די חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי, ניו זשערסי

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פשוט'ער אידל
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 02, 2013 9:08 pm

תגובהדורך פשוט'ער אידל » מיטוואך אפריל 08, 2015 7:42 pm

מ'דארף נישט מער ווי הונדערט איגעלייט אנצוהייבן. (די וואס קויפן יעצט זענען גרייט איינמאל ס'איז דא 20 משפחות. איך פערזענליך וועל פילן באקוועם נאר מיט הונדערט) די פארברעכן ראטעס גייען שנעל פאלן, און פרייזען גייען שנעל שטייגן.

פארגעס נישט, די פרייזן זענען א פערטל פון מאנרא טאקע ווייל די געגנט איז שווארץ. איינמאל מיר ריקן זיך אריין גייט עס ווערן טייערער, אבער נישט געזארגט, טייערערהייט איז עס נאך סאך ביליגער פון וומס"ב און ... אפילו פון מאנרא
written using the Meshimer web filter

ברוקלינער יונגערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 951
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 08, 2015 1:04 am

תגובהדורך ברוקלינער יונגערמאן » מיטוואך אפריל 08, 2015 7:51 pm

פשוט'ער אידל האט געשריבן: איך פערזענליך וועל פילן באקוועם נאר מיט הונדערט


איך פערזענליך האלט אז די אלע וואס זאגן 'נאר נאך הונדערט' (און ס'דא זייער אסאך, כ'מיין נישט דיר) האלטן נישט ביים מופן און ס'וועט זיין הונדערט וועלן זיי טרעפן א אנדערע תירוץ פארוואס נישט צו מופן... (הונדערט איז צו ווייניג, 200 וועל איך שוין גיין)
ס'נאך א וועג וויאזוי אוועק צו שטופן די געדאנקען נוסח וויליאמסבורג

סראלי
שר ששת אלפים
תגובות: 6104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

תגובהדורך סראלי » מיטוואך אפריל 08, 2015 7:57 pm

הרב פשוטער אידל. די מהלך צו מסביר זיין אז אין וויליאמסבורג און אין אנדערע געגנטער איז אויכעט דא היבש קריים וועט ווארשיינליך נישט ארבעטן... אפילו שיינע ווייבסייטס ווייזן סטאטיסקיס לכאן ולכאן. (דו וואלסט מסתם נישט שפאצירט אין געוויסע געגנטער בייטאג און זיכער נישט ביינאכט אפילו די סטאטיסטיקס ווייזן אנדערש.)

די מציאות פון דא און פון דא דארט רעדן פאר זיך אליין. הייזער זענען דארטן ׳משוגע ביליג׳ פאר א סיבה. (טראצדעם וואס עס איז ממש נעבן מאנהעטן...) צו בארשט דארף מען נישט קיין ציין...

צו די וועמען איך האבן גערעדט וואס טראכטן פון אהינגיין זאגן מיר קלאר, מיר ווייסן אז דער מצב טויג נישט, אבער פאר די נישטיגע סומע פאר א הייזקעלע מיט א דרייוועי איז עס ווערד אויסצואשוויצן.

אויב ווילסטו באמת מסביר זיין פאר עמיצן איבער דאס פלאץ גיי אין זייערע פיסטריט. ״דאס פלאץ איז טאקע ביליג און שלעכט, אבער אויב וועלן זיך אידן באזעצן וועט עס בעסער ווערן.״

בעז״ה וועט מען מיט דעם מהלך שטארק מצליח זיין.
ישראל אשר בך אתפאר

סראלי
שר ששת אלפים
תגובות: 6104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

תגובהדורך סראלי » מיטוואך אפריל 08, 2015 8:14 pm

ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:
פשוט'ער אידל האט געשריבן: איך פערזענליך וועל פילן באקוועם נאר מיט הונדערט


