ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך 123jerseycity » זונטאג מארטש 26, 2017 3:58 pm
עס איז דא יעצט אינעם היימישן געגנט צו קויפן 441 דירות, פאר א פרייז וואס איהר האט נישט און ערגעץ איך ברענג דא אפאר דירות וואס איהר זאלט זעהן, עס איז ממש אן עבירה אז מיר זאלן עס נישט באקומען, א איד דארף טוהן צום זאך און דער אייבישטער העלפט דאס האבן מיר געזעהן אייביג ביז היינט און מיר וועלן ווייטער אזוי אנהאלטן, די פלאץ וואס מען קען קויפן ביליג איז זייער זייער א גרויסע שטח מסתמא אזוי גרויס ווי בארא פארק, און עס איז א שאד נישט עס אויסצוניצן, איך וואלט געוואלט אפעלירן צו מענטשען וואאס האבן אייביג געוואלט ארויסהעלפן אנדערע אידן און געפילט אז זיי האבן כשרונות וואס דא און וויליאמסבורג דארף מען זיי נישט, ביטע קומט ארויס און נייען געגנט, דארט איז א יעדער כשרון ווערט אסאך, יעדענס טאלאנט וועט ווערן חשוב און ארויפגעקוקט און מיר וועלן זיך פרייען צו אייך, עס איז גרויסע מצוה אויב איהר קענט זיין א חלק פון בויען א נייען געגנט וואס יעדער איז מודה אז דאס מיז געשעהן, מיר ברעכן אינטער , מיר קענען נישט אזוי אנגיין, מיר קענען נישט חתונה מאכן אונזערע קינדער פאר פופציג טויזענט דאללער און נאכדעם העלפן זיי מיט רענט פינעף הונדערט דאללער יעדען חודש ,זיי קענען נישט באצאלן די 2000 א חודש און זיי ווילן נישט די ערשטע יאר אוועקמופן צו א נייען געגנט, לאמיר יעצט ארויסמופן צו א נייען ביליגערן פלאץ וועלן מיר און זיי צאלן ביליג, מיר אפעלירן צו א עם נבון וחכם, וואס זענען רואה את הנולד, אויב דארפט איהר א נייעם הויז גייט צו א נייעם ביליגערן געגנט און אינאיינוועגס האט איהר א חלק און די געוואלדיגע מצוה, כאפט אריין א מצוה נאך פאר יו"ט און מאכט יעצט די ריכטיגע באשליס, און אפילו אויב דארפט איהר נישט מופן טוט א מצוה און זייט אונז מחזק.
אטעטשמענטס