בלאט 8 פון 51

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2015 3:55 pm
דורך ברוקלינער יונגערמאן
אן פרעשער האט געשריבן:שווער צו גלייבן אז וויליאמסבורגע אינגעלייט זאלן קענען אפקויפן הויז נאך הויז אליין, זיי האבן דאס נישט געטאן אין וויליאמסבורג ווען פרייזן זענען געווען זייער דיסענט, מהאט געקענט זיך אויסשפרייטן אויף א גרויסע פארנעם, וועלן זיי בויען א ישוב פון סקרעטש?

וויליאמסבורגע קראנקע מענטעלענטי#

היינט פארשטייט מען מער די נחיצות הענין דערפון, מ'איז מער געטשאוק'ד ווי דעמאלט'ס

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2015 4:12 pm
דורך אן פרעשער
ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:
אן פרעשער האט געשריבן:שווער צו גלייבן אז וויליאמסבורגע אינגעלייט זאלן קענען אפקויפן הויז נאך הויז אליין, זיי האבן דאס נישט געטאן אין וויליאמסבורג ווען פרייזן זענען געווען זייער דיסענט, מהאט געקענט זיך אויסשפרייטן אויף א גרויסע פארנעם, וועלן זיי בויען א ישוב פון סקרעטש?

וויליאמסבורגע קראנקע מענטעלענטי#

היינט פארשטייט מען מער די נחיצות הענין דערפון, מ'איז מער געטשאוק'ד ווי דעמאלט'ס


די אידן דארפן דיוועלאפערס זאלן זיי אלעס צישטעלן, אויב נישט מוז כאטש זיין א געוויסע צאל סיעענעס און אדדעסיס מזאל קענען טראכטן פון האנדלן א דירה אויף די בלאק. אויב קענסטו די חברה!
אוי זענען מיר זיך אליינס שילדיג!!

ב"פ אידן זענען ענדערש געאייגנט פאר אזא מהלך. .

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2015 4:23 pm
דורך ברוקלינער יונגערמאן
דאס מאל איז די רעדע פון יונגעלייט 23-26 וואס האבן נאכנישט די השגות

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2015 4:26 pm
דורך אן פרעשער
אפילו דער ק"י אינגערמאן קען דאס שוין בעסער,
איך האב יעצט מיטגעהאלטן ווי א ק"י אינגערמאן האט אפגעקויפט א הויז אין בלומנבערג אינדרויסן פון די דיוועלאפמענט צו וואינען א גאנץ יאר,
ווי אויך קויפן זיי אפ הייזער אין נייע געגנטן ארום ק"י.
וויליאמסבורגע ליידן אויף דעם. .

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2015 5:11 pm
דורך YIDALA
Think & Read
What is more imported a Head on the shoulder & Yishev Hadass with issues that with Yishev Hadas is solvable. or have everything on the spot where you live but with out your Kapala . living in tsekvatshta dires where the kids are Korben Pasoches & the Wife is a Shmata etc. you live in wily town where we have everything in place WOW but with out a KUP & RUIKIT that's exactly the Experiences a Huge percent in willy town are living NABACH

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2015 5:27 pm
דורך מטעמים
YIDALA האט געשריבן:what is more imported a head on the shoulder & yishev hadass with issues that with yishev hadas is solvable. or have everything on the spot where you live but with out your ahead. living in tsekvatshtaa dires where the kids are korben pasoches & the wife is a shmata etc. but you live in wily town where we have everything in place but with out a head & ruegite that is exactly the experiences a huge percent in willy town are living there life nabach

איך ווייס נישט ווער ס'ווייסט וואס דו שרייבסט אבער איך ווייס יא און איך וויין מיט מיט דיר, דאס הארץ בלוטיגט די הארץ פארקלעמט, נישט קיין גראדע וועג ארויס.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2015 6:57 pm
דורך ברוקלינער יונגערמאן
מטעמים האט געשריבן:איך ווייס נישט ווער ס'ווייסט וואס דו שרייבסט אבער איך ווייס יא און איך וויין מיט מיט דיר, דאס הארץ בלוטיגט די הארץ פארקלעמט, נישט קיין גראדע וועג ארויס.


די גאנצע שטאט וויינט, כ'ווייס פון אפאר פעלער פון די נאנט ווי די טאטע ארבעט שווער און ביטער צי קענען באצאלן די רענט, כמעט די גאנצע געלט גייט פאר רענט, נאך א מזל אז ס'איז דא פוד סטעמפ'ס ווען נישט וואלט מען פשוט געהינגערט אויף ברויט בלי גוזמא, די ווייב האט טענות אויפן מאן פארוואס ער לאזט איר גארנישט קויפן ניטאמאל די מינומום, די מאן קען נישט פארשטיין פארוואס זיין ווייב פארשטייט נישט אז מ'קען נישט "ס'פענדן" מ'איז דאך נישט ראטשילד, אבער מופן מאן דכר שמיה?
מ'מיז דאך זיין נעבן לי עוועניו...
איי די האסט דאך נישט קיין געלט צי קויפן אויף לי עוועניו????

נ.ב. כמעט פארגעסן אז די מאן וויל אבער אז די פרוי זאל קומען אנגעטוהן צי א שמחה ווי ס'פאסט אבער געלט דארף ער איר נישט געבן... זאל זי ווייניגער "ס'פענדן" (פון וואס נאך זאל זי דידאקטן?)
אבער והיה הוא וחביריו ועיר וויליאמסבורג קודש וח"ו ל'מופן,
אלעס זאל גיין כאדארעם אפילו די שלום בית, הכנות וועט ער גיין אין שול ס'נישט דא קיין ביה"כ צי ספערן פאר אים, בלייבן שמיעסן אין שול ביז חצות הלילה כאטשיג עפעס הרחבת הדעת ( ?!!) אינדערהיים קענען זיך די קינדער אויפוועקען פונעם רעדן זיי שלאפן דאך אין דיינעט,
אבער לעבן זאל וויליאמסבורג מיר וועלן זיך נישט ארויסרירן פון דא,

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2015 7:01 pm
דורך בוידעם
ברוקלינער, וואו וואוינט איר? אין וומסב''ג? אויב די ענטפער איז יא, קענט איר מיר אפשר זאגן פארוואס אין די וועלט איר האט נאכנישט געמאפט קיין בלומינגבורג, לעיקוואד, זשערסי סיטי?

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2015 7:15 pm
דורך ברוקלינער יונגערמאן
איך וואוין אין ווילי און מיר האלטן אינמיטן קויפן אין מאנרא, מיר זענען גרייט צי צאלן אביסל מער געלט אבער מיר קענען זיך נישט ערלויבן קיין שאנס פאר א דורכפאל אין זשערסי סיטי אדער בלומינבורג / לעיקוואד, מיר האבן נישט גענוג געלט אנצוזעצן.....

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2015 7:24 pm
דורך מיסטעריעז
שוין רעזערווירט דער ניק "מאנראוער יונגערמאן"?

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2015 7:26 pm
דורך ברוקלינער יונגערמאן
אויך איינע פון די שוועריגקייטן וואס מ'האט דן געווען פארן קומען צום החלטה....
העכסטענס וועט עס זיין שווערער פאר גילו...

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2015 7:29 pm
דורך שוועמל
איך קום יעצט פון דארט, די וועג צוריק האט גענומען 35 מינוט, דאס איז שוין מיט די זונטאג טרעפיק ביים האלענד און דעלענסי.

די געגענט איז בראדערד, מיט הייזער פון 1-2 פעמילי אויפן ערשטן בליק קוקט עס מיר אויס אביסל ווי די בראונסוויל געגענט אין ברוקלין.
עס איז קלאר אז מען דארף גוט ווערן מיט די געמיינדע פירער דארטן כדי סזאל הערשן פרידן אויב מופט מען טאקע אהין. נישט ווייל עפעס איז געשען צו מיר נאר עס מוז זיין א געמיינזאמע פארשטענדעניש וד"ל.

עניוועי די הייזער זענען מער ווייניגער אלטע הייזער. לויט מיין שאץ וועט א אידיש קינד מוזן איבערבויען צו מאכן די דירה געשמאק און אידישלעך. א טייל הייזער האבן א גאראזש (כמעט נישט קיין דרייוועיס). די גאסן זענען פול מיט געפארקטע קארס וואס מיינט אז עס איז א פיין באוואוינטע געגענט.
וואס נאך?