איך פערזענליך האלט אז די אלע וואס זאגן 'נאר נאך הונדערט' (און ס'דא זייער אסאך, כ'מיין נישט דיר) האלטן נישט ביים מופן און ס'וועט זיין הונדערט וועלן זיי טרעפן א אנדערע תירוץ פארוואס נישט צו מופן... (הונדערט איז צו ווייניג, 200 וועל איך שוין גיין)
ס'נאך א וועג וויאזוי אוועק צו שטופן די געדאנקען נוסח וויליאמסבורג
ישראל אשר בך אתפאר

אן פרעשער
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 02, 2015 11:27 am

תגובהדורך אן פרעשער » מיטוואך אפריל 08, 2015 8:17 pm

סראלי האט געשריבן:
ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:
פשוט'ער אידל האט געשריבן: איך פערזענליך וועל פילן באקוועם נאר מיט הונדערט


איך פערזענליך האלט אז די אלע וואס זאגן 'נאר נאך הונדערט' (און ס'דא זייער אסאך, כ'מיין נישט דיר) האלטן נישט ביים מופן און ס'וועט זיין הונדערט וועלן זיי טרעפן א אנדערע תירוץ פארוואס נישט צו מופן... (הונדערט איז צו ווייניג, 200 וועל איך שוין גיין)
ס'נאך א וועג וויאזוי אוועק צו שטופן די געדאנקען נוסח וויליאמסבורג

אוועטאר
פשוט'ער אידל
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 02, 2013 9:08 pm

תגובהדורך פשוט'ער אידל » מיטוואך אפריל 08, 2015 8:23 pm

טעות. איך בין נישט "נאך" הונדערט. איך האב זיך איינגעשריבן צו זיין פון די הונדערט. אבער נישט איך בין די נושא דא
written using the Meshimer web filter

בעמבא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 12, 2014 10:19 pm

תגובהדורך בעמבא » מיטוואך אפריל 08, 2015 8:35 pm

פאר מען ברענגט עסקנים צו ברעין וואשן דעם עולם נישט זיך צו שרעקן פון יענע געגנט, דארף מען קודם סטאפן מיטן ברעין וואשן דעם עולם אויף די פאקערטע.

סוף כל סוף טוען דא אידן א שריט וואס האט א מעגליכקייט צו ראטווען דעם עתיד און פארגרינגערין דעם הוה, און כולי עלמא מודה אז דא איז נישט דא קיין שטארקע אייגענע אינטערסנטס.

נו אויב אזוי וואס פעלט אויס זיך אזויפיל צו קאכן אין די חסרונות פון די פלאטץ (ווען יעדע פלאטץ האט זיך זיינע אייגינע) און נאך פון צייט צו צייט אריינווארפען השערה'ס וואס צוברעכט די וואס זענען יא אינטעסטירט זיך שוין ארויסצוזעהן פון זייער ביז יעצטיגע קעדש.

איך בין מודה אז מען טאר נישט גיין אין ווואנט אריין און מען דארף זיין פארזיכטיג, אבער דאך מיז מען זיך אביסל צו מאכן די אויגן אין אריינשפרינגן , און סתם קייען נאכמאל און נאכמאל די חסרונות און עס אויפבלאזן כאילו מען רעדט דא פון סכנות נפשות איז א געוואלדיגע אחריות.

לא תעמוד על דם ריעך!!

מיר מיזן זיכן די וועג ארויס פון די פראבלעם.

נישט זיך קאכן אין די פראבלעם.

כן נראה לעניית דעתי.

גליטשעדיג
שר חמש מאות
תגובות: 512
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

תגובהדורך גליטשעדיג » מיטוואך אפריל 08, 2015 9:17 pm

דאס דארף מען פארשטיין אז עס גייט נישט ווערן א נייע אידישע יישוב און אלעס וועט פארן פון זיך אליינס על מי מנוחות. ביליגע גרויסע הייזער גאנץ נאנט אן קיין פראבלעמען.
נאר וואס דען א דבר שבקדושה דארף אנקומען שווער און מען דארף זיין אנטשלאסן אז מען גייט עס אדורכפירן, וועט עס בעזהשי״ת פאסירן. וזכות הרבים תלוי בכם.

