בלאט 7 פון 51
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2015 9:37 am
דורך purple knish
ווייסט איינער עפעס א (בערך'דיגע) אדרעס פון jersey city מ'זאל קאנען עטוואס שטודירן דאס ענין?
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2015 9:41 am
דורך מיסטעריעז
ער שרייבט דאך אז די ביהמ"ד גייט זיין אויף 221 מארטין לוטער קינג
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2015 10:39 am
דורך babaganush
24 מינוטס אן טרעפיק!
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2015 10:46 am
דורך הערליך
איין זאך גייט מיר נישט אריין אין קאפ, מענטשן מאכן תיכף אוועק יעדע איינציגסטע אפציע וואס מען ברענגט ארויף אויפן טיש, בעת ווען אין שטאט בליטיגט מען אויס אויף היי ספיד, פארוואס איז מען אזוי אויסן צו טרעפן מהלכים וויאזוי עס וועט זיך ״נישט״ אויסארבייטן? אזש מענטשן ווערן אזוי קריעיטיוו אויסטרעפענדיג פון אונטער די ערד וואס איז נישט גוט מיט דעם, וואס איז נישט גוט מיט יענס, ווען די מענטשן וואלטן אויסגענוצט זייער קריעטיוועטי אויסצוטרעפן סיבות פארוואס עס וועט זיך ״יא״ אויסארבייטן, וואלטן מיר שוין לאנג געהאלפן געווארן.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2015 10:49 am
דורך babaganush
מענטשן גלייבן נישט, it's too good to be true
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2015 11:07 am
דורך farshlufen
babaganush האט געשריבן:24 מינוטס אן טרעפיק!
האלאנד טאנעל אן טרעפיק?
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2015 11:10 am
דורך babaganush
via I-78 W
מיט טרעפיק 30 מינוט!
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2015 11:12 am
דורך ברוקלינער יונגערמאן
קוק אין די בעגראונד פון יעדן וואס איז נאר ביזי צי זאגן שלעכטס אויף יעדע נייע פלאן לדוגמא בלומינבורג צי ווייט, זשערסי סיטי שווארצע געגענט, מאנרא יאנטשי, מאנסי און לעיקוואד נישט געמאכט פאר א וויליאמסבורגע יונגערמאן, א.א.וו. וועסטו זעהן אדער האט ער באקומען א הויז פון זיינע אדער אירע עלטערן און ער איז נעבעך סטאק דא, אדער האט ער זיך שוין אויסגעזעקעלט עד פ"א צי קויפן א הויז דא און ער קען פשוט נישט ציקוקען ווי זיין ארבעט גייט לטמיון, דוק ותשכח,
אלע וואס זענען choked זענען אפען פאר פלענער, אבער די פריערדיגע דערמאנטע האבן גלייך א הסבר פארוואס ס'נישט גיט
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2015 11:14 am
דורך farshlufen
babaganush האט געשריבן:via 78 W
מיט טרעפיק 30 מינוט!
מיט
זונטאג טראפיק.
ועוד, גוגל וכו' מאיזה סיבה שיהי', רעכענען שווערליך אויס די אנגעלייגטע קאנאל סטריט טרעפיק, פרעגט אייך נאך, נאכדערצו הארט אינמיטן ערות הארץ, ס'איז קיין אפציע דער וועג.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2015 11:17 am
דורך שוועמל
פארשלאפן
סתם א טאג איז נישטא קיין טרעפיק ביים האלענד, נאר אין וויקענדס פרייטאג ארויס, זונטאג אריין.
פון ווילי איז די וועג ארום 30-40 מינוט נארמאל
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2015 11:21 am
דורך rrr
גערעכט, קען אבער זיין אז נאכן דורכפאלן איינמאל זוכן זיי נישט צו זיין די פראנט ראנער איבער א נייע פראיעקט
איך פארשטיי צווישן די שורות אז זיי ווארטן צו זען צו דער עולם וועט זיך אנרופען
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2015 11:24 am
דורך green
אן פרעשער האט געשריבן:rrr האט געשריבן:איך בין נישט זיכער אז איך בין קאט אוט דורכצוגיין אזא סטראגעל, איך בין נישט אחראי צוצושטעלן נייע אידישע שטעט פאר כלל ישראל,
סדא אידישע שטעט ווי מאנסי ק"י וואס מקען נאך קויפן, איך וואלט אויך זיכער ענדערש קאנסידערט בלומינגבורג ווי סנישט אזא שרעקליכער געגענט
און אויב סאטמאר גייט מיט א פעסטקייט קיין לעיקוואוד איז דאס זיכער אסאך א בעסערע אפשען
ביסט שוין געגאנגן באקוקן די געגנט אין דשערזי סיטי? ?