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2015 7:32 pm
דורך ברוקלינער יונגערמאן
האט איר געפילט רואיגער צי שפאצירן דארט ווי מארסי / פלאשינג?

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2015 7:36 pm
דורך שוועמל
דעפעניטלי נישט רואיגער

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2015 7:43 pm
דורך babaganush
איז די געגנט ערגער ווי מירטעל עוויניו פאר ס'איז געווארן היימיש?

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2015 7:46 pm
דורך שוועמל
ניין נישט ערגער.
באט קיפ אין מיינט אז ווען דו האסט געוואקט אויף מירטל אמאל האסטו געהאט פיס אף מיינד וויסנדיג אז א בלאק אוועק איז דיין געגענט און האסט גלייך הילף אויב נייטיג. משא"כ זשערזי סיטי ביסטו איינער אליין

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2015 9:05 pm
דורך בנימין הלוי
ש'כח פאר די באריכט. נעקסט טיים דו גייסט נעם מיך מיט ביטע

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2015 9:59 pm
דורך babaganush
'

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2015 10:21 pm
דורך rrr
אין בעדסטיי פארקויפט זיך אזעלעכע הייזער פאר 3-4 מאות, וויפיל קאסט דאס דארט?

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2015 10:25 pm
דורך babaganush
ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:ביליג 160k-200k פאר די הויז פלוס 40-50k פארן איבערבויען

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2015 10:31 pm
דורך לאמפ
rrr האט געשריבן:אין בעדסטיי פארקויפט זיך אזעלעכע הייזער פאר 3-4 מאות, וויפיל קאסט דאס דארט?



בררר... אפשר זאגט איר מיר ווי אין בעד סטיי עס זענען פארהאן אזעלכע הייזער? נאכדערצו פאר 3-4 מאות?

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2015 10:33 pm
דורך זאכליך
אויף די פיקשטורס זעה איך נישט קיין געפארקטע קארס.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2015 10:36 pm
דורך rrr
babaganush האט געשריבן:
ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:ביליג 160k-200k פאר די הויז פלוס 40-50k פארן איבערבויען

סא אין בעדסטיי קענסטעס האבן פאר טאטעל 350-450 מקסימום, גייסעך שפארן אפשר 100 אלפים, און פאר דעם וועסטו ענדערש גיין אין דזשערזי סיטי??

כהאב שוין לאנג געטענהט דאס איז נישט פאר מיר..

Enjoy. . Have fun,
איך גיי נישט אהין

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2015 11:05 pm
דורך לטב עביד
פון די פיקטשער קוקט עס אויס זייער א געשמאקע געגענט, די צוויי גאסן קוקען אויס באוואוינט מען זעהט די קארן געפארקט, איך בין נייגעריג צו די אומבאוואינטע גאסן זענען אויך אזוי קעיר גענומען

איך ווייס נישט פארוואס ררר האקט אין קאפ, אין בעד סטיי קאסט אזא געשעפט מינומים פון 7 ארויף ניטאמאל א 1 פעמילי קענסטו באקומען פאר 4 מאות, און ניטאמאל אין קרוין הייטס לויפט די פרייזען, אפשר זענט איר זיך טועה מיט איסט ניו יארק און בראנסוויל וואס מען קען טרעפען די פרייזען,

עניוועי פאר איינעם וואס די סיטי איז עם וויכטיג קוקט דאס אויס א גוט געשעפט, הגם די ערשטע צוויי יאר גייט מען לכאורה דארפן סטראגלען אויף א גרויסע פארנעם, אבער למעשה דארף מען עס דורך ברעכן,

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2015 11:13 pm
דורך לטב עביד
די עלעקטריק זעה איך לויפט אין די לופט און נישט אנדער גראנד וואס איז מער אויזזיכטען פאר א בלעק אוט, נישט אז עס מאכט אויס צו מיין החלטה דאך איז גוט צו וויסען די מציאות,

ביי בלומענבערג און לייקוואד האט מען געשמועסט אז מען פארלירט די וואוטשירס וואס אסאך האלטן זיך צוריק מחמת זה , וואס איזה דא די מעשה מען פארלירט די וואוטשיר און וואס איז די דין אז איך שיק אין נ''י סיטי און די מוסדות בלייב איך יא מעט די וואוטשער?

און וויפיל איז די טעקס דארט?