עס דארף געשאפן ווערן א קהלה קאסע פארן וועד הישוב צו וואס יעדער זאל מוזן איינצאלן א סכום הגון, לאמיר זאגן צען פופצן אלפים צו קענען ווערן א מעמבער. וואס מיט דעם זאל מען דעקן די קאסטן פון מייסד זיין דעם ישוב. (אדער קען מען שאפן א גביר מיט פארשטאנד וואס פארשטייט דעם תועלת).
און ארויפלייגן קעמערעס אויף אלע דירות וואס געהערן פאר אידן. און די ערשטע זאך אויפשטעלן א חברה שומרים. און אפילו דינגען א גארד פאר שבת. אזוי ווייטער שטעלן א וועד זאל זיך ספראווען מיט אלע ענינים הנוגעים.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מיטוואך אפריל 08, 2015 9:31 pm

בעמבא ;l;p-

פאפענדעקל
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 23, 2015 3:39 pm

תגובהדורך פאפענדעקל » מיטוואך אפריל 08, 2015 9:34 pm

בעצם בין איך א שטארקע חסיד פון די גאנצע זאך. (אין פאקט, כהאב שטארק געטראכט צו זיין פון די עשרה ראשונים ) אבער איין נקודה באדערט מיר שטארק און האלט מיר צוריק פון נעמען שריט, און דאס איז די פאקט אז עס איז נישט דא קיין יחיד אדער קאמפעני וואס זאגט ״אונז זעמער עס ״ עס פיהלט זיך עפעס ווי מטוט אלעס אויף די אייגענע האנט און מ'וועט נאך דארפן אסאך שוויצן דא ביז עפעס וועט ווערן.

איך פיהל אז עס פעהלט נאך אסאך אסאך עסקנות אז דא זאל זיין עפעס א דבר הראוי, איך בין נישט באקוועם ארומצוגיין מיט א גוישן בראוקער קוקן דירות וואס מדארף יעדעס מאל פרעגן דעם טענענט רשות צו קוקן די דירות אוו זיכער מאכן אז יענער איז אינדערהיים בעפאר.

מיר פערזענליך וואלט נישט געשטערט צו צאלן מער מיט א צוואנציג אלפים פאר די פרייז פון זיין רואיג און וויסן אז איך בין נישט קיין מניח מעותיו על קרן הצבי, עס איז דא איינער אינטשארדז.

פארוואס קען נישט זיין קיין ליסט פון 30 דירות מיט דיטעילד אינפא אויף יעדע פון דעי?

בקיצור מיין פילינגס זענען אז דא זענען נאכנישט פארמישט די ריכטיגע עסקנים דערפאר. און סאיז א גרויסע שאד, איך אליינס האב שוין געהערט די זעלבע ווערטער פון אסאך פאראינטרעסירטע ..

מיט דעם האב איך יוצא געווען די מצוה פון מחאה!

סראלי
שר ששת אלפים
תגובות: 6104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

תגובהדורך סראלי » מיטוואך אפריל 08, 2015 9:37 pm

די איידלקייט און צוגעלאזנקייט פון די וואס טוען דערין איז צום באגריסן.

מ׳לויפט נישט נאך קיינעם. מ׳פארקויפט נישט קיין שקרים. מ׳פארשפרעכט נישט פאר קיינעם וויאזוי ס׳גייט אויסקוקן.

ס׳איז דיר אינטערעסאנט דעם געדאנק פון דזשערסי סיטי?
וועט מען דיר געבן נומערן פון בראוקערס אין די געגנט וואס וועלן זיך געטריי אפגעבן און ארומווייזן די הייזער וואס זענען צום פארקויפן. אויך וועט מען דיר העלפן מיט מארטדעדזש בראוקערס וואס קענען נעמען די זאך צום נעקסטן שטאפל.

מ׳ארבעט אינאיינעם. די אלע וואס שליסן זיך אן האבן איין מטרה. יעדער פרובירט צו טון אלצדינג צו ברענגען די זאך נענטער צו א רעאליטעט.

לאמיר האפן און בעטן אז זיי זאלן האבן סיעתא דשמיא אויף טריט און שריט.
ישראל אשר בך אתפאר

בעמבא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 12, 2014 10:19 pm

תגובהדורך בעמבא » מיטוואך אפריל 08, 2015 9:51 pm

@פאפנדעקל איך האב פריער געשריבן בקיצור די זעלבע זאך וואס דו זאגסט, א כוח פון עסקנות וואלט שטארק צו געהלפן דא.
אבער פון די אנדערע זייט איז טאקע אזוי ווי סראלי זאגט, ארבטען אליינס אן קיין קהילה אדער דעוועלאפער האט שטארקע מעלות!

לאמיר האפן זאכן וועלן זיך שטעלן אין פלאטץ.

אן פרעשער
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 02, 2015 11:27 am

תגובהדורך אן פרעשער » מיטוואך אפריל 08, 2015 10:08 pm

ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:
פשוט'ער אידל האט געשריבן: איך פערזענליך וועל פילן באקוועם נאר מיט הונדערט


איך פערזענליך האלט אז די אלע וואס זאגן 'נאר נאך הונדערט' (און ס'דא זייער אסאך, כ'מיין נישט דיר) האלטן נישט ביים מופן און ס'וועט זיין הונדערט וועלן זיי טרעפן א אנדערע תירוץ פארוואס נישט צו מופן... (הונדערט איז צו ווייניג, 200 וועל איך שוין גיין)
ס'נאך א וועג וויאזוי אוועק צו שטופן די געדאנקען נוסח וויליאמסבורג


נעכטן זאגט מיר א אינגערמאן:
איך וואלט "באמת" געווען דערביי צו מופן אין א נייע ישוב, אבער נישט ווען עס עפנט זיך אויף א פאר ישובים אויפאמאל, איך וועל ענדערש ווארטן 5 יאר צו זעהן וועלכע סוועט זיך אויסארבעטן די שענסטע..

פעילט נישט קיין תירוצים ב"ה!

moneyMINDED
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm

תגובהדורך moneyMINDED » מיטוואך אפריל 08, 2015 10:54 pm

אלס איך וויל יוצא זיין מצות מחאה און איך וויל העלפען מיט אזא פראיעקט מיט וואס איך קען , אבער דאס קען איך זיכער העלפן , קוקטס גוט איבער וועט איר זען אז די אלע שווארצקוקערס און ווילן אנשרעקן דעם עולם וואס האבן געשריבן אויף די לעצטערע בלעטער זענען די זעלבע שרייבערס און מיך זעט עס אויס ווי זיי האבן אן אזשענדע צו וועגן זיי האבן מיט אנדערע פראיעקטן אדער ווייס איך וואס , זיך נישט לאזן פון סתם פארפירערעס ווען די נושא פון דירות איז א שאלה פון פיקוח נפש , יעדע פלאץ קען מען טרעפען חסרונות אין אנשרעקן פרויען און סאיז זייער גרינג צו קאלט מאכן , די פאקט איז אז מענטשן מאכן קאפי פעיסט אין לייגן אויף גרופס די זאכן דא און ס'פארט ארום און מענטשן דערציילן נאך אין מקוה וואס מעזעט דא , אבער דאס איז זיכער סאיז סתם מענטשן וואס ווילן דא קאלט מאכן , כאב גארנישט מיט די מקום אבער מעטאר נישט סתם אינטערברעכן , יונגעלייט ארבעטען דארפן מען זיי העלפן , ווען סאיז אינוועסטערס אין בלומענבורג למשל געטס א קוק רוב בלעטער שרייען און פארפירן גאנצע לאנגע בלעטער אז יתכן אז מעזאל גיין וואינען וואס איין אינוועסטער אוינט אלעס און ער גייט אלעס באגנבענען , דא שרייען די זעלבע פארקערט , אן אינוועסטערס טאר מען נישט גיין היתכן יונגעלייט פירן זיך א אייגענע מלוכה אין ווילן פירן דעם עולם אין באד אריין אין לעיקוואד שרייען זיי אז סאיז ליטוויש אין אזוי ווייטער , אלע געגענטער קענען זיך בדרך הטבע אויסארבעטען טאמער די עולם האלט ביים גיין , פון שמועסן אין מקוה וועט גארנישט ווערן , אז אויף ראש השנה וועלן וואינען 100 משפחות אין זשערסי סיטי איז עס א פאקט און סאיז א שטעטל אן קיים שום זארג און מורא , און סאיז מעגליך הייזער איז דא גענוג , איבערבויען נעמט נישט לאנג , נאר איין זאך מענטשן דארפען ווילן מופן

סראלי
שר ששת אלפים
תגובות: 6104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

תגובהדורך סראלי » מיטוואך אפריל 08, 2015 10:56 pm

moneyMINDED האט געשריבן:אלס איך וויל יוצא זיין מצות מחאה און איך וויל העלפען מיט אזא פראיעקט מיט וואס איך קען , אבער דאס קען איך זיכער העלפן , קוקטס גוט איבער וועט איר זען אז די אלע שווארצקוקערס און ווילן אנשרעקן דעם עולם וואס האבן געשריבן אויף די לעצטערע בלעטער זענען די זעלבע שרייבערס און מיך זעט עס אויס ווי זיי האבן אן אזשענדע צו וועגן זיי האבן מיט אנדערע פראיעקטן אדער ווייס איך וואס , זיך נישט לאזן פון סתם פארפירערעס ווען די נושא פון דירות איז א שאלה פון פיקוח נפש , יעדע פלאץ קען מען טרעפען חסרונות אין אנשרעקן פרויען און סאיז זייער גרינג צו קאלט מאכן , די פאקט איז אז מענטשן מאכן קאפי פעיסט אין לייגן אויף גרופס די זאכן דא און ס'פארט ארום און מענטשן דערציילן נאך אין מקוה וואס מעזעט דא , אבער דאס איז זיכער סאיז סתם מענטשן וואס ווילן דא קאלט מאכן , כאב גארנישט מיט די מקום אבער מעטאר נישט סתם אינטערברעכן , יונגעלייט ארבעטען דארפן מען זיי העלפן , ווען סאיז אינוועסטערס אין בלומענבורג למשל געטס א קוק רוב בלעטער שרייען און פארפירן גאנצע לאנגע בלעטער אז יתכן אז מעזאל גיין וואינען וואס איין אינוועסטער אוינט אלעס און ער גייט אלעס באגנבענען , דא שרייען די זעלבע פארקערט , אן אינוועסטערס טאר מען נישט גיין היתכן יונגעלייט פירן זיך א אייגענע מלוכה אין ווילן פירן דעם עולם אין באד אריין אין לעיקוואד שרייען זיי אז סאיז ליטוויש אין אזוי ווייטער , אלע געגענטער קענען זיך בדרך הטבע אויסארבעטען טאמער די עולם האלט ביים גיין , פון שמועסן אין מקוה וועט גארנישט ווערן , אז אויף ראש השנה וועלן וואינען 100 משפחות אין זשערסי סיטי איז עס א פאקט און סאיז א שטעטל אן קיים שום זארג און מורא , און סאיז מעגליך הייזער איז דא גענוג , איבערבויען נעמט נישט לאנג , נאר איין זאך מענטשן דארפען ווילן מופן
ישראל אשר בך אתפאר

moneyMINDED
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm

תגובהדורך moneyMINDED » מיטוואך אפריל 08, 2015 10:57 pm

[quote="בעמבא"]@פאפנדעקל איך האב פריער געשריבן בקיצור די זעלבע זאך וואס דו זאגסט, א כוח פון עסקנות וואלט שטארק צו געהלפן דא.
אבער פון די אנדערע זייט איז טאקע אזוי ווי סראלי זאגט, ארבטען אליינס אן קיין קהילה אדער דעוועלאפער האט שטארקע מעלות!

אין בלומענבורג שרייבט מען אז סאיז נאר סאטמאר און מעקען נישט גיין וועגן סעגשטימט בני יואל ביזט סתם דא קאלט צו מאכן , ווילסט נישט מופן , זיי שטיל מאך נישט קאלט קיין אנדערע ,

moneyMINDED
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm

תגובהדורך moneyMINDED » מיטוואך אפריל 08, 2015 11:01 pm

פאפענדעקל האט געשריבן:בעצם בין איך א שטארקע חסיד פון די גאנצע זאך. (אין פאקט, כהאב שטארק געטראכט צו זיין פון די עשרה ראשונים ) אבער איין נקודה באדערט מיר שטארק און האלט מיר צוריק פון נעמען שריט, און דאס איז די פאקט אז עס איז נישט דא קיין יחיד אדער קאמפעני וואס זאגט ״אונז זעמער עס ״ עס פיהלט זיך עפעס ווי מטוט אלעס אויף די אייגענע האנט און מ'וועט נאך דארפן אסאך שוויצן דא ביז עפעס וועט ווערן.

איך פיהל אז עס פעהלט נאך אסאך אסאך עסקנות אז דא זאל זיין עפעס א דבר הראוי, איך בין נישט באקוועם ארומצוגיין מיט א גוישן בראוקער קוקן דירות וואס מדארף יעדעס מאל פרעגן דעם טענענט רשות צו קוקן די דירות אוו זיכער מאכן אז יענער איז אינדערהיים בעפאר.

מיר פערזענליך וואלט נישט געשטערט צו צאלן מער מיט א צוואנציג אלפים פאר די פרייז פון זיין רואיג און וויסן אז איך בין נישט קיין מניח מעותיו על קרן הצבי, עס איז דא איינער אינטשארדז.

פארוואס קען נישט זיין קיין ליסט פון 30 דירות מיט דיטעילד אינפא אויף יעדע פון דעי?

בקיצור מיין פילינגס זענען אז דא זענען נאכנישט פארמישט די ריכטיגע עסקנים דערפאר. און סאיז א גרויסע שאד, איך אליינס האב שוין געהערט די זעלבע ווערטער פון אסאך פאראינטרעסירטע ..

מיט דעם האב איך יוצא געווען די מצוה פון מחאה!



שמעקט פון א אינטערייסער , די האלטסט נישט ביים מופן אין שוין זאג נישט נאך אנדערע פאר אינטערסירטע האבן דיך געזאגט , זיי זענען נישט אינטערסירט , רוף נישט אן די פארשטייערס אז זיי זענען פאראינטערסירט

אז עפעס ארבעט זיך נישט אויס קענסט עס עניטיים פארקויפן אדער פארדינגן פאר אינוועסטעמענט , מערעדט פון 10 טויזענט דאון פעימענט אין מיט א לאו אינטערעסט מארגעזש , מיט נאך אפאר נישטיגע דאלאר עס איבערצופיקסן

פאפענדעקל
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 23, 2015 3:39 pm

תגובהדורך פאפענדעקל » מיטוואך אפריל 08, 2015 11:01 pm

איך האב הנאה פון דיין אפטעמיסטישקייט! הלואי והלואי זאל טאקע אזוי זיין! און איך וויל זיך אויך פאררעכענען צווישן די הינדערט..

קען זיין כהאב געשריבן צו נעגעטיוו, אבער כהאב נישט געמיינט קיינעם אפצוקיהלן, איך האב נאר געשריבן לתועלת הענין און איך האף אז עס וועט טאקע ווערן מער ארגענעזירט לטובת כולנו.

פאפענדעקל
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 23, 2015 3:39 pm

תגובהדורך פאפענדעקל » מיטוואך אפריל 08, 2015 11:03 pm

moneyMINDED האט געשריבן:
פאפענדעקל האט געשריבן:בעצם בין איך א שטארקע חסיד פון די גאנצע זאך. (אין פאקט, כהאב שטארק געטראכט צו זיין פון די עשרה ראשונים ) אבער איין נקודה באדערט מיר שטארק און האלט מיר צוריק פון נעמען שריט, און דאס איז די פאקט אז עס איז נישט דא קיין יחיד אדער קאמפעני וואס זאגט ״אונז זעמער עס ״ עס פיהלט זיך עפעס ווי מטוט אלעס אויף די אייגענע האנט און מ'וועט נאך דארפן אסאך שוויצן דא ביז עפעס וועט ווערן.

איך פיהל אז עס פעהלט נאך אסאך אסאך עסקנות אז דא זאל זיין עפעס א דבר הראוי, איך בין נישט באקוועם ארומצוגיין מיט א גוישן בראוקער קוקן דירות וואס מדארף יעדעס מאל פרעגן דעם טענענט רשות צו קוקן די דירות אוו זיכער מאכן אז יענער איז אינדערהיים בעפאר.

מיר פערזענליך וואלט נישט געשטערט צו צאלן מער מיט א צוואנציג אלפים פאר די פרייז פון זיין רואיג און וויסן אז איך בין נישט קיין מניח מעותיו על קרן הצבי, עס איז דא איינער אינטשארדז.

פארוואס קען נישט זיין קיין ליסט פון 30 דירות מיט דיטעילד אינפא אויף יעדע פון דעי?

בקיצור מיין פילינגס זענען אז דא זענען נאכנישט פארמישט די ריכטיגע עסקנים דערפאר. און סאיז א גרויסע שאד, איך אליינס האב שוין געהערט די זעלבע ווערטער פון אסאך פאראינטרעסירטע ..

מיט דעם האב איך יוצא געווען די מצוה פון מחאה!



שמעקט פון א אינטערייסער , די האלטסט נישט ביים מופן אין שוין זאג נישט נאך אנדערע פאר אינטערסירטע האבן דיך געזאגט , זיי זענען נישט אינטערסירט , רוף נישט אן די פארשטייערס אז זיי זענען פאראינטערסירט

אז עפעס ארבעט זיך נישט אויס קענסט עס עניטיים פארקויפן אדער פארדינגן פאר אינוועסטעמענט , מערעדט פון 10 טויזענט דאון פעימענט אין מיט א לאו אינטערעסט מארגעזש , מיט נאך אפאר נישטיגע דאלאר עס איבערצופיקסן

איך האב נישט קיין אהנונג פארוואס דו שימפסט.

moneyMINDED
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm

תגובהדורך moneyMINDED » מיטוואך אפריל 08, 2015 11:14 pm

פאפענדעקל האט געשריבן:איך האב הנאה פון דיין אפטעמיסטישקייט! הלואי והלואי זאל טאקע אזוי זיין! און איך וויל זיך אויך פאררעכענען צווישן די הינדערט..

קען זיין כהאב געשריבן צו נעגעטיוו, אבער כהאב נישט געמיינט קיינעם אפצוקיהלן, איך האב נאר געשריבן לתועלת הענין און איך האף אז עס וועט טאקע ווערן מער ארגענעזירט לטובת כולנו.



סאיז נישט קיין פלאן פום ארגאניזירן , ווען איינער קויפט א הויז אין ווילי איז דא א ארגאניזירינג ? גיי קיין בלומענבורג דארט איז ארגאנזירט און באקומסט א קליינע דירה פאר 300 טויזענט דאלאר, סאיז זייער ארגאנעזירט טאמער ווילסטו האבן פאר ביליג קעם עס נאר זיין אם ארגענעזירט , קויף דיך א הויז אין שוין , מוסדות פון קהילות וועלן עפענען מוסדות טאמער סאיז דא פארוועם געשעפטן קענסטו עפענען דארפסט נישט פארפירן אז שמילאוויטש אונט אלע סטארס און לאזט נישט איבער קיין פרנסה פאר קיינעם

בעמבא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 12, 2014 10:19 pm

תגובהדורך בעמבא » מיטוואך אפריל 08, 2015 11:14 pm

@מאני מיינדעד ריכטיג יעדער ווארט, געשריבן די זעלבע פריער.

דאס וואס די האסט געקוויט א תגובה פון מיר, און מיר באפוילן איין צו נעמען א שטיל שווייגעניש איז געקומען לכאורה פון אייליניש און נישט פארזיכטיגקייט.

אדרבה כאפ א בליק אויף צוריק, און זעה מיין שטעלונג אין די נושא.

פאפענדעקל
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 23, 2015 3:39 pm

תגובהדורך פאפענדעקל » מיטוואך אפריל 08, 2015 11:21 pm

moneyMINDED האט געשריבן:
פאפענדעקל האט געשריבן:איך האב הנאה פון דיין אפטעמיסטישקייט! הלואי והלואי זאל טאקע אזוי זיין! און איך וויל זיך אויך פאררעכענען צווישן די הינדערט..

קען זיין כהאב געשריבן צו נעגעטיוו, אבער כהאב נישט געמיינט קיינעם אפצוקיהלן, איך האב נאר געשריבן לתועלת הענין און איך האף אז עס וועט טאקע ווערן מער ארגענעזירט לטובת כולנו.



סאיז נישט קיין פלאן פום ארגאניזירן , ווען איינער קויפט א הויז אין ווילי איז דא א ארגאניזירינג ? גיי קיין בלומענבורג דארט איז ארגאנזירט און באקומסט א קליינע דירה פאר 300 טויזענט דאלאר, סאיז זייער ארגאנעזירט טאמער ווילסטו האבן פאר ביליג קעם עס נאר זיין אם ארגענעזירט , קויף דיך א הויז אין שוין , מוסדות פון קהילות וועלן עפענען מוסדות טאמער סאיז דא פארוועם געשעפטן קענסטו עפענען דארפסט נישט פארפירן אז שמילאוויטש אונט אלע סטארס און לאזט נישט איבער קיין פרנסה פאר קיינעם


שארף

ברוקלינער יונגערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 951
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 08, 2015 1:04 am

תגובהדורך ברוקלינער יונגערמאן » מיטוואך אפריל 08, 2015 11:38 pm

moneyMINDED האט געשריבן:
אז עפעס ארבעט זיך נישט אויס קענסט עס עניטיים פארקויפן אדער פארדינגן פאר אינוועסטעמענט , מערעדט פון 10 טויזענט דאון פעימענט אין מיט א לאו אינטערעסט מארגעזש , מיט נאך אפאר נישטיגע דאלאר עס איבערצופיקסן

איך ווייס נישט פון ווי דו נעמסט די נומער'ס
איך בין דארט געווען איין זונטאג פאר א קורצע איבער בליק און מיר פלאנען צו גיין אסרו חג מיט די בני בית (וואס האט געפערליכע קאשמארן איבער די גריסן פון די שווארצע אין די געגענט) לויט מיינע אינפארמאציע רעדט מען פון אביסל(?!!) העכערע נומערס ...
עני וועי ס'נישט קיין חילוק פאר די מינוט, דו ביסט גערעכט מיט אלע אנדערע חלקים וואס דו האסט ארויסגעברענגט, נאר פליס... אביסעלע איינגעהאלטן, דא פארשטייט מען אפילו רואיג

בעמבא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 12, 2014 10:19 pm

תגובהדורך בעמבא » מיטוואך אפריל 08, 2015 11:53 pm

לויט ווי איך האב געהערט פון איינער וואס איז שוין אין קאנטרארט איז מאני מיינדעד יא גערעכט מיט די נומערן.

ווענט זיך ווי א הויז

babaganush
שר חמישים ומאתים
תגובות: 312
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2009 12:32 pm

תגובהדורך babaganush » דאנארשטאג אפריל 09, 2015 1:25 am

בעמבא האט געשריבן:נאך א נקודה

פון איין זייט איז זייער גוט אז די פלאטץ איז נישט אינטער איין דעוועלאפער אדער קהלה, און יעדער מאכט שבת פאר זיך,

אבער פון די צווייטע זייט פעלט נאך דערווייל די צוזאמגענומען קייט וואס פעלט זיך אויס אריין צו טאנצען אין אזא זאך, עס איז לכאורה דא א גאר גרויסע ציבור וואס טראכט ערנסט אהין צו גיין אבער זיי ווייסן פשוט נישט מי ומי ההולכים,

אביסל מער עסקנות וואלט שטארק ארויסגעהלפן דא!

ביטע זיי מסביר...

ווי אזוי קענען די עסקנים בעסער העלפן?


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: MUTCHE און 9 געסט