תגובהדורך בערקא » דאנארשטאג נובעמבער 06, 2014 1:09 pm
היי דיס איס בערקא פראם קנא, ענד איי וואלד לייק טו שעיר וויט יא מיי אפיניאן אן דע האוזינג אישו
1 גייט דער עולם בכלל מופן פון וויליע?
2 אויב יא מופן דאן צו וועלכע געגנט/שטעטל גייט מען מופן?
3 גייט זיך וויליאמפעסט אויסליידיגן?
1 דער עולם מופט שוין! סאטמאר מהר"א גייען קיין ק"י, אדער די בעל הבית'ישערע גייען קיין מאנסי,
סאטמאר מהרי"י גייען אויך היבש קיין ק"י (איינער לכתחילה און א צווייטער מחוסר ברירה) און א טייל קיין מאנסי, (די גרויסע סאטמארע מוסד האט צובאקומען איבער 100 קינדער אין תשע"ד, בלויז פון מענטשן וואס האבן ארויסגעמופט), און א טייל קיין לעיקוואוד, סתם עמך אידן פון פארשידענע קרייזן מופן קיין מאנסי, (זעה די אשכול פון מוסדות אין מאנסי), בעלזא גייען אויך קיין לעיקוואוד.... הקיצור מופן איז שוין א מציאות
2 ווי שוין ערווענט, מופט יעדער ווי זיין הארץ ציעט ס'מערסטע, ממילא איז נישט שייך צו זאגן, דאס ווענדט זיך יעדעס פלאץ ווי אזוי דער קראוד וועט זיך אוועקשטעלן, עסטריעם פרום (אסר'ן בחירות [וועלכע], קינדער דרייוון נישט קיין שגץ בייק, מען איז מוחה אויף סקול דיסטריקט און טריפנע סעלפון געשעפטן), פרום בעל הבית'יש ענליך צו די מעזשאריטי פון ק"י ווילי, מעסיג פרום, ענליך צו רוב חסידישע קרייזן וויזניץ, בעלזא, צאנז, באיאן, ודומיהם, אויפגעקלערט פרום, ע"ע מאנסי, וכו' והבן, ודוק, וד"ל וגאל וחל
3 בפשטות נישט אזוי שנעל, באט נעמענדיג אין באטראכט קרוינהייטס, די איסט סייד, און סאטמאר לעיקוואוד, איז דאס נישט אויסגעשלאסן..... מ'מוז מחלק זיין היינט פון אמאל עס איז אינגאנצן א אנדערע מציאות, אין וויליאמסבורג וואוינען מער אידן ווי עס האבן דאן געוואוינט אין די אלע פלעצער, (ירושלים איז נישט געווארן ליידיג, אפילו די יונגווארג גייען היינט וואוינען אין בית שמש, ביתר, צפת, אשדוד, טברי' וכו') באט יו קען נעווער קנאו!