Advertisement

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער
שרייב א תגובה

דאנערשטאג יוני 04, 2015 8:31 am

מיסטעריעז האט געשריבן:
moneyMINDED האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:מאנסי/מאנראו איז נישט קיין אפציע פאר 'יעדעם' ווי שוין געשמועסט עטליכע מאל.

איך וויל איינמאל פאר אלעמאל פארשטיין פארוואס מאנרא /מאנסי איז נישט פאר יעדעם ? מאנרא פארשטיי איך לאמיר זאגן , אגב רובא דרובא וויליאמסבורג און א ריזן חלק בארא פארק קען רוהיג גיין קיין מאנרא אבער שוין , אבער וואס איז מיט מאנסי?

איך וויל נישט אריינגיין אין א שמועס דערויף צוליב פארשטענדליכע סיבות (ווייל איך האב נישט וואס צו זאגן........ אמת?....).
איין זאך, דו פארשטייסט אז עס 'קען' זיין שווער פאר א וויליאמסבורגער צו מופן אויף מאנראו, און קיין מאנסי פארשטייסטו נישט?! עס איז מיר ממש א וואונדער, אבער כשם שאין פרצופיהן וכו'.

דאס אלעס איז געזאגט אויפן יעדן יחיד, אויפן רבים איז "מופטס אויף מאנסי/קר"י" בכלל נישט קיין טענה, כמובן, און ווי געשריבן אינעם אסיפת הרבנים אשכול ז"ל.

די צווייטע חלק פון דיין תגובה (וואס איך קוואוט נישט) איז שוין גאנץ א אנדערע נקודה.

(די קומענדיגע תגובה גייט זיין די טויזענטסטע פון די אשכול.)

100% right

Advertisement

דאנערשטאג יוני 04, 2015 9:13 am

מאנסי איז נישט קיין אפציע פאר יעדעם וויבאלד די מוסדות נעמען כמעט נישט אן קיין נייע קינדער, גענוג קלאר?

דאנערשטאג יוני 04, 2015 9:16 am

לאו דוקא.

דאנערשטאג יוני 04, 2015 9:18 am

נאך א סיבה מאנסי איז די קומענדיגע פלאץ פון ווי מ'גייט דארפן אנטלויפן. אדער וואוינען גאר ווייט פון די קינדער
און די פרייזן האלטן אין איין שטייגן א יעדע יאהר מיט בערך 50.000 דאלער פאר א דירה

דאנערשטאג יוני 04, 2015 9:21 am

farshlufen האט געשריבן:לאו דוקא.

וואס לאו דווקא ???
מאנסי עקספלאדירט א יעדע יאהר הערט מען נאכאמאל כלומפר'שט די אכזריות פון מנהלי המוסדות
די פאקט איז אז מאנסי קען עס מער נישט דערהייבן

דאנערשטאג יוני 04, 2015 9:27 am

טרעפיק, פארשלאפן האט נישט געזאגט לאו דוקא אויף דעם עצם פונקט נאר אויף דאס נוצן פאר די סיבה נישט צו מופן.
מחותן האט געפרעגט צו עס איז גענוג קלאר האט ער געענטפערט לאו דוקא

דאנערשטאג יוני 04, 2015 9:30 am

צוריק צום נושא אלס מאנסי'ער אינגערמאן וואלט איך אויך געטראכט צו מופן ערגעץ אנדערש אויב עס איז דא ווי אויף די סטייל פון מאנסי

דאנערשטאג יוני 04, 2015 9:33 am

מיסטעריעז האט געשריבן:טרעפיק, פארשלאפן האט נישט געזאגט לאו דוקא אויף דעם עצם פונקט נאר אויף דאס נוצן פאר די סיבה נישט צו מופן.
מחותן האט געפרעגט צו עס איז גענוג קלאר האט ער געענטפערט לאו דוקא

סאו מיט מיינע אנדערע סיבות איז יא קלאר ? (דיסקלעימער: איך האב א אגענדע אקעגן די וואס מאכן חרוב מאנסי)

דאנערשטאג יוני 04, 2015 10:07 am

די מאנסי טיפ אידן איז נישט געמאכט פאר איעדעם.

דאנערשטאג יוני 04, 2015 11:43 am

יאצמעך האט געשריבן:ס'האט איינער אמאל געזאגט ''אז די מאן וויל 50% וויל די ווייב 0%, אז די מאן וויל 90% וויל די ווייב נאר 50%, אבער אז די מאן וויל 100% וועט זיך די ווייב צושטעלן''
ביטע לאז ארויס די נשים!

ביודעי ובמכירי
איך קען א פארפאלק וואס וואוינען אין 2 בעדרום מיט 5! קינדער, און זייערע עלטערן האבן שוין געקויפט פאר זיי א דירה אין קרית יואל. עס האט שוין געהייסן אז אויף איין שבת גייט מען זיין אין קרית יואל זעהן וויאזוי עס פיעלט זיך. אבער פאאף - פרייטאג צופרי האט די ווייב געמאלדן אז זי גייט נישט!

דאנערשטאג יוני 04, 2015 12:01 pm

בענאק האט געשריבן:איך קען א פארפאלק וואס וואוינען אין 2 בעדרום מיט 5! קינדער

דעי חלק איז נישט אזא חידוש

דאנערשטאג יוני 04, 2015 12:07 pm

וואלווי האט געשריבן:
בענאק האט געשריבן:איך קען א פארפאלק וואס וואוינען אין 2 בעדרום מיט 5! קינדער

דעי חלק איז נישט אזא חידוש

איך קען א איד אין מאנסי וואס וואוינט אזוי.

דאנערשטאג יוני 04, 2015 12:11 pm

goldman האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:
בענאק האט געשריבן:איך קען א פארפאלק וואס וואוינען אין 2 בעדרום מיט 5! קינדער

דעי חלק איז נישט אזא חידוש

איך קען א איד אין מאנסי וואס וואוינט אזוי.

איך קען איינער וואס וואוינט אזוי מיט 6 קינדער אין וויליאמסבורג (וואו דען...)

דאנערשטאג יוני 04, 2015 12:15 pm

אפשר הערט מען אויף צו רעדן אויף די פרויען? כ'מיין, ווייל זיי דרייען זיך נישט דא קען מען אויף זיי אלעס אנלייגן?!
מען קען מיינען אז מען האט געפרעגט אלע אינגעלייט און אלע האבן פה אחד געענטפערט אז די פרויען זענען די פראבלעם.

די אידן וואס האבן זיך איינגעשריבן צו גיין קיין מאנטיסעללא האבן די פרויען אויך נישט מסכים געווען צו גיין און מען האט געגעבן דעפאזיטס אן זייער וויסן?!
ביי די בלומינגבורגע (נישט געווארענע-) כולל האבן די פרויען אויך נישט מסכים געווען?!
די בלומינגבורגע איינוואוינער זענען דארט אן די פרויען?!
די אידן וואס האבן געוואלט קויפן אין בלומינגבורג האבן נישט געהאט די ווייבער מיט זיך?!
די אידן וואס האבן געסיינט קאנטראקט אין דזשערסי סיטי האבן נישט די פרויען מיט זיך?!
די אידן וואס זענען געווען עקסייטעד פאר לעיקוואוד און געפארן צום אסיפה דארט האבן נישט מיטגענומען די ווייבער?!
די אידן וואס מופן קיין מאנסי/מאנראו מופן אן די ווייבער?!

יא, עס איז דא פרויען וואס האלטן "נישט" ביים מופן, אבער עס איז דא אסאך מענר וואס האלטן אויך נישט ביים מופן, וואס עס איז דא אין מענער שול איז דא אין ווייבער שול האט מען מיר געלערנט, וכן להיפוך. פון ברענגען צוויי דריי עפיזאדן ווי פרויען זענען די אפהאלט ווערן זיי נאכנישט די שולדיגע אין יעדע קעיס.

עס איז נישט דא דערווייל וואו 'דער עולם' זאל מופן, וזהו. נישט קיין פרויען און נישט קיין יענער.

# הדרת נשים :)

דאנערשטאג יוני 04, 2015 12:16 pm

גערעכטער האט געשריבן:
goldman האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:
בענאק האט געשריבן:איך קען א פארפאלק וואס וואוינען אין 2 בעדרום מיט 5! קינדער

דעי חלק איז נישט אזא חידוש

איך קען א איד אין מאנסי וואס וואוינט אזוי.

איך קען איינער וואס וואוינט אזוי מיט 6 קינדער אין וויליאמסבורג (וואו דען...)

אין וויליאמסבורג קען מען הערן אז אפילו אין "איין בעדרום" וואוינט מען אזוי
צוויי קינדער אויף די קאוטש אין דיינינג רום... צוויי אין בעדרום
און די עלטסטע קען זיך שוין ערלויבען צו שלאפען אויף די ערד מיט א מאטראץ, עס איז דא אסאך אזעלכע פעלער אין וומ"ס.

דאנערשטאג יוני 04, 2015 12:19 pm

ביבער היט האט געשריבן:

ווייס מיר פון א איד מיט פיר קינדער בליעה"ר אין א איין בעדרום אפט. ל"ע.

דאנערשטאג יוני 04, 2015 12:19 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:אפשר הערט מען אויף צו רעדן אויף די פרויען? כ'מיין, ווייל זיי דרייען זיך נישט דא קען מען אויף זיי אלעס אנלייגן?!
מען קען מיינען אז מען האט געפרעגט אלע אינגעלייט און אלע האבן פה אחד געענטפערט אז די פרויען זענען די פראבלעם.
די אידן וואס האבן זיך איינגעשריבן צו גיין קיין מאנטיסעללא האבן די פרויען אויך נישט מסכים געווען צו גיין און מען האט געגעבן דעפאזיטס אן זייער וויסן?!
ביי די בלומינגבורגע (נישט געווארענע-) כולל האבן די פרויען אויך נישט מסכים געווען?!
די בלומינגבורגע איינוואוינער זענען דארט אן די פרויען?!
די אידן וואס האבן געוואלט קויפן אין בלומינגבורג האבן נישט געהאט די ווייבער מיט זיך?!
די אידן וואס האבן געסיינט קאנטראקט אין דזשערסי סיטי האבן נישט די פרויען מיט זיך?!
די אידן וואס זענען געווען עקסייטעד פאר לעיקוואוד און געפארן צום אסיפה דארט האבן נישט מיטגענומען די ווייבער?!
די אידן וואס מופן קיין מאנסי/מאנראו מופן אן די ווייבער?!
יא, עס איז דא פרויען וואס האלטן "נישט" ביים מופן, אבער עס איז דא אסאך מענר וואס האלטן אויך נישט ביים מופן, וואס עס איז דא אין מענער שול איז דא אין ווייבער שול האט מען מיר געלערנט, וכן להיפוך. פון ברענגען צוויי דריי עפיזאדן ווי פרויען זענען די אפהאלט ווערן זיי נאכנישט די שולדיגע אין יעדע קעיס.
עס איז נישט דא דערווייל וואו 'דער עולם' זאל מופן, וזהו. נישט קיין פרויען און נישט קיין יענער.
# הדרת נשים :)

אדרבה מאך אן אנקעטע

..
דערווייל האט נאך קיינער נישט גענומען די מיה און געמאכט צוזאמקומען פאר די נשים און זיי צורעדן בלשון רכה אז עס איז צייט צו גיין
אבער אז מען וועט ארגענאזירען א שטארקע הסברה קאמפיין און צוזאמקום פאר די נשים אויף די טעמע פון דירות וועט בלי ספק זיין א דראסטישע העכערונג אין אידן וואס מופן ארויס פון וומ"ס

דאנערשטאג יוני 04, 2015 12:22 pm

ביבער היט האט געשריבן:
גערעכטער האט געשריבן:
goldman האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:
בענאק האט געשריבן:איך קען א פארפאלק וואס וואוינען אין 2 בעדרום מיט 5! קינדער

דעי חלק איז נישט אזא חידוש

איך קען א איד אין מאנסי וואס וואוינט אזוי.

איך קען איינער וואס וואוינט אזוי מיט 6 קינדער אין וויליאמסבורג (וואו דען...)

אין וויליאמסבורג קען מען הערן אז אפילו אין "איין בעדרום" וואוינט מען אזוי
צוויי קינדער אויף די קאוטש אין דיינינג רום... צוויי אין בעדרום
און די עלטסטע קען זיך שוין ערלויבען צו שלאפען אויף די ערד מיט א מאטראץ, עס איז דא אסאך אזעלכע פעלער אין וומ"ס.

פארשטיי איך שוין פארוואס רענט איז אזוי טייער מ'ניצט די דירה מער ווי עס קען פארנעמען...

דאנערשטאג יוני 04, 2015 12:23 pm

ביי מיר אנדערהיים זאג איך אלטס פאר די רביצין וואס איז נישט געווארען איז ווייל די האסט נישט געוואלט, ווייל זייט די חתונה וואס די האסט געוואלט האסטי אויסגעפירט

דאנערשטאג יוני 04, 2015 12:25 pm

אברך האט געשריבן:
סראלי האט געשריבן:מ׳ווארט דאך נישט דא אויף קיין סי אוף או אדער ווייסוך וואס.
טא, פארוואס פארזוימט מען זיך? מ׳ווארט אויף נאך מענטשן? אדער פלאנט מען אהערצושטעלן עפעס ציבור׳ישע געברויכן בעפאר מ׳מופט אהין?

ביטע ענטפערן ״ווער ס׳ווייסט.״

איך האב געשטעלט די פראגע פאר איינעם פון די עסקנים פאריגע וואס, זיין ענטפער איז אז זיך צו דערוועלן א הויז אין די יעצטיגע מארקעט איז א לאנגע און שווערע פראסעסס ווייל יעדע הויז איז אין א אנדערע קאנדישאן, אין פאקט זאגט ער אז עס זענען יעצט פאר האם נאך עטליכע צענדליגע פאמיליעס וואס האלטן אינמיטן זוכן א הויז.
מיט דעם פאלט אויך אוועק צייטליך'ס גאנצע בנין אז דער עולם האלט נישט מער ווי ביים רעדן,
דער עולם איז ווארעם. דער עולם איז גרייט.
די עיקר שוועריקייט איז מיטן טרעפן די פאסיגע דירה.

עס איז נאר צום האפן אז מען וועט די אלע שוועריקייטן איבערקומען ווייל דשערסיסיטי זעט באמת אויס ווי די אלטימעט סעלושען.

וואו פאלט עס אוועק? מיינסט צו זאגן אז יענער עסקן האלט אנדערש ווי מיר, גאנץ מעגליך. איך האב געזאגט אז דער עולם זוכט נישט? איך האב געזאגט אז דער עולם איז נישט ווארעם? איך האב געזאגט אז למעשה מופט מען נישט! און דאס איז דערווייל די פאקט. יענער עסקן זאגט אז דער עולם קען פשוט נישט אפמאכן וועלעכע הויז צו נעמען.. אויך א פיינע תירוץ. מיין בנין פאלט אוועק ווען די זעהסט דעם עולם מופן.

עניועי, א שאד איבערצוגיין די זעלבע זאך 10 מאל. נעקסט.
--

די טענה פון די פרויען איז דער מאן גייט אין שוהל און האט גלייך א גרופע חברים, איבערן טאג גייט ער ווייטער אין זיין זעלבע ארבייט/אפיס בעת זי בלייבט אין א נייע פרעמדע פלאץ איבערן טאג, מיט פרעמדע מענטשן, אנע חברטעס אדער משפחה.

דאנערשטאג יוני 04, 2015 12:34 pm

צייטליך האט געשריבן:די טענה פון די פרויען איז דער מאן גייט אין שוהל און האט גלייך א גרופע חברים, איבערן טאג גייט ער ווייטער אין זיין זעלבע ארבייט/אפיס בעת זי בלייבט אין א נייע פרעמדע פלאץ איבערן טאג, מיט פרעמדע מענטשן, אנע חברטעס אדער משפחה.

אייער פרוי איז די פארטרעטערין פון די פרויען? :lol:

און עס איז נישט אינגאנצן אמת, ווייל דער טעלעפאן איז בעיקר די פלאץ ווי מען "טרעפט זיך", און עס גייט איז דא טעלעפאן סערוויס טיבעראל...

דאנערשטאג יוני 04, 2015 1:18 pm

אה! יעצט רעדסטו. נישט געזעהן אז די עקסנים זאלן דאס אדרעסירן אדער א מעלדונג אין יעזורו אז עס וועט זיין געהעריגע טעלעפון סערוויס דארט. פיינע נייעס. כה לחי! :wink:

דאנערשטאג יוני 04, 2015 1:53 pm

צייטליך האט געשריבן:
אברך האט געשריבן:
סראלי האט געשריבן:מ׳ווארט דאך נישט דא אויף קיין סי אוף או אדער ווייסוך וואס.
טא, פארוואס פארזוימט מען זיך? מ׳ווארט אויף נאך מענטשן? אדער פלאנט מען אהערצושטעלן עפעס ציבור׳ישע געברויכן בעפאר מ׳מופט אהין?

ביטע ענטפערן ״ווער ס׳ווייסט.״

איך האב געשטעלט די פראגע פאר איינעם פון די עסקנים פאריגע וואס, זיין ענטפער איז אז זיך צו דערוועלן א הויז אין די יעצטיגע מארקעט איז א לאנגע און שווערע פראסעסס ווייל יעדע הויז איז אין א אנדערע קאנדישאן, אין פאקט זאגט ער אז עס זענען יעצט פאר האם נאך עטליכע צענדליגע פאמיליעס וואס האלטן אינמיטן זוכן א הויז.
מיט דעם פאלט אויך אוועק צייטליך'ס גאנצע בנין אז דער עולם האלט נישט מער ווי ביים רעדן,
דער עולם איז ווארעם. דער עולם איז גרייט.
די עיקר שוועריקייט איז מיטן טרעפן די פאסיגע דירה.

עס איז נאר צום האפן אז מען וועט די אלע שוועריקייטן איבערקומען ווייל דשערסיסיטי זעט באמת אויס ווי די אלטימעט סעלושען.

וואו פאלט עס אוועק? מיינסט צו זאגן אז יענער עסקן האלט אנדערש ווי מיר, גאנץ מעגליך. איך האב געזאגט אז דער עולם זוכט נישט? איך האב געזאגט אז דער עולם איז נישט ווארעם? איך האב געזאגט אז למעשה מופט מען נישט! און דאס איז דערווייל די פאקט. יענער עסקן זאגט אז דער עולם קען פשוט נישט אפמאכן וועלעכע הויז צו נעמען.. אויך א פיינע תירוץ. מיין בנין פאלט אוועק ווען די זעהסט דעם עולם מופן.

עניועי, א שאד איבערצוגיין די זעלבע זאך 10 מאל. נעקסט.
--

די טענה פון די פרויען איז דער מאן גייט אין שוהל און האט גלייך א גרופע חברים, איבערן טאג גייט ער ווייטער אין זיין זעלבע ארבייט/אפיס בעת זי בלייבט אין א נייע פרעמדע פלאץ איבערן טאג, מיט פרעמדע מענטשן, אנע חברטעס אדער משפחה.

גוט צו וויסן אז מיינע חברים וועלן מיטמופן מיט מיר און דאווענען אין די זעלבע שוהל

דאנערשטאג יוני 04, 2015 2:44 pm

צייטליך, דיין גאנצע תגובה איז געבויעט אויפן פאקט אז מען האלט נאר ביי 11 משפחות און אויף דעם האב איך דיר געענטפערט.

דאנערשטאג יוני 04, 2015 3:03 pm

שאינו יודע האט געשריבן:די מאנסי טיפ אידן איז נישט געמאכט פאר איעדעם.

מאנסי האט אלע טיפ'ן
שרייב א תגובה

Advertisement