חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

crispy
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 4:45 pm

בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה והוא זיוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך crispy »

נעכטן זונטאג פרשת שופטים ושוטרים תתן לך בכל שעריך האט די נייע ווירבלדיגע שטאט דזשערסי סיטי געהאט די זכיה אז כבוד קדושת מרן אדמו''ר מקרעטשניף שליט''א איז געקומען אויף א קורצע בליץ באזוך שוין א לענגערע צייט וואס די רבי דריקט משאת לבו צו קומען באזוכן דעם נייעם געגענט פון דזשערסי סיטי און יעצט איז אויסגעקומען אז די רבי איז געקומען אויף די שמחה בבית צדיקים וואס קומט פאר היינט מאנטאג אויף דערנאכט און וויסענדיג אז די רבי לאנדעט אונעם ניווארק לופט פעלד האט די רבי געזאגט פאר זיינע משמשים בקודש אז ער האט שטארק חשק צו גיין באזוכן דעם נייעם שטאט דזשערסי סיטי אנקומענדיג צום לופט פעלד האט שוין אפגעווארט כמעט צוויי מנינים תושבים פונעם שטאט און מען האט אויסגעבראכן און א הילכיגען ברוך הבא און תיכף ומיד צו געפארן צום שטאט ווי די רבי איז געגאנגען אונעם פריוואטער מקוה וואס איז ספעציעל צוגעגרייט געווארן דורך קהל עדת גרינוויל און דערנאך האט מען פארענדיגט תפלת שחרית והלל ומוסף מיט גרויס התלהבות און תקיעת שופר כנהוג בבית קרעטשניף תיכף דערנאך זענען אריבער פולע קינדער מיט עלטערן שלום נעמען דערנאך איז די רבי אריבער באזוכן די בניני הקהלה והמוסדות און ווי די רבי האט זיך אויסגעדריקט מיט גרויס התפעלות אז די שטאט האלט שוין ביי דעם גדול יהיה כן ירבו תיכף דערנאך איז די רבי צוגעפארן מיטן קאר פון ר' מנשה האפפער שליט''א ווי די רבי איז צוגאגאנגען באזוכן זיין נייע דירה ווי די רבי האט געקלאפט א מזוזה און דערנאך איז פארקומען א מסיבת לחיים ווי עס האט זיך באטייליגט א חלק תושבי העיר און דערנאך איז געווען זמני כניסה ווי די רבי האט אויפגענומען א לענגערע צייט בפתקה ופדיון לברל ולהתברך פאר די הייליגע טעג הבאים עלינו לטובה
אטעטשמענטס
Image081220181437131.jpg
Image081220181437131.jpg (478.07 KiB) געזען 3867 מאל
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

די רבי איז נישט געגאנגן באזיכן ביים מרא דאתרא?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
crispy
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 4:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך crispy »

דריידל האט געשריבן:די רבי איז נישט געגאנגן באזיכן ביים מרא דאתרא?

די מרא דאתרא איז געווען און ישיבה‎
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29332
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

עלטערע אפסטעיט אידן זאגן "ניו יארק" ווען זיי רעדן פון אריינגיין אין די שטאט וואס געפינט זיך נאך די האדסאן ריווער.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

צל עובר האט געשריבן:עלטערע אפסטעיט אידן זאגן "ניו יארק" ווען זיי רעדן פון אריינגיין אין די שטאט וואס געפינט זיך נאך די האדסאן ריווער.

זיי זאגן זייער ריכטיג, די שטאט ניו יארק (נישט פארמישט מיט ניו יארק סטעיט)
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29332
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ווער זאגט אנדערש, איך גלייך עס גראדע זייער.
crispy
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 4:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך crispy »

נעכטען איז פארגעקומען א מעכטיגע טריפ ווען די תלמוד תורה דגרינוויל און נאך פולע מוסדות סאטמאר קאשוי וכו' האבן אפגעדינגען די מעכטיגע ספעיס פארם פאר די קינדער פון די תלמוד תורה
אטעטשמענטס
IMG_3228.jpg
IMG_3228.jpg (634.98 KiB) געזען 3256 מאל
IMG_3218.jpg
IMG_3218.jpg (688.99 KiB) געזען 3256 מאל
crispy
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 4:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך crispy »

crispy האט געשריבן:נעכטען איז פארגעקומען א מעכטיגע טריפ ווען די תלמוד תורה דגרינוויל און נאך פולע מוסדות סאטמאר קאשוי וכו' האבן אפגעדינגען די מעכטיגע ספעיס פארם פאר די קינדער פון די תלמוד תורה
אטעטשמענטס
IMG_3215.jpg
IMG_3215.jpg (605.35 KiB) געזען 3251 מאל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

crispy האט געשריבן:נעכטען איז פארגעקומען א מעכטיגע טריפ ווען די תלמוד תורה דגרינוויל און נאך פולע מוסדות סאטמאר קאשוי וכו' האבן אפגעדינגען די מעכטיגע ספעיס פארם פאר די קינדער פון די תלמוד תורה
בילד

מו"ר ר' עזריאל יודא שליט"א איז פון די מלמדים אינעם גרינווילער חדש?
בעמבא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 417
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 12, 2014 10:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעמבא »

מיללער האט געשריבן:
crispy האט געשריבן:נעכטען איז פארגעקומען א מעכטיגע טריפ ווען די תלמוד תורה דגרינוויל און נאך פולע מוסדות סאטמאר קאשוי וכו' האבן אפגעדינגען די מעכטיגע ספעיס פארם פאר די קינדער פון די תלמוד תורה
בילד

מו"ר ר' עזריאל יודא שליט"א איז פון די מלמדים אינעם גרינווילער חדש?


אין די זוממער.
crispy
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 4:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך crispy »

חסדי השם כי לא תמנו די וואך וועט פארקומען א ריזיגע קידוש אויף די נסים וואס עס האט פאסירט מיט 6 תושבים וואס זענען געראטעוועט געווארן פון א עקסידענט זיך צוריקקערן דיג פון די ציון פון רבין זצוק''ל
אטעטשמענטס
Untitxsaled.jpg
Untitxsaled.jpg (151.45 KiB) געזען 3167 מאל
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

שוין צייט צו מאכן א אשכול "קרישקעלעך און נייעס פון זשערזי סיטי" אין די אלגעמיינע נייעס אשכולות, און לאזן דעם אשכול פאר ענינים וואס האבן צו טון מיטן בויען פון די שטאט.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאלתר לחיים »

crispy האט געשריבן:חסדי השם כי לא תמנו די וואך וועט פארקומען א ריזיגע קידוש אויף די נסים וואס עס האט פאסירט מיט 6 תושבים וואס זענען געראטעוועט געווארן פון א עקסידענט זיך צוריקקערן דיג פון די ציון פון רבין זצוק''ל

צוריק קומענדיג פון ק''י? נישט געהערט, וואס איז געווען די מעשה?
ראגעלעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 08, 2018 8:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראגעלעך »

א רעדל האט געפלאצט אויפן טראוועי, די ווען האט געספינט אהין און צוריק, קומענדיג צו א אפשטעל ביי די זייט פונעם ראוד, בחסדי ה' האט די אייזענע צוים ביים עק אפגעהאלטן די ווען פון פאלן צום אפגרונד חס ושלום.
פראהביטש
שר האלף
תגובות: 1896
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראהביטש »

crispy האט געשריבן:די פארגאנגענע וואך זענען די תלמידי המוסד ארפגעפארן צו א טריפ קיין ניו יארק צו א ספעציעלע אויסשטעלונג פאר די קומענדיגע יו''ט סוכות הבעל''ט

ווי קען מען דאס זעהן?
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

צום וויפילטן מאל געשעט עפעס צום שאטעל?
פראהביטש
שר האלף
תגובות: 1896
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראהביטש »

7277dffd4d67fa76ab4c3f3000e3c8de.jpg
7277dffd4d67fa76ab4c3f3000e3c8de.jpg (40.6 KiB) געזען 2478 מאל
5fe06866e4060aa71f1bb093c4a66d63.jpg
5fe06866e4060aa71f1bb093c4a66d63.jpg (78.07 KiB) געזען 2478 מאל
פראהביטש
שר האלף
תגובות: 1896
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראהביטש »

f45b4ccd28656e2aa4ee2628cd2099ff.jpg
f45b4ccd28656e2aa4ee2628cd2099ff.jpg (79.64 KiB) געזען 2479 מאל
אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1897
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפגעפרישט »

כה לחי געוואלדיג
לשנה הבאה בירושלים
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום
yid
שר האלף
תגובות: 1881
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 08, 2011 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yid »

האט אפשר איינער א ליסטע פון די תושבים?
משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 734
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה ישר »

crispy האט געשריבן:די פארגאנגענע וואך זענען די תלמידי המוסד ארפגעפארן צו א טריפ קיין ניו יארק צו א ספעציעלע אויסשטעלונג פאר די קומענדיגע יו''ט סוכות הבעל''ט

וואס אין ווי איז די אויסשטעלונג?
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

זייער א שיינע עד
עפעס א טעות איז דא אין אפשען 2 מיט 5000 סק. פיס, עפעס שטימט נישט דארט
ווי איז געלאפן דער עד?
מ'הענגט צעטלעך?
אז מ'לעבט דערלעבט מען
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

lebediger berel האט געשריבן:זייער א שיינע עד
עפעס א טעות איז דא אין אפשען 2 מיט 5000 סק. פיס, עפעס שטימט נישט דארט
ווי איז געלאפן דער עד?
מ'הענגט צעטלעך?

גערעכט
קום ועשה
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2016 8:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קום ועשה »

דברים אלו האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:זייער א שיינע עד
עפעס א טעות איז דא אין אפשען 2 מיט 5000 סק. פיס, עפעס שטימט נישט דארט
ווי איז געלאפן דער עד?
מ'הענגט צעטלעך?

גערעכט

פארוואס נישט?

22X75 דריי שטאק
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

די לשון שטימט זיכער נישט
אז מ'לעבט דערלעבט מען
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”