חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

כ'זעה גוט ר' מאיר צוויבל רעדט דארט?

וואס איז זיין שייכות מיט די יישוב?
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

די רעדנער אויפן צווייטן בילד איז ר׳ יחזקאל דייטש, א תושב.
רצונינו לעשות רצוניך.
העניך
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 27, 2017 1:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העניך »

WOOOOOOOOOOOW
א ריזיגע עולם
לאמיר האפן עס וועט ברענגען מענטשען
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

נא_שכל האט געשריבן:כ'זעה גוט ר' מאיר צוויבל רעדט דארט?

וואס איז זיין שייכות מיט די יישוב?

ר' מאיר צוויבל, זייענדיג לאנגע יארן אין דעם חינוך ליין מיט בחורים, און האלט אן דעם קשר מיט זיי נאך די חתונה, און היינט צוטאגס זייענדיג דער רב אין ביהמ"ד קדושת יום טוב וואו ער האט שייכות מיט מערערע אברכים, הוא הגבר רואה עני עמו, זעענידג דעם חורבן וואס קומט ארויס ווען אינגעלייטלעך וועלכע ברויכן אפרעכטן די שענסטע יארן פון זייער פארהייראטן לעבן בעת וואס זיי בלוטיגן אויס און ברעכן אונטער דעם שווערן יאך פון אויסצאלן רענט פאר א קליין לעכל, און האבן נישט קיין ברעקל הרחבת הדעת.

ער איז געקומען מחזק און מעודד זיין די עסקנים, תושבים און פאטענציאלע מופערס, און האט גערעדט מיט גרויס איבערגענומענקייט, זיענדיג שטארק מרוגש פון די דרשות פון עטליע תושבים, אינגע אינגעלייט, נישט דוקא עשירים וגבירים, וועלכע האבן שוין אייגענע הייזער מיט טענענטס דערין... זאגנדיג אז אויסער וואס מיר ווילן טאקע האבן געזונטע לעכטיגע אידישע שטובער געבענטשט מיט קינדערלעך בלעה"ר, ברויכן מיר דאך אבער האבן הרחבת הדעת אויך דערצו, ווי עס שטייט אין די וואכעדיגע סדרה 'כי הרחיב ה' לנו - ופרינו בארץ'.

מיט זיין אייגנארטיגער חן, בנועם שפתותיו האט ער ארויסגעברענגט אז אצינד, ווען דער ישוב איז פון איין זייט נאך פארהעלטנסמעסיג ניי, אבער פון די אנדערע זייט שוין היבש סטאביליזירט מיט די וויכטיגסטע רוחניות'דיגע און גשמיות'דיגע צוגעהערן, איז דער צייט צו נעמן שריט און אנהייבן א לעבן מיט הרחבת הדעת, און נישט ווארטן ביז 'יענער' וועט אריינטאנצן...

--

ביי דעם מעמד האט הר"ר הירצקא יאקאבאוויטש אנאנסירט די פרייליכע נייעס אז דער נדיב ושוע הר"ר אליעזר מאיר לעפקאוויטש, האט ביישטייערט א סומע פון א מיליאן דאלער פארן בנין ביהמ"ד החדש, און מען גייט שוין קלאוזן קומענדיגע מאנטיג אי"ה, און תיכף אנהייבן קאנסטרוקשען.
געשטימט פאר ראשעק הול
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

הייסטעס אז דאס ביהמ"ד וועט א ודאי ווייטער טראגן דעם נאמען פונ'ם נדבן'ס שווער 'בית זאב דוב', ס'ארא זכי' דער ר' וואלף בער האט!
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

כ'בין נייגעריג וויפיל געסט זענען דארט געווען ווייל כ'זעה א שיינע פאר תושבים זיצן דארט.
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

רוב זענען געווען געסט.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

eller האט געשריבן:כ'בין נייגעריג וויפיל געסט זענען דארט געווען ווייל כ'זעה א שיינע פאר תושבים זיצן דארט.


ס'בכלל נישט געווען קיין געסט, נאר תושבים, און באצאלטע מענטשן וועלכע האבן באקומען א צוואנציגער צו זיצן דארט, כדי מ'זאל קענען כאפן בילדער....

סטאפ מיט די נאנסענס...

סאררי, כ'מיין גארנישט פערזענליך, כ'האב פלעין נישט קיין כח המעצור...
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

אויב איז אלעס תושבים איז דאך ממש געוואלדיג...
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

כאפצעם האט געשריבן:אויב איז אלעס תושבים איז דאך ממש געוואלדיג...

בעז'ה וועט זיין אין זשערסי סיטי טויזנטער משפחות
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

א געוואלדיגע דערגרייכונג זעה איך דא.
ר' מאיר צוויבל'ס רעדן שיינט צו זיין א זייער א פאזיטיווע זאך און א שטארקע חיזוק פארן ישוב. אז ממישט זיך נישט מיט מיינונגס פארשידענהייטן און מ'ארבעט האנט ביי האנט צו העלפן כלל ישראל!!
כה לחי פאר די אלע עסקנים!!

זאל השי"ת העלפן אז חפץ השם בידכם יצליח עס זאל טאקע פאראויסגיין די וואוקס און די סטאביליטעט פונעם ישוב.
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

יישר כח ר' צולייגער פאר די באריכט, דאס איז זייער גוטע נייעס, און האפענטליך אז ס'וועלן טאקע קומען אידן פון אלע קהילת, און ס'וועט ווערן בקרוב א שיינע שטאט.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
ווילעךיא
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 26, 2015 1:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילעךיא »

eller האט געשריבן:כ'בין נייגעריג וויפיל געסט זענען דארט געווען ווייל כ'זעה א שיינע פאר תושבים זיצן דארט.

אפגעציילט אריבער פופציג פון וויליאמסבורג.
כה לחי.
די עסקנים לשם שמים זעען די געוואלדיגע סיעתא דשמיא אויף טריט און שריט. כן יעזור השם להלאה.
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

צולייגער האט געשריבן:--
ביי דעם מעמד האט הר"ר הירצקא יאקאבאוויטש אנאנסירט די פרייליכע נייעס אז דער נדיב ושוע הר"ר אליעזר מאיר לעפקאוויטש, האט ביישטייערט א סומע פון א מיליאן דאלער פארן בנין ביהמ"ד החדש, און מען גייט שוין קלאוזן קומענדיגע מאנטיג אי"ה, און תיכף אנהייבן קאנסטרוקשען.

צום באמערקן, און קאנטראסט צום מיינונג פון אסאך פרא-נייע ישובים ניקים וועלכע האבן א מנהג, כדי צו בויען די נייע ישובים דא און דארט, מיינען זיי אז דער מהלך איז דארך פאמפן אז ווילימסבורג איז עק וועלט און ווער ס'בלייבט דא איז ממש טויט משוגע....
ר' אליעזר מאיר נ"י, על אף ער איז מנדב סכומים גדולים צום תועלת פונם נייעם ישוב, האט ער פארט נאך נישט אויפגעגעבן וומבס"ג, ער ענדיגט יעצט א גרויסן פראיעקט פון צענדליגער דירות, טאקע אין וויליאמסבורג, נעבן די באן שינעס אויף בראדוועי, קייגן איבער די סאטמארע ת"ת אויף די טרופ שטראסע, וואו עס איז אמאל געשטאנען זיינע ביזנעס אפיסעס, און יא, א פארצוג ווערט געגעבן פאר יונגע פארפעלקער, וועלכע ארבעטן ביי אים אין די ביזנעס....
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

פיר אויס: ממילא זאל יעדער טאקע בלייבן אין וויליאמסבורג
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:פיר אויס: ממילא זאל יעדער טאקע בלייבן אין וויליאמסבורג

העלאוי, קענסט טאקע נישט ליינען א זאך פאזיטיוו???
ניין, נישט יעדער זאל בלייבן אין ווילי, אבער ס'יז דא גענוג בעלנים פאר יעדע מקום,
כ'ברענג דיר א ראיה פון א טייערער איד וואס גיבט גרויס געלט פארן ישוב אין דזש. ס., און ער ב"ה טראכט נישט אזוי קורצזיכטיג ווי אייערס גלייכן
אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1377
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א. טראכטער »

זבחי צדק האט געשריבן:
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:פיר אויס: ממילא זאל יעדער טאקע בלייבן אין וויליאמסבורג

העלאוי, קענסט טאקע נישט ליינען א זאך פאזיטיוו???
ניין, נישט יעדער זאל בלייבן אין ווילי, אבער ס'יז דא גענוג בעלנים פאר יעדע מקום,
כ'ברענג דיר א ראיה פון א טייערער איד וואס גיבט גרויס געלט פארן ישוב אין דזש. ס., און ער ב"ה טראכט נישט אזוי קורצזיכטיג ווי אייערס גלייכן

ער בויט קליינע דירות פאר די ערשטע עטליכע יאר נאך די חתונה, און נאכדעים זאל מען מופן קיין דזש. ס.
ווילעךיא
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 26, 2015 1:18 am

נדבן/נגיד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילעךיא »

טייערער "רוח נשברה"...
כ'האלט נישט אז עס איז אויסגעהאלטן אויסצופראקן א יחיד ווייל ער טוט א דבר טוב... ממילא גיי איך מיך נישט באציען צו דעם נדבן אין פארטיקילער...
אבער אין דעם עצם ענין, אויב גיט איינער צדקה פאר מוסדות התורה, זאל ער מער נישט אינוועסטירן אין קיין נוירסינג האום'ס?
אדער אויב איינער אינוועסטירט אין א נוירסינג האום, איז פשט אז ער האלט אז יעדער זאל שיקן זייערע עלטערן צי דעם פרוזדור לבית הקברות???
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

ווילעךיא האט געשריבן:טייערער "רוח נשברה"...
כ'האלט נישט אז עס איז אויסגעהאלטן אויסצופראקן א יחיד ווייל ער טוט א דבר טוב... ממילא גיי איך מיך נישט באציען צו דעם נדבן אין פארטיקילער...
אבער אין דעם עצם ענין, אויב גיט איינער צדקה פאר מוסדות התורה, זאל ער מער נישט אינוועסטירן אין קיין נוירסינג האום'ס?
אדער אויב איינער אינוועסטירט אין א נוירסינג האום, איז פשט אז ער האלט אז יעדער זאל שיקן זייערע עלטערן צי דעם פרוזדור לבית הקברות???


אוי אוי, אין דזשערסי סיטי רעדט מען שוין, אז אלע דירות אין ווילי גייט מען פארוואנדלען אין נורסינג האומ'ס......

זבחי 'אלקים' רוח נשברה, במדת אלקים מדת הדין, אבל במדת הרחמים בשם הוי"ה, יש פסוק אחר!!
זבחו זבחי צדק ובטחו אל ה', רבים אומרים מי יראני טוב נסה עלינו אור פניך ה'!
ווילעךיא
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 26, 2015 1:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילעךיא »

זבחי צדק האט געשריבן:ער בויעט הערליכע דירות, נישט קיין נוירסינג האום'ס,
מען רעדט ענק איין דארט אין דזש. סיטי אז אלע דירות אין ווילי גייט מען פארוואנדלען אין נורסינג האומ'ס......

זבחי 'אלקים' רוח נשברה, במדת אלקים מדת הדין, אבל במדת הרחמים בשם הוי"ה, יש פסוק אחר!!
זבחו זבחי צדק ובטחו אל ה', רבים אומרים מי יראני טוב נסה עלינו אור פניך ה'!


עס איז בלויז א משל... פרוביר צוצישטעלן א נמשל... הצלחה...
ווילעךיא
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 26, 2015 1:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילעךיא »

לאמיר אויסשמועסן... א מענטש אינוועסטירט געלט, דארט ווי ער מאכט רווחים.
א איד גיט צדקה... דארט ווי ער האלט אז עס איז ריכטיג און וויכטיג.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

זבחי צדק האט געשריבן:
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:פיר אויס: ממילא זאל יעדער טאקע בלייבן אין וויליאמסבורג

העלאוי, קענסט טאקע נישט ליינען א זאך פאזיטיוו???
ניין, נישט יעדער זאל בלייבן אין ווילי, אבער ס'יז דא גענוג בעלנים פאר יעדע מקום,
כ'ברענג דיר א ראיה פון א טייערער איד וואס גיבט גרויס געלט פארן ישוב אין דזש. ס., און ער ב"ה טראכט נישט אזוי קורצזיכטיג ווי אייערס גלייכן



אין ווילי בויעט ער פאר זיין געלט, אין דזשערסי צאלט ער צו העלפן אידן

---
האקט די זעלבע..
גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע-גדולה »

האט איינער אפשר א רעקארדינג פון די יעזורו אווענט העעל"ט?
יישר כח
mi a nagy ügy
יחזקאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 29, 2014 6:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאלע »

קלארשטעלונג: איך שרייב די פאלגענדע שורות, נאר פאר די וואס זענען אינטרעסירט אין זיך אריבערציען קיין זשערסי סיטי!

זעמיר געוועזן דארט בעז"ה, די חשובע עסקנים וואס ארבעטן למעלה מהשגת אנושי, קומט זיך כל הכבוד, און עס איז מקנא צו זיין זייער חלק לעולם הבא, פארן זיך אוועקגעבן במסירות הגוף והנפש במלוא מובן המלה, מיטן בלויזן ציל צו העלפן יודישע קינדער, ישלם ה' פעלם.

לגבי די אסיפה דארנערשטאג, עס איז געווען זייער גיט, אויף צו זעהן און הערן אז די זאך איז א פאקט, הערן פון מענטשן אז יא, מיר וואוינען דא ב"ה, און מיר סורווייווען... הלכה למעשה, איז ארויסגברענגט געווארן לדעתי, אויפן בעסטן אויפן וואס איז שייך אבער למעשה פארן אינדיווידועל און עס איז נישט מעגליך, ווייל יעדער מענטש איז אנדערש, עס דארף גענומען ווערן אין באטראכט זיינע פינאנציעלע שטאנד וכדו', אשר ע"כ איז געווען זייער גיט צו הערן פון דעם מארדגעזש בראקער אז ער איז גרייט ארויסצוהעלפן דעם ציבור, ווער עס איז נאר פאראינטערסירט קען זיך צו אים ווענדן, און ער וועט מיט יעדן איינעם בעז"ה אויסארבעטן א מהלך.

צוויי וויכטיגע זאכן וואס איז יא קלאר געווארן דארט, איינס, אז עס איז זייער שטארק רעקאמאנדירט פאר פאטענציעלע קויפער, זיך קודם אריבערצוציען אין א רענטל מחמת כמה וכמה סיבות וואס איז דארט אויסגעשמועס געווארן, והשנית אז יעדער, נאכאמאל יעדער באשר הוא שם, האט א פאטענציאל דארט פון א פינאנציעלע שטאנדפונקט, פאר פרטים דארף מען זיך ווי אויבענדערמאנט ווענדן צום מארדגעזש בראקער, דאס איז וואס איך האב ארויסגענומען פון דעם אווענט.

נאכאמאל, א גרויסן יישר כח אייך עסקנים פארן אוועקגעבן לייב און לעבן מיטן איינצעלנעם ציל ארויסצוהעלפן תושבי ווילימאסבורג הנאנחים ונאבקים קשות על קיומם, תהי משכורתכם שלימה מעם ה' אלוקי ישראל

צום לעצט, אויב קען איינער ארויפלייגן קאנטאקט אינפארמאציע צום מארדגעזש בראקער וואס האט דארט אויפגעטרעטן אהי' אסיר תודה.
שמחת החיים
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2011 10:49 pm
לאקאציע: אין א ערליך אידיש הארץ

די חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי, ניו זשערסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת החיים »

יחזקאלע האט געשריבן:
צום לעצט, אויב קען איינער ארויפלייגן קאנטאקט אינפארמאציע צום מארדגעזש בראקער וואס האט דארט אויפגעטרעטן אהי' אסיר תודה.


ליפא קיש פון ARK MORTGAGE
718-215-8502
718-541-2544

מ'האמיר אים גענוצט בעבר, ער איז זייער גוט.
אז דו וועסט לעבן פרייליך וועסטו זיך פרייען אז דו לעבסט...
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”