויב איינער ווייסט מער איבער דעם עצם דיעל זאל ביטע מיטיילן.

שכח!

רענטלס פאר יונגע פארפעלקער אין דזשערסי סיטי

דינסטאג מרץ 24, 2015 5:21 pm

עמיצער זאגט מיר גראדע א גוטער בייפאל לגבי דזשערסי סיטי, אז מ'זאל מתחילה אויפפיקסן א 50 60 רענטלס פאר פארפעלקער תיכף נאך די חתונה, וואס אין אלגעמיין דארפן זיי נאך גארנישט, נישט קיין געשעפטן, מוסדות, קינדער דאקטוירים, וכדומה, בסך הכל דארפן זיי א דאך איבער'ן קאפ וואס אין וויליאמסבורג הייבט זיך עס געווענליך אן ביי אומגעפער 1700 דאלאר א חודש, און דא וועלן זיי עס קענען האבן פאר 700 אדער ביליגער, און זיי וועלן זיך אהינציען אלץ די ערשטע תושבים.
יעדן צופרי בערך אכט אדער ניין אזייגער זאל זיין צוגעשטעלט באסעס וואס וועלן זיי אריינפירן קיין וויליאמסבורג צו דער ארבעט/כולל, און ביינאכט בערך ניין אזייגער צו שפעטער וועלן די באסעס זיי צוריקפירן קיין דזשערסי סיטי, צו זייערע בא'טעמ'טע הייזלעך וואס זיי וועלן דינגען פאר חצי בחינם.
שבתים וימים טובים גייען זיי נאך ממילא צו די עלטערן וועלן זיי אריינקומען דא וויילן אין וויליאמסבורג, פונקט ווי רוב פארפעלקער טוען נאכ'ן ערשטן קינד, איין וואך ביי די מאמע און איין וואך ביי די שוויגער.
ביני לביני וועלן זיך פארמירן א צאל גרעסערע משפחות וואס וועלן ארויסוואנדערן אהין און מ'וועט אויפשטעלן מוסדות און בתי מדרשים, ווי אין אלע צענטראלע אידישע צענטערן.
אבער קודם זאל לכה"פ זיין א 50-60 משפחות יונגעלייט וואס פארלאנגען נישט קיין סאך געברויכן און צוגעהערן און וועלן קענען גרינג זיין אן אבן הפינה פאר דעם נייעם ישוב.
שרייב א תגובה

Advertisement