חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1856
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

געדארפט נעכטן צו זיין א מסיבה פאר נגידים לטובת די מוסדות ביי ר' מעכל סאנדער אינדערהיים, איינער מיט פרטים?
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
קום ועשה
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2016 8:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קום ועשה »

באקסער בוים האט געשריבן:געדארפט נעכטן צו זיין א מסיבה פאר נגידים לטובת די מוסדות ביי ר' מעכל סאנדער אינדערהיים, איינער מיט פרטים?
אטעטשמענטס
Sander.JPG
Sander.JPG (85.89 KiB) געזען 2335 מאל
קום ועשה
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2016 8:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קום ועשה »

Sander 2.JPG
Sander 2.JPG (94.19 KiB) געזען 2332 מאל
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

כה לחי! כה יתן ה' וכה יוסיף!
אז מ'לעבט דערלעבט מען
בעמבא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 417
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 12, 2014 10:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעמבא »

יעצט געהערט די ציפערן וואס עס איז אריינגעקומען ביים נעכטיגען מסיבה.

מי כעמך ישראל !!
העניך
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 27, 2017 1:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העניך »

בעמבא האט געשריבן:יעצט געהערט די ציפערן וואס עס איז אריינגעקומען ביים נעכטיגען מסיבה.

מי כעמך ישראל !!

אפשר זאגסטו די ציפערן?
קום ועשה
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2016 8:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קום ועשה »

העניך האט געשריבן:
בעעמבא האט געשריבן:יעצט געהערט די ציפערן וואס עס איז אריינגעקומען ביים נעכטיגען מסיבה.

מי כעמך ישראל !!

אפשר זאגסטו די ציפערן?


קוק די טעוועלעך אויף די ווענט.
העניך
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 27, 2017 1:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העניך »

קום ועשה האט געשריבן:
העניך האט געשריבן:
בעעמבא האט געשריבן:יעצט געהערט די ציפערן וואס עס איז אריינגעקומען ביים נעכטיגען מסיבה.

מי כעמך ישראל !!

אפשר זאגסטו די ציפערן?


קוק די טעוועלעך אויף די ווענט.

וועלכע טעוולעך? וועלכע ווענט?
קום ועשה
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2016 8:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קום ועשה »

העניך האט געשריבן:
קום ועשה האט געשריבן:
העניך האט געשריבן:
בעמבא האט געשריבן:יעצט געהערט די ציפערן וואס עס איז אריינגעקומען ביים נעכטיגען מסיבה.

מי כעמך ישראל !!

אפשר זאגסטו די ציפערן?


קוק די טעוועלעך אויף די ווענט.

וועלכע טעוולעך? וועלכע ווענט?

מען האט נישט געלייגט קיין טעוועלעך? אה מן הסתם איז עס נישט געמאכט צו שטעלן אין פאבליק :wink:
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3218
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

קום ועשה האט געשריבן:
העניך האט געשריבן:
קום ועשה האט געשריבן:
העניך האט געשריבן:
בעמבא האט געשריבן:יעצט געהערט די ציפערן וואס עס איז אריינגעקומען ביים נעכטיגען מסיבה.

מי כעמך ישראל !!

אפשר זאגסטו די ציפערן?


קוק די טעוועלעך אויף די ווענט.

וועלכע טעוולעך? וועלכע ווענט?

מען האט נישט געלייגט קיין טעוועלעך? אה מן הסתם איז עס נישט געמאכט צו שטעלן אין פאבליק :wink:

כ'ווייס נישט פארוואס ער מאכט אזא מצב, ס'איז בכלל נישט קיין סודות, מ'האט געמאכט איבער $36,000 אויפן פלאץ, און בערך 60 - 70 טויזענט פיק-אפס (צוגעזאגט בלע"ז), דאס אן ערך פון איבער הונדערט טויזנט דאלער! מי כעמך ישראל!
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

איך בין מקנא דעם זכות פון אלע תומכים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

איך בין באמת מקנא דעם זכות פון אלע תומכים פאר די מוסדות התורה אין דזשערזי סיטי
פארשטייט זיך אויך דעם זכות פון די ערשטע נחשונים, וואס האבן זיך ארויסגעצויגן
לויט ווי ס'זעט יעצט אויס וועט אין צען פופצן יאר פון יעצט וואוינען הונדערטער אויב נישט טויזענטער משפחות אין ד.ס.
און אלע זכותים וועט ווערן צוגעשריבן צו די וואס געבן יעצט די פאר דאללער מען זאל קענען אנגיין
מען בעט ממש קליין געלט קעגן דעם גרויסן אינוועסטמענט לתורה ולכבוד השי"ת
אשרי להם ואשרי חלקם!
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

מיין מיינונג איז געווארן סאך מער פרא דזשערזי סיטי נאכן הערן ר' אליעזר קרויס'ס אינטערוויו מיט פאקטישע ציפערן ארום אלעס וואס קאסט דאס לעבן אין דזשוירזי סיטי, די גוטע פרייזן, די גינסטיגע שכר לימוד וואוטשערס, די צוגענגליכקייט צו פרנסות. WOW מ'זעט אז מ'האט ליעב אין הימל ד.ס. - נו זאלן מיר עס נישט ליב האבן?
אז מ'לעבט דערלעבט מען
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

lebediger berel האט געשריבן:מיין מיינונג איז געווארן סאך מער פרא דזשערזי סיטי נאכן הערן ר' אליעזר קרויס'ס אינטערוויו מיט פאקטישע ציפערן ארום אלעס וואס קאסט דאס לעבן אין דזשוירזי סיטי, די גוטע פרייזן, די גינסטיגע שכר לימוד וואוטשערס, די צוגענגליכקייט צו פרנסות. WOW מ'זעט אז מ'האט ליעב אין הימל ד.ס. - נו זאלן מיר עס נישט ליב האבן?

גיי פארשטיי פארוואס מען. מופט נישט און די מאסן
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

דברים אלו האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:מיין מיינונג איז געווארן סאך מער פרא דזשערזי סיטי נאכן הערן ר' אליעזר קרויס'ס אינטערוויו מיט פאקטישע ציפערן ארום אלעס וואס קאסט דאס לעבן אין דזשוירזי סיטי, די גוטע פרייזן, די גינסטיגע שכר לימוד וואוטשערס, די צוגענגליכקייט צו פרנסות. WOW מ'זעט אז מ'האט ליעב אין הימל ד.ס. - נו זאלן מיר עס נישט ליב האבן?

גיי פארשטיי פארוואס מען. מופט נישט און די מאסן

איך מיין די סיבה איז פשוט, אין דזשערזי סיטי איז נישטא איין פראדזשעקט אדער אפילו נישט איין דעוועלאפער, קענסט אויסהערן ר' אליזר וועסטו פארשטיין, דארפסט אליין גיין שאפען א הויז, אליין דיסיידן, אליין זוכן א קאנטראקטער איבערצובויען, יעדער לייגט אריין אייגענע בלוט און שווייס דערין.
און אפשר אביסל קאנסטראקטיווע קריטיק, לויט ר' אליעזר'ן ווערט דער טעלעפאן נישט געענטפערט צו גוט ביי זיי, פשוט ווייל אלעס איז וואלונטירן קיינער מאכט נישט קיין געלט אויף דיר.
נ.ב. דאס איז די סיבה פארוואס איך בין אלץ אויסגעשפראכן קעגן תקנות וכדו' ביי האויזינג, ביטע נישט אוועקפירן דעם אשכול צו דעם
אז מ'לעבט דערלעבט מען
העניך
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 27, 2017 1:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העניך »

הער איך אז לעזער'ן אליינס האט אויפגעטרעטן ביים מסיבה. איז וואר?
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

העניך האט געשריבן:הער איך אז לעזער'ן אליינס האט אויפגעטרעטן ביים מסיבה. איז וואר?

בילד ?
אליעזר קרויס
שר האלף
תגובות: 1172
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר קרויס »

ברוינע באנאנע האט געשריבן:
העניך האט געשריבן:הער איך אז לעזער'ן אליינס האט אויפגעטרעטן ביים מסיבה. איז וואר?

בילד ?



יא איך האב אויפגעטרעטן דארט. עס איז אפציעל נישט געווען קיין בילדער אזוי ווי איך האב זיך אויסגענומען. נישט ווייל איך שעם זיך מיט מיין בילד אדער סיסטעם, נאר פשוט איך בין א וויזשניצער אינגערמאן, און איך נעם נישט קיין בילדער אפילו אינדערהיים אדער שמחות וכדומה. (איך האב אויך נישט קיין איין בילד אלס חתן וכדומה)
א מפתח פון אלע שמועסן
https://drive.google.com/file/d/1-cNMOl ... sp=sharing
crispy
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 4:45 pm

דרשת הרה"ח רבי אליעזר קרויס שליט"א למען חיזוק וביסוס מוסדות התורה בדזשערסי סיטי, ניו דזשערסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך crispy »

איך וועל פרובירן איבערצוגעבן א באריכט פאר'ן עולם, וואו קום איך אן צו דער גאנצער זאך פון דזשערסי סיטי, ווי איך זעהן דער עולם דא איז פון דער עליטע קלאס מענטשן, פאר וועמען דער אייבערשטער האט באשאנקען מיט אביסל מער פרנסה, וואס דאס איז דאס זעלבע ווי איך שטיי, איך בין ב"ה א שיינער בעל פרנסה, און דאס האט מיר געברענגט אז מענטשן זאלן ארויפקומען צו מיר יעדער נאכט, און דאס האט מיר געברענגט איינצוזעהן אז בעצם איז דער עולם אין א פינאנציעלן קריזיס [פיסקע"ל קרייסי"ס], ווצב"ש פאר אכציג-ניינציג פראצענט פונ'ם עולם גייט מען נאך געלט כדי זיי זאלן קענען חתונה מאכן. א ריזיגער עולם קען נישט דעקן די טעגליכע הוצאות, למשל ווען עס קומט פאר פסח קען מען זעהן די גרויסע געלטער וואס גייען אריין פאר קמחא דפסחא. און אין סתם הוצאות יום יום זעהט מען ווי רובא דרובא פון מענטשן קענען נישט אדורכקומען דעם טאג טעגליכן לעבן.
צוליב דעם האב איך אנגעהויבן צו רעדן אויף "קול מבשר" טעלעפאן ליניע, כדי אויפצוקלערן אביסל דעם עולם. מיין ציל איז גראדע געווען צו רעדן אין אנהויב וועגן חתונות, און איך גלייב אז ווען מען רעדט צו די מענטשן, צו דער זייט פון דער מטבע, פארשטייען זיי זייער גוט, אז נישט יעדער איינער דארף ספענדן איבריגע געלט, נאר איינער וואס האט מעג ספענדן, און איינער וואס האט נישט זאל נישט ספענדן, און בעצם איז דאס אויך מיין שיטה, אבער ווען מען רעדט צו די אנדערע מענטשן זיי פארשטייען עס נישט אזוי גוט, און אפילו זיי האבן נישט ווילן זיי נאך אלץ ספענדן.
איז געווען מיין פלאן צו רעדן וועגן דעם, אבער איך בין אנגעקומען אז מען האט אנגעהויבן צו רעדן וועגן דירות, עס זענען דא אזעלכע וואס האבן געהאלטן, אז דירות איז אין גרעסערן בילד א גרעסערער קריזיס ווי יעדער אנדערער זאך.
איך וויל נאר ברענגען א סטאטיסטיק, וואס פריער האט עס שוין איינער פרובירט אפצופרעגן, אבער נאכ'ן מאכן עטליכע טעלעפאן קאל"ס האב איך מברר געווען אז איך שטיי גאנץ גוט מיט מיינע ציפערן. דער סאטאטיסטיק איז ווי פאלגענד: אין די חרדי'שע מוסדות, אין ניו יארק סטעיט אליין, לויט די ציפערן פון די דעפארטמענ"ט או"ו עדיוקעישא"ן פון ניו יארק סטעיט, זענען אין די ארטאהדאק"ס דזשואי"ש סקול"ס דא 152,000 - הונדערט צוויי און פופציג טויזנט קינדער בליעה"ר אנגעהויבן פון קינדערגארטן ביז דער ניינ"ט גרעי"ד, אינגלעך און מיידלעך. איך האב געהאלטן, מען זאל אוועקנעמען פינף און צוואנציג פראצענט פאר פלעטבוש, און פייו"ו טאונס אד"ג. האט מיר איינער מעורר געווען אויף דעם אז עס איז נישט ריכטיג, ער טענה'ט אז עס איז פופציג פראצענט, האב איך געמאכט עטליכע טעלעפאן קאלל"ס און איך האב געזעהן אז עס איז נישט ממש אזוי, עס איז זיכער נענטער צו פינף און צוואנציג פראצענט ווי צו פופציג פראצענט, ווייל עס איז דא גרויסע חלקים פון פלעטבוש וועלכע שיקן אין פובליק סקולס, איך רעד פון די וועלכע וואוינען אין די צווישן געגנטער און אזוי אויך די בוכארישע אידן וועלכע שיקן אין פובליק שולע. על כל פנים עס בלייבט איבער אז אין די ארטאדאק"ס דזשואי"ש סקול"ס זענען דא 152,000 קינדער בליעה"ר, און ווען מען רעכנט אראפ די מאדערנע בלייבט איבער בערך, 117,000 קינדער בליעה"ר. אז מען צעטיילט עס אין האלב, מיידלעך און אינגלעך, ווייל די אינגלעך גייען אלע חתונה האבן קיין ארץ ישראל..., אבער די מיידלעך בלייבט איבער 58,000 מיידלעך בליעה"ר, ד. ה. אז יעצט לערנען אין די סקולס אין די חרדי'שע מוסדות אין ניו יארק סטעיט אליין, אן רעכענען דזשערסי סיטי, אין ניו יארק סטעיט אליין זענען דא 58,000 מיידלעך בליעה"ר, וואס זיי גייען אי"ה חתונה האבן אין די קומענדיגע פופצן יאר. א מיידל וואס איז יעצט אין קינדערגארטן, און איז אלט צווישן פיר און פינף יאר, וועט אין פופצן יאר ארום זיין צווישן ניינצן און צוואנציג יאר.
מען וועט זיך אנהויבן צו טענה'ן אויף ציפערן, דאן קען מען אראפנעמען צען פראצענט פון מיידלעך וועלכע וועלן חתונה האבן שפעט אד"ג, רעכן עס ווי אזוי דו ווילסט, לאמיר זאגן מען האלט ביי פופציג טויזנט מיידלעך, עס וועלן דארפן צוקומען פופציג טויזנט פרישע דירות אין די קומענדיגע פופצן יאר, יעצט וויפיל דירות זענען דא יעצט? אין בארא פארק, וויליאמסבורג, מאנסי, מאנרא, אינאיינעם איז נישטא קיין פופציג טויזנט משפחות, עס איז דא בערך אכט און פערציג טויזנט משפחות, דאס הייסט כלל ישראל וועט זיך אי"ה טאפלען אין ניו יארק סטעיט אליין אין פופצן יאר.
די נומערן ווערן שרעקעדיגער ווען מען קוקט ווייטער, [דער עולם רופט זיך אן אז עס איז זייער גוט אזוי] עס איז טאקע זייער גוט פון איין זייט, אבער פון דער אנדערער זייט איז עס א שרעק. דעריבער זענען מיר דא כדי עס זאל נישט זיין קיין שרעק.
וואס איז דער לעזונג פאר דעם פראבלעם, נישט אז עס זאלן קומען דעוועלאפער"ס, וואס איך לאדן אייך אלע איין, איר זאלט קומען און דעוועלאפן געגנטער, און בויען און פארקויפן ווייל עס זענען אלעמאל דא די פוילע מענטשן וועלכע וועלן נישט גיין צו אזעלכע פלעצער ווי דזשערסי סיטי, זיי דארפן האבן כשולחן ערוך ומוכן לפניהם, עס מוז זיין גרייט מיט אלע פיטשעווקעס און נאר אזוי גייט ער מופן. אבער די לעזונג גייט נישט קומען פון דעם וועג, עס איז נישט שייך אז די דעוועלאפער"ס זאלן נאכקומען דעם פארלאנג, די לעזונג גייט קומען פון אזא געגנט ווי דזשערסי סיטי, וואו עס האבן זיך אויפגעהויבן אפאר אידן, און זיי זענען אוועקגעגאנגען פון דער שטאט וואו זיי וואוינען און זיך אריבערגעכאפט צו א צווייטער שטאט, און פון דארט גייט מען גיין צו א דריטע, און פון דארט צו א פערטע, און זיך אויסשפרייטן, נישט ווארטן אויף קיין עסקנים, די עסקנים וועלן שוין נאכקומען. אבער נישט ווארטן אויף זיי, מען הייבט אן און מען שפרינגט אריין.
יעצט ווען איינער העלפט דזשערסי סיטי, העלפט ער נישט בלויז דזשערסי סיטי, ער העלפט דעם עתיד פון כלל ישראל, ער העלפט אז עס זאל נישט זיין קיין שרעק דער פאקט אז עס גייט זיין פינף טויזנט חתונות א יאר, אדער צען טויזנט חתונות א יאר, עס זאל זיין א נחת, אז עס איז דא צען טויזנט חתונות א יאר, אבער עס איז נישט נאר אז ער העלפט דזשערסי סיטי, דזשערסי סיטי איז א סימבאל פון וואס עס דארף דא זיין.
מענטשן קוקן עס אן און מען וויל עס נאכטוהן, פון אלע זייטן, צו עס איז ענליך אביסל צו דעם אין סטעטן איילענד, אין מאנטיסעלא, פאר יעדן סארט מענטש דארפן זיין אנדערע געגנטער, און דזשערסי סיטי, איז א סימבאל, א רא"ל מאדע"ל ווי אזוי די זאכן דארפן אויסזעהן
עס זעהט אויס אז דער עולם דא איז א סאטמארער עולם, און יעדער איינער טראכט, אדער האט געטראכט, אדער וואלט געטראכט, וואלט געקענט טראכטן, מען ליינט אמאל ווי אזוי מען האט זיך געמוטשעט אין די ערשטע יארן אין אמעריקע, ווי אזוי דער סאטמאר רב איז געקומען, און מען האט געדארפט האבן פינף טויזנט דאלאר, איז מען ארויף צו יענעם איד, האט ער געגעבן א זעקס און דרייסיג דאלאר, און מען טראכט אסאך מאל, משוגעים, ווען איך וואלט דארט געווען, ווען איך האב דאס געלט, וואלט איך עס אפגעווישט אין א מינוט, איך וואלט געגעבן פינף טויזנט דאלאר, אפילו צען טויזנט דאלאר, אפילו הונדערט טויזנט דאלאר, וואס הייסט? מען בויעט דעם עתיד פון כלל ישראל.
אבער די היסטאריע חזר'ט זיך איבער, עס איז דא יעצט דער געלעגנהייט צו בויען דעם עתיד פון כלל ישראל, מיט די פאר טויזנט דאלאר וואס מען גיבט, נישט די פאר טויזנט, די סאך טויזנט דאלאר, און עס ענדיגט זיך נישט ביי דזשערסי סיטי, עס קומען נאך געגנטער און נאך געגנטער, און מען העלפט דא ארויס דעם עתיד פון כלל ישראל. סיי מיט דעם וואס מען העלפט זיי בויען נייע געגנטער, און סיי מען העלפט מיט דעם וואס אזוי ווי מען האט געשמועסט, אז מיר געפונען זיך אין א פיסקע"ל קרייסי"ס, צו ווען עס קומט חתונה מאכן, צו ווען עס קומט אנדערע זאכן. קודם אז מען נעמט אראפ דעם עול פון רענט און פון מארגעדזש, פון די אבנארמאלע ציפערן, ציפערן וואס מענטשן צאלן היינט מער פון הונדערט פראצענט פון זייער אינקאם פאר האוזינ"ג, און פרעגט מיך נישט ווי אזוי, ווייל איך גלייב אז יעדער איינער האט ערגעץ באגראבן די קשיא, איינער האט געבארגט פון אים, צו עס איז א שוואגער, צו עס איז א ברודער, צו עס איז א חבר, און מען צאלט נישט צוריק.
מען איז אין א פיסקע"ל קרייסי"ס, און עס איז דא דערין נאך א זאך, אז דער עצם זאך ווי אזוי מען מאכט היינט חתונה, האט נישט קיין שום פשט, עס האט נישט קיין שום הגיון, און די איינציגסטע זאך וואס מען דארף טוהן איז, מען דארף אויפקראכן דעם נוס, אביסל ארויסקוקן פון דער באקס, מען דארף אויפהערן מיט דעם משוגעת, אז יעדער איינער מוז טוהן דאס זעלבע, דזשערסי סיטי, איז אביסל אן ענטפער אויף דעם, דזשערסי סיטי קומט זאגן "עס גייט מיך נישט אן, איך פייף אן די גאנצע וועלט, און איך טוה וואס עס איז ריכטיג פאר מיר".
איך בין געווען היינט אין דזשערסי סיטי, און איך האב געפרעגט אסאך אידן, ווי אזוי האבן אייערע עלטערן געשטיצט די זאך פון זיך ציהען אהער, כמעט יעדער איינער האט געהאט א נעגאטיוון ענטפער, עס זענען דא טאטעס וועלכע טוען נאך נאכלויפן די קינדער ביז היינט, על כל פנים, עס איז א שווערע זאך, און מען דארף אנפייפן די וועלט, און האפענטליך וועלן זיי עס אויך איבער'חזר'ן ווען זיי וועלן גיין חתונה מאכן, ווען זיי וועלן גיין בר מצוה מאכן, ווען זיי וועלן גיין מאכן וואך-נאכט'ס, זיי זאלן נישט דארפן האבן קיין שמארגער"ס באור"ד וואס קאסט דריי א האלב טויזנט דאלאר, פשוט ווייל מען מאכט א וואך נאכט, יעדער איינער ווייסט פון וואס איך רעד, ווייל יעדער איינער האט שוין געהאט גענוג עקספיריענס אין דעם נושא.
דער אייבערשטער זאל העלפן, מען זאל האבן שכל, עס איז יעצט דא א געלעגנהייט, צו בויען כלל ישראל. מען בויעט דזשערסי סיטי, און דזשערסי סיטי איז דער נחשון פון די נחשונים, דער נחשון פון א געגנט וואס בויעט זיך אן קיין שום שטיצע פון דעוועלעפארס וכדומה למיניהם. דער עולם צו וועמען מען האט גערעדט זענען העכסט צופרידן, די קינדער וועמען איך האב געפרעגט זענען העכסט צופרידן, ווען מען פרעגט זיי אויב זיי ווילן צוריקגיין
אויף וויליאמסבורג, זאגן זיי, בשום אין אופן, זיי ווילן דא בלייבן. איך פארשטיי עס נישט ווייל איך קום פון מאנסי, איך ווייס נישט ווי אזוי מען דרייט זיך אויף יענע גאסן, מיט די שווארצע דארטן, איך האב געוואלט אינטערוויו'ען אפאר גוים אויך, זיי האבן אבער נישט געוואלט רעדן ווייל זיי האבן געזעהן אז עס איז דא א רעקארדער, זעהט אויס זיי האבן נישט פארשטאנען וואס איך וויל. איך האב זיי געזאגט איך וויל פשוט וויסן איבער דעם געגנט, האבן זיי געזאגט ניין, זיי וועלן ענדערש נישט רעדן.
די טאטעס זענען צופרידן, סיי פון די מוסדות, סיי פונ'ם בית המדרש, סיי פונ'ם רב שליט"א און סיי פונ'ם געגנט, באמת איך וואוין אין מאנסי, איך וואלט געגאנגען די פארקערטע זייט, איך וואלט געגאנגען צו א דארף מיט עטליכע הינער און מיט עטליכע ציגעלעך, אבער אז מען זעהט דא אז עס זענען דא מענטשן וועלכע האבן הנאה פון דעם וועג פון לעבן, איז עס א מורא'דיגער געגנט וואס זיי האבן הנאה דערפון, מענטשן האבן הנאה פון די הייזער, עס איז שיינע הייזער גוט אהערגעשטעלט, מען צאלט פרוטות ממש פאר רענט, איינער האט מיר געזאגט ער פלעגט צאלן דריי און צוואנציג הונדערט דאלאר פאר א אכט הונדערט סקווער פוס אפארטמענט, ער האט מיר נישט געזאגט ווי גרויס עס איז די יעצטיגע אפארטמענט, אבער יעצט צאלט ער זעקס הונדערט דאלאר, נאכ'ן פארדינגען, וואס דאס איז מארגעדז"ש און טעק"ס אריינגערעכנט.
דאס איז א ברכה צו מאכן, דאס איז א סוקסעס וואס מען דארף נאכמאכן, דער סוקסעס איז שוין דא מען דארף נאר צוהעלפן צו האלטן דעם סוקסעס אויף ווייטער.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן די זכיה, ביי צדקה דארף מען אלעמאל האבן די זכיה זוכה צו זיין צו דער זאך, איר זאלט האבן די זכיה זוכה צו זיין צו העלפן בויען כלל ישראל אויף ווייטער בשורות טובות.
העניך
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 27, 2017 1:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העניך »

אליעזר קרויס האט געשריבן:
ברוינע באנאנע האט געשריבן:
העניך האט געשריבן:הער איך אז לעזער'ן אליינס האט אויפגעטרעטן ביים מסיבה. איז וואר?

בילד ?



יא איך האב אויפגעטרעטן דארט. עס איז אפציעל נישט געווען קיין בילדער אזוי ווי איך האב זיך אויסגענומען. נישט ווייל איך שעם זיך מיט מיין בילד אדער סיסטעם, נאר פשוט איך בין א וויזשניצער אינגערמאן, און איך נעם נישט קיין בילדער אפילו אינדערהיים אדער שמחות וכדומה. (איך האב אויך נישט קיין איין בילד אלס חתן וכדומה)

שלום עליכם
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

אליעזר קרויס האט געשריבן:
ברוינע באנאנע האט געשריבן:
העניך האט געשריבן:הער איך אז לעזער'ן אליינס האט אויפגעטרעטן ביים מסיבה. איז וואר?

בילד ?



יא איך האב אויפגעטרעטן דארט. עס איז אפציעל נישט געווען קיין בילדער אזוי ווי איך האב זיך אויסגענומען. נישט ווייל איך שעם זיך מיט מיין בילד אדער סיסטעם, נאר פשוט איך בין א וויזשניצער אינגערמאן, און איך נעם נישט קיין בילדער אפילו אינדערהיים אדער שמחות וכדומה. (איך האב אויך נישט קיין איין בילד אלס חתן וכדומה)

איך וויל דיר נאר זאגן א גרויסע שכח ענדליך האב מיר איינער וואס רעדט צום זאך פליז גיי אן ווייטער ביז די זעסט פירות !! ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אליעזר קרויס
שר האלף
תגובות: 1172
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר קרויס »

איך ליין יעצט איבער די דרשה די ערשטע מאל, און איך מיין גראדע אז עס איז גוט. שטארקע פאוינטס.
א מפתח פון אלע שמועסן
https://drive.google.com/file/d/1-cNMOl ... sp=sharing
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18238
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

אליעזר קרויס האט געשריבן:איך ליין יעצט איבער די דרשה די ערשטע מאל, און איך מיין גראדע אז עס איז גוט. שטארקע פאוינטס.

גאר גוט. שכח
העניך
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 27, 2017 1:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העניך »

אליעזר קרויס האט געשריבן:איך ליין יעצט איבער די דרשה די ערשטע מאל, און איך מיין גראדע אז עס איז גוט. שטארקע פאוינטס.

די קומסט אריין משוגע קלאר

קיעפ אן
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

ר' אליעזר איר זאגט זייער גוט,
אויף קול מבשר בין איך אייך נאך נישט אנגעקומען צו הערן אבער ליינענדיג דא אייער דרשה זעט אויס אז איר האט א גוטן לשון לימודים און פיינע פוינט'ס

כה לחי,
זוכט איר דוי?
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

אליעזר קרויס האט געשריבן:איך ליין יעצט איבער די דרשה די ערשטע מאל, און איך מיין גראדע אז עס איז גוט. שטארקע פאוינטס.

שטארקע דרשה, ביי די וועי כ'האב זייער הנאה ווי אזוי די רעדסט אפן און צום זאך נישט דיפלמאטיש זיך געפעלן וכו' די זאגסט די פאקטן און פנים אריין (אפילי די עד פון קול מבשר זאגסטע אז ס'טעיסט נישט גוט) קיפ איט אפ !
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”