די חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי, ניו זשערסי

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

בלושטיין
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 17, 2014 1:17 am

תגובהדורך בלושטיין » זונטאג דעצמבער 07, 2014 2:22 am

די וואס ווילן גיין אין די נייע מקומות זענען בדרך כלל רעדי אדורכציגיין די סטראגל אין די אנהייב,
אבי צי האבן זייערע היימישע סביבה פין וילי-טאהן,
נאכדערצי ווען עס איז נענטער אין אויך סיטי-סטייל,
אבער די קוועסטשן איז, וועלן טאקע וויליאמסבורגע פרויען האבן די גאטס אנצינעמען די גאסן פין שוורצי סיטי?? איי דאנט טינק סא...

אוועטאר
ראשית
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 16, 2013 11:24 am

תגובהדורך ראשית » זונטאג דעצמבער 07, 2014 5:10 pm

העכסטענס וועט מען אין 7 יאר ארום איינקעשען א שיינע מטבע
בשביל התורה שנקרא ראשית, בשביל ישראל שנקרא ראשית

הער מיך
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 15, 2014 3:30 pm

תגובהדורך הער מיך » דינסטאג דעצמבער 09, 2014 10:57 am

נעכטן האב איך באזיכט זשערסי סיטי איך מיז זאגן סאיז זייער א שיינע געגענט וואס וועט קענען אויפלאכטן די וויליאמבורגער אידן בע״ה איינס די פרייזן זענען ביליג אין אויך די הייזער זענען איינס נעבן די אנדערע. אבער איין פראבלעם איז דא ״מ׳זעט נאר שווארצע״ איך זעה נישט וויזוי מען וועט זיי קענען ארויס שטיפן פון דארט עס וועט מיזן ארויס מאפן 500 משפחות אויף אמאל נאר אזוי וועט עס ארבעטן.

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2055
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » דינסטאג דעצמבער 09, 2014 11:36 am


לטב עביד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 21, 2013 7:16 pm

תגובהדורך לטב עביד » פרייטאג ינואר 16, 2015 12:48 am

איך הער אז די עסקנים וואס האבן געארבייט אויף די דזערסי סיטי פראיעקט האבן אויפגעגעבן דערויף, ווייסט איינער מער פרטים?

#איך וויל עס נישט גלייבן

אוועטאר
מיסטעריעז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5747
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » זונטאג מארטש 01, 2015 9:03 am

היינט אין די דבר יום ביומו (וומס"ב)
אינפארמאציע וועגן דעם נייעם ישוב אין גרינוויל, דזשערסי סיטי, רופט: 551-800-2279
וואו איז דָוִי?

babaganush
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2009 12:32 pm

תגובהדורך babaganush » זונטאג מארטש 01, 2015 11:10 am

מיט די PATH טרעין איז עס 20 מינוט פון וויליאמסבורג
לעצט פאראכטן דורך babaganush אום זונטאג מארטש 01, 2015 11:11 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

ברוקלינער יונגערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 704
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 08, 2015 1:04 am

תגובהדורך ברוקלינער יונגערמאן » זונטאג מארטש 01, 2015 11:43 am

אבער אנצוקומען ביזן path נעמט נאך צייט, גוגל מעפס זאגט בערך 1 שעה מיט פובליק טראנספארטציע

babaganush
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2009 12:32 pm

תגובהדורך babaganush » זונטאג מארטש 01, 2015 12:10 pm

ווענד זיך פון וועלעכע געגנט

ברוקלינער יונגערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 704
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 08, 2015 1:04 am

תגובהדורך ברוקלינער יונגערמאן » זונטאג מארטש 01, 2015 12:32 pm

וויליאמסבורג איז נישט אזוי גרויס....

babaganush
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2009 12:32 pm

תגובהדורך babaganush » זונטאג מארטש 01, 2015 12:43 pm

איך רעדט פון די געגנט אין דשערסי סיטי וואס איז לעבן די PATH טרעין

אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

תגובהדורך לאמפ » דינסטאג מארטש 03, 2015 10:28 pm

עס הייבט זיך יעצט אן אסיפה אין וואלקאנער בית מדרש אויף פרענקלין עוו. ווי עטליכע עסקנים וועלן אויפטרעטן.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5747
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דינסטאג מארטש 03, 2015 10:30 pm

נאר פאר איינגעשריבענע אדער פאר פאבליק?
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

תגובהדורך לאמפ » דינסטאג מארטש 03, 2015 10:32 pm

פאר די פאבליק.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5747
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דינסטאג מארטש 03, 2015 10:41 pm

מ'האט עס אפיציעל געמאלדן פון פריער? נישט געזעהן קיין מודעה
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

תגובהדורך לאמפ » דינסטאג מארטש 03, 2015 10:51 pm

יא, עס זענען געווען מודעות דערוועגן.

