חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר העשר
- תגובות: 38
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 15, 2017 5:17 pm
צו ווייסט איינער
עס וואלט איינער געוויסט צו זאגן וויפיל משפחות וואוינען שוין כהיום אין די חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי.
ווי אויך וויאזוי די טראנספערטאציע פאר די קינדער וואס לערנען אין וויליאמסבורג גייט צו.
ווען פארט מען ארויס, ווי לאנג בערך נעמט די וועג, וויאזוי די קלענערע קינדער נעמען אויף דאס פארן אזא וועג יעדן טאג, אין צו מען שטעלט אויך צו טראנספארטאציע פאר די קינדער פין די יארגאנג וואס איז דא מוסדות פאר זיי אין דזשערסי סיטי אבער די עלטערן ווילן זיי זאלן ווייטער לערנען אין וויליאמסבורג.
יישר כח למפרע

כמעט 60.
די טראנספארטאציע איז צוגעשטעלט קאסטום פאר יעדן קינד כדי ער זאל אנקומען צייטליך אין חדר/שולע. ס'איז דא אפאר ווענס וואס פארן יעדן טאג, רוב קינדער פארן מיט די ווענס, ווייל ס' שטומט מיט זייער סקעדזשועל, די איבעריגע איז דא וואלאנטירן וואס ברענגען און טראגן די קינדער.
די וועג נעמט געווענדליך 40 מינוט, אמאל מער אמאל ווייניגער, זינטאג אדער חגאות נעמט עס שנעלער בערך 25 מינוט.
די קינדער האבן נישט קיין שום פראבלעם דערמיט, עכ"פ אזוי האבן זיי מיר געזאגט.
יא, מ'פארשטייט אז געוויסע קינדער קענען נישט טוישן קלאסן צוליב פארשידענארטיגע סיבות, און מ' שטעלט צו טראנספארטאציע כרצון איש ואיש.

אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
וועגן
צולייגער האט געשריבן:איך בין געפארן זייער אסאך מיט די ווען, דאס איז די צייט וואס עס דויערט מיט די ווען צופריה (7:30-9:00) און נאכמיטאג (4:00-6:30)
אוודאי דעמאלטס געדויערט ביז מאנסי מאנרא איבער צוויי און האלב שעה און בלומינבורג איבער דריי פיר שעה און נאכדעם מען האפט דאך אז עס זאל שטיין אויף די פיס וועט מען נישט דארפן בכלל אריינפארן אזוי ווי ווילאמסבורג היינט
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3762
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
- לאקאציע: איבערגעלייגט
נששנ האט געשריבן:צולייגער האט געשריבן:איך בין געפארן זייער אסאך מיט די ווען, דאס איז די צייט וואס עס דויערט מיט די ווען צופריה (7:30-9:00) און נאכמיטאג (4:00-6:30)
אוודאי דעמאלטס געדויערט ביז מאנסי מאנרא איבער צוויי און האלב שעה און בלומינבורג איבער דריי פיר שעה און נאכדעם מען האפט דאך אז עס זאל שטיין אויף די פיס וועט מען נישט דארפן בכלל אריינפארן אזוי ווי ווילאמסבורג היינט
נידערן די רעטאריק ביטע.
קיינער האט נישט פארגליכן גרינוויל צו סיי וועלכע אנדערע אידישע ישוב. איינער וואס האט א צל ספק פון זיך אריבערציען האט געוואלט וויסן ווילאנג עס דויערט די וועג פון גרינוויל קיין וומסב"ג צופריה און נאכמיטאג צוריק, האט מען אים פראבירט צו ענטפערן אן אויפריכטיגע ענטפער.
מיר האפן:
1) אז משיח וועט קומען בקרוב ממש
2) ח"ו אם יתמהמה, וועט גרינוויל האבן א געהעריגע באס קיין וומס"ב, ב"פ, קרית יואל, מאנסי, לעיקוואד, סטעטן איילענד, בלומינגבורג, לינדען און אלע אנדערע אידישע ישובים וועלכע וועלן ארויסשפראצן אינעם מאמעס פארטוך פרילינג.
3) אז עס וועט זיין א שיף פון ברוקלין קיין בעיאן אדער דזשערסי סיטי, און דערמיט פארגרינגערן דעם אומגעהויערן טרעפיק, וועלכע איז אומפארמיידבאר מיט אזא פארקער אריין און ארויס פון האלאנד טאנעל
געשטימט פאר ראשעק הול
-
- שר העשר
- תגובות: 38
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 15, 2017 5:17 pm
זאכליך האט געשריבן:כמעט 60.
די טראנספארטאציע איז צוגעשטעלט קאסטום פאר יעדן קינד כדי ער זאל אנקומען צייטליך אין חדר/שולע. ס'איז דא אפאר ווענס וואס פארן יעדן טאג, רוב קינדער פארן מיט די ווענס, ווייל ס' שטומט מיט זייער סקעדזשועל, די איבעריגע איז דא וואלאנטירן וואס ברענגען און טראגן די קינדער.
די וועג נעמט געווענדליך 40 מינוט, אמאל מער אמאל ווייניגער, זינטאג אדער חגאות נעמט עס שנעלער בערך 25 מינוט.
די קינדער האבן נישט קיין שום פראבלעם דערמיט, עכ"פ אזוי האבן זיי מיר געזאגט.
יא, מ'פארשטייט אז געוויסע קינדער קענען נישט טוישן קלאסן צוליב פארשידענארטיגע סיבות, און מ' שטעלט צו טראנספארטאציע כרצון איש ואיש.
יישר כח פאר די אינפארמאציע.
איז דא א חשבון וויפיל משפחות גייען זיך אריבערציען ביז חנוכה?
לויט וויאזוי עס זעהט אויס ביי מיר און שטוב קען מען רעדן פון מופן אהין ווען עס וועלן זיין דארט 120 משפחות.
איז דא א אנגעצייכענטע map מיט די הייזער פון די וואס האבן געקויפט מיטן חשבון צו וואוינען דארט?
- Kosher Travel
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4205
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
- לאקאציע: Yehupesville
- פארבינד זיך:
עס קומט באמת א גרויסן ישר כח פאר די נחשונים וואס זענען פון די ערשטע 120..
און באמת, איך קען נישט פארשטיין די רעטאריק, די חסרונות טרעפער. משוגעים.
יא, גרינוויל האט נאך נישט 4 פיצא סטארס. ממילא?
איך בין נישט דא נאר פאר גרינוויל. אלע נייע ישובים האבן מעלות וואס וויל-יעמס-בורג האט נישט. און יא, ווילעמסבורק האט אויך מעלות. אמת. נאך דערצו אויב זענט איהר מיטל יעריג, געסעטעלט מיט אן אייגען הויז אדער א דירה אין בעט-פארט גאר-דענז אדער אין די פעה-ראט-טשזעקס. פאר די היינטיגע אינגעלייט איז נישט דא וואס צו זוכן אין וויליטאון. א חוץ אויב די שווער איז אן עושר.

מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com
~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
http://www.KosherTravelInfo.com
~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
פרוכת האט געשריבן:געהערט דעים שבת פין איינע פין הנהלת מוסדות גרינוויל אז בעז״ה. אויפן קומענדיגען לערן יאר וועט שוין זיין קלאסן פאר יונגלעך ביז כיתה ה׳ ועד בכלל אין אזוי אויך ביי די מיידליך ביז פיפטע קלאס. מיט א פראפעשינל עקפיריענס סטעף פין מנהל/ מלמדים. פרינצעפל/ טיטשערס.
אויך געהערט אזוי. זיי האבן א חשבון פון בערך 12 מיידלעך פער קלאס ביז צווייטע קלאס. און אביסל וויינעגער ביי די עלטערע.
דאס רעכנט נאר אריין די משפחות וואס וואוינען שוין יעצט דארט.
- lebediger berel
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5249
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am
Kosher Travel האט געשריבן:עס קומט באמת א גרויסן ישר כח פאר די נחשונים וואס זענען פון די ערשטע 120..
און באמת, איך קען נישט פארשטיין די רעטאריק, די חסרונות טרעפער. משוגעים.
יא, גרינוויל האט נאך נישט 4 פיצא סטארס. ממילא?
איך בין נישט דא נאר פאר גרינוויל. אלע נייע ישובים האבן מעלות וואס וויל-יעמס-בורג האט נישט. און יא, ווילעמסבורק האט אויך מעלות. אמת. נאך דערצו אויב זענט איהר מיטל יעריג, געסעטעלט מיט אן אייגען הויז אדער א דירה אין בעט-פארט גאר-דענז אדער אין די פעה-ראט-טשזעקס. פאר די היינטיגע אינגעלייט איז נישט דא וואס צו זוכן אין וויליטאון. א חוץ אויב די שווער איז אן עושר.
YOU HIT THE NAIL ON THE HEAD
גוט געזעגט, נאר איין זאך ביזטו ראנג, דער שווער דארף זיין א גרויסער עושר, א פשוט'ער עושר קען נישט אויסהאלטן אלע קינדער מיט ווילי ביפי דירות. און איך קען א גאר גרויסער עושר פון די גרעסטע שבגרעסטע פון כלל ישראל, וואס האט ב"ה קינדער תלמידי חכמים און יעצט הייבן זיי אן חתונה צו מאכן, דער זיידע צאלט טאקע די חתונות, און ער איז אפילו רעדי צו צאלן א דאון פעימענט פאר די אייניקלעך, ער האט געשריגן פאריגע וואך ביי א מיטינג, וואס איז דער תכלית דא? מיינע אייניקלעך קענען אבער נישט באצאלן דא א מארגידזש פלאס עקספענסעס מיט אלע הילף וואס מ'געט זיי, ווער קען דא בלייבן אויב מיינע אייניקלעך קענען נישט?
אז מ'לעבט דערלעבט מען
lebediger berel האט געשריבן:Kosher Travel האט געשריבן:עס קומט באמת א גרויסן ישר כח פאר די נחשונים וואס זענען פון די ערשטע 120..
און באמת, איך קען נישט פארשטיין די רעטאריק, די חסרונות טרעפער. משוגעים.
יא, גרינוויל האט נאך נישט 4 פיצא סטארס. ממילא?
איך בין נישט דא נאר פאר גרינוויל. אלע נייע ישובים האבן מעלות וואס וויל-יעמס-בורג האט נישט. און יא, ווילעמסבורק האט אויך מעלות. אמת. נאך דערצו אויב זענט איהר מיטל יעריג, געסעטעלט מיט אן אייגען הויז אדער א דירה אין בעט-פארט גאר-דענז אדער אין די פעה-ראט-טשזעקס. פאר די היינטיגע אינגעלייט איז נישט דא וואס צו זוכן אין וויליטאון. א חוץ אויב די שווער איז אן עושר.
YOU HIT THE NAIL ON THE HEAD
גוט געזעגט, נאר איין זאך ביזטו ראנג, דער שווער דארף זיין א גרויסער עושר, א פשוט'ער עושר קען נישט אויסהאלטן אלע קינדער מיט ווילי ביפי דירות. און איך קען א גאר גרויסער עושר פון די גרעסטע שבגרעסטע פון כלל ישראל, וואס האט ב"ה קינדער תלמידי חכמים און יעצט הייבן זיי אן חתונה צו מאכן, דער זיידע צאלט טאקע די חתונות, און ער איז אפילו רעדי צו צאלן א דאון פעימענט פאר די אייניקלעך, ער האט געשריגן פאריגע וואך ביי א מיטינג, וואס איז דער תכלית דא? מיינע אייניקלעך קענען אבער נישט באצאלן דא א מארגידזש פלאס עקספענסעס מיט אלע הילף וואס מ'געט זיי, ווער קען דא בלייבן אויב מיינע אייניקלעך קענען נישט?
גם אני שמעתי פון 2 פון די גרעסטע עשירים אין וויליאמסבורג וואס האבן געגעבן דירות פאר אלע קינדער, אבער האבן געזאגט איך קען נישט קויפן פאר די אייניקלעך.
דער חשבון איז פשוט א דורכשניטלעכער מענטש האט 100 אייניקלעך, א דירה גייט נישט אומטער א מיליאן דאלאר, אביסל גרעסער איז 1.5, רעדט מען פון 100-150 מיליאן דאלאר. ווייס איך נישט צו עס איז דא איין איד אין וויליאמסבורג וואס איז גרייט דערויף, אפילו ער זאל שוין האבן די 100-150 מיליאן.
- lebediger berel
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5249
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am
עס לוינט זיך צו קויפען א הייזקע און גרינוויל???.....
עס ווענדט זיך פאר וועמען!
אויף די גרינווילע גאסען זעהט מען יעדן טאג מענטשן זיך אומקוקען אויף הייזער פיל טראכטען פון זיך אריבער ציען וואוינען און זיי אינטערעסירן זיך וועגען רענטעלס אדער הייזער צו קויפען.
פון די אנדערע זייט זענען אויך דא אינוועסטירער וועלכע קומען "כאפען א מציאה", אסאך פון די אינוועסטירער זעהן גלייך אז דא מאכט מען נישט קיין געלט נאר פארקערט און זיי הייבען אפילו נישט אן; און די וואס אינוועסטירן יא פרובירן עס ווייטער צו פארקויפען ווייל זיי אנערקענען אז זיי פארלירן געלט אויף דעם.
פארוואס קויפט אן אינוועסטירער און גרינוויל??
יעדע אינוועסטירער וואס קויפט און גרינוויל מאכט אן אנדערע חשבון פארוואס עס לוינט זיך אים. איינער טראכט אז די געגנט וועט ווערן א "בעסערע" געגנט און גוים וועלן צאלען טייער אפצוקויפען אדער דינגען די הייזער. א צווייטער טראכט אז אויב עס גייט ווערן א שטארק אידישע געגנט וועלן אידן צאלן טייער געלט פאר די הייזער און א דריטער קלערט גאר מיין חבר/פעטער/שכן/ האט געקויפט און גרינוויל עס דאכט זיך אז ס'גייט אים גוט פראוואס זאל איך נישט קויפען און אויך מאך אביסל געלט?
אויב זענען דאס טאקע גוטע חשבונות פארוואס שטייען אזויפיל הייזער וואס אינוועסטירער האבן געקויפט ליידיג?
פארוואס מיטשען זיך די אינוועסטירער אזוי צו טרעפן טענענטס? פארוואס איז אזוי שווער צו אויפהאלטן די היייזער אפילו ווען מען האט שוין טענענטס?
פארוואס זוכן אזויפיל אינוועסטירער צו פארקויפען זייער הייזער?
די געגנט וועט ווערן א "בעסערע" גוי'אישע געגנט:דאס איז עפעס וואס גייט נישט געשען!
א מבין וואס קוט זיך אום אויף די הייזער און די גאסען און גרינוויל פארשטייט אז דאס וועט בדרך הטבע נישט געשען. גרינוויל האט אלטע הייזער אויף שמאלע געסעלעך סאיז
נישט דא קיין ריזיגע ליידיגע לאטס ווי מקען אויפבויען שענערע developments . די וואס ווילן וואוינען און גרינוויל קויפען אפ אלטע הייזער וואס מ'בויעט איבער. א רייכע גוי האט נישט קיין צייט פאר דעם,ער וועט ענדערש גיין צו אנדערע געגנטער וואו מען קען רענטען אדער קויפען א הערליכע דירה נאנט צו פארוויילונגס ערטער און רעסטעראנטן.
דער אינוועסטירער בלייבט איבער מיט א אלטע הויז און גרינוויל און א מרגעדש צו באצאלען –צומאל פון די אייגענע טאש ווייל מ'קען נישט טרעפן א לייטישע טענענט און די "בעסערע "געגנט פון גרינוויל.
גרינוויל וועט ווערן אן אויפגעבויטע אידישע געגנט און אידן וועלן צאלן אלע געלטער פאר א הויז און גרינוויל.
פאלטש.
די הייזער זענען ווערד צווישן $000,200 און $000,350 קיינער גייט נישט באצאלען מער פון דעם. די געגנט וועט אי"ה זיין א שיינע אידישע געגנט אבער די הייזער זענען נישט געבויעט ווי און וויליאמסבורג און וועלן נישט זיין ווערד מער , די סיבה פארוואס גרינוויל ווערט א אידישע געגנט איז ווייל די הייזער זענען ביליג. מענטשן זענען גרייט אריינצולייגן געלט ווייל אפילו נאך אלע הוצאות פון איבערבויען קומט עס אויס ביליגער ווי קויפן און אנדערע געגנטער.
די מענטשן וואס קויפן הייזער כדי צו וואוינען זיי מאכן די געגנט אידיש! און מיט יעדע הויז וואס גייט פאר אן איוועסטירער גייט איין הויז ווייניגער פאר די וואס ווילן מאכן די שטאט פאר א הייליגע אידישע ישוב און אן אויפגעכאפטע אידישע געגנט. וואס טוט ראטעווען די דירות קריזיס אין ברוקלין.
מיין חבר/שכן/פעטער/ האט געקויפט א הויז – פארוואס זאל איך נישט טוען די זעלבע און אויך מאכען אביסעלע געלט?
פאר א פשוטע סיבה: ווייל די וואס קויפן אין גרינוויל פאר אינוועסמענט מאכן נישט קיין געלט. זיי דערלייגן יעדן טאג. אן אינוועסטירער קויפט פעמעלי הויז פאר $000,300 -די ערשטע שטאק איז חרוב און ער לייגט אריין $000,70 צו איבערבויען שיין ער זוכט לכתחילה א אידישע טענענט- סאיז א שאד צו חרוב מאכען די פריש איבעגעבויעטע דירה.
אבער די אידן זוכן נישט צו וואוינען מיט א גוי אלס שכן דער אינוועסטירער טרייסט זיך מיט דעם אז דער גוי גייט אים שוין אט אט צאלען די רענט אבער... איננו, די ערשטער און צענטן פון חודש זענען שוין לאנג פארביי און דער גוי באצאלט נישט. נאך 3 חדשים אים נאכלויפן באצאלט דער גוי אביסל –גענוג אז מען זאל אים נישט קענען לעגאל ארויסווארפן אבער ווייט פון גענוג צו קענען דעקן די הוצאות. דער אינוועסטירער מוז באצאלען מארגעדש און ער זוכט שנעל צו פארקויפען זיין הויז פאר א צווייטער וואס ווייסט נאכנישט אז עס לוינט זיך נישט
צו אינוועסטירן און גרינוויל.
אן איוועסטירער וואס האט זיך שטארק אריינגעלייגט און גרינוויל מארקעט אבער איז געקומען צום מסקנה אז סלוינט נישט צו אינוועסטירן האט זייער גוט אראפגעלייגט די מצב:
"עס לוינט זיך צו קויפן אין גרינוויל עס ווענדט זיך פאר וועם!"
א הויז און גרינוויל איז נישט קיין אינוועסמענט ! עס איז אן עול, א הוצאה, און עס ממש אוממעגליך ארויסקומען מיט ריווח . פון די אנדערע זייט א הויז וואס א אינגערמאן קויפט פאר זיך צו וואוינען אז זיין מארגעדש איז 3/4 פון וויפיל זיין רענט איז געווען און וויליאמסבורג, ער האט די רחבותדיגער אייגענע הויז און ער קען אפילו האבן א טענענט וואס צאלט אויס א גרויס חלק פון זיין מארגעדש. יא! עס לוינט זיך צו קויפען און גרינוויל אבער גיבט אכט –עס ווענדט זיך פאר וועם!