די חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי, ניו זשערסי

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

ב שולם
שר חמש מאות
תגובות: 772
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 18, 2018 8:25 pm

תגובהדורך ב שולם » דינסטאג דעצמבער 10, 2019 1:08 pm

עירמאנט'ער האט געשריבן:וואס גייט פאר?

viewtopic.php?p=2052342#p2052342

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1990
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » דינסטאג דעצמבער 10, 2019 10:13 pm

.
לעצט פאראכטן דורך וואס טוט זיך אום מיטוואך דעצמבער 11, 2019 7:04 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

בר דעת
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » דינסטאג דעצמבער 10, 2019 10:30 pm

זייעט נישט אן קיין איבריגע פאניק ווי עס פעלט נישט אויס. די ישוב אין דזשערסי סיטי וועט בעזרת השם זיך צווואקסען פי כמה אין די קומענדיגע חדשים און יארן. אם ה' לא ישמר עיר שווא שקד שומר.

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמש מאות
תגובות: 720
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 12:29 am

דאס האט געקענט פונקט אזוי געשעהן אין וויליאמסבורג, מאנסי אדער בלומינגבורג ר''ל.
די מערדער זענען לאו דוקא פון דזשערזי סיטי.

זייט אידן וואוינען אין דזשערזי סיטי זענען געווען ווייניגער אנטיסעמיטישע אינצידענטן דארט ווי אין וויליאמסבורג אדער בארא פארק. די שטאט א גאלדענע צוקונפט.
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

אשר בחר בנו
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 24, 2019 1:58 am

חזק ואמץ

תגובהדורך אשר בחר בנו » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 1:39 am

טייערע ברודער תושבי ד'זשערסי סיטי,
חזק ואמץ, שטארק'ס ענק, און טרייסט'ס ענק!

כלל ישראל איז פאראייניגט און שפירט מיט - מיט אייער צער, ווייטאג, נאך אזא שווערע טאג און איבערלעבעניש.

נסתרו דרכי ה', כאטשיג די צער איז גאר גרויס, ברויך מען וויסען אז מיר מוז'ן נישט און דארפן נישט אלעס פארשטיין. א יעדע זאך האט א חשבון, און מען דארף גלייבען אז פאר אונזער טובה האט דאס געדארפט פארסירען.

איי, וואס טובה, ווען טובה, ווי קען דען זיין אפילו א פינטעלע גוט'ס און אזא שרעקליכע פאסירונג?

ברויך מען צו האלט'ן פאר די אויגען, אז פונקט ווי ווען א טאטע שטראפט אמאל זיין קינד פאר אן עוולה וואס ער האט געטון, און דאס קינד וויינט און פארפירט, און דאס קינד קען נישט פארשטיין אדער זעהן גוט'ס און די שטראף, אבער דאס טאטע פארשטייט שוין איינמאל אז ער טוט יעצט א טובה פארן קינד.

אזוי אויך איז דא, אונז פארשטיימער טאקע נישט, אבער אונזער טאטע און הימל ווייסט וואס עס איז גוט פאר אונז, און אז ער האט אזוי געטוהן האט עס א חשבון!!

און יעצט א פערזענדליכע נקודה,
איר אלע דזשערסי סיטי איינוואוינער האט געמאכט א דרייסטישע באשלוס ווען איר האט זיך אהינגעצויגען,
זייענדיג אן ארץ לא זרועה, נישט האבענדיג קיין שום אידישע איינשטאלטען, האט איר זיך אהינגעצויגען, און איר פלאגט זיך אויף טריט און שריט אופצובויען א עתיד פאר אייערע קינדער, אייניקליך און פאר גאנץ כלל ישראל ,
און יעצט פלוצלונג אזא טראגדיע אזא בראך, ווי הייבט מען זיך אן צוזאם צו קלויבען, וואס זאגט מען פאר די קינדער, וואס איז די פלאן אויף ווייטער.

געוויסע זאגן שוין א הספד אויפן נייעם ישוב, און זאגן שוין פאראויס נביאות און עתידות אז קיין שום בר דעת וועט זיך שוין נישט אהינצוען. און עס קען זיך אריינ'גנב'ענען מחשבות און מח, צו איר האט געטוהן די ריכטיגע שריט מיט'ן זיך אהינציען.

זאלט איר וויסען, כלל ישראל איז מיט אייך, און די ישוב גייט און ערגעץ, איטץ הער טו סטעי.. ווי מען זאגט.

שטארק'ט אייך, און קוקט אויף די גוטע חלקים, איר האט באוויזען דאס אומגלויבליכע און אזא קורצע שטרעקע פון דריי יאר,

אן די אפציעלע שטיצע פון א גרויסע קהלה, האט איר און דריי יאר אויפגעשטעלט

א תלמוד תורה וואס האט זיך נישט וואס צו שעמען פאר עני גרויסע תלמוד תורה, געלונגענע טאפ אויף די ליין מנהלים און מלמדים. 3 בנינים, און מען באצאלט צייטליך די איינגעשטעלע.

א מיידל שולע וואס שעמט מיט איר גוט נאמען, געלונגענע קריקעלים, טיטשורס און פרונצעבלס.

א טראנפארטאציע דעפט.

א צענטראלע בית מדרש, און מנינים צענטער, וואס אגב מען האט עס שוין אויסגעוואקסן און מען האלט אינמיטען בויען א פראכט פון א נייע שול.

פינף קלענערע בתי מדרשים, א מקוה טהרה, גראסערי און פיש סטאר, מיליכע דעלי און בעקעריי, קינדער קליידוג סטאר, טעגליכע טראנפארטאציע צו ברוקלון און נאך....

נאכאמאל, דאס אלעס האט איר געטון אליינס! איר זענט היראוס! די אלע זאכן איז הער טו סטעי און גייט און ערגעץ נישט. איר זענט איבערגעקומען גענוג שטרויכליכען, און איר וועט דאס אויך איבערקומען.

די אטאקע היינט, איז ווי מען ווייסט שוין יעצט געווען געצילט קעגען אידן, און עס האט גארנישט מיט דזשערסי סיטי צו טוהן, עס וואלט פונקט אזוי געקענט פארסירען און נוי יארק השי"מ, די רוצחים קומען נישט פון דארט, וואס פארשטיי מיר אונז פארוואס פונקט דארט האט עס פארסירט?

צוויי מענער זענען געווען דארט און געשעפט, איינער פון זיי וואוינט און דזשערסי סיטי, און איינער פון זיי וואוינט און ברוקלין. דער וואס וואוינט און דזשערסי סיטי איז ארויס אומבאשעדיגט. און דער וואס וואוינט און ברוקלין איז נעבעך אזוי טראגיש אומגעקומען,

נסתרים דרכי ה', אבער טאטע! והנגלות לנו, אונז בעט מיר דיר, אנטפלעק אונז דיין גוט'ס אפילו און אזעלכע טונקעלע מינוט'ן,

מעט מן האור דוכה הרבה חושך,

אונז גלייב מיר, אונז גלייב מיר מער, אונז גלייב מיר תושבי דזשערסי סיטי וועלן זיך מערן.

בר דעת
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 1:50 am

עס קומען אריין שמועות בשם עסקנים פון יהדות החרדית אין גרעיטער ניו יארק אז אויף קומענדיגע שבת פרשת וישב הבעל"ט ווערט אי"ה געפלאנט א גרויסע שבת חיזוק פאר די תושבי זשערסי סיטי. צענדליגער געסט, קרובי משפחה און ידידים פון תושבי זשערסי סיטי, וועלן אי"ה פראווענען די שבת בתוככי העיר, און דערביי ארויסווייזען שטיצע פאר זייער קרובים און ידידים תושבי זשערסי סיטי.

אויף מוצאי שבת ווערט אי"ה געפלאנט א גרויסע מלווה מלכה צוזאמען מיט א סעודת הודאה, ווי עס וועט זיך באטייליגען הונדערטער געסט מכל רחבי ניו יארק.

מתון מתון
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 9:04 pm

תגובהדורך מתון מתון » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 2:28 am

מעג מען מאכן א סעודת הודאה ווען עס האט געקאסט 4 נפשות נקיות?
מעשי ידי טבעו בים ואתם אומרים שירה?
ישב בדד וידום כי נטל עליו. כי בעל הגזירות נטל עליו גזירה זו (רש"י)
איך שרייב כמעט נישט ווייל צופיל איז שוין פארמעקט געווארן. נירו לכם ניר ואל תזרעו אל קוצים.

געוואלטיג
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

תגובהדורך געוואלטיג » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 3:01 am

אויב די שיסער האבן געצילט אידן איז זיכער אז מן הדין דארף יעדער דארט וואס איז ארויס לעבעדיג מאכן א סעודת הודאה אבער אפילו אויב נישט דארפן עטליכע וואס זענען געווען אין געשעפט און ארויס לעבעדיג מאכן א סעודה און מסתם אויך גומל בענטשן בשם ומלכות

ביללער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 10, 2018 1:47 am

תגובהדורך ביללער » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 4:26 am

גרויסע חיזוק? אפשר מיינט מען גרויסע הספדים, גרויסע התעוררות

קאפ און אקסל
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 24, 2017 9:11 am

תגובהדורך קאפ און אקסל » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 7:13 am

אשר בחר@זייער טרעפליכע ווערטער, וואס טוט זיך@ ביטע מעק דיין תגובה, מען דארף זייער נזהר וואס מען שרייבט, דא רעדט מען פון אידן וואס האבן מיט מסירת נפש גענימען די דרייסט אין זיך ארויס געצויגן צי א נייע ישוב.

טראק דרייווער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

תגובהדורך טראק דרייווער » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 7:43 am

וואס טוט זיך האט געשריבן:א גרויסע קלאפ די קהילה געכאפט.
אויב איינער האט געטראכט פון מופן גייט ער עס יעצט איבערטראכטן 20 מאל.

וואס גייט זיין מיט א גראסערי פארן עולם??


שטותים והבלים, איך גלייב נישט אז איינער מיט שכל גייט טראכטן אזוי ווי דיר. איך טראכט גראדע פון זיך מופן אויף ספעיס ווייל דארט קומט נישט פאר קיין טעראר אטאקע'ס.

האט נישט גארנישט מיט זשורסי סיטי, עס איז ליידער א טעראר אטאקע, אלע וויליאמסבורגע בתי מדרשים זאלן פליז אויך שטעלן גארד'ס, מען ברויך טוהן די מינדעסטע השתדלות, ווארט'ס נישט עס זאל ח"ו עפעס געשעהן.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3450
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 7:45 am

קאפ און אקסל האט געשריבן:אשר בחר@זייער טרעפליכע ווערטער, וואס טוט זיך@ ביטע מעק דיין תגובה, מען דארף זייער נזהר וואס מען שרייבט, דא רעדט מען פון אידן וואס האבן מיט מסירת נפש גענימען די דרייסט אין זיך ארויס געצויגן צי א נייע ישוב.

@אשר בחר בנו זאגט זייער גוט און אמת'ע חיזוק רייד. כ'זעה נישט פארוואס ער זאל עס מעקן.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1484
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 7:47 am

וואס טוט זיך האט געשריבן:א גרויסע קלאפ די קהילה געכאפט.
אויב איינער האט געטראכט פון מופן גייט ער עס יעצט איבערטראכטן 20 מאל.

וואס גייט זיין מיט א גראסערי פארן עולם??

ריכטיג, אזויווי טויזענטער אנטלויפן יעצט פון די מסוכנ'דיגע מאנסי (נאך די שוידערליכע שטעכעריי)...

טראק דרייווער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

תגובהדורך טראק דרייווער » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 7:52 am

nmi האט געשריבן:
קאפ און אקסל האט געשריבן:אשר בחר@זייער טרעפליכע ווערטער, וואס טוט זיך@ ביטע מעק דיין תגובה, מען דארף זייער נזהר וואס מען שרייבט, דא רעדט מען פון אידן וואס האבן מיט מסירת נפש גענימען די דרייסט אין זיך ארויס געצויגן צי א נייע ישוב.

@אשר בחר בנו זאגט זייער גוט און אמת'ע חיזוק רייד. כ'זעה נישט פארוואס ער זאל עס מעקן.


האסט נישט פארשטאנען, ער רעדט צו צוויי מענטשן, צו אשר בחר זאגט ער: זייער טרעפליכע ווערטער, און צו וואס טוט זיך זאגט ער: ביטע מעק דיין תגובה
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

קאפ און אקסל
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 24, 2017 9:11 am

תגובהדורך קאפ און אקסל » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 7:53 am

nmi האט געשריבן:
קאפ און אקסל האט געשריבן:אשר בחר@זייער טרעפליכע ווערטער, וואס טוט זיך@ ביטע מעק דיין תגובה, מען דארף זייער נזהר וואס מען שרייבט, דא רעדט מען פון אידן וואס האבן מיט מסירת נפש גענימען די דרייסט אין זיך ארויס געצויגן צי א נייע ישוב.

@אשר בחר בנו זאגט זייער גוט און אמת'ע חיזוק רייד. כ'זעה נישט פארוואס ער זאל עס מעקן.


איך האב מיך באצויגן צי וואס טוט זיך@, נישט צי אשר בחר@.

טראק@ האקט.

אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

תגובהדורך ליינער » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 7:54 am

וואס טוט זיך האט געשריבן:א גרויסע קלאפ די קהילה געכאפט.
וואס גייט זיין מיט א גראסערי פארן עולם??


לויט באריכטען וועט די בארימטע נייע גראסערי W Fresh פון וויליאמסבורג דעליווערען בחינם קיין זשערסי סיטי די קומענדיגע צייט ווילאנג מעו גייט קענען עס צוריק אויפמאכען
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3450
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 8:09 am

קאפ און אקסל האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
קאפ און אקסל האט געשריבן:אשר בחר@זייער טרעפליכע ווערטער, וואס טוט זיך@ ביטע מעק דיין תגובה, מען דארף זייער נזהר וואס מען שרייבט, דא רעדט מען פון אידן וואס האבן מיט מסירת נפש גענימען די דרייסט אין זיך ארויס געצויגן צי א נייע ישוב.

@אשר בחר בנו זאגט זייער גוט און אמת'ע חיזוק רייד. כ'זעה נישט פארוואס ער זאל עס מעקן.


איך האב מיך באצויגן צי וואס טוט זיך@, נישט צי אשר בחר@.

טראק@ האקט.

Whoops. איים סארי
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
moishy56
שר שבעת אלפים
תגובות: 7081
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 8:16 am

1.
וויפיהל היימישע 'שוהלען' איז דא אין דזערזי סיטי?

2.
וויפיהל היימישע 'Grocery Stores' איז דא אין דזערזי סיטי?

3.
וויפיהל היימישע משפחות וואוינען אין דזערזי סיטי?

4.
איך הער אז רובא דרובא תושבים אין דזערזי סיטי, שטאמען פון וויליאמסבורג.
ווי לאנג געדויערט צופארן פון וויליאמסבורג צו אין דזערזי סיטי?

אוועטאר
Silent
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 03, 2013 11:41 am

תגובהדורך Silent » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 9:13 am

moishy56 האט געשריבן:1.
וויפיהל היימישע 'שוהלען' איז דא אין דזערזי סיטי?

אינמיטן די וואך איינס, שבת פיר
2
וויפיהל היימישע 'Grocery Stores' איז דא אין דזערזי סיטי?

1
3.
וויפיהל היימישע משפחות וואוינען אין דזערזי סיטי?

ארום הונדערט
4.
איך הער אז רובא דרובא תושבים אין דזערזי סיטי, שטאמען פון וויליאמסבורג.
ווי לאנג געדויערט צופארן פון וויליאמסבורג צו אין דזערזי סיטי?

צווישן 40 מינוט און א שעה

אוועטאר
יצחקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 31, 2015 3:14 pm

תגובהדורך יצחקי » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 9:34 am

די פלאן פון שבת דשערזי סיטי איז א געוואלדיגע איידיע שטארקע חיזוק אין אויך גוט פאר די מידיע

אוועטאר
יצחקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 31, 2015 3:14 pm

תגובהדורך יצחקי » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 10:05 am

איז שוין דא דיטעילס פון די געפלאנטע שבת?

בר דעת
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 10:08 am

ווי עס הייסט יעצט ווערט די שבת זשערסי סיטי געפלאנט אויף קומענדיגע וואך פרשת וישב ככלות השבעה פון די שרעקליכע טראגעדיע, דאס קומט אויס תיכף פאר חנוכה ווען עס איז די פאסיגע עת להודות, נישט די וואך פרשת וישלח ווען מען האלט נאך ביי די עת ספוד.

אשר בחר בנו
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 24, 2019 1:58 am

עיני עיני ירדו מים

תגובהדורך אשר בחר בנו » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 1:47 pm

עיני עיני ירדו מים
כלל ישראל לכתה בכפלים

אוי מה היה לנו,
מה הקב"ה מבקש מאתנו,

לאה מינדל, א מאמע פון דריי,
אוועק פון אזא געזינדעל, אן זיך געזעגענן פון זיי,
און געשעפט צו אלע קונדען אזוי געטריי,
אוי טאטע, עס טוט וויי
אונז בעט מיר, כפר אויף אונז פארציי,

משה צבי, א בחור מלא וגדוש
אזוי געוואלט אויפשטעלן א בית חדש
ליידער זאגט מען שוין הקדוש

ווען מען באגלייט ענק לחיי עולמים
בעט מען השם ינקם דמם
עליה השלם כל הקרבנות כלום

אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלף
תגובות: 1256
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 16, 2014 11:51 pm

תגובהדורך עירמאנט'ער » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 2:18 pm

אשר בחר בנו האט געשריבן:עיני עיני ירדו מים
כלל ישראל לכתה בכפלים

אוי מה היה לנו,
מה הקב"ה מבקש מאתנו,

לאה מינדל, א מאמע פון דריי,
אוועק פון אזא געזינדעל, אן זיך געזעגענן פון זיי,
און געשעפט צו אלע קונדען אזוי געטריי,
אוי טאטע, עס טוט וויי
אונז בעט מיר, כפר אויף אונז פארציי,

משה צבי, א בחור מלא וגדוש
אזוי געוואלט אויפשטעלן א בית חדש
ליידער זאגט מען שוין הקדוש

ווען מען באגלייט ענק לחיי עולמים
בעט מען השם ינקם דמם
עליה השלם כל הקרבנות כלום



זייער שיין.

מרת פערענץ האט געארבעט אין דעם געשעפט?
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1990
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 7:03 pm

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:א גרויסע קלאפ די קהילה געכאפט.
אויב איינער האט געטראכט פון מופן גייט ער עס יעצט איבערטראכטן 20 מאל.

וואס גייט זיין מיט א גראסערי פארן עולם??

ריכטיג, אזויווי טויזענטער אנטלויפן יעצט פון די מסוכנ'דיגע מאנסי (נאך די שוידערליכע שטעכעריי)...

גראדע האבעך נישט געמיינט צו זאגן איינער וואס וואוינט דארט נאר איינער וואס האט געפלאנט צו מופן דארט.
און זייער גערעכט אז ס'וואלט געקענט געשען אין ווילי אויך, אבער למעשה האט יעדע מענטש אן אינסטינקט און רוב מאך קען זיך נישט די שכל איבערקומען איבער די אינסטינקט.
(ווי אויך האבעך עס געשריבן נאכפאר מ'האט געוואוסט ס'איז אן אינטיסעמיטישע אטאקע, נאר א פשוטע דראג באנדע)

אבער גערעכט, עס טאקע נישט געדארפט שרייבן.


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט