בלאט 1 פון 347

חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 10:48 pm
דורך פלעכטער
פלענער פאר א נייער נייע חסידישע שטעטל אין דזשערסי סיטי.

אין ביהמ"ד האב איך געהערט שמועסן איבער א נייע פלאן, וועגן זיך ארויסציען אויף ניו דזשערסי, אין דזשערסי סיטי.

הרב ר' בנציון (?) פייערוועקער (מנהל בית רחל סאטמאר?) שטייט אינטער די פראיעקט, ביחד מיט זיין שווער הרב ר' מנשה מאיער, ווי אויך אנדערע בעלי בתים ועסקנים זענען פארמישט דערין.

די פלאן איז צי אויפטרייבן אינגעלייט צי קויפן דארט הייזער, וואס די פרייז גייט בערך 200K פאר א 1 פעמעלי הויז, אין איין געגענט איז יעצט דא בערך 1500 ליידיגע הייזער.

די געגענט איז א שווארצע, אבער א נייע מעיאר וואס איז לעצטענס ערוועהלט געווארן ארבעט צי פארבעסערן די געגענט.


הלוואי אויב דאס איז מצליח!

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 10:51 pm
דורך פלעכטער
ווייסט איינער מער דיטעילס?

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 10:52 pm
דורך שלום אויש
אינטערסאנט
ווען מען מוטשעט זיך קען מען זיך אויפעסן די גאל אבער די רגע וואס עס שטעלט זיך אויף איינער און אינוועסטירט שווערע טויזענטער דאן שפראצן ארויס פולע שטעט און נייע דעוועלאפמענטס...

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 10:53 pm
דורך AHA
געפעהלט מיר די פלאן. סיז א שטאט אין איך האב ליב סיטי לייף.

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 10:54 pm
דורך כאפצעם
כגעדענק מהאט שוין אויפגעברענגט דעם געדאנק מיט בערך צוויי יאר צוריק (אפשר אביסל ווייניגער) און דעמאלטס האבן זיי אפילו פארשפרייט צעטלעך מיט גאנצע באשרייבונגען,
אבער למעשה איז עס שטיל געווארן.

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 11:21 pm
דורך לאמפ
עס איז זייער שווער צו זעהן ווי אזוי דשערסי סיטי קען זיין א לאנג טערמיניגער סעלושאן, ווייל זינט עס איז אזוי נאנט צו ניו יארק סיטי (איין סטאפ מיט די טרעין) ווערט דער געגנט טייערער און טייערער יעדן טאג אזוי אז עס ווערט שוין היינט אנגערופן דער 'אפקאמינג מאנהעטן' און ריזיגע וואלקען קראצער מיט גאר טייערע אפט'ס ווערן שוין דארט געבויעט אין גרויסן.

איך וואלט גע'עצה'ט אז מען זאל נישט אוועקווארפן די באקסעס אין וואס מען פאקט זיך ווייל ביז מען וועט זיך ענדיגן אויספאקן די פעקלעך וועט מען שוין דארפן זיכן א נייע סעלושן ווייל דארט וועט מען שוין אויך נישט קענען עפארדן.

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 11:24 pm
דורך זאל ער קומען
שלום אויש האט געשריבן:אינטערסאנט
ווען מען מוטשעט זיך קען מען זיך אויפעסן די גאל אבער די רגע וואס עס שטעלט זיך אויף איינער און אינוועסטירט שווערע טויזענטער דאן שפראצן ארויס פולע שטעט און נייע דעוועלאפמענטס...


אדרבה, ס'יז נאך ווייט פון עולם התיקן, זאל אפיר וואקסן ווי מער, עס איז דא גענוג פאר יעדן.
ושוטלי שעטלעך ישטילו בשטעטלעך.

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 11:25 pm
דורך זאל ער קומען
אפשר קען איינער אפיר ברענגען די אלטע בוקלעך און לאמיר זען דעטאלן, אפשר איז עס שוין נישט פעליג.
ווי גרויס, וואספארא צושטאנד, אא"וו.

כבוד לאמפ עס איז נאר צייטווייליג משיח איז אן די וועי, נאך 5000 משפחות מאכן שבת פאר זיך עט נישט שאטן.

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 11:28 pm
דורך Elmo
וויזוי קען אזא ביליגע געגענט זיין א ניי מאנהעטן, דעס איז מסתם ערגעץ טופער אריין און דזשערזי סיטי אדער וואס?

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 11:30 pm
דורך א איד אין גלות
לאמפ האט געשריבן:עס איז זייער שווער צו זעהן ווי אזוי דשערסי סיטי קען זיין א לאנג טערמיניגער סעלושאן, ווייל זינט עס איז אזוי נאנט צו ניו יארק סיטי (איין סטאפ מיט די טרעין) ווערט דער געגנט טייערער און טייערער יעדן טאג אזוי אז עס ווערט שוין היינט אנגערופן דער 'אפקאמינג מאנהעטן' און ריזיגע וואלקען קראצער מיט גאר טייערע אפט'ס ווערן שוין דארט געבויעט אין גרויסן.

איך וואלט גע'עצה'ט אז מען זאל נישט אוועקווארפן די באקסעס אין וואס מען פאקט זיך ווייל ביז מען וועט זיך ענדיגן אויספאקן די פעקלעך וועט מען שוין דארפן זיכן א נייע סעלושן ווייל דארט וועט מען שוין אויך נישט קענען עפארדן.

די לאנג טערמיניגע סעלושאן איז זיך צושפרייטן און צוזייען בארבע כנפות הארץ, כמו שנאמר ופרצת ימה וגו', א יעדע שטעטעלע וואס קומט ארויף אויפן אויבער פלאך העלפט צו צודעם ופרצת הבטחה, די קראנקע מענטאליטעט פון וואוינן גג על גג אין 1.1 סקווער מייל דארף נישט און טאר נישט האבן קיין סעלושאן.

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 11:42 pm
דורך לאמפ
זאל ער קומען האט געשריבן:אפשר קען איינער אפיר ברענגען די אלטע בוקלעך און לאמיר זען דעטאלן, אפשר איז עס שוין נישט פעליג.
ווי גרויס, וואספארא צושטאנד, אא"וו.

כבוד לאמפ עס איז נאר צייטווייליג משיח איז אן די וועי, נאך 5000 משפחות מאכן שבת פאר זיך עט נישט שאטן.


נישט נאר פאר 5000 משפחות לוינט צו מאכן א געגנט נאר אפילו עס זאל זיך נאר ארויסציען 500 משפחות איז דאס אויך כדאי.

די שאלה איז נאר צו מען איז נישט א מחליף פרה בחמור מיט'ן זיך ארויסציען פון וויליאמסבורג צו א געגנט וואס גייט בקרוב אויסקוקן גענוי ווי וויליאמסבורג מיט די הויכע פרייזן, יאפי'ס און אלעס אינצווישן.

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 11:48 pm
דורך AHA
לאמפ,

איך מיז איינזעצן אז דו האסט אינוועסטירט געלט אין פראפערטיס ארום וויליאמסבורג. אדערווייז איז אביסעל אינטערסאנט דיין צוגאנג.

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 11:50 pm
דורך לאמפ
AHA האט געשריבן:לאמפ,

איך מיז איינזעצן אז דו האסט אינוועסטירט געלט אין פראפערטיס ארום וויליאמסבורג. אדערווייז איז אביסעל אינטערסאנט דיין צוגאנג.


אויב דאס איז דער קעיס וואלט איך נישט געוואלט אז אידן זאלן בלייבן אין וויליאמסבורג..

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 12:10 am
דורך שוועמל
וויזוי איז טעקס אין זשערזי?
קוקט אויס מען רעדט דא פון איין פעמילי הייזלעך, נישט קיין קאנדאס.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 12:13 am
דורך כאפצעם
לאמפ האט געשריבן:
AHA האט געשריבן:לאמפ,

איך מיז איינזעצן אז דו האסט אינוועסטירט געלט אין פראפערטיס ארום וויליאמסבורג. אדערווייז איז אביסעל אינטערסאנט דיין צוגאנג.


אויב דאס איז דער קעיס וואלט איך נישט געוואלט אז אידן זאלן בלייבן אין וויליאמסבורג..

נו וועל'מיר מיזן איינזעצן אז דו וואינסט אין א שיינע גרויסע פאלאץ אין צענטער פון וויליאמסבורג, האסט אפשר אן אייגענע שיינער ביהמ"ד, דיין ביזנעס איז אין די געגנט און דו ביזט דיך ממש מחי' מיטן הייליגן שטאט וויליאמסבורג,
פארשטייט זיך אליינס אז דו וועסט שתדל'ן און טוהן אלע מעגליכקייטן אז דיין באליבטע געגנט זאל נישט ווערן אויסגעשפילט.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 12:15 am
דורך איפה פייביש
אני לכשלעצמי האלט אז ס׳איז א חלום פאר אפאר זאכן, נאמבער 1 ס׳איז באמת שחור לאנד נא דזשאק, אויב גייט מען צו שחור לאנד פאר וואס גיין ביז דארט, און איסט ניו יארק איז אויך דא פאר דע געלט, נאך א זאך -אויב איז עס אין דשערסי סיטי אין די סיטי ממש- איז עס נישט קיין נייע הייזער עכ״פ רוב הייזער דארט זענען אלט, אסאך זענען נאך פרי וואר, סא אפילו מקען עס באקומען פאר 200k דארף מען נאך אריין לייגען אסאך אסאך געלט און כח צו קענען מופן אין מיינע אויגן איז עס א חלום, דארף מען ווארטן אויף מער איפא

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 12:26 am
דורך לבנה קריכער
געהערט אז סדא וואס ארבעטען אויף עליזעביט ניו זשערסי. פרייזן זענן צווישן. 170-220 סדא א סופערמארקעט. רעסטעראנט בוטשער בעקערי בתי מדרשים. 15 מינוט צי מאנהעטען. קריים איז לאו.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 12:31 am
דורך כאפצעם
שוועמל האט געשריבן:וויזוי איז טעקס אין זשערזי?
קוקט אויס מען רעדט דא פון איין פעמילי הייזלעך, נישט קיין קאנדאס.

לויט די בילדער וואס זיי האבן געוויזן אויף די צעטלעך האט עס אויסגעזעהן ווי א טיפישע בארא פארקע גאס, מיט דריי שטאקיגע קאנדאס.

די מעשה מיט די הייזער איז אז דאס איז שטארק פארלאזט און נאכן אפקויפן מיז מען אליין אריינלייגן אסאך געלט איבערצובויען דעם גאנצן הויז,
נאכדעם, די געגנט איז זייער פארלאזט און ס'וואינען דארט בעיקר שחורים.

אבער ס'האט איין מעלה; ס'איז דא פלאטץ אין איין גרויסע קאנצעטרירטע געגנט אריינצולייגן טויזענטער דירות!
און לויט ווי זיי האבן געשריבן, האבן זיי אינוועסטארס וואס זענען גרייט אפצוקויפן ריזיגע שטחים (סקומט אויס ממש פעניס) כדאי דער עולם זאל זיין זיכער ווען מ'גייט אהין אז מ'בלייבט נישט אליינס אויפן וואסער.
דאס אלעס פארשטייט זיך אויב זיי וועלן שפירן אז דער עולם איז גרייט צו פאקן פעק און אהינגיין.

פאר צוויי יאר צוריק ווען זיי האבן אויפגעברענגט דעם פלאן איז נישט געווען צו וועם צו רעדן, זיי האבן ממש געטאפט א וואנט, יעדעמס תירוץ איז געווען; יא.. מידעלטאון..
אבער יעצט מיטן נייעם בלומענבערג דעוועלאפמענט האבן זיך זאכן שטאק געטוישט לטובה און מענטשן האבן ערנסט אנגעהויבן גלייבן אז ס'איז אפשר יא מעגליך אז א נייער מקום וועט זיך טאקע אויסארבעטן,
און פארדעם קען זיין האבן זיי זיך פריש אויפגעוועקט און אנגעהויבן צוריק מיט די אלטע פלענער.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 12:35 am
דורך babaganush
געוואלדיגע פלאן!

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 1:02 am
דורך בר הכי
וואס איז דא בעסער ווי בלומינגבורג?

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 1:16 am
דורך כאפצעם
אינו דומה זה לזה.
ס'איז גראדע נישט אזוי שיין ווי בלומענבערג, די גראז, ביימער, די לופט.

פון די אנדערע זייט איז עס סיטי לייף,
ועל כולם ס'איז 20/25 מנוט צו פארן פון וויליאמסבורג.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 9:45 am
דורך משתוקק
די פלענער זענען גוט ביז מען גייט עס קוקען (מיט די ווייב...) עס וואלגערן זיך דארט שחורים אין די מאסן, מען קען שווער געפינען דארט א ווייסע פנים.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 10:00 am
דורך farshlufen
דזשערזי סיטי איז הייסע ריעל עסטעיט גייט אין די פיס טריט פון ווילי און בעד-סטיי.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 10:08 am
דורך משה הקטן
פארשטיי איך נישט

אז מ'גייט שוין יא אויף ניו זשערסי איז דא א שעה אוועק פון מאנהעטן ''טרענטען'' ניו זשערסי וואו הונדערטער יודן האבן שוין געקויפט דארט פאר אינוועסמענט (אפשר ווערט אן אשכול פאר זיך), א וואן פעמילי קאסט דארט אינגאנצן 30-50 טויזנט דאללער, ס'איז א ספאנישע\שווארצע געגנט, אבער הונדערטער האבן שוין דארט הייזער, און נאך הונדערטער זענען ליידיג, רענט פאר אזא הויז איז 800-1000 א חודש.

איך פערזענליך האלט אז אפסטעיט האט מער טשענסעס ביים היימישען עולם ווייל מ'קען שוין דער געגענט, אבער אז מ'רעדט שוין פון א שווארצע נ. זש. געגענט, איז דא ביליגערע סאלאשענס.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 10:10 am
דורך להגדיל שמו
farshlufen האט געשריבן:דזשערזי סיטי איז הייסע ריעל עסטעיט גייט אין די פיס טריט פון ווילי און בעד-סטיי.

וועל מיר אריבער גיין קויפען אפאר לאט'ס דארט.