בלאט 5 פון 13

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 16, 2014 5:41 am
דורך מיסטעריעז
יענקעלע האט געשריבן:אויף די אפיציעלע website פון Long Branch Housing Authority http://lbhousing.org/section8.html שרייבען זיי We are currently not accepting applications.

http://lbhousing.org/waitinglist.html

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 16, 2014 7:08 am
דורך געלעגער
אידן לייגן טאקע אריין זייערע סאשעל'ס אין יעדע וועב זייטל וואס בעט עס?

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 16, 2014 8:06 am
דורך מיסטעריעז
א אפיציעלע סייט פון א לאקאלע האוזינג‎ ‎אגענטור איז‎ ‎נישט טראסטעבל‎?‎

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 16, 2014 8:08 am
דורך געלעגער
אויב האבן זיי נישט קיין https דאן איז עס נישט סעקיורד

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 16, 2014 8:28 am
דורך נא_שכל
מען קען דאך זיי רופן און פרעגן, די נאמבער איז אויף זייער זייטל

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 16, 2014 9:36 am
דורך מיסטעריעז
נא_שכל האט געשריבן:מען קען דאך זיי רופן און פרעגן, די נאמבער איז אויף זייער זייטל

ווי איך האב פארשטאנען געלעגער'ן איז ער נישט חושש אז דע סייט איז א סקעם, נאר‎ ער ‎זאגט אז די סייט איז נישט סעקיורד, ד.ה. אז קיינער זאגט נישט צו אז קיינער אויסער די האוזינג אגענטור זעט די אינפארמאציע וואס איר געבט אריין.
סוי‎ ‎הבוחר יבחר...

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 16, 2014 9:52 am
דורך יענקעלע
http://lbhousing.org איז יא קראנטע סייט? סיז אויך נישט https און נישט .gov

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 16, 2014 10:01 am
דורך מיסטעריעז
קיין‎ ‎איין‎ ‎קליינע‎ ‎האוזינג אגענטור‎ ‎האט‎ ‎נישט‎ ‎א‎ ‎.gov ‎סייט.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 16, 2014 2:09 pm
דורך מיסטעריעז
פשוט'ער אידל האט געשריבן:עפלייט.

נאר‎ ‎ער‎?‎

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 16, 2014 2:37 pm
דורך יענקעלע
איך אויך נאכען זעהן דא אז http://lbhousing.org איז טאקע זייער אפיציעלע סייט, ישר כח.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 16, 2014 2:42 pm
דורך מיסטעריעז
יענקעלע האט געשריבן:איך אויך נאכען זעהן דא אז http://lbhousing.org איז טאקע זייער אפיציעלע סייט, ישר כח.

יישר כח‎ ‎פאר די‎ ‎לינק.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 17, 2014 2:45 pm
דורך פשוט'ער אידל
מיסטעריעז האט געשריבן:אנדערש ווי די קאנעקטיקוט אפליקאציעס וואס זענען געווען אריינצוגיין אינעם גורל צו געווינען א סלאט אינעם וועיטינג ליסט, איז מיין איצטיגע מעלדונג איבער אן אפליקאציע וואס דער אפליקאנט גייט ארויף גראד אויפן וועיטינג ליסט.

עס איז פאר די וועיטינג ליסט פון Long Branch, NJ.
עס איז 1:10 שעה פון וויליאמסבורג (1:05) פון בארא פארק) 1:30 פון מאנסי 1:45 פון ק''י.

מ'קען אפלייען ביז (און מיט?) סעפטעמבער 17 אדער ביז זיי באקומען 2500 אפליקאציעס.

'נאר' אנליין,‎ דא איז דער אפליקאציע.
(מ'דארף איינגעבן יעדע פאמיליע מעמבער'ס סאושל.)

נ.ב. אזויווי עס איז דא גאר ווייניג צייט ביטע פארשפרייטן ווי ווייט מעגליך.


שוין. בזכותך בין איך 'אין'. מיין שאלה צו איך איז יעצט, צו האבן זיי יעצט א שיין בינטל אוועיליבל סלאטס אדער גיי איך זיצן אויפן וועיטינג ליסט פאר לאנגע געזונטע יארן אזויווי איך זיץ שוין אויף 5 אנדערע ליסטעס.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 17, 2014 2:57 pm
דורך יענקעלע
ווען האסטי עפלייט?

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 17, 2014 3:56 pm
דורך מיסטעריעז
פשוט'ער אידל האט געשריבן:מיין שאלה איז יעצט, צו האבן זיי יעצט א שיין בינטל אוועיליבל סלאטס אדער גיי איך זיצן אויפן וועיטינג ליסט פאר לאנגע געזונטע יארן אזויווי איך זיץ שוין אויף 5 אנדערע ליסטעס.

עס טוט מיר זייער לייד אייך צו זאגן אז דער תירוץ איז ליידער אזוי ווי דער צווייטע צד וואס איר האט געשריבן...

ווי איך פארשטיי איז אייער אפליקאציע נישט פאר נאמבער 1900.
די דארטיגע האוזינג דעפ. האט אינטער זיך בלויז 8 9 הונדערט וואוטשערס, סוי אפי' נניח אז די וועיטינג ליסט איז געווען גענצליך ליידיג, און אלע אלטע אפליקאנטן וועלן אויפגעבן זייער סלאט איז נאכאלץ דא א לאאאאאנגע וועג צו גיין....

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 28, 2014 11:50 am
דורך מיסטעריעז
מיט בטחון אינעם הייליגן באשעפער אז ער האט פארשריבן פארן גאנצן כלל ישראל א זיס און לעכטיג יאר, בלייבט מיר נאר איבער צו וואונטשן: א גמר חתימה טובה!

אבער צו געבן צו שפירן - אביסל - פון דעם תחל שנה וברכותי' אויף וואס מיר אלע האבן מתפלל געווען, טו איך ווידער ארויפברענגען דעם אשכול צום אויבערפלאך...
.......

שוין באורד פון אויספילן אן אפליקאציע אריינצוגיין אין א גורל? אקעי, דא האט איר נאך איינס וואס וועט אייך ארויפזעצן גראד אויפן וועיטינג ליסט.

שוין מיד פון קאנעקטיקוט? פיין! כ'רעד פון א פלאץ דא ביינונז אין ניו יארק!
נאאא נישט ממש אין ברוקלין, אבער דאך נישט אין מאנטיסעלאו...

דער פלאץ הייסט New Rochelle, NY.
עס איז 35 מינוט פון וויליאמסבורג, 45 פון בארא פארק, 40 פון מאנסי און א שעה פון קרית יואל.
עס איז דא דארטן 350 אידישע משפחות, א רב, א מקוה, א עירוב, בקיצור: אלעס וואס עס פעלט זיך אויס!

דער אפליקאציע פארלאנגט א שיין ביסל אינפארמאציע: יעדער פאמיליע מעמבער'ס סאושעל (ס'איז א סעקיורד סייט), אינקאם, וויפיל געלט איר האט אין באנק, אין ריעל עסטעיט, סטאקס וכו'.

מ'קען אפלייען נאר אנליין.

הצלחה רבה מיט פיל מזל!

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 28, 2014 1:37 pm
דורך דע מה שתשיב
קראנט? ווי האב איך א נומער צו זען צי עס איז נישט קיין גניבה?

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 28, 2014 1:45 pm
דורך Gevald Geshrigen
ניו ראשעל איז ביי דעם בראנקס/וועסטשעסטער קאונטי גרעניץ.

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 28, 2014 1:52 pm
דורך דע מה שתשיב
אבער ווי קען מען וויסן צי ס'איז טאקע א קראנטע אפליקאציע? און נישט קיין רויבעריי?

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 28, 2014 1:57 pm
דורך מאגר
א פיינע פלאץ

http://www.newrochelleny.com/

קראנט? ווי האב איך א נומער צו זען צי עס איז נישט קיין גניבה?


די סייט איז געמאכט ביי: https://www.happysoftware.com/ וועלעכע מאכט סייטס פאר סעקשן 8

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 28, 2014 2:09 pm
דורך מחותן
מיסטעריעז האט געשריבן:מיט בטחון אינעם הייליגן באשעפער אז ער האט פארשריבן פארן גאנצן כלל ישראל א זיס און לעכטיג יאר, בלייבט מיר נאר איבער צו וואונטשן: א גמר חתימה טובה!

אבער צו געבן צו שפירן - אביסל - פון דעם תחל שנה וברכותי' אויף וואס מיר אלע האבן מתפלל געווען, טו איך ווידער ארויפברענגען דעם אשכול צום אויבערפלאך
...

הצלחה רבה מיט פיל מזל!


איך וויל ח״ו נישט קריטעקירען, אבער דאס איז דען תחל שנה וברכתיה אוף וואס מען האפט??!!

בעט עס פון השי״ת אין קעש.. ער קען דיר עס פינקט אזוי געבן, ביי אים איז עס נישט קיין נפק״מ.. בעט נאר ער וועט דיר נאכגעבן.

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 28, 2014 2:14 pm
דורך מיסטעריעז
מיסטעריעז האט געשריבן:אבער צו געבן צו שפירן - אביסל - פון דעם תחל שנה וברכותי' אויף וואס מיר אלע האבן מתפלל געווען, טו איך ווידער ארויפברענגען דעם אשכול צום אויבערפלאך...

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 28, 2014 3:10 pm
דורך פשוט'ער אידל
א ריזן דאנק אייך מיטריעזער

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 29, 2014 11:07 am
דורך פשוט'ער אידל
מיסטעריעז האט געשריבן:
פשוט'ער אידל האט געשריבן:מיין שאלה איז יעצט, צו האבן זיי יעצט א שיין בינטל אוועיליבל סלאטס אדער גיי איך זיצן אויפן וועיטינג ליסט פאר לאנגע געזונטע יארן אזויווי איך זיץ שוין אויף 5 אנדערע ליסטעס.

עס טוט מיר זייער לייד אייך צו זאגן אז דער תירוץ איז ליידער אזוי ווי דער צווייטע צד וואס איר האט געשריבן...

ווי איך פארשטיי איז אייער אפליקאציע נישט פאר נאמבער 1900.
די דארטיגע האוזינג דעפ. האט אינטער זיך בלויז 8 9 הונדערט וואוטשערס, סוי אפי' נניח אז די וועיטינג ליסט איז געווען גענצליך ליידיג, און אלע אלטע אפליקאנטן וועלן אויפגעבן זייער סלאט איז נאכאלץ דא א לאאאאאנגע וועג צו גיין....


אקוראט די זעלבע תירוץ אויף אייער לעצטע מיסטריעזער סעקשן 8 אנטדעקונג?

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 29, 2014 11:47 am
דורך מיסטעריעז
ווי לאנג זייער וועיטינג ליסט איז און ווי סאך אפליקאציעס זיי האבן באקומען ווייסעך נישט.
וואס איך ווייס יא איז, אז: ניו ראשעלל מענידשט אזויפיל ווי 'גאנצע צוויי הונדערט' וואוטשערס...

זיי שרייבן אבער אז די סטאטוס פונעם וועיטינג ליסט קען מען זען אויף דער וועבסייט ווי מ'האט אפלייט (און נאר דארט).
דערווייל ווען מ'לאגט אריין שרייבן זיי נאך גארנישט, מסתמא דארף מען ווארטן ביז די ליסט ווערט צוריק פארשפארט, ווייל זיי מוזן עס דאך מסדר זיין לויט די פרייאריטי'ס.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 30, 2014 1:42 pm
דורך מיסטעריעז
.