די חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי, ניו זשערסי

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1451
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

וויכטיגע פארזאמלונג מיט די מעדיצינישע עקספערטן - מאנטאג וירא הבעל"ט

תגובהדורך צולייגער » זונטאג אוקטובער 29, 2017 5:47 pm

עס איז שוין היינט ברייט באקאנט דער אויפבליה פונעם חרדי'שן ישוב אינעם גרינוויל געגנט אין דזשערסי סיטי, וואו נאנט צו זעכיג משפחות האבן שוין קונה שביתה געווען דארט און געניסן פון הרחב הדעת אין ליכטיגע און לופטיגע הייזער פאר גאר ביליגע פרייזן, מיט יעדן פארבייגייענדן טאג הערט מען פון נאך משפחות פון דעם היימישן ברוקלין, וואו די לעבנס קאסטן גרייכן צו גאר הויכע שטאפלען, וואס הייבן אן באטראכטן מיט א נענטערן בליק די אפציע פון זיך אריבערקלייבן אין דעם נייעם עיר ואם בישראל, און פאקטיש איז אויף די קומענדיגע פאר וואכן שוין פארהאן געסקעדזשולט עטליכע קינדער געבענטשטע משפחות - וועלכע האבן אפגעשיבט דאס זיך אריבערציען צו דעם ישוב ווילאנג עס זענען נישט אוועקגעשטעלט די מוסדות התורה מיט קלאסן פאר די יארגענג פון זייערע קינדער שיחי' - וואס האבן שוין אצינד, מיט די ערעפענונג פון די מוסדות התורה דגרינוויל, באשטעלט דעם מאווינג טראק, און מאכן די לעצטע צוגרייטונגע צו אריבערמופן און אנהייבן א לעבן פון הרחבת הדעת, אנע דאגות פון דעקן די הימלשרייענדע קאסטן פאר א קליינטשיגע אויסגעוואקסענע דירה.

מיט יעדן פארבייגייענדן טאג הערט מען פון נאך פעולות לטובה וועלכע ווערן אונטערגענומען פון די געטרייע עסקנים, סיי די עסקני יעזורו וועלכע שטייען על משמר העבודה צו מסדר זיין דעם ישוב מיט אירע געברויכן, רוחניות'דיגע ווי גשמיות'דיגע. און צו דער זעלבער צייט גרופירן זיך די אנשי עצה ומעש צווישן די תושבי העיר וועלכע זענען מטכס עצה וויאזוי מען קען פארבעסערן און פארגרינגערן דאס לעבן פאר די היימישע איינוואוינער, מיטן צושטעלן די וויכטיגע געברויכן פאר די תושבי העיר, און העלפן צום עווענטועלן אויפבוי פון דעם נייעם חסיד'ישן ישוב.

באזונדער איז כסדר ערווענט געווארן, סיי פון תושבי העיר און סיי פון די וועלכע האבן גענומען אין באטראכט זיך אריבערצוציען דארט, דער געברויך פאר א געטרייע שטאב פון דאקטוירים, וועלכע זאלן זיין סיי עקספערטן אין דעם מעדיצינישן פעלד, און ווי אויך צו זיין באקאנט מיט די טעמעס וועלכע פאראינטערסירן אידישע משפחות, סיי אלס קינדער-געבענטשטע משפחות וועלכע זענען שטארק פאקוסירט אויף האלטן א הויכע סטאנדארט פון לעבנס קוואליטעט, און סיי צו פארשטיין און מיטארבעטן מיט די אידישע געברויכן און הלכות וואס אנבאלאנגט די מעדיצינישע וועלט, א נושא וועלכע איז זייער פארצווייגט און קאמפליצירט אין די אויגן פון דאקטוירים וועלכע האבן נישט צופיל ערפארנונג מיט די חרד'ישע באפעלקערונג.

דעריבער ווערט מיט גרויס פרייד געמאלדן, אז אין ליכט פון די אינטענסיווע פעולות פון די עסקני הישוב אין צוזאמענאברבעט מיט די נארטה-דזשערסי אידישע ביזנעס אלייענס, וועלכע ווערט אנגעפירט דורך דעם דינאמישן עסקן ר' דוד ראזענבערג הי"ו פון יוניאן סיטי וועלכער שטייט אין שפיץ פון פילע פעולות צו פארבעסערן דעם לעבנס קוואליטעט פאר אנ"ש וועלכע האבן אויסגעקליבן פאר זייער וואוינארט דעם צפון חלק פון דעם גארטן-שטאַט, אריינגערעכנט די גאנצע סביבה פון די האדסאן און בערגען קאונטיס, ווערט אראנזשירט א ברייטער לאנטש וואו עס וועלן אראפקומען עטליכע באגאבטע דאקטוירים פון דעם דזשערסי סיטי מעדיקל סענטער נעץ, און וועט זיין געווידמעט צו זיך באקענען פון דער נאנט מיט די חסיד'שע איינוואוינער פון דעם ישוב אין גרינוויל, און אדרעסירן דעם נאטורליכן זארג פון אידישע מאמעס איבער א נאנטע פארשטענדעניש און צוזאמענארבעט איבער די אויבנדערמאנטע טעמעס.

ווי פארשטענדליך איז דאס א בשורה טובה סיי פאר די איצטיגע איינוואוינער און סיי פאר צוקונפטיגע תושבים, אז מען האט אנגעקניפט די נויטיגע באציאונגען מיט די מעדיצינישע אינסטאנצן, און מארגן מאנטיג וועלן אי"ה די אמות הבנים והבנות, די נשים צדקניות פון דזשערסי סיטי, אריבערקומען און זיך באקענען פון דער נאנט מיט א רייע דאקטוירים, וועלכע האבן לאנגע יארן ערפארונג אין פעלד פון פידיעטריקס און פרויען-אנגעלעגנהייטן, וועלכע קוקן ארויס אויף א נאנטע און אחריות'דיגע קשר מיט די תושבי העיר, צו אלעמענס צופרידנהייט..
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

העניך
שר מאה
תגובות: 233
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 27, 2017 1:02 pm

תגובהדורך העניך » זונטאג אוקטובער 29, 2017 6:15 pm

2 משפחות מופן די וואך
דעס וואס איך ווייס אפשער נאך

פרוכת
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 21, 2014 10:21 am

תגובהדורך פרוכת » דינסטאג אוקטובער 31, 2017 8:32 pm

ברוכים הבאים
צוגעלייגטע
04348537-E8C6-4950-B156-493FFB9C3D69.jpeg
04348537-E8C6-4950-B156-493FFB9C3D69.jpeg (441.92 KiB) געזעהן 2435 מאל

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5049
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » דינסטאג אוקטובער 31, 2017 8:43 pm

וועלכע גאס איז דאס ?
קודם כל, סאיז פעיק נוז. והשנית, אבאמא איז שולדיג. שלישית טראמפ איז גערעכט מיט דעם.
#מעיק-אמעריקע-גרעיט-אגעין.

פרוכת
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 21, 2014 10:21 am

תגובהדורך פרוכת » דינסטאג אוקטובער 31, 2017 11:18 pm

בוידעם האט געשריבן:וועלכע גאס איז דאס ?

פולטון סטריט. וואוינען שוין א שיינע פאר יודושע משפחות אויף דעם גאס

חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1088
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובהדורך חלהדעקל » דינסטאג אוקטובער 31, 2017 11:46 pm

די וואך פארלירט וויליאמסבורג איינעם פון אונזערע געשמאקסטע ניקים דא בעולמנו המכונה..... וואס זעקלט זיך אריבער צום נייעם אויפבליענדען ישוב אין זשערסי סיטי,

בברכת צאתכם ובואכם לשלום, ובכל אשר תפנה תצליח.

הכו"ח ידידך
חלה דעקל
1 + 1 = חלה דעקל...

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2523
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » מיטוואך נובעמבער 01, 2017 2:03 am

חלהדעקל האט געשריבן:די וואך פארלירט וויליאמסבורג איינעם פון אונזערע געשמאקסטע ניקים דא בעולמנו המכונה..... וואס זעקלט זיך אריבער צום נייעם אויפבליענדען ישוב אין זשערסי סיטי,

בברכת צאתכם ובואכם לשלום, ובכל אשר תפנה תצליח.

הכו"ח ידידך
חלה דעקל


העי "לכאורה" מופט דאך צו א 845 עריעקאוד... אה סאו נישט ער... סארי...
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1088
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובהדורך חלהדעקל » מיטוואך נובעמבער 01, 2017 10:59 am

נודה לך האט געשריבן:
חלהדעקל האט געשריבן:די וואך פארלירט וויליאמסבורג איינעם פון אונזערע געשמאקסטע ניקים דא בעולמנו המכונה..... וואס זעקלט זיך אריבער צום נייעם אויפבליענדען ישוב אין זשערסי סיטי,

בברכת צאתכם ובואכם לשלום, ובכל אשר תפנה תצליח.

הכו"ח ידידך
חלה דעקל


העי "לכאורה" מופט דאך צו א 845 עריעקאוד... אה סאו נישט ער... סארי...

נאופס, רעדט מען פון א צווייטן, (ביי @לכאורה דארף מען נישט מאכן קיין פינטעלעך, ער האט שוין כמה פעמים געשריבן דא אז ער פלאנט/וויל מופן)

עניוועיס, נאך אביסל בלייבן די מיט עריע קאוד 718 די מינדערהייט דא...
1 + 1 = חלה דעקל...

קום ועשה
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2016 8:21 pm

תגובהדורך קום ועשה » מיטוואך נובעמבער 01, 2017 6:17 pm

New Bus.PNG
New Bus.PNG (642.94 KiB) געזעהן 1842 מאל

גליקליכער
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 2:02 pm
לאקאציע: עיר התורה והחסידות בלומינגבורג

תגובהדורך גליקליכער » מיטוואך נובעמבער 01, 2017 6:21 pm

קום ועשה האט געשריבן:
New Bus.PNG


קידוש ה'!
געמאכט די החלטה, און ענדליך "ארויס פון די באקס"!

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1343
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » מיטוואך נובעמבער 01, 2017 6:22 pm

חלהדעקל האט געשריבן:די וואך פארלירט וויליאמסבורג איינעם פון אונזערע געשמאקסטע ניקים דא בעולמנו המכונה..... וואס זעקלט זיך אריבער צום נייעם אויפבליענדען ישוב אין זשערסי סיטי,

בברכת צאתכם ובואכם לשלום, ובכל אשר תפנה תצליח.

הכו"ח ידידך
חלה דעקל

ער וועט שויניש זיין אין בוידעם, נאר אין א שיינע גרויסע הויז ב"ה...

פרוכת
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 21, 2014 10:21 am

תגובהדורך פרוכת » מיטוואך נובעמבער 01, 2017 7:43 pm

יהא בואם לברכה
צוגעלייגטע
DBF65A0E-179A-4439-AA7E-611A3876B8C3.jpeg
DBF65A0E-179A-4439-AA7E-611A3876B8C3.jpeg (198.05 KiB) געזעהן 1777 מאל

לחיים ולשלום
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 7:15 pm

תגובהדורך לחיים ולשלום » מיטוואך נובעמבער 01, 2017 7:54 pm

זעט אויס ווי דאס איז פון די נייע קאנדא דירות, וואס איז נישט לאנג צוריק געווען אדווערטייזט דא

אוועטאר
כאפצעם
שר שבעת אלפים
תגובות: 7918
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך נובעמבער 01, 2017 7:59 pm

זבחי צדק האט געשריבן:
חלהדעקל האט געשריבן:די וואך פארלירט וויליאמסבורג איינעם פון אונזערע געשמאקסטע ניקים דא בעולמנו המכונה..... וואס זעקלט זיך אריבער צום נייעם אויפבליענדען ישוב אין זשערסי סיטי,

בברכת צאתכם ובואכם לשלום, ובכל אשר תפנה תצליח.

הכו"ח ידידך
חלה דעקל

ער וועט שויניש זיין אין בוידעם, נאר אין א שיינע גרויסע הויז ב"ה...

וואףףףףףףף.... מזל טוב!! זאל עס זיין מיט אסאך מזל און ברכה!

קום אריין מיט א געהעריגע אפדעיט, אקעי יעצט ביזטו ביזי.. אבער נאך א טאג צוויי ברויכן מיר א געהעריגע ארטיקל כמו שכתוב..
פיין טונד מאשין

יונה
שר האלף
תגובות: 1095
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » מיטוואך נובעמבער 01, 2017 8:24 pm

קום ועשה האט געשריבן:
New Bus.PNG

שפאגל נייע באס! דאָסי גוטע נייע נייעס!

זאבי ריינער
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:04 am

תגובהדורך זאבי ריינער » מיטוואך נובעמבער 01, 2017 9:58 pm

א נחת צו זעהן ווי די שטאט ריקט זיך אין א גוטע ריכטונג.
כן יעזור ה׳ להלאה !

אוועטאר
zibala
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 15, 2010 5:19 pm

תגובהדורך zibala » דאנארשטאג נובעמבער 02, 2017 12:02 am

השם עמכם גבורי חיל,
יסכרו פי העצלנים וואס ווארטען אז מע זאל טוהן, ווייל אליינס קאן מען נישט, און יעדער איינער איז שולדיג פארוואס ער צוקוועטשט זיך אין שטאט,

וואס זעמען די היצטיגע ציפערן און גרינוויל?
שבעה מי יודע!?

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1451
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דאנארשטאג נובעמבער 02, 2017 12:08 am

57
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

ווילעךיא
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 26, 2015 1:18 am

תגובהדורך ווילעךיא » זונטאג נובעמבער 05, 2017 2:11 am

מזל טוב גרינוויל. הרב ראזענבוים האט געעפענט די וואך זיין בית מדרש אויף מירטעל עוועניו.
דאס מיינט דריי בתי מדרשים אין שטאט קעיה"ר. מען האט געדאווענט 10.30 שבת צופרי.
הרב ראטה זאגט אז ער פלאנט שוין צו עפענען חנוכה זיין בית המדרש אויף פיערסעל עוו. די ביהמ"ד גייט אי"ה האבן א מקוה אויך.
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה...

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1451
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » זונטאג נובעמבער 05, 2017 7:36 am

די ביהמ"ד אויף מוירטל וועט אי"ה אויך האבן א מקוה ביז אפאר וואכן.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

ווילעךיא
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 26, 2015 1:18 am

תגובהדורך ווילעךיא » זונטאג נובעמבער 05, 2017 8:00 am

צולייגער האט געשריבן:די ביהמ"ד אויף מוירטל וועט אי"ה אויך האבן א מקוה ביז אפאר וואכן.

לפי זה איז מער בייגעפאלן א טייטש אויף ברוך הטוב והמטיב על הבשורה טובה
ברוך... געלויבט איז דער פון אויבן, הטוב... וואס האט געמאכט אז יעצט איז גוט, והמטיב... און ער מאכט נאך בעסער,

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1343
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » זונטאג נובעמבער 05, 2017 8:45 am

ווילעךיא האט געשריבן:מזל טוב גרינוויל. הרב ראזענבוים האט געעפענט די וואך זיין בית מדרש אויף מירטעל עוועניו.
דאס מיינט דריי בתי מדרשים אין שטאט קעיה"ר. מען האט געדאווענט 10.30 שבת צופרי.
הרב ראטה זאגט אז ער פלאנט שוין צו עפענען חנוכה זיין בית המדרש אויף פיערסעל עוו. די ביהמ"ד גייט אי"ה האבן א מקוה אויך.
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה...

57\4 =?

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1451
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » זונטאג נובעמבער 05, 2017 9:02 am

זבחי, איינער האט דיר שוין אמאל געזאגט אז דו האסט א שנעלע תפיסה?
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1343
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » זונטאג נובעמבער 05, 2017 9:03 am

צולייגער האט געשריבן:זבחי, איינער האט דיר שוין אמאל געזאגט אז דו האסט א שנעלע תפיסה?

פאסט נישט פאר קאזינ'ס זיך צו טשעפענען....

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1451
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » זונטאג נובעמבער 05, 2017 9:09 am

דו האסט אנגעהויבן :)
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט