נייע חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

ר' יום טוב
שר חמש מאות
תגובות: 894
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מיטוואך מאי 24, 2017 9:22 pm

פאר ווער עס זוכט 2 הייזער איינס נעבן צווייטן, עס איז היינט ארויף אויף די מארקעט 1 Lee Av און 3 Lee Av

(פאר סיי וועלכע אינפארמאציע קען מען זיך מעלדן צו סיי וועלכע מאנרא בראקער, איך בין נישט קיין בראקער)
געשריבן - געמעקט. געשריבן - געמעקט. ---- געשריבן!

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1852
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מיטוואך מאי 24, 2017 9:41 pm

יעצט אז די פייפליין איז סטאק
וועט בלומינגגראוו גיין שנעלער און טייערער הייזער ?

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלף
תגובות: 1814
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » דאנארשטאג מאי 25, 2017 10:36 pm

לעצטנס לויפט זייער אן אינהאלטסרייכן שמועס אין דעם 'וואכנשריפט' אויסגאבע, מיטן פיאנער פונעם היימישן בלומינג-גראוו, ה"ה מו"ה משה האלפערן הי"ו וואס וואוינט שוין דארט א שיינע פאר יאר.

ווער עס האט מיטגעהאלטן די אנטוויקלונגען ביים גרינדונג ווייסט אז 'הוא הגבר', ער איז געווען דער מענטש וואס האט געארבייט שטיל, באשיידן, און אידישליך די לעצטע פאר יאר אז דאס זאל זיין אן 'עיר ואם בישראל', טאקע מיטן גאנצן חסידי'שן קנאק.

איצט ווען ער שניידט שוין די פירות איז ער ארויפגעקומען אין די עפענטליכקייט מיטצוטיילן זיינע לייסטונגען.

איך לייג דא ארויף פון די פריערדיגע וואכן, פון די וואך האב איך שוין געלייענט אבער איך ווארט נאך אויפן אימעיל.

-----

דער אינטערוויו איז אראפגענומען געווארן, באקומען דאס אין אישי.
arender האט געשריבן:Sorry i had to remove some posts of the PDF as they were half with ads to them.

זאל די הנהלה טון ווי זיי פארשטייען.
לעצט פאראכטן דורך אלט מאנרא אום דינסטאג יוני 06, 2017 10:00 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
maybeeynot
שר האלף
תגובות: 1717
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: אויף דיין סקרין

תגובהדורך maybeeynot » פרייטאג מאי 26, 2017 12:44 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:פאר ווער עס זוכט 2 הייזער איינס נעבן צווייטן, עס איז היינט ארויף אויף די מארקעט 1 Lee Av און 3 Lee Av

(פאר סיי וועלכע אינפארמאציע קען מען זיך מעלדן צו סיי וועלכע מאנרא בראקער, איך בין נישט קיין בראקער)

דעס אז זייער גוט פאר א ווילאמסבורגער שמא קאגרים
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלף
תגובות: 1814
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » מאנטאג מאי 29, 2017 2:28 pm

א נייער בימה"ד און בלומינג גראוו.
צוגעלייגטע
Capture.JPG
Capture.JPG (54.75 KiB) געזעהן 5341 מאל
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » מאנטאג מאי 29, 2017 2:50 pm

ווי איז די שוהל?

לייבקע יענטע'ס
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 28, 2010 1:59 pm

תגובהדורך לייבקע יענטע'ס » דינסטאג מאי 30, 2017 7:24 am

ר' יום טוב האט געשריבן:און נישט סתם קרית יואל, נאר מסלתה ומשמנה. ווי רביה"ק זי"ע האט דאס אנגערופן (בשעת'ן גרינדן קר"י) "די טשאלענט אידן"...
.


העט ווען געווען גאר אינטערסאנט ציהערן א מקור אויף די ווערטער פון רביה"ק זי"ע ווי און וואו ער האט זיך דאס אויסגעדריקט

חלה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 13, 2014 5:24 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך חלה » מיטוואך יוני 07, 2017 7:20 pm

א שיינע גרויסע דירה אין סאוט בלומינג גראוו צו פארדינגען אויף די זומער. פאר מער אינפארמאציע קומט און אישי

אוועטאר
dont care
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 25, 2011 10:04 am

תגובהדורך dont care » זונטאג יוני 18, 2017 2:20 am

איך וואלט געוואלט אויסשמיסען אביסל וואס די מעלות אין חסרונות פין דינגען א הויז אין סבג ווערסעס ק״י
(Now I do care)אויב שרייב איך אין ענגליש דאן זיי מיך דן לכף זכות אז איך קען נישט יעצט שרייבן יודיש

אוועטאר
maybeeynot
שר האלף
תגובות: 1717
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: אויף דיין סקרין

תגובהדורך maybeeynot » זונטאג יוני 18, 2017 12:47 pm

dont care האט געשריבן:איך וואלט געוואלט אויסשמיסען אביסל וואס די מעלות אין חסרונות פין דינגען א הויז אין סבג ווערסעס ק״י

פשוט גיין אין קאנטרי + א געהעריגע דירה נישט א דזשאנגלא
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)

אוועטאר
פאפקארן
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 25, 2011 4:00 pm

תגובהדורך פאפקארן » זונטאג יולי 02, 2017 9:42 am

.
לעצט פאראכטן דורך פאפקארן אום מוצ"ש יולי 08, 2017 11:28 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
dont care
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 25, 2011 10:04 am

תגובהדורך dont care » זונטאג יולי 02, 2017 10:35 am

Dos someone have more info I heard the moritorium is down
(Now I do care)אויב שרייב איך אין ענגליש דאן זיי מיך דן לכף זכות אז איך קען נישט יעצט שרייבן יודיש

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1852
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

גאר גיטע מציאות

תגובהדורך רצון טוב » זונטאג יולי 02, 2017 2:58 pm

אין צייטונג איז געווען עדווערטייזט א דירה פאר "123" א סקווער פוס

בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 553
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

תגובהדורך בענאק » זונטאג יולי 02, 2017 7:40 pm

א משפחה האט די וואך ארויסגעמופט פון זייער 3 בעדרום דירה אין וויליאמסבורג
צו זייער אייגענע הערליך שיינע גרויסע הויז אין בלומינג-גראוו. מיט א שיינע שטח ארום

אוועטאר
פרוביר אויך
שר חמש מאות
תגובות: 906
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

תגובהדורך פרוביר אויך » מיטוואך יולי 05, 2017 2:01 pm

dont care האט געשריבן:Dos someone have more info I heard the moritorium is down

it will be lifted in 2 months,
to allow small extensions
אז יענער קען קענסטו אויך

כרם
שר האלף
תגובות: 1104
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2014 10:46 am
לאקאציע: ביים טאטען אין וויינגארטן

תגובהדורך כרם » מיטוואך יולי 05, 2017 3:54 pm

בענאק האט געשריבן:א משפחה האט די וואך ארויסגעמופט פון זייער 3 בעדרום דירה אין וויליאמסבורג
צו זייער אייגענע הערליך שיינע גרויסע הויז אין בלומינג-גראוו. מיט א שיינע שטח ארום


בארא פארק מוווערס האט מיך געזאגט אז ער האט ארויס געטראגן פאריגע וואך צוויי משפחות קיין בלומינג גראוו פון סיטי, ( זונטאג און דארנעשטיג)

אוועטאר
dont care
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 25, 2011 10:04 am

תגובהדורך dont care » מיטוואך יולי 05, 2017 6:23 pm

פרוביר אויך האט געשריבן:
dont care האט געשריבן:Dos someone have more info I heard the moritorium is down

it will be lifted in 2 months,
to allow small extensions

And what about pourches
(Now I do care)אויב שרייב איך אין ענגליש דאן זיי מיך דן לכף זכות אז איך קען נישט יעצט שרייבן יודיש

אוועטאר
פרוביר אויך
שר חמש מאות
תגובות: 906
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

תגובהדורך פרוביר אויך » מיטוואך יולי 05, 2017 6:37 pm

dont care האט געשריבן:
פרוביר אויך האט געשריבן:
dont care האט געשריבן:Dos someone have more info I heard the moritorium is down

it will be lifted in 2 months,
to allow small extensions

And what about pourches

porches was never under moratorium, i think
אז יענער קען קענסטו אויך

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1852
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מיטוואך יולי 05, 2017 6:42 pm

כרם האט געשריבן:
בענאק האט געשריבן:א משפחה האט די וואך ארויסגעמופט פון זייער 3 בעדרום דירה אין וויליאמסבורג
צו זייער אייגענע הערליך שיינע גרויסע הויז אין בלומינג-גראוו. מיט א שיינע שטח ארום


בארא פארק מוווערס האט מיך געזאגט אז ער האט ארויס געטראגן פאריגע וואך צוויי משפחות קיין בלומינג גראוו פון סיטי, ( זונטאג און דארנעשטיג)

איך הער אז די וואך נאך עטליכע משפחות.

בראשית ברא
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » דאנארשטאג יולי 06, 2017 9:58 am

ר' יצחק מרדכי בן ר' נתן יוסף מייזלס עפנט א שול?

ר' יום טוב
שר חמש מאות
תגובות: 894
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דאנארשטאג יולי 06, 2017 10:48 am

בלומינג גראוו מארקעט אפדעיט;

- דער טאטאלער ציפער פון הייזער אין אידישע הענט - אדער אויפן וועג אהין - דערנענטערט זיך שוין אט-אט צום "300" ציפער. מיין נישט- אפדעיטעד ליסט ווייזט אויף גענוי 271 אדרעססן, און אין דעם איז נישט אריינגערעכנט פילע פרישע אומאפיציעלע הייזער, ווי אויך איז נישט אריינגערעכנט די צענדליגער הייזער אין די גלילות פון סאוט בלומינג גראוו.

- א געזונטע לערך 60 פראצענט הייזער ווערן אפגעקויפט פאר "פריימערי רעזידענט" . די איבעריגע בערך 40% זענען סעקאנד-האומס, רענטאלס און אינוועסטמענטס.

- עס האלט שוין ביי געוויסע גאסן ביי ממש איינצעלנע נישט-אידן וואס ווילן דערווייל נאכנישט פארקויפן. לדוגמא פון די 11 הייזער אויף די roanoke גאס זענען פארבליבן בלויז 2 וואס האלטן דערווייל נישט ביים פארקויפן. אויף די sears גאס זענען דריי-פערטל פון די 20 הייזער פארקויפט, אזוי אויך זענען שוין מינימום האלב פון די הייזער אויף א מערהייט אנדערע גאסן פארקויפט. (ווירדזשיניע, דאלאס, גרין, וכו')

- לעת עתה האט זיך דער עיקר הייסע מארקעט אריבערגעצויגן אויפן אנדערן זייט 208 ווי עס איז פארהאן צענליגער הייזער צו פארקויפן פאר גאר ביליגע פרייזן.

- ווי עס שטעלט זיך ארויס האט דער מאראטאריום אומדירעקט גאר געהאט א פארקערטן אפעקט! דהיינו, אנשטאט וואס די קונים זאלן צעגערן מיטן אריינמופן א לענגערע זמן צוליב צובויען, האט דער ציבור באשלאסן תיקף אריינצומופן as-is, מיטן פלאן אז ווען דער מאראטאריום וועט אראפגיין וועט מען שוין דאן מאכן די קאנסטראקשן. דאס האט צוגעברענגט אז די געגנט איז פיל שנעלער געווארן היימיש געשטימט.
געשריבן - געמעקט. געשריבן - געמעקט. ---- געשריבן!

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1565
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » דאנארשטאג יולי 06, 2017 11:25 am

בראשית ברא האט געשריבן:ר' יצחק מרדכי בן ר' נתן יוסף מייזלס עפנט א שול?


היינט נאכט קומט פאר א לחיים לכבודו ביי איינע פון די איינוואוינער.

בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 553
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

תגובהדורך בענאק » דאנארשטאג יולי 06, 2017 4:12 pm

כרם האט געשריבן:
בענאק האט געשריבן:א משפחה האט די וואך ארויסגעמופט פון זייער 3 בעדרום דירה אין וויליאמסבורג
צו זייער אייגענע הערליך שיינע גרויסע הויז אין בלומינג-גראוו. מיט א שיינע שטח ארום


בארא פארק מוווערס האט מיך געזאגט אז ער האט ארויס געטראגן פאריגע וואך צוויי משפחות קיין בלומינג גראוו פון סיטי, ( זונטאג און דארנעשטיג)

אגב בארא פארק מאווערס איז זייער גוט פאר אוועקמופן פון די סיטי. ער גיט א ספעשל סערוויס פאר די משפחות. בכלל שעצט ער שטארק דאס אוועקמופן פון סיטי, און ער זאגט אז ער שפירט א זכי' דאס צו העלפן

אוועטאר
גראבער
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 30, 2012 12:54 am

תגובהדורך גראבער » דאנארשטאג יולי 06, 2017 5:20 pm

פריילאכע נייעס!

אי"ה די וואך שבת וועט הרה"ג ר' יצחק מרדכי מייזעלס שליט"א עפענען זיין ביהמ"ד אויף 19 Sears (אריינגאנג פון די בעק)

זמני התפילות לשבת
מנחה וקבלת שבת 1/2 שעה נאכן זמן
שחרית 9:30
מנחה ושל"ס 15 מינוט נאכן זמן הדלקת נרות.

יהא בואו לברכה!
טענק יו. ביי. אגיטען! זיימער געזונט!

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1852
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » דאנארשטאג יולי 06, 2017 6:09 pm

ווער אראנדזשירט דארט א קבלת פנים?
איז עס א אפיציעלער קהילה וואס נעמט אויף, אדער אפאר אידן פאר זיך ?


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט