חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

העניך האט געשריבן:איינער האט די נייע יעזורו?
איך הער עס שטייט דארט א גאנצע באריכט צו עס לוינט זיך צו אינוועסטן דארט צו נישט

די ארטיקעל איז דא אויף בלאט 189
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

הכל בסדר האט געשריבן:עס לוינט זיך צו קויפען א הייזקע און גרינוויל???.....

עס ווענדט זיך פאר וועמען!

אויף די גרינווילע גאסען זעהט מען יעדן טאג מענטשן זיך אומקוקען אויף הייזער פיל טראכטען פון זיך אריבער ציען וואוינען און זיי אינטערעסירן זיך וועגען רענטעלס אדער הייזער צו קויפען.

פון די אנדערע זייט זענען אויך דא אינוועסטירער וועלכע קומען "כאפען א מציאה", אסאך פון די אינוועסטירער זעהן גלייך אז דא מאכט מען נישט קיין געלט נאר פארקערט און זיי הייבען אפילו נישט אן; און די וואס אינוועסטירן יא פרובירן עס ווייטער צו פארקויפען ווייל זיי אנערקענען אז זיי פארלירן געלט אויף דעם.

פארוואס קויפט אן אינוועסטירער און גרינוויל??

יעדע אינוועסטירער וואס קויפט און גרינוויל מאכט אן אנדערע חשבון פארוואס עס לוינט זיך אים. איינער טראכט אז די געגנט וועט ווערן א "בעסערע" געגנט און גוים וועלן צאלען טייער אפצוקויפען אדער דינגען די הייזער. א צווייטער טראכט אז אויב עס גייט ווערן א שטארק אידישע געגנט וועלן אידן צאלן טייער געלט פאר די הייזער און א דריטער קלערט גאר מיין חבר/פעטער/שכן/ האט געקויפט און גרינוויל עס דאכט זיך אז ס'גייט אים גוט פראוואס זאל איך נישט קויפען און אויך מאך אביסל געלט?

אויב זענען דאס טאקע גוטע חשבונות פארוואס שטייען אזויפיל הייזער וואס אינוועסטירער האבן געקויפט ליידיג?
פארוואס מיטשען זיך די אינוועסטירער אזוי צו טרעפן טענענטס? פארוואס איז אזוי שווער צו אויפהאלטן די היייזער אפילו ווען מען האט שוין טענענטס?
פארוואס זוכן אזויפיל אינוועסטירער צו פארקויפען זייער הייזער?

די געגנט וועט ווערן א "בעסערע" גוי'אישע געגנט:דאס איז עפעס וואס גייט נישט געשען!

א מבין וואס קוט זיך אום אויף די הייזער און די גאסען און גרינוויל פארשטייט אז דאס וועט בדרך הטבע נישט געשען. גרינוויל האט אלטע הייזער אויף שמאלע געסעלעך סאיז
נישט דא קיין ריזיגע ליידיגע לאטס ווי מקען אויפבויען שענערע developments . די וואס ווילן וואוינען און גרינוויל קויפען אפ אלטע הייזער וואס מ'בויעט איבער. א רייכע גוי האט נישט קיין צייט פאר דעם,ער וועט ענדערש גיין צו אנדערע געגנטער וואו מען קען רענטען אדער קויפען א הערליכע דירה נאנט צו פארוויילונגס ערטער און רעסטעראנטן.

דער אינוועסטירער בלייבט איבער מיט א אלטע הויז און גרינוויל און א מרגעדש צו באצאלען –צומאל פון די אייגענע טאש ווייל מ'קען נישט טרעפן א לייטישע טענענט און די "בעסערע "געגנט פון גרינוויל.

גרינוויל וועט ווערן אן אויפגעבויטע אידישע געגנט און אידן וועלן צאלן אלע געלטער פאר א הויז און גרינוויל.
פאלטש.
די הייזער זענען ווערד צווישן $000,200 און $000,350 קיינער גייט נישט באצאלען מער פון דעם. די געגנט וועט אי"ה זיין א שיינע אידישע געגנט אבער די הייזער זענען נישט געבויעט ווי און וויליאמסבורג און וועלן נישט זיין ווערד מער , די סיבה פארוואס גרינוויל ווערט א אידישע געגנט איז ווייל די הייזער זענען ביליג. מענטשן זענען גרייט אריינצולייגן געלט ווייל אפילו נאך אלע הוצאות פון איבערבויען קומט עס אויס ביליגער ווי קויפן און אנדערע געגנטער.
די מענטשן וואס קויפן הייזער כדי צו וואוינען זיי מאכן די געגנט אידיש! און מיט יעדע הויז וואס גייט פאר אן איוועסטירער גייט איין הויז ווייניגער פאר די וואס ווילן מאכן די שטאט פאר א הייליגע אידישע ישוב און אן אויפגעכאפטע אידישע געגנט. וואס טוט ראטעווען די דירות קריזיס אין ברוקלין.

מיין חבר/שכן/פעטער/ האט געקויפט א הויז – פארוואס זאל איך נישט טוען די זעלבע און אויך מאכען אביסעלע געלט?

פאר א פשוטע סיבה: ווייל די וואס קויפן אין גרינוויל פאר אינוועסמענט מאכן נישט קיין געלט. זיי דערלייגן יעדן טאג. אן אינוועסטירער קויפט פעמעלי הויז פאר $000,300 -די ערשטע שטאק איז חרוב און ער לייגט אריין $000,70 צו איבערבויען שיין ער זוכט לכתחילה א אידישע טענענט- סאיז א שאד צו חרוב מאכען די פריש איבעגעבויעטע דירה.

אבער די אידן זוכן נישט צו וואוינען מיט א גוי אלס שכן דער אינוועסטירער טרייסט זיך מיט דעם אז דער גוי גייט אים שוין אט אט צאלען די רענט אבער... איננו, די ערשטער און צענטן פון חודש זענען שוין לאנג פארביי און דער גוי באצאלט נישט. נאך 3 חדשים אים נאכלויפן באצאלט דער גוי אביסל –גענוג אז מען זאל אים נישט קענען לעגאל ארויסווארפן אבער ווייט פון גענוג צו קענען דעקן די הוצאות. דער אינוועסטירער מוז באצאלען מארגעדש און ער זוכט שנעל צו פארקויפען זיין הויז פאר א צווייטער וואס ווייסט נאכנישט אז עס לוינט זיך נישט
צו אינוועסטירן און גרינוויל.

אן איוועסטירער וואס האט זיך שטארק אריינגעלייגט און גרינוויל מארקעט אבער איז געקומען צום מסקנה אז סלוינט נישט צו אינוועסטירן האט זייער גוט אראפגעלייגט די מצב:
"עס לוינט זיך צו קויפן אין גרינוויל עס ווענדט זיך פאר וועם!"

א הויז און גרינוויל איז נישט קיין אינוועסמענט ! עס איז אן עול, א הוצאה, און עס ממש אוממעגליך ארויסקומען מיט ריווח . פון די אנדערע זייט א הויז וואס א אינגערמאן קויפט פאר זיך צו וואוינען אז זיין מארגעדש איז 3/4 פון וויפיל זיין רענט איז געווען און וויליאמסבורג, ער האט די רחבותדיגער אייגענע הויז און ער קען אפילו האבן א טענענט וואס צאלט אויס א גרויס חלק פון זיין מארגעדש. יא! עס לוינט זיך צו קויפען און גרינוויל אבער גיבט אכט –עס ווענדט זיך פאר וועם!
לחיים ולשלום
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 7:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולשלום »

מזל טוב גרינוויל, מזל טוב!!!
יום בשורה היא לנו ולכל ישראל!
קהל עדת גרינוויל איז היינט אין א מזל'דיגע שעה אריין אין קאנטראקט אויף א הערליך גרויס בית המדרש אויף פולטאן סטריט קארנער עם. על. קעי.
א בנין וואס אנטהאלט 4 טויזנט סקווער פוס פער שטאק, וואס מ'וועט אי"ה רענאווירן מבית ומבחוץ פאר א גרויס רחבות'דיג בית המדרש מיט שטיבלעך און א מקוה טהרה, וואו עס וועלן בעזהשי"ת ווירבלן מנינים שחרית מנחה מעריב ערב ובוקר וצהרים, און עס וועט אויך ארויסגיין שווערע מיליאנען דאלארן פאר צדקה לכל דבר שבקדושה.
דאס איז אויסטערליש פריידיגע נייעס פאר'ן אויסברייטערונג פונעם נייעם חסידישן ישוב אין דזשערסי סיטי, עס אוועקשטעלנדיג קאי וקיימי מיט נאך א דויערהאפטיגן שטאפל אלץ א פולקאם אידישע שטאט.
ובדין היא שיטלו שכרם, די וואכן לאנגע ארבייט פון עטליכע געטרייע עסקנים צו שאפן און שליסן קאנטראקט איבער דעם בילדינג האט זיך ב"ה היינט אויסגעצאלט! כן ירבה וכן יפרוץ!!!
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

WOW!!
כן ירבה וכן יפרוץ!!
לחיים ולשלום
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 7:15 pm

בילד פונעם בנין החדש אויף פולטאן סטריט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולשלום »

בילד פונעם בנין החדש וואס גייט אין די קומענדיגע וואכן אהערגעשטעלט ווערן בעזהשי"ת פאר'ן צענטראלן ביהמ"ד
אטעטשמענטס
Untitled.jpg
Untitled.jpg (283.18 KiB) געזען 2880 מאל
אוועטאר
zibala
שר האלף
תגובות: 1191
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 15, 2010 5:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zibala »

לאמחר האפן אז מזאל דאס שנעל אויסוואקסן בעזהשית
שבעה מי יודע!?
העניך
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 27, 2017 1:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העניך »

אהה ב"ה ווער האט עס ארלעדיקט די זעלבע עסקני יעזורו?
ווי ווייט פון די בית מדרש הישן?
און וואס טיט זיך מיט די בנין פאר די מוסדת מען ארבעט אויך אויף א נייע?
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

אוודאי, ווער דען?
בערך 4 מינוט צו גיין.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
פרוכת
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 10:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוכת »

העניך האט געשריבן:און וואס טיט זיך מיט די בנין פאר די מוסדת מען ארבעט אויך אויף א נייע?

יא, אזוי ווי די מוסדות פארברייטען זיך אויף א גרויסע פארנעם מיטן עפענען נאך קלאסען סיי ביי די יונגלעך און סיי ביי די מיידלעך האט די הנהלת המוסדות מחליט געווען צי נעמען נאך א בילדינג פאר די מוסדות פארן קומענדיגען זמן שוין. די הנהלה האט מערערע אפשינס אויפן טיש אין וועט מסתם אין די קומענדיגע טעג מאכן א החלטה בעז״ה
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

maybeeynot האט געשריבן:
הכל בסדר האט געשריבן:עס לוינט זיך צו קויפען א הייזקע און גרינוויל???.....

עס ווענדט זיך פאר וועמען!!

זייער נישט צום זאך געשריבן מחמת כמה וכמה טעמים שאי אפשר לפרטם כי רבים הם. ובעיקר, דאס אז עס שטייט ליידיג, מאכט קאפ וויי, מען דארף אריינלייגן געלט איבערצובויען, טרעפט נישט קיין טענענט וכו', מאכט נישט די אינוועסמענט בעסער אדער שוואכער. עס קען זיין און עס איז מסתבר אז די פרייז גייט ארויף, אפילו מען זעט נישט קיין אפענע שנויים אין די מארקעט. איבעראל וואו מען הייבט אן צו האנדלן גייען די פרייזן געווענליך ארויף, נאכדערצו וואס א קהילה ציט זיך צוביסלעך אריין אין דעם געגנט. איבעראל וואו אידן וואוינען לוינט זיך צו אינוועסטירן (חוץ פון בלומינגבורג וואו מען קען דן זיין, היות רוב שטעטל באלאנגט פאר איין פריוואטער אינוועסטירער, והכל תלוי במזל אדם אחד בלבד).

עס איז טאקע נישט געמאכט פאר איינער וואס גייט נישט האבן פון וואו צו דעקן זיין מארגעזש און רעכנט זיך אויף געלט פון א טענעט, ווייל דאס איז נישטא כמעט אין ערגעץ. אפילו אין ברוקלין צאלט זיך די מארגעזש נישט אויס פון די רענט, היות די רענט גייט ארויף גייט די פרייז פון קויפן אינאיינעם... עס נעמט עטליכע יאר ביז א געווענליכער ריעל עסטעיט אינוועסמענט סעטעלט זיך, דעריבער איז גרינוויל נישט אזוי אונטערשטעליג פון אנדערע מקומות לענ"ד, ואין להביא ראיה מן המציאות שרואים שהבתים עומדים רק מבלי באי שער, עס נעמט צייט פונקט וואו אין יעדן מקום, ביזדערווייל גייט לכאורה די פרייז ארויף, קיין איין מקום אויף דער וועלט שטיייט נישט אויף קיין צוויי יאר נאכאנאד, אדער גייען פרייזן ארויף אדער אראפ, דאס איז דער מציאות בזמנינו אלה. ודו"ק.
העניך
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 27, 2017 1:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העניך »

איך זעה עס איז דא א באשרייבונג אין דער איד וועגן די מוסדת ווייסט איינער מער?
ווילעךיא
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 26, 2015 1:18 am

אין דער איד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילעךיא »

unnamed.jpg
unnamed.jpg (174.35 KiB) געזען 2505 מאל
שטייגען
שר האלף
תגובות: 1734
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייגען »

היינט געווארן אוועליבעל א 2 שטאקדיגע הויז פאר $179 טויזענט דאללאר, מדארף אריינלייגען א גוטע $50
פאר סאיז אינטערסירט זאל קומען אין אישי
..
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18238
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

מזל טוב! מזל טוב!

איך פרעדיקט איינמאל ס'גייט זיין אויפגעבויעט א שיין גרויס ביהמ"ד מיט אלע צרכים גייט דאס שלעפן מאסן מענטשן. ווער ס'האט שכל גייט יעצט, בעפאר די אנלויפעניש!
להוסיף
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 26, 2015 1:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להוסיף »

לחיים ולשלום האט געשריבן:בילד פונעם בנין החדש וואס גייט אין די קומענדיגע וואכן אהערגעשטעלט ווערן בעזהשי"ת פאר'ן צענטראלן ביהמ"ד


אויף וועלכע גאס??

עס איז קיין ספק אז די נאמען פון די יעצטיגע שוהל גאס [מארטען לוטער קינג בולערווארד] האט נישט ציגעגעבן צום חן פון די ישוב.

אמאל דארפן עסקנים נעמען אזעלעכע זאכן אין חשבון.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

די נייע שיל גייט אויך זיין אויף מארטין לוטער קינג דזשוניער דרייוו...

אגב ס'איז נישט קיין בולעווארד, ס'איז א דרייוו.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
תן חיוך
שר חמש מאות
תגובות: 794
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 19, 2017 11:54 am
לאקאציע: צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תן חיוך »

נו?!
ראסיזם!
:roll: :roll:
הכל לטובה!
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18238
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

להוסיף האט געשריבן:
לחיים ולשלום האט געשריבן:בילד פונעם בנין החדש וואס גייט אין די קומענדיגע וואכן אהערגעשטעלט ווערן בעזהשי"ת פאר'ן צענטראלן ביהמ"ד


אויף וועלכע גאס??

עס איז קיין ספק אז די נאמען פון די יעצטיגע שוהל גאס [מארטען לוטער קינג בולערווארד] האט נישט ציגעגעבן צום חן פון די ישוב.

אמאל דארפן עסקנים נעמען אזעלעכע זאכן אין חשבון.

שוין עכט לאנג נישט געהערט אזעכע שטותים
זכאי
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 5:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכאי »

פשיהא וואס פונקטלעך ליגט אין די נאמען מלק אז דאס האט געשאהט? נאר די אמת איז אז די געגענט פון די איצטיגע ביהמ״ד איז היפש איי איי איי צילוב וואס עס איז אנקעגן א טשורטש און נעבן א ליקער געשעפט און אויך זייער אנגעלייגט. די נייע מקום אבער איז אסאך מער געלאסן און שטיל.
העניך
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 27, 2017 1:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העניך »

: @Shtiklech_Nies: RT @Thebobover: #JerseyCity has B"h closed on a big building for a beautiful new big Shul!
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

כאפצעם האט געשריבן:מזל טוב! מזל טוב!

איך פרעדיקט איינמאל ס'גייט זיין אויפגעבויעט א שיין גרויס ביהמ"ד מיט אלע צרכים גייט דאס שלעפן מאסן מענטשן. ווער ס'האט שכל גייט יעצט, בעפאר די אנלויפעניש!


א ביהמ"ד איז פין די לעצטע צרכים וואס מען דארף עכט
עס איז גוט פאר צו מאכן א מצב פארן שטאט.
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3762
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

אלס פאקטישער תושב בין איך זיך קאטעגאריש מחולק מיט אייך, עס איז קלאר אז דאס איז פון די מערסט וויכטיגסטע פאקטארן.
געשטימט פאר ראשעק הול
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1585
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

כאפצעם האט געשריבן:
להוסיף האט געשריבן:
לחיים ולשלום האט געשריבן:בילד פונעם בנין החדש וואס גייט אין די קומענדיגע וואכן אהערגעשטעלט ווערן בעזהשי"ת פאר'ן צענטראלן ביהמ"ד


אויף וועלכע גאס??

עס איז קיין ספק אז די נאמען פון די יעצטיגע שוהל גאס [מארטען לוטער קינג בולערווארד] האט נישט ציגעגעבן צום חן פון די ישוב.

אמאל דארפן עסקנים נעמען אזעלעכע זאכן אין חשבון.

שוין עכט לאנג נישט געהערט אזעכע שטותים


יפה דברת!
היסטאריע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2015 5:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריע »

רצון טוב האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:מזל טוב! מזל טוב!

איך פרעדיקט איינמאל ס'גייט זיין אויפגעבויעט א שיין גרויס ביהמ"ד מיט אלע צרכים גייט דאס שלעפן מאסן מענטשן. ווער ס'האט שכל גייט יעצט, בעפאר די אנלויפעניש!


א ביהמ"ד איז פין די לעצטע צרכים וואס מען דארף עכט
עס איז גוט פאר צו מאכן א מצב פארן שטאט.


א בית המדרש איז פון די וויכטיגסטע זאכן פאר א נייע שטעטל, עס איז נישט בלויז וואו צו האבן צו דאווענען. עס דינט אויך דעם ציבור אין אלע גשמיות'דיגע הינזיכטן, זיך מאכן היימיש, בעטן א טובה, עסקנים רעדן זיך דורך צווישן מנחה מעריב און עס ווערט דעמאלט אויפגעטון א סאך מער ווי ביי די אפיצעילע מיטינגס, און נאך פיל. (א שאד אז די עזרת נשים איז נישט אפן א גאנצע וואך...).
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18238
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

רצון טוב האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:מזל טוב! מזל טוב!

איך פרעדיקט איינמאל ס'גייט זיין אויפגעבויעט א שיין גרויס ביהמ"ד מיט אלע צרכים גייט דאס שלעפן מאסן מענטשן. ווער ס'האט שכל גייט יעצט, בעפאר די אנלויפעניש!


א ביהמ"ד איז פין די לעצטע צרכים וואס מען דארף עכט
עס איז גוט פאר צו מאכן א מצב פארן שטאט.

קודם בינעם במוח"כ שטארק מחולק אויפן ערשטן פונקט. א ביהמ"ד/קהילה איז די סאמע וויכטיגסטע זאך פון וואס א יונגערמאן קלערט ביים מופן.

אויפן צווייטן פונקט, יאפ. א "מצב" איז טאקע אלעס וואס מ'ברויך פאר די הצלחה פון אזא נייע שטאט, און מצב אין דעם פארעם איז ווערד מער ווי אלע אדווערטייזמענטס/גליונות.
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”