איז עס טאקע אזוי שלעכט ווי די לייגסט עס אראפ?
............
בד"וו די גאס האט בכלל נישט אנגענומען די עד אין דער איד ווי מר'גרין האט אונז דא פראקלאמירט אז סאטמאר אנאנסירט לעיקוואד.
די סיבה איז פשוט:
נישט אזוי אנאנסירט סאטמאר א נייע בנין און זיכער נישט א נייע ישוב!
די שאלה וואס ס'מיינט ביי דיר די גאס? די אידן וואס זייער החלטה האטסעך געוואנדן אין די איד אננאנסמענט האט דאס געמאכט די זאך, די וואס ווילן סתם מאלן וואסער איז עס טאקע נישט גענוג, פאר זיי דארף מען א גאנצע ביילאגע מיט נוי סוכה
----------
rrr האקט
זאגסט עפעס, אבער למעשה בעקן זיי דאס מער ווי זיי וואס
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2015 11:25 am
דורך זאכליך
הערליך האט געשריבן:איין זאך גייט מיר נישט אריין אין קאפ, מענטשן מאכן תיכף אוועק יעדע איינציגסטע אפציע וואס מען ברענגט ארויף אויפן טיש, בעת ווען אין שטאט בליטיגט מען אויס אויף היי ספיד, פארוואס איז מען אזוי אויסן צו טרעפן מהלכים וויאזוי עס וועט זיך ״נישט״ אויסארבייטן? אזש מענטשן ווערן אזוי קריעיטיוו אויסטרעפענדיג פון אונטער די ערד וואס איז נישט גוט מיט דעם, וואס איז נישט גוט מיט יענס, ווען די מענטשן וואלטן אויסגענוצט זייער קריעטיוועטי אויסצוטרעפן סיבות פארוואס עס וועט זיך ״יא״ אויסארבייטן, וואלטן מיר שוין לאנג געהאלפן געווארן.
הערליך, מ'דארף ארויפקלעבן דיין תגובה ביי די אריינגאנג צום דירות פארום (אוי ס'איז נאכנישט דא...), דאס איז די אמת'דיגע תירוץ פאר די אלע זארגן וואס ווערן דא ארויסגעלייגט!
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2015 11:32 am
דורך rrr
green האט געשריבן:אן פרעשער האט געשריבן:rrr האט געשריבן:איך בין נישט זיכער אז איך בין קאט אוט דורכצוגיין אזא סטראגעל, איך בין נישט אחראי צוצושטעלן נייע אידישע שטעט פאר כלל ישראל,
סדא אידישע שטעט ווי מאנסי ק"י וואס מקען נאך קויפן, איך וואלט אויך זיכער ענדערש קאנסידערט בלומינגבורג ווי סנישט אזא שרעקליכער געגענט
און אויב סאטמאר גייט מיט א פעסטקייט קיין לעיקוואוד איז דאס זיכער אסאך א בעסערע אפשען
ביסט שוין געגאנגן באקוקן די געגנט אין דשערזי סיטי? ?
איז עס טאקע אזוי שלעכט ווי די לייגסט עס אראפ?
............
בד"וו די גאס האט בכלל נישט אנגענומען די עד אין דער איד ווי מר'גרין האט אונז דא פראקלאמירט אז סאטמאר אנאנסירט לעיקוואד.
די סיבה איז פשוט:
נישט אזוי אנאנסירט סאטמאר א נייע בנין און זיכער נישט א נייע ישוב!
די שאלה וואס ס'מיינט ביי דיר די גאס? די אידן וואס זייער החלטה האטסעך געוואנדן אין די איד אננאנסמענט האט דאס געמאכט די זאך, די וואס ווילן סתם מאלן וואסער איז עס טאקע נישט גענוג, פאר זיי דארף מען א גאנצע ביילאגע מיט נוי סוכה
----------
rrr האקט
זאגסט עפעס, אבער למעשה בעקן זיי דאס מער ווי זיי וואס
רב גרין רעדט זייער צום זאך, איך זאג דעם אמת, איך האב שוין לאנג ארויסגעקוקט אז סאטמאר זאל דאס מער בעקן, דער אנאומסמענט אין דער איד האט מיר געגעבן זייער א שטארקע שטופ
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2015 11:44 am
דורך rrr
הערליך האט געשריבן:איין זאך גייט מיר נישט אריין אין קאפ, מענטשן מאכן תיכף אוועק יעדע איינציגסטע אפציע וואס מען ברענגט ארויף אויפן טיש, בעת ווען אין שטאט בליטיגט מען אויס אויף היי ספיד, פארוואס איז מען אזוי אויסן צו טרעפן מהלכים וויאזוי עס וועט זיך ״נישט״ אויסארבייטן? אזש מענטשן ווערן אזוי קריעיטיוו אויסטרעפענדיג פון אונטער די ערד וואס איז נישט גוט מיט דעם, וואס איז נישט גוט מיט יענס, ווען די מענטשן וואלטן אויסגענוצט זייער קריעטיוועטי אויסצוטרעפן סיבות פארוואס עס וועט זיך ״יא״ אויסארבייטן, וואלטן מיר שוין לאנג געהאלפן געווארן.
איך האב ח"ו קיינמאל נישט אוועקגעמאכט קיינעם,אדרבה איך האב זיי זייער מחזק געווען, דו קענסט אבער נישט עקספעקטן אז יעדער זאל ליב האבן די זעלבע זאך, איך וואלט ענדערש געגאנגען אויף בלומינגבורג, אדער לעיקוואוד מיט א סאטמארע קהילה און מוסדות
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2015 12:16 pm
דורך אן פרעשער
רב גרין,
איך אליין קען צוויי אינגעלייט וואס האבן געגעבן זייער סיגניטשער אין לעיקוואד אויפן תנאי אז סאטמאר פארזיכערט מוסדות,און זענען בכלל נישט גרייט צו לייגן געלט מיט אזא בעקינג!
די לעיקוואד אדווערטייזמענט האט לכאורה געוואלט אויפטאן,
1)דערמיט פארלענגערן די deadline פון הרב פארהאנד
2) אנהאלטן די מענטשן וואס זענען פאראנטרעסירט/ אין און די זעלבע צייט ברענגן נאך מענטשן אז די קהילה זאל זיין מער באקוועם עס צו בעקן. ..
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2015 12:18 pm
דורך להודיע
ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:קוק אין די בעגראונד פון יעדן וואס איז נאר ביזי צי זאגן שלעכטס אויף יעדע נייע פלאן לדוגמא בלומינבורג צי ווייט, זשערסי סיטי שווארצע געגענט, מאנרא יאנטשי, מאנסי און לעיקוואד נישט געמאכט פאר א וויליאמסבורגע יונגערמאן, א.א.וו. וועסטו זעהן אדער האט ער באקומען א הויז פון זיינע אדער אירע עלטערן און ער איז נעבעך סטאק דא, אדער האט ער זיך שוין אויסגעזעקעלט עד פ"א צי קויפן א הויז דא און ער קען פשוט נישט ציקוקען ווי זיין ארבעט גייט לטמיון, דוק ותשכח,
אלע וואס זענען choked זענען אפען פאר פלענער, אבער די פריערדיגע דערמאנטע האבן גלייך א הסבר פארוואס ס'נישט גיט
אדער בחורי חמד וואס האבן מאיזה סיבה עקסעס צום אייוועלט און שפירן גוט צו נעמען שטעלונגען.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2015 1:02 pm
דורך green
אן פרעשער האט געשריבן:רב גרין,
איך אליין קען צוויי אינגעלייט וואס האבן געגעבן זייער סיגניטשער אין לעיקוואד אויפן תנאי אז סאטמאר פארזיכערט מוסדות,און זענען בכלל נישט גרייט צו לייגן געלט מיט אזא בעקינג!
די לעיקוואד אדווערטייזמענט האט לכאורה געוואלט אויפטאן,
1)דערמיט פארלענגערן די deadline פון הרב פארהאנד
2) אנהאלטן די מענטשן וואס זענען פאראנטרעסירט/ אין און די זעלבע צייט ברענגן נאך מענטשן אז די קהילה זאל זיין מער באקוועם עס צו בעקן. ..
די לעצטע ענטפער די רעסט אין די לעיקוואד אשכול (מ'פארדרייט דא פון נושא) די ציל פון די אננאנסען איז געווען צו קענען שרייבן נאך און ברענגן נאך אינפארמאציע, די חברה (בראנד וחביריו) זענען אן אנדערע טיפ פון דיר און מיר און זיי האבן א גרויסע מארקעטינג קאמפאני מיט שטארקע סטראטעיגיעס, זיי זוכן דייקא יא צו גיין צוביסלעך, ביז דערווייל ארבעט עס
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2015 1:05 pm
דורך green
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2015 1:39 pm
דורך ברוקלינער יונגערמאן
להודיע האט געשריבן:ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:קוק אין די בעגראונד פון יעדן וואס איז נאר ביזי צי זאגן שלעכטס אויף יעדע נייע פלאן לדוגמא בלומינבורג צי ווייט, זשערסי סיטי שווארצע געגענט, מאנרא יאנטשי, מאנסי און לעיקוואד נישט געמאכט פאר א וויליאמסבורגע יונגערמאן, א.א.וו. וועסטו זעהן אדער האט ער באקומען א הויז פון זיינע אדער אירע עלטערן און ער איז נעבעך סטאק דא, אדער האט ער זיך שוין אויסגעזעקעלט עד פ"א צי קויפן א הויז דא און ער קען פשוט נישט ציקוקען ווי זיין ארבעט גייט לטמיון, דוק ותשכח,
אלע וואס זענען choked זענען אפען פאר פלענער, אבער די פריערדיגע דערמאנטע האבן גלייך א הסבר פארוואס ס'נישט גיט
אדער בחורי חמד וואס האבן מאיזה סיבה עקסעס צום אייוועלט און שפירן גוט צו נעמען שטעלונגען.
איך בין אריינגעטוהן אין דעם נושא פון זשערסי סיטי פאר די לעצטע 3 וואכן, זעמיר געזיצן אין ביהמ"ד די וואך ביי סעודה שלישת ציזאמען מיט נאך 8-10 אינגעלייט רוב וואוינען אין 1-1 1/2 בעדרום דירות מיט 3/4 קינדער אלע ארום 5 יאר נאך די חתונה, יעדער האט געוואלט הערן נאך און נאך דעטאלן אחוץ די וואס האבן באקומען דירות אדער זענען אינמיטן פראסעס פון קויפן האבן גלייך אראפגעריסן דעם פלאן מיט כל מיני תירוצים שונים פארוואס "ס'קען זיך נישט אויסארבעטן" , ווי אויך האב איך מיר עס איבערצייגט כמה פעמים ביים רעדן פון עני אנדערע דירות לעזונג, אייביג די וואס שפרינגען אויף אז "ס'קען נישט" זענען דא איינגעלאקט...
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2015 1:43 pm
דורך להודיע
פארקערט, איך זאג אז די אלע וואס מאכן אוועק די אלע נייע ישובים מיט דברים של מה בכך, זענען מענטשן וואס כאפן בכלל נישט וואס דא גייט פאר. אדער בני עשירים ווי דו זאגסט אדער בחורים און פרישע יונגעלייט וואס רעדן פון דאקטער אפיסעס בשעת מיר לעבן מיט א קריזיס איום ונורא.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2015 1:47 pm
דורך ברוקלינער יונגערמאן
כ'האב אייך נישט גיט פארשטאנען די ערשטע מאל
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2015 3:21 pm
דורך טשאקלעט
פאר מיר וואס זיין ווי נענטער צו די סיטי איז מיין מעין קאנסערן, איז Jersey City מיין בעסטע אפציע דערווייל, לאמיר האפן ס'זאל זיך אויסארבעטען
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2015 3:33 pm
דורך ברוקלינער יונגערמאן
די סיבה פארוואס ס'האט געכאפט רוב מענטשן איז
1) ביליג 160k-200k פאר די הויז פלוס 40-50k פארן איבערבויען,
2) נאנט צי די סיטי,
אבער ביז דערווייל איז דא די פראבלעם אז קיינער וויל נישט זיין פון די ערשטע 25 , רוב מענטשן וואס קענען באשטיין צי מופן ווילן גיין נאר נאך די ערשטע 25 ,
רעדנדיג מיט איינער וואס איז פון די ערשטע 5 אויפן ליסט און ער איז גרייט צי גיין איינמאל ס'איז דא מנין, זאגט ער מיר אז ער רעדט אפילו נישט צי איינעם וואס וואוינט אין א 2 בעדרום אפט. סאיז אשאד די צייט, ער טרייט צי רעדן צי די וואס זענען געטשאוק'ט אין א 1 בעדרום דירה מיט 2-3 קינדער, ער האפט ביי זיי צי פועל'ן,
בקיצור מען ווארט אויף די נחשונים און זיי זענען נישט צום געפונען....
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2015 3:43 pm
דורך אן פרעשער
שווער צו גלייבן אז וויליאמסבורגע אינגעלייט זאלן קענען אפקויפן הויז נאך הויז אליין, זיי האבן דאס נישט געטאן אין וויליאמסבורג ווען פרייזן זענען געווען זייער דיסענט, מהאט געקענט זיך אויסשפרייטן אויף א גרויסע פארנעם, וועלן זיי בויען א ישוב פון סקרעטש?
וויליאמסבורגע קראנקע מענטעלענטי#