בלאט 4 פון 13
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 12:35 pm
דורך שנאפס
פארוואס נישט... האט געשריבן:אנשי שלומינו הודעות: 2זיך איינגעשריבן: זונטאג - 5/18/14 - pm 5:50
וואו ביזטו געווען ביז יעצט? ביסט געווען ביזי עסן פאטעיטעס מיט אייער? שוין אבי דו ביסט דא.
פאטעטאס מיט אייער האט געשריבן:....און אהינגיין וואוינען פאר מינימום א יאר (נאכן געווינען).
איינער האט גע'טענה'ט אין אנדערן אשכול אז טרענספערן פון סטעיט צו סטעיט קען מען נישט בכלל!?
נאר די RAP פראגראם קען מען נישט טרענספערן, וויבאלד דאס איז א פראגראם וואס גייט אן נאר אין קאנעקטיקוט, משא"כ סעקשן אכט וואס גייט אן אין גאנץ אמעריקא
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 1:29 pm
דורך מיסטעריעז
שנאפס האט געשריבן:מאגר האט געשריבן:א געוואלדיגע געלעגנהייט צו שטעלן די געגנט אויף קראנטע פיס
להודיע האט געשריבן:אויב איז עס טאקע חל אויף גאנץ קאנעדיקוט. מיינט דאס לכאורה א געוואלדיגע הצלחה פארן נייעם שטעטל דארט און א נייעם עתיד פארן יהדות החרדית אינדרויסן פון די ניו יארקער גרעניצן.
א געוואלדיגע געלעגענהייט צו קענען חרוב מאכן א נייע געגענט, די סעקשן אכט מיינט טייערע דירות פרייזן
מ'האט געמיינט צו זאגן אז מיט די וואוטשערס וועלן זיי באצאלן די 'רענט' וואס זיי וועלן דארפן באצאלן פארן 'דינגען' איינס פון די נייע דירות...
דאס וועט נישט האבן קיין שום אפעקט אויף איינעם וואס קומט דינגען אן א וואוטשער.
פארשטייט זיך אז RAP איז פארדעם בעסער, ווייל מיט סעקשן 8 וועט מען דאך נישט 'דינגען' קיין נייע דירה ווייל מ'קען עס טרענספערן נעבן די מאמע...
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 1:35 pm
דורך שנאפס
איך ווייס וואס דו האסט געמיינט, אבער די פאקט איז אז סעקשן אכט איז די פארמולא פאר טייערע דירות פרייזן וואס דאס מאכט חרוב א געגענט
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 1:55 pm
דורך מיסטעריעז
אין אונזער פאל?
זיי מסבּיר פליז
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 2:24 pm
דורך שנאפס
ר' ראובן גייט זיך איינשרייבן און געווינען א סעקשן אכט סלאט צוזאמען מיט נאך פיר הונדערט אידן, זיי גייען זיך אי"ה ארויסציען אויף קאנעקטיקוט
די פרייז יעצט איז פינף הונדערט א חודש פאר א צוויי בעדרום דירה
ר' שמעון צוזאמען מיט נאך פיר הונדערט אידן ווילן זיך ארויסציען אויף קאנעקטיקוט צוליב די הויכע דירות פרייזן, זיי גייען ווייל די פרייזן זענען א פערטל פון וואס מען צאלט אין וויליאמסבורג
ר' ראובן וכת דיליה גייען דינגען די דירות און מען ווערט געוואר אז סעקשן אכט צאלט זעקס הונדערט און פופציג א חודש פאר אזא דירה
ר' שמעון וכת דיליה קומען אויך דינגען דירות, זיי ווילן צאלן די פרייז וואס מען האט געבעטן ביז היינט, דאס הייסט פינף הונדערט דאלער
ווער גייט באקומען די דירות?
וויפיל גייט מען בעטן פאר א דירה מארגן ווען איינער וויל קומען דינגען?