אן פרעשער
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 02, 2015 11:27 am

תגובהדורך אן פרעשער » דינסטאג מארטש 03, 2015 10:54 pm

אינוועסטערס זענען נאך אין די בילד?

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10043
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג מארטש 03, 2015 10:59 pm

איך וואלט גערן געגאנגען, אבער נישט אין אזא וועטער

די עסקנים זאלן וויסן אז אויב דער שוהל איז ליידיג, איז עס אין טייל צוליב דעם שווערן וועטער און גליטש
בַּיָמִים הָהֵם אַין פְּרֶעזִידֶענְט בָּאַמֶערִיקֶע וגו' (טְרָמְְּפּ א' א')
#קאוופעפ"ע בלעז

אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

תגובהדורך לאמפ » דינסטאג מארטש 03, 2015 11:31 pm

דער אסיפה האט זיך נארוואס געשלאסן.

עס האבן זיך באטייליגט בערך זעכציג - זיבעציג אידן און עס זענען געהערט געווארן דרשות דורך העסקנים ר' בנציון פייערווערקער און ר' הירצקא יאקאבאוויטש, ווי אויך האט אויפגעטרעטן א מארגעדש בראקער ר' ליפא קיש.

ווען איך וועל האבן א טשאנס וועל איך בל"נ מיטטיילן מער דעטאלן.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5747
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דינסטאג מארטש 03, 2015 11:45 pm

ייש"כ מלמפרע
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
כאפצעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6075
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג מארטש 03, 2015 11:50 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:ייש"כ מלמפרע
Fine Tuned Machine

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11631
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך מארטש 04, 2015 8:18 am

מיר ווארטן צו הערן.
זענען דארט געווען פאטענציאלע קונים? וואסערע סארט קלייענטעל גייט עס האבן?

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10553
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מיטוואך מארטש 04, 2015 10:30 am

געלעגער האט געשריבן:מיר ווארטן צו הערן.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

תגובהדורך לאמפ » מיטוואך מארטש 04, 2015 10:41 am

איידער איך קום צו צום ווארט וויל איך געבן א דיסקלאושער: איך בין אין קיין שום וועג נישט אפיליאירט מיט דעם גרופע און וועל נאר באריכטן טריקענע פאקטן איבער דעם פראיעקט און אסיפה ווי ווייט מיין זיכרון דינט יעצט און אויב איינער האט פראגן וועלן מיר פראבירן צו ענטפערן ווי ווייט מעגליך.

איז אזוי,

דער נעכטיגער אסיפה איז פאררופן געווארן דורך דעם אזויגערופענער 'מפעל איש את רעהו יעזורו' וואס ווערט אנגעפירט דורך הרב בנציון פייערווערקער צוזאמען מיט א גרופע עסקנים אין שפיץ פון האברך ר' הירצקא יאקאבאוויטש, דער רוחניות'דיגע אויטאריטעט פון דעם מפעל איז הרב בנציון'ס שווער הרה"ג ר' מנשה מעיאר שליט"א.

דער אסיפה איז געווען אפען פאר פאבליק און עס האט זיך באטייליגט א גאר קאלירפולער ציבור. עס קומט נאך וואס עטליכע קלענערע פריוואטע מיטינגען זענען אפגעהאלטן געווארן אין די לעצטע פאר חדשים מיט די אינגעלייגט וועלכע האבן שוין אויסגעפילט אפליקאציעס און אויסגעדריקט אינטערעסע אין דעם פראיעקט.

צוערשט האט אויפגעטרעטן ר' הירצקא יאקאבאוויטש און דערנאך וואס ער האט געמאלדן אז צילוב א פארקילעכץ וועט הרה"ג ר' מנשה זיך נישט קענען באטייליגן פערזענליך האט ער צוגעטראטן צום ענין. ער האט פארגעשטעלט פארן ציבור דעם געגענט אין מיטגעטיילט מיט מערערע פרטים ווי, קריים, דירות פרייזן, טראנספארטאציע א.א. וו. וואס זענען שוין געווארן אויסגעשמועסט אין דעם אשכול באריכות.

דערנאך האט ער מאריך געווען איבער דער צוגאנג וואס די גרופע האט גענומען ווי פאלגענד, אנשטאט זיי זאלן נעמען א דעוועלאפער\ אינוועסטאר וואס זאל אפקויפן גרויסע שטחים און ווארטן אויף פלען אפראוועל'ס, בויען דירות, אינפראסטרוקטשער וואס דויערט יארן און קאסט מיליאנען און דערנאך ווען עס איז שוין פיינעלי פארטיג ברויך מען ווארטן נאך לאנגע חדשים און טייל מאל יארן אויף סי אוו או'ס, ווילן זיי בויען דעם געגענט 'נאר' מיטן הילף פון אינדיווידועל אינגעלייט וואס וועלן פריוואט אפקויפן עקזיסטירענדע הייזער אן וואס א דעוועלאפער אדער אינוועסטער זאל דארפן ווערן אינוואלווד און נאכן איבערבויען - אויב פארלאנגט - זאל מען תיכף קענען מופן.

דער גרופע פלאנט נישט צו עפענען מוסדות עטליעסט אין די ערשטע שטיק צייט נאר מען וועט ברויכן טרעוולען קיין וויליאמסבורג, אויך האט ער געמאלדן אז זיי האבן שוין געליעסט א בנין אויף 221 מארטין לוטער קינג וואס וועט דינען אלץ בית מדרש און אז עס איז שוין דא א הויז פאר ר' מנשה מעיאר וואס איז גרייט צו זיין פון די ערשטע מנין צו מופן און דארט דינען אלץ רב. ווי אויך וועט גאנץ אנהייב זיין א קליינע גראסערי אין די בעיסמענט פון איינע פון די תושבים. די עסקנים ארבעטן העפטיג די לעצטע פאר חדשים מיט לאקאלע ריעל עסטעיט בראקער'ס צו ברענגען דיעל'ס און ווייזן הייזער פאר סיי ווער עס איז אינטערעסירט אין דעם פראיעקט און זיי נעמען זיך אונטער אזוי צו באגלייטן דעם פראיעקט בלי תשלום גמול ביז עס וועט אי"ה האלטן ביי צוויי הונדערט תושבים.

נאך א 'שאלות ותשובות סעסיע' האט ר' בנציון אויפגעטרעטן מיט א קורצע רעדע ווי ער האט ארויסגעברענגט דעם נויט אין וואס מיר געפונען זיך יעצט און ווי שווער און ביטער דער דירות קריזיס איז און אז אזא פראיעקט וועט דעריבער זיך מוזן בהכרח אויסארבעטן און מה שלא יעשה השכל יעשה ההכרח.

דערנאך האט מען געהערט אפאר ווערטער פון דעם מארגעדש בראקער ר' ליפא קיש איבער דעם פראסעס פון א מארגעדש און פירסט טיים האום בייער פראגראמען וואס זענען עוועילעבל, ווי אויך האט ער ארויסגעברענגט אז צילוב וואס די סעלינג פרייזן אין דעם געגענט זענען גאר נידריג קענען אפילו גאנץ שוואכע פארדינער ווערן עפראווד פאר א מארגעדש און קענען קויפן אן אייגענעם הויז.

נאך די אסיפה האבן די אינטערעסירטע געקענט אויספילן אפליקאציעס און איבערגעבן פאר די עסקנים, ווי אויך זענען געווען אפליקאציעס וואס עסקנים וועלכע זענען גרייט ארויסצוהעלפן מיט די ארבעט האבן געקענט אויספילן און איבערגעבן פאר'ן וועד. אזוי אויך האט מען געהאט א געלעגענהייט אויסצושמועסן פרטים מיט די עסקנים און מארגעדש עקספערט אויפן פלאץ.

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10553
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מיטוואך מארטש 04, 2015 10:54 am

יישר כח פאר די באריכט.

לאמפ האט געשריבן:ווי אויך האט ער ארויסגעברענגט אז צילוב וואס די סעלינג פרייזן אין דעם געגענט זענען גאר נידריג קענען אפילו גאנץ שוואכע פארדינער ווערן עפראווד פאר א מארגעדש און קענען קויפן אן אייגענעם הויז.


וואס זענען די פרייזן?
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט