בלאט 46 פון 51
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 05, 2015 11:59 am
דורך נעווער מיינד
מאנ-יימער האט געשריבן:מצב כללי האט געשריבן:אברך האט געשריבן:ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:מצב כללי האט געשריבן:עס איז מעגליך אז אין וויליאמסבורג איז אויך דא שיסערייען, אבער דשערסי סיטי איז א נייע געגענט דו ווילסט מענטשן זאלן זיך אהינציען,
קיינער וויל נישט מופן אויף א גאס וואס שיסערייען איז די נארם.
גוט געזאגט!!!
קיינער טראכט נישט אוועק צו מופן פון א פלאץ אפילו מ'האט געקידנעפט און געהארגעט א קינד אין בארא פארק און די זעלבע מיט די שרעקליכע פארכאפונג אין וויליאמסבורג מיט הרב שטארק הי"ד,
אפילו מ'איז צושוידערט און דערשראקן מוז מען אנגיין ווייטער, אבער ווען דו ווילסט שלעפן מענטשן צו א נייע פלאץ קענסטו עס נישט פארגלייכן אז דא איז עס אויך דא,
והחילוק פשוט מאוד.
מיין קעפעלע פארשטייט נישט דעם פשוט מאוד, אויב איז דשערסי סיטי אייניג מיט וומס אין קריים, און דו לעבסט און לאכסט אין ווילי, פארוואס זאלסטו האבן א פראבלעם מיט די זעלבע קריים רעים ערגעץ אנדערש?
א יונגערמאן וואס וואוינט ביי ליע-פען וויל נישט גיין וואוינען אויף סטעגמען ווי עס איז יא דא שיסערייען פארשטייסט נישט?
דער אינגערמאן וואס וואוינט ביי לי פען וויל אויך נישט גיין וואוינען אין בלומינגבערג אדער לעיקוואד וואו ער גייט זיין ווייט פון ווילי און נישט האבן זיין מקוה און זיין גראסערי.
וואס איך מיין צוזאגן אז קריים איז טאקע א פראבלעם אבער נישט "די" פראבלעם וואס מאכט אוועק די גאנצע איידיע, סך הכל איז עס א חסרון וואס אנדערע שטעטלעך האבן נישט, ווידעראום איז דא מעלות דארט וואס אנדערע האבן נישט צב"ש אז ס'איז נאנט צו די סיטי און אז די הייזער זענען פילפאכיג ביליגער, און מ'קען ארבעטן אויפן פראבלעם.
איך ליין תגובה נאך תגובה איבער דעם און איך זע אזוי:
די וואס רעדן איבער דעם פראבלעם פןן זיכערהייט זאגן נישט אז דאס מאכט אוועק דעם גאנצן געדאנק פון דזשערסי סיטי. זיי ערווענען נאר אז ס׳איז א פראבלעם און אז דאס איז פון די ערנסטע פאקטארן וואס מענטשן וועלן נעמען אין באטראכט. איך מיין אז דאס קען קיינער נישט אפלייקענען.
און אפילו מיט די אלע שיינע חשבונות איבער קריים אויף פארשידענע גאסן אין די אידישע געגנטער, וואס לאמיר זאגן אז אויפ׳ן תגובה זאגט זיך עס שיין, דארפן מען פארט געוואונען די געפילן פון אונזערע ווייבער צו קאנסידרן די געגנט ווען ס׳נאך באוואוינט מיט גוים און די קריים ראטע איז נישט נידריג. און מען דארף אסאך פסיכילאגישע ארבעט דאס צו ערייכן.
ס׳פארהאן אסאך פנקציעס וואס עס פעלן פון א נייע ישוב אינאנהויב. פארהאן גאר וויכטיגע און אויך זאכן וואס מ׳קען לעבן אן דעם. אויב האט מען עס איז עס א לוקזשערי. אבער זיכערהייט איז נומער איינס וואס יעדער דארף. וועט מען דארפן ווארטן וויאזוי דער עולם איז טאקע ווארעם דערצו.
די עסקנים זאל ווייטער ארבעטן ובשם ה׳ נעשה ונצליח.
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 05, 2015 12:01 pm
דורך מיסטעריעז
אנשטאט נוצן פסיכאלאגן פאר אלע פרויען וואס גייען נאכהערן די שרעקעדיגע ברוקלין-סטייל פארברעכן וואס האבן פאסירט אין דזשערסי סיטי, קען מען רופן איין פסיכאלאג פאר די צוויי דריי ניקס וואס קענען נישט האלטן ס'מויל און צוליב נארישע אגענדעס וואס גייען קיינמאל אויסגעפירט ווערן פילן זיי פאר וויכטיג צו אפשרעקן דעם עולם "כדי מען זאל ח"ו נישט אריינפאלן בלא יודעים אין אזא שרעקליכע געגנט".
עס וועט אויסקומען ביליגער...
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 05, 2015 12:03 pm
דורך והאמת ניתן להיאמר
בענאק האט געשריבן:יעזורו בולעטין נומער 11 - ערב שב"ק בהעלותך
אינטרעסאנט, אז דער היינטיגער יעזורו רעדט פינקט וועגן די טעמע וואס איז א הייסע דיסקוסיע דא.
לפענ"ד איז דער מצב בכלל נישט אזוי געפערליך ווי מאנכע פראבירען עס דא אראפצולייגען ספעציעל רעלעטיוו צו ניי וומסב"ג-בעד סטיי. פון די אנדערע זייט איז עס נישט אזוי גלאנצעדיג ווי די יעזורו בולעטין לייגט עס אראפ (כבודם במקומם מונח..).
איך קלער אז קריים איז אן אישו וואס גייט דארפן גוט אדרעסירט ווערן די ערשטע שטיק צייט, אבער מיט די צייט וועט עס ווערן א NON ISSUE
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 05, 2015 12:11 pm
דורך נעווער מיינד
מיסטעריעז האט געשריבן:אנשטאט נוצן פסיכאלאגן פאר אלע פרויען וואס גייען נאכהערן די שרעקעדיגע ברוקלין-סטייל פארברעכן וואס האבן פאסירט אין דזשערסי סיטי, קען מען רופן איין פסיכאלאג פאר די צוויי דריי ניקס וואס קענען נישט האלטן ס'מויל און צוליב נארישע אגענדעס וואס גייען קיינמאל אויסגעפירט ווערן פילן זיי פאר וויכטיג צו אפשרעקן דעם עולם "כדי מען זאל ח"ו נישט אריינפאלן בלא יודעים אין אזא שרעקליכע געגנט".
עס וועט אויסקומען ביליגער...
אויך אמת.
גיי ארויס אויפ׳ן גאס קיינער האט גארנישט קעגן דזשערסי סיטי. יעדער רעספעקטירט שטארק די ארבעט פון די עסקנים וואס ארבעטן לשם הכלל. ס׳זענען נאר דא מיינונגס פארשידנהייטן איבער די אויסזוכטן ארויסצוציען אהין אונזער ציבור. קעגן די דעוועלאפמענט אין לעיקוואד און בלומינגבערג זענען דא אגענדעס ווייל ״מענטשן פארגינען נישט די יחידם וואס טוען דערין.״ סיי ווייל זיי וועלן באקומען די כבוד און רעספעקט אין גאס אויב זענען זיי מצליח און סיי אז זיי קענען ארויסקומען פון פעטע פארדינסטן. אבער דא סא פאר זעט אויס ווי אלעס ארבעט לשם מצוה האט נישט קיינער קיין שלעכט אויג. ווען מ׳ען דיסקוסיט פראבלעמנם פונעם פלאץ מיינט נישט אז מ׳האט אן אגענדע צו א חשבון. אסאך מאל טאנצט מען פון די הויט צו זען וויאזוי מענטשן זענען אדער מאכן זיך בלינד איבער די פראבלעמנן פונעם פלאץ. כגון די ענין פון זיכערהייט אין גרינוויל
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 05, 2015 12:18 pm
דורך מיסטעריעז
נעווער מיינד, האסט דיר געעפנט א נייע ניק? מזל טוב!!
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 05, 2015 12:20 pm
דורך moneyMINDED
די ביזט בכלל נישט גערעכט , טאמער קענסטו אביסל די הלוך ילך פון די גרויסע גראבע שחורים , גענעסטערס , מאפיא , רוצחים בלע"ז , שיסן זיי נישט סתם מענטשן געווענליך , געב א קוק אין ווילי קומען פאר אסאך רוצחישע בארבארישע אקט לעצטענס און א געוויזן זין מער ווי אמאל , אביר ברוך השם קיין יודן האט עס נישט געשאדט , דעס איז געווענליך אז דארט איז דא אסאך אומליגאלע אקטיוועטיעיטן צווישן זיך ווי דראגס מיט נאך געוויזע אומליגאלע ביזנעס , און זיי שלאגן זיך צווישן זיך און מערעדט פון גרעסערע געשלעג צווישן זיך אדער ווערן זיי אנגעהיצט און גאנס אטן מעסערס פעלען נישט ביי זיי איז איינס צוויי און אראפ מיטן קאפ , קענסט פרעגן צענדליגע יונגעלייט וואס מאכן ביזנעס אין ניוארק ניו זשערסי , וואס דארט קומט ניטאמאל פאליס נאכן רופן 911 אפילו 10 מאל , האסטו נאכנישט געהערט ברוך השם אז יודן האבן עפעס געליטן און איך רעד פון צענדליגע יונגעלייט וטאס האבן ריעל עסטעיט דארט און דילען מיט די טענעטס מיט די נידריגסטע וואס איז דא , הערט מען נישט פון קיין ערענסטע מעשות נאר טאמער איינער טוט געוואגטע זאכן , זיי שטייען און שיסען נישט קיין מענטשן סתם ווי אייסיס , די ביזט סתם א .... פארן שרייבן דא אזאנס , די ביזט עתיד ליתן את הדין פאר דעם וועגן אזא מעסיזש קען ארומפארן אויף גרופעס , ס'וואלט געפאסט זאלסט עס פארמעקן , און פארשטייט זיך אז ס'וועט זיך ארומדרייען סעקיוריטי , נוסח פאבליק סעיפטי קרית יואל מיט בליטשקעדיגע לעמפ , וועט א גוי היפש שטיין ווייט
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 05, 2015 12:23 pm
דורך נעווער מיינד
מיסטעריעז האט געשריבן:נעווער מיינד, האסט דיר געעפנט א נייע ניק? מזל טוב!!
ברוכים תהי׳. אויף שמחות ביי אונז אלע.
איך גי נישט צופיל שרייבן ווייל כ׳האב נישט צופיל צייט. קוים וואס כ׳האב צייט צו ליינען. איך קען נישט צוקוקן די צענדליגער תגובות איבער די זיכערהייט אישו. און כ׳האב מיך געלאזט הערן מיין מיינונג. כ׳האף נישט צו ווערן דא אריינגעשלעפט. כ׳וויל בלייבן דא נאר א לייענער נישט א שרייבער
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 05, 2015 12:24 pm
דורך ברוקלינער יונגערמאן
@ נעווער מיינד
100% גערעכט ווען איינער זאגט זיין מיינונג אקעגן די זשערסי סיטי פלאן מיינט נאכנישט אז ער האט א אגענדע (ולהיפך דעת אסאך שרייבער דא) יעדער זאגט זיין מיינונג און טאמער איינער מאכט החלטות פון מופן בעיסד אויף "אייוועלט" גייט ער נישט אריין אינעם כלל פון ומותר האדם מן... אין,
מ'לייגט דא אראפ די מצב ווי גלייך "אייוועלט איז די קאנפירם פעידזש פאר מ'מופט און ל"ע איינער קען זיך דערשרעקן....
ממילא טאר נישט יעדער שרייבן זיין מיינונג?
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 05, 2015 12:36 pm
דורך מיסטעריעז
נעווער מיינד האט געשריבן:מיסטעריעז האט געשריבן:נעווער מיינד, האסט דיר געעפנט א נייע ניק? מזל טוב!!
ברוכים תהי׳. אויף שמחות ביי אונז אלע.
חס ושלום!!!
איך האב עס געשריבן ווייל איך האלט שוין נאכן שרייבן
די תגובה היינט... אז עס איז נישט אמת דאן בעט איך דיר איבער און איך באגריס דיר מיט א שיינע ברוך הבא.
יעצט צום פוינט, ברוקלינער, מען סטעמפלט קיינעם נישט פון באשר הוא שם, פון די איצטיגע דעבאטע.
לטב עביד האט קיינער נישט "פאר סתם" אפגעסטעמפלט.
דו ביסט שוין ווארשיינליך אנגעקומען נאכדעם וואס זיי האבן זיך "געבויעט זייער פראפייל" און דעריבער פארשטייסטו נישט פארוואס מען סטעמפלט זיי אפ אלס אגענדעאיסטן.
2) מיינונג מעג מען שרייבן, פאנטאזיעס וואס קען שאדן מאכן א רבים, נישט!
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 05, 2015 12:50 pm
דורך ברוקלינער יונגערמאן
נישט גערעכט, ווייל פאר חודש צוריק אדער מער ווען איך בין געווען מער אקטיוו אים דעם אשכול האט מען יעדן מיטן מיינונג אנדערש געזאגט אז ער האט א אגענדע,
לגבי מיין משל: טאמער וועסטו עס ליינען מדופקא לדופקא און צו וועם און לגבי וואספארא דוגמאות מ'שמעלצט דא צוזאם זעהט מען גארנישט שלעכט דערין פארקערט ס'ברענגט ארויס וואספארא שלעכטע וועג די מענטשן נעמען אין קאפ פארן מופן.
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 05, 2015 12:54 pm
דורך יהיה כן
no way
קריים אין ג'ערסי סיטי וועט נישט פארשוויגן ווערן!!!
אין וועלכע הויז, גאס, וואו עס וועט זיין א שיסעריי, שטעכעריי, פגר'יי אין דזשערסי סיטי, וועלן מיר יודעלעך קומען צו לויפן און אויסקויפן דעם הויז, גאס, און עס איבערנעמען,
אזוי העט ווערן סדר, למען ישמעו ויראו...
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 05, 2015 1:15 pm
דורך נעווער מיינד
מיסטעריעז האט געשריבן:נעווער מיינד האט געשריבן:מיסטעריעז האט געשריבן:נעווער מיינד, האסט דיר געעפנט א נייע ניק? מזל טוב!!
ברוכים תהי׳. אויף שמחות ביי אונז אלע.
חס ושלום!!!
איך האב עס געשריבן ווייל איך האלט שוין נאכן שרייבן
די תגובה היינט... אז עס איז נישט אמת דאן בעט איך דיר איבער און איך באגריס דיר מיט א שיינע ברוך הבא.
יעצט צום פוינט, ברוקלינער, מען סטעמפלט קיינעם נישט פון באשר הוא שם, פון די איצטיגע דעבאטע.
לטב עביד האט קיינער נישט "פאר סתם" אפגעסטעמפלט.
דו ביסט שוין ווארשיינליך אנגעקומען נאכדעם וואס זיי האבן זיך "געבויעט זייער פראפייל" און דעריבער פארשטייסטו נישט פארוואס מען סטעמפלט זיי אפ אלס אגענדעאיסטן.
2) מיינונג מעג מען שרייבן, פאנטאזיעס וואס קען שאדן מאכן א רבים, נישט!
נישט יעדער וואס האט א שטארקע מיינונג איבער א ענין און ער שטעלט זיך דערויף מיינט אז ער האט אן אגענדע. ביז ווילאנג זיין נקודה איז פארשטענדליך איז ער נאכנישט קיין סאספעקט. אפילו לאמיר זאגן אז ער האט גוטע געדאנקן איבער לייקוואד און שלעכטע זאכן קען דזרסי סיטי אדער א אנדערע פלאץ איז נאר נארמאל. ס׳מיינט נישט אז ער האט אגענדעס. און ווען די וואס האבן אגענדעס לטובת א פלאץ און קומען ארויס אן מאכן פולפולים עס אפציווארפן איז דאך שוין ווייטער דא אגענדעס ווערסעס אגענדעס. בעסער זאל מען איגנאורן דעם שלעכטן תגובה און פארזעצן ווייטער
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 05, 2015 1:15 pm
דורך נעווער מיינד
נעווער מיינד האט געשריבן:מיסטעריעז האט געשריבן:נעווער מיינד האט געשריבן:מיסטעריעז האט געשריבן:נעווער מיינד, האסט דיר געעפנט א נייע ניק? מזל טוב!!
ברוכים תהי׳. אויף שמחות ביי אונז אלע.
חס ושלום!!!
איך האב עס געשריבן ווייל איך האלט שוין נאכן שרייבן
די תגובה היינט... אז עס איז נישט אמת דאן בעט איך דיר איבער און איך באגריס דיר מיט א שיינע ברוך הבא.
יעצט צום פוינט, ברוקלינער, מען סטעמפלט קיינעם נישט פון באשר הוא שם, פון די איצטיגע דעבאטע.
לטב עביד האט קיינער נישט "פאר סתם" אפגעסטעמפלט.
דו ביסט שוין ווארשיינליך אנגעקומען נאכדעם וואס זיי האבן זיך "געבויעט זייער פראפייל" און דעריבער פארשטייסטו נישט פארוואס מען סטעמפלט זיי אפ אלס אגענדעאיסטן.
2) מיינונג מעג מען שרייבן, פאנטאזיעס וואס קען שאדן מאכן א רבים, נישט!
נישט יעדער וואס האט א שטארקע מיינונג איבער א ענין און ער שטעלט זיך דערויף מיינט אז ער האט אן אגענדע. ביז ווילאנג זיין נקודה איז פארשטענדליך איז ער נאכנישט קיין סאספעקט. אפילו לאמיר זאגן אז ער האט גוטע געדאנקן איבער לייקוואד און שלעכטע זאכן קען דזרסי סיטי אדער א אנדערע פלאץ איז נאר נארמאל. ס׳מיינט נישט אז ער האט אגענדעס. און ווען די וואס האבן אגענדעס לטובת א פלאץ און קומען ארויס אן מאכן פולפולים עס אפציווארפן איז דאך שוין ווייטער דא אגענדעס ווערסעס אגענדעס. בעסער זאל מען איגנאורן דעם שלעכטן תגובה און פארזעצן ווייטער
גוט שבת
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 05, 2015 1:19 pm
דורך אן פרעשער
יהיה כן האט געשריבן:no way
קריים אין ג'ערסי סיטי וועט נישט פארשוויגן ווערן!!!
אין וועלכע הויז, גאס, וואו עס וועט זיין א שיסעריי, שטעכעריי, פגר'יי אין דזשערסי סיטי, וועלן מיר יודעלעך קומען צו לויפן און אויסקויפן דעם הויז, גאס, און עס איבערנעמען,
אזוי העט ווערן סדר, למען ישמעו ויראו...
ווען דשערזי סיטי זאל זיין די איינציגסטע ישוב ווי מקען גיין, וואלט איך אויך געווען אזוי זיכער ווי די ביסט, אז מוועט דאס אויספייטן און אפקויפן אלעס ארום אא"וו
אבער ס׳דא היינט אזויפיל פלעצער ווי מקען גיין עקזעסטירנדע און אפשר נייע שטעטעלעך, סאיז א גרויסע פראגע אויב חלילה וועט שווער זיין די מצב פון קריים אין אנהייב, צו נאך משפחות וועלן זיך אריינלייגן און אזא סיטואציע.
בקיצור, סאיז א גרויסע חילוק ווי וויליאמסבורג אמאל ווי סנישט געווען קיין צוויי ברירות!
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 05, 2015 1:42 pm
דורך אן פרעשער
מיסטעריעז האט געשריבן:אנשטאט נוצן פסיכאלאגן פאר אלע פרויען וואס גייען נאכהערן די שרעקעדיגע ברוקלין-סטייל פארברעכן וואס האבן פאסירט אין דזשערסי סיטי, קען מען רופן איין פסיכאלאג פאר די צוויי דריי ניקס וואס קענען נישט האלטן ס'מויל און צוליב נארישע אגענדעס וואס גייען קיינמאל אויסגעפירט ווערן פילן זיי פאר וויכטיג צו אפשרעקן דעם עולם "כדי מען זאל ח"ו נישט אריינפאלן בלא יודעים אין אזא שרעקליכע געגנט".
עס וועט אויסקומען ביליגער...
איינער וואס האט אן אגענדע קען א פסיכילאג נישט העלפן, שיק די וואס לעבן און דינייעל.
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 05, 2015 1:43 pm
דורך והאמת ניתן להיאמר
אן פרעשער האט געשריבן:והאמת,
איך האף יעדן טאג אז עפעס א לייטישע פלאץ וועט נאך אויפקומען "און די סיטי", ווייל ווי סקוקט אויס אויף די מינוט איז מיין צוקונפט און אפסטעיט, וואס איך האב נישט קיין סאך חשק.
דער אמת איז אז איך האב שוין גטראכט זיך אריין צולייגען אביסל צוזאמען מיט אנדערע עסקנים צו מען קען טרעפען א בעסערע געאייגענטע געגענט ווי דזשערסי סיטי. עס איז גראדע דא געגענטער וואס קריים איז נידריג און איז נישט מער ווי 30-40 מינוט פון די שטאט. אבער.....איך האב א שטארקע השערה און איך מיין אז איך בין גערעכט, אז די אלע (כמעט אלע) וואס קרומען יעצט מיט די נאז וועגן קריים, וועלן טרעפן דעמאלס אן אנדערע סיבה צו קרומען, ממילא איז א שאד די ארבעט.
ברוקלינער, אז איר האט יא אזא גוטען כח אין פאנטאזיע און שרייבען דראמאטיש וואלט גווען כדאי איד זאלט פאנטאזירען און באשרייבען דעם שרעקליכען קידנעפינג, געראנגעל, דאס פירען אינעם ווען, אריינווארפען אינעם דאמפסטער, וכולי וכולי וואס האט פאסירט אין וויליאמסבורג כדי עס זאל זיין א שטיקעל קאנטאר באלאנס צו אייער דראמאטישע געשיכטע. (דער פראבלעם איז נאר אז אין וומסב"ג איז עס ליידער נישט גווען קיין פאנטאזיע....)
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 05, 2015 1:50 pm
דורך מיסטעריעז
נעווער מיינד האט געשריבן:נישט יעדער וואס האט א שטארקע מיינונג איבער א ענין און ער שטעלט זיך דערויף מיינט אז ער האט אן אגענדע. ביז ווילאנג זיין נקודה איז פארשטענדליך איז ער נאכנישט קיין סאספעקט. אפילו לאמיר זאגן אז ער האט גוטע געדאנקן איבער לייקוואד און שלעכטע זאכן קען דזרסי סיטי אדער א אנדערע פלאץ איז נאר נארמאל. ס׳מיינט נישט אז ער האט אגענדעס. און ווען די וואס האבן אגענדעס לטובת א פלאץ און קומען ארויס אן מאכן פולפולים עס אפציווארפן איז דאך שוין ווייטער דא אגענדעס ווערסעס אגענדעס. בעסער זאל מען איגנאורן דעם שלעכטן תגובה און פארזעצן ווייטער
ריכטיג, און איך האב אויך אזוי געשריבן
מיסטעריעז האט געשריבן:יעצט צום פוינט, ברוקלינער, מען סטעמפלט קיינעם נישט פון באשר הוא שם, פון די איצטיגע דעבאטע.
דו ביסט שוין ווארשיינליך אנגעקומען נאכדעם וואס זיי האבן זיך "געבויעט זייער פראפייל" און דעריבער פארשטייסטו נישט פארוואס מען סטעמפלט זיי אפ אלס אגענדעאיסטן.
אין קורצן, איינער וואס האט א מיינונג מיינט נישט אז ער האט א אגענדע, איינער וואס האט א אגענדע האט אבער קיין מיינונג!
ער האט אפשר א מיינונג אבער "דאס איז זיין מיינונג, און זיין מיינונג איז קיין מיינונג!"
גענוג געווען, סי יו אלל ווען עס וועט דא זיין עפעס נארמאל פון וואס צו רעדן.
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 05, 2015 2:18 pm
דורך אן פרעשער
והאמת ניתן להיאמר האט געשריבן:אן פרעשער האט געשריבן:והאמת,
איך האף יעדן טאג אז עפעס א לייטישע פלאץ וועט נאך אויפקומען "און די סיטי", ווייל ווי סקוקט אויס אויף די מינוט איז מיין צוקונפט און אפסטעיט, וואס איך האב נישט קיין סאך חשק.
דער אמת איז אז איך האב שוין גטראכט זיך אריין צולייגען אביסל צוזאמען מיט אנדערע עסקנים צו מען קען טרעפען א בעסערע געאייגענטע געגענט ווי דזשערסי סיטי. עס איז גראדע דא געגענטער וואס קריים איז נידריג און איז נישט מער ווי 30-40 מינוט פון די שטאט. אבער.....איך האב א שטארקע השערה און איך מיין אז איך בין גערעכט, אז די אלע (כמעט אלע) וואס קרומען יעצט מיט די נאז וועגן קריים, וועלן טרעפן דעמאלס אן אנדערע סיבה צו קרומען, ממילא איז א שאד די ארבעט.
ברוקלינער, אז איר האט יא אזא גוטען כח אין פאנטאזיע און שרייבען דראמאטיש וואלט גווען כדאי איד זאלט פאנטאזירען און באשרייבען דעם שרעקליכען קידנעפינג, געראנגעל, דאס פירען אינעם ווען, אריינווארפען אינעם דאמפסטער, וכולי וכולי וואס האט פאסירט אין וויליאמסבורג כדי עס זאל זיין א שטיקעל קאנטאר באלאנס צו אייער דראמאטישע געשיכטע. (דער פראבלעם איז נאר אז אין וומסב"ג איז עס ליידער נישט גווען קיין פאנטאזיע....)
ביסט גערעכט. 98% עולם האלט ביי גארנישט, ס׳איז אבער דא א ערך פון 100-150 נחשונים וואס זענען יא גרייט אנצוהייבן א נייע שטעטל, די פראבלעם איז אז די 100 ווערן ציטיילט צווישן די פאר שטעטעלעך די זעלבע אופן ווי די קאנסערוועטיווע שטימע צישפליטערט זיך אין די פרעזידענטשל פארמעסט! און אלעס גייט לטמיון.
א גוטע געגנט און די סיטי האט די שטערקסטע כח המושך צו געוואונען נייע מענטשן און אפילו משפחות וואס ווילן דערווייל גיין צו די ווייטע לעיקוואד און בלומענבערג.
גוט שבת.
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 05, 2015 3:02 pm
דורך והאמת ניתן להיאמר
אן פרעשער האט געשריבן:והאמת ניתן להיאמר האט געשריבן:אן פרעשער האט געשריבן:והאמת,
איך האף יעדן טאג אז עפעס א לייטישע פלאץ וועט נאך אויפקומען "און די סיטי", ווייל ווי סקוקט אויס אויף די מינוט איז מיין צוקונפט און אפסטעיט, וואס איך האב נישט קיין סאך חשק.
דער אמת איז אז איך האב שוין גטראכט זיך אריין צולייגען אביסל צוזאמען מיט אנדערע עסקנים צו מען קען טרעפען א בעסערע געאייגענטע געגענט ווי דזשערסי סיטי. עס איז גראדע דא געגענטער וואס קריים איז ני אינעם דאמפסטער, וכולי וכולי וואס האט פאסירט אין וויליאמסבורג כדי עס זאל זיין א שטיקעל קאנטאר באלאנס צו אייער דראמאטישע געשיכטע. (דער פראבלעם איז נאר אז אין וומסב"ג איז עס ליידער נישט גווען קיין פאנטאזיע....)
ביסט גערעכט. 98% עולם האלט ביי גארנישט, ס׳איז אבער דא א ערך פון 100-150 נחשונים וואס זענען יא גרייט אנצוהייבן א נייע שטעטל, די פראבלעם איז אז די 100 ווערן ציטיילט צווישן די פאר שטעטעלעך די זעלבע אופן ווי די קאנסערוועטיווע שטימע צישפליטערט זיך אין די פרעזידענטשל פארמעסט! און אלעס גייט לטמיון.
א גוטע געגנט און די סיטי האט די שטערקסטע כח המושך צו געוואונען נייע מענטשן און אפילו משפחות וואס ווילן דערווייל גיין צו די ווייטע לעיקוואד און בלומענבערג.
גוט שבת.
אויב עמיצער דא האלט טאקע אז עס איז דא ציבור וואס אזוי ווי "אן פרעשור" וואס וויל מופען נאנט צום שטאט, נאר זיי האבן אן אישו מיט די קריים (און אנדערע זייט JFK איז צו נאנט צו קריים) איז נאך אלס דא גוטע אפשענס. דא האט איר איין דוגמא
http://www.zillow.com/homes/for_sale/NJ ... ect/13_zm/אינגאנצען א האלבע שעה פון וומסב"ג און א האלבע שעה פון מאנסי...איר באקומט א הערליכע הויז מיט א ריזיגען לאט פאר 230K
אני כשלעצמי בין בכלל נישט קאנווינסד אז דער פראבלעם פון דזשערסי סיטי איז קריים, איך האלט אז 90% מענטשען זענען נאר גרייט צו מופען 50-100-200 אויף אמאל ווי אימער עס זאל נאר זיין. איינמאל עס ברעכט דורך 50 איז אן אנדערע וועלט, און ווען הרב לעזערס פראדזשעקט וועט זיין פארטיג וועט עס אויך ברענגען א נייע רעיאליטעט...
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 05, 2015 4:02 pm
דורך פאטאקי08
וואס דא גייט נישט פאר
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 07, 2015 12:54 pm
דורך Hershela
בענאק האט געשריבן:יעזורו בולעטין נומער 11 - ערב שב"ק בהעלותך
די ריזיגע שנארען עד פאר א עירקאנדישען וואס קאסט נישט מער ווי $199 ביי וואלמארט
http://www.walmart.com/ip/Cool-Living-8 ... e/38104189קיקט עפעס אויס אבנארמאל נעבעכדיג !
די גראפיקס צו מאכן דעם עד קאסט נארמאלערהייט אזויפיל...
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 07, 2015 12:56 pm
דורך גוגל
כ'גלייב זיי דארפן נישט די געלט, ווי מ'זאל רעדן דערפון
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 07, 2015 1:02 pm
דורך Hershela
גוגל האט געשריבן:כ'גלייב זיי דארפן נישט די געלט, ווי מ'זאל רעדן דערפון
נא שרייב אז מען האט אינסטאלירט א מעכטיגען נייעם עירקאנדישען צו באבלאזען די צענדליגע נייע תושבים און באזיכער!
פאר וואס דארף מען עס מאכן אויסקיקען אזוי נעבעכדיג ?
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 07, 2015 1:05 pm
דורך בערקא
Hershela האט געשריבן:בענאק האט געשריבן:יעזורו בולעטין נומער 11 - ערב שב"ק בהעלותך
די ריזיגע שנארען עד פאר א עירקאנדישען וואס קאסט נישט מער ווי $199 ביי וואלמארט
http://www.walmart.com/ip/Cool-Living-8 ... e/38104189קיקט עפעס אויס אבנארמאל נעבעכדיג !
די גראפיקס צו מאכן דעם עד קאסט נארמאלערהייט אזויפיל...
איי עגרי, ביג מיסטעיק
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 07, 2015 1:14 pm
דורך בענאק
Hershela האט געשריבן:בענאק האט געשריבן:יעזורו בולעטין נומער 11 - ערב שב"ק בהעלותך
די גראפיקס צו מאכן דעם עד קאסט נארמאלערהייט אזויפיל...
האסט פארגעסן? פאריגע וואך איז געשטאנען א ישר כח פארן דיזיינער וואס מאכט די בולעטין וועכענטליך פאר אומזינסט
נאך האסטו פארגעסן, אז יעזורו איז נישט קיין אידן וואס אינוועסטירן געלט על דעת צו פארדינען, נאר א צאמשטעל פון עסקנים לטובת הכלל. און יעצט געבן זיי פאר דיר די געלעגנהייט ארויסצונעמען דיין חלק לטובת הציבור - פאר בלויז $199.
ר' הערשעלע, זיי נישט קיינאר. אנשטאט זיך אפרעדן, לויף ליבערשט קיין וואלמארט און כאפ די מצוה!!