וויפיל גייט זיין די פרייז אין צען יאר ארום? מען קען בעטן פון סעקשן אכט א רענט אינקריס יעדע שטיק צייט, דאס הייסט אז די רענט וועט ארויפגיין שנעלער ווי עס וואלט געגאנגען אן די סעקשן אכט
און איך וויל נישט אויפברענגען אויב ח"ו מען פאנגט אן בעטן עקסטער אין די זייט וד"ל, סידאך נאר א הונדערטער א חודש
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 3:02 pm
דורך מיסטעריעז
א' אויב סעקשן 8 צאלט 650 דעמאלט איז די פרייז סייווי נישט ווייניגער
ב' אפי' נניח אז אידן האבן אייגענע פרייזן און ביליגער ווי סעקשן 8 וועט די פרייז נישט ארויפגיין, ווייל ער קען נישט טרעפען א טענענט מיט סעקשן 8 סוי קען ער נישט בעטן די טייערע פרייז
ג' אינפלאציע ביי דירות קען נאר פאסירן ווען ס'דא א מאנגל, אז נישט זאגט מען פארן לענדלארד ישקני כ'נעם א צווייטנס
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 11:18 am
דורך יש דברים בגו
איך פרוביר אריינצוגעבן די אנליין אפליקעישאן אבער נאכן אויספילן אלעס און דריקן submit באקום איך די error message
Microsoft OLE DB Provider for ODBC Drivers error '80040e14'
[Microsoft][ODBC Microsoft Access Driver] Number of query values and destination fields are not the same.
/preapp-process.asp, line 47
ווייסט איינער וואס דאס מיינט און וואס מען דארף טון?
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 2:32 pm
דורך מיסטעריעז
קהת האט געשריבן:מיסטעריעז האט געשריבן:גרויס איז מיין פרייד איינצומעלדן די חשובע באזוכערס דא אז עס וועט פארקומען נאך א גורל...
200 עפליקענטס וועלן זיין געווינערס פון די גאר באליבטע סעקשן 8 וואוטשערס.
דאסמאל אין Danbury CT עס איז מיט 20 מינוט נענטער צו וויליאמסבורג ווי Waterbury CT.
מען וועט קענען אפלייען פון אן aug 18 ביז aug 29, ביי מעיל און אנליין.
זאל דער רבש"ע העלפן מען זאל שוין ניטאמאל דארפן צוקומען צו די יקרי המציאות וואוטשערס, אבער דערווייל זאל ער באגליקן די מזל פון אלע אידישע קינדער וואס האבן אפלייט אין עבר און וועלן אפלייען בעתיד.
הצלחה רבה
א פערדע פלאץ?
מיסטעריעז האט געשריבן:יאפ
טעות לעולם חוזר!
יעצט באמערקט אז איך האב פארזען א ליין:
THE HOUSING AUTHORITY OF THE CITY OF DANBURY
Is pleased to announce the opening of its Section 8 Designated Housing Choice Voucher (DHCV) Program waiting list on August 18, 2014.
אבער:
DHCV applicants must be under 62 years of age, with a disability, and require a 1 bedroom unit.
אנטשולדיגט!
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 7:59 am
דורך מיסטעריעז
היינט איז די לעצטע טאג צו אפלייען פאר דעם סטעיט גורל
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 8:37 am
דורך פישל
יש דברים בגו האט געשריבן:איך פרוביר אריינצוגעבן די אנליין אפליקעישאן אבער נאכן אויספילן אלעס און דריקן submit באקום איך די error message
Microsoft OLE DB Provider for ODBC Drivers error '80040e14'
[Microsoft][ODBC Microsoft Access Driver] Number of query values and destination fields are not the same.
/preapp-process.asp, line 47
ווייסט איינער וואס דאס מיינט און וואס מען דארף טון?
איך האב דעם זעלבן פראבלעם, ווייסט איינער וואס מען קען טון דא?
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 9:39 am
דורך מיסטעריעז
שיקט עס בּיי מעיל
צו זיין זיכּער אז ס'ווערט היינט געפאסטמארקט טראגט עס צום פאסט-אפיס
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 10, 2014 11:47 am
דורך להגדיל שמו
נאך איינער האט באקימען א בריוו פון זיי?
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 10, 2014 11:59 am
דורך שארפער21
יאפס
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 10, 2014 12:01 pm
דורך חיים משה
שארפער21 האט געשריבן:יאפס
וועלכע נומער ביזטו?
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 10, 2014 12:01 pm
דורך שארפער21
21
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 10, 2014 12:05 pm
דורך מיסטעריעז
חיים משה האט געשריבן:שארפער21 האט געשריבן:יאפס
וועלכע נומער ביזטו?
שארפער21 האט געשריבן:21
שמא גרים?
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 10, 2014 12:09 pm
דורך moshele11211
איך בין זייער נייגעריג וואס דעי מענטשן גייען טוהן למעשה דא רעדט מען פון קענעטיקעט סוי דעס א מהלך פון איבער צוויי אדער דריי שעה פון די היימישע געגענטער
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 15, 2014 10:08 pm
דורך מיסטעריעז
אנדערש ווי די קאנעקטיקוט אפליקאציעס וואס זענען געווען אריינצוגיין אינעם גורל צו געווינען א סלאט אינעם וועיטינג ליסט, איז מיין איצטיגע מעלדונג איבער אן אפליקאציע וואס דער אפליקאנט גייט ארויף גראד אויפן וועיטינג ליסט.
עס איז פאר די וועיטינג ליסט פון Long Branch, NJ.
עס איז 1:10 שעה פון וויליאמסבורג (1:05) פון בארא פארק) 1:30 פון מאנסי 1:45 פון ק''י.
מ'קען אפלייען ביז (און מיט?) סעפטעמבער 17 אדער ביז זיי באקומען 2500 אפליקאציעס.
'נאר' אנליין,
דא איז דער אפליקאציע.
(מ'דארף איינגעבן יעדע פאמיליע מעמבער'ס סאושל.)
נ.ב. אזויווי עס איז דא גאר ווייניג צייט ביטע פארשפרייטן ווי ווייט מעגליך.
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 15, 2014 10:13 pm
דורך עקבי הצאן
סותר על מנת לבנות...
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 15, 2014 10:17 pm
דורך אלד וויליאמסבורג
moshele11211 האט געשריבן:איך בין זייער נייגעריג וואס דעי מענטשן גייען טוהן למעשה דא רעדט מען פון קענעטיקעט סוי דעס א מהלך פון איבער צוויי אדער דריי שעה פון די היימישע געגענטער
סטעמפארד קאנעטיקוט איז נענטער צו וויליאמסבורג ווי קרית יואל צו וויליאמסבורג
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 15, 2014 10:26 pm
דורך בני יששכר
איז דאס logit website ???
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 15, 2014 10:57 pm
דורך פשוט'ער אידל
מיסטעריעז האט געשריבן:אנדערש ווי די קאנעקטיקוט אפליקאציעס וואס זענען געווען אריינצוגיין אינעם גורל צו געווינען א סלאט אינעם וועיטינג ליסט, איז מיין איצטיגע מעלדונג איבער אן אפליקאציע וואס דער אפליקאנט גייט ארויף גראד אויפן וועיטינג ליסט.
עס איז פאר די וועיטינג ליסט פון Long Branch, NJ.
עס איז 1:10 שעה פון וויליאמסבורג (1:05) פון בארא פארק) 1:30 פון מאנסי 1:45 פון ק''י.
מ'קען אפלייען ביז (און מיט?) סעפטעמבער 17 אדער ביז זיי באקומען 2500 אפליקאציעס.
'נאר' אנליין,
דא איז דער אפליקאציע.
(מ'דארף איינגעבן יעדע פאמיליע מעמבער'ס סאושל.)
נ.ב. אזויווי עס איז דא גאר ווייניג צייט ביטע פארשפרייטן ווי ווייט מעגליך.
עפלייט. איך קען דיר נישט גענוג דאנקן.
אבער עפעס מאכט נישט קיין סענס. ביי סעקשן 8 וועיטינג ליסטעס טוען 2500 טויזענט אפליקאנטן אריינקומען יעדע צוויי שעה. טא וויאזוי קען זיין זיי זענען נאך אפען?
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 15, 2014 11:03 pm
דורך מי חכם
נישט כדאי, עס איז נישט קיין סעקיור קאנעקשאן, עס איז נישט https
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 15, 2014 11:15 pm
דורך יענקעלע
אויף די אפיציעלע website פון Long Branch Housing Authority http://www.lbhousing.org/section8.html שרייבען זיי We are currently not accepting applications.
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 15, 2014 11:26 pm
דורך מי חכם
אבער אין די זייט האבן זיי א קעסטל ווי עס לויפט נייעס דארט מעלדן זיי איבער די אפענינג