חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

סמעטענע
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 27, 2020 9:35 pm

תגובהדורך סמעטענע » מיטוואך מארטש 17, 2021 1:04 am

די וועג ווי עס פארט יעצט וועט די 20 טויזענט משפחות פין בלומינג-גראוו וגלילותי' און פאלם טרי וגלילותי' ווערן עלידזשיבעל מיט די צייט פאר א קאונטי,
די יעצטיגע פלענינג באורד גייט עפעס ווערן געטוישט מיט די היינט נאכטיגער געווינס ?

אוועטאר
קאץ און מויז
שר האלף
תגובות: 1722
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך קאץ און מויז » מיטוואך מארטש 17, 2021 1:16 am

קאץ און מויז האט געשריבן:
קאץ און מויז האט געשריבן:UJC מעלדט שוין אז מען האט געווינען

684/284
צוגעלייגטע
20210317_011543.jpg
20210317_011543.jpg (92.67 KiB) געזעהן 2681 מאל

אוועטאר
קאץ און מויז
שר האלף
תגובות: 1722
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך קאץ און מויז » מיטוואך מארטש 17, 2021 1:17 am

פרייד ביי תושבי בלומינגראוו: צוויי חרדישע קאנדידאטן האבן געזיגט ביי די היינטיגע ווילידזש טראסטי וואלן
ד' ויקרא פ״א
ביי די ווילידזש טראסטי וואלן זענען די צוויי פרישע טראסטיס ר' אשר גוטמאן און ר' זלמן ראזנער אריינגעקומען מיט איבער 700 חרדישע שטומען אקעגן 250 פאר די נישט אידישע קאנדידאטן. יעצט וועלן אלע פיר זיצן אויפן ווילעזש טראסטי באורד זיין חרדישע אידן, וואס פארשטייען די געברויכן פונעם ציבור, און אזוי ארויסהעלפן מיט די ווייטערדיגע וואוקס אין די געגענט.
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/36023

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך להודיע » מיטוואך מארטש 17, 2021 1:40 am

נישט קיין שלעכטע געדאנק גראדע אז דזשאו ביידן זאל ווערן טראסטי.

די נקודה
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 03, 2014 1:47 pm

Re:

תגובהדורך די נקודה » מיטוואך מארטש 17, 2021 1:48 am

סמעטענע האט געשריבן:די וועג ווי עס פארט יעצט וועט די 20 טויזענט משפחות פין בלומינג-גראוו וגלילותי' און פאלם טרי וגלילותי' ווערן עלידזשיבעל מיט די צייט פאר א קאונטי,
די יעצטיגע פלענינג באורד גייט עפעס ווערן געטוישט מיט די היינט נאכטיגער געווינס ?


אדער נישט?

בלומינג ג
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 03, 2017 2:21 pm

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך בלומינג ג » מיטוואך מארטש 17, 2021 7:46 am

IMG-20210317-WA0039.jpg
IMG-20210317-WA0039.jpg (92.26 KiB) געזעהן 2531 מאל

חסד השם
שר חמש מאות
תגובות: 761
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך חסד השם » מיטוואך מארטש 17, 2021 8:11 am

אידיש.טייפינג האט געשריבן:אין בלומינגראוו האט מען געארבעט שטילערהייט און ארויסגעשטעלט 2 קאנדידאטן אלס "רייט אין", כדי די שכנים זאלן מיינען אז מען שלאפט.
עס איז געווען א געלונגענער קאמפיין, און ביידע היימישע קאנדידאטן ר׳ לייב ראזנער און ר׳ אשר גוטמאן האבן געווינען.
יעצט פארמאגט דער ישוב אלע 4 טראסטיס וואס וועט אי"ה געבן די מעגליכקייט צו מאכן ערנסטע שינויים לטובה!

Wow!!!

דאס הייסט געלונגענע עסקנים!! כה לחי!
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים

אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2155
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

Re:

תגובהדורך וועלטניק » מיטוואך מארטש 17, 2021 8:39 am

סמעטענע האט געשריבן:די וועג ווי עס פארט יעצט וועט די 20 טויזענט משפחות פין בלומינג-גראוו וגלילותי' און פאלם טרי וגלילותי' ווערן עלידזשיבעל מיט די צייט פאר א קאונטי

און דערנאך צו א באזונדערעם סטעיט, און פון דארט איז שוין א שפאן אוועק צו אן אייגענעם לאנד! וואוו!

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2785
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך קרייסלער » מיטוואך מארטש 17, 2021 9:24 am

מזל טוב בלומינגראווע ברודער, צלח ורכב
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלף
תגובות: 1395
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 16, 2014 11:51 pm

Re: Re:

תגובהדורך עירמאנט'ער » מיטוואך מארטש 17, 2021 9:30 am

וועלטניק האט געשריבן:
סמעטענע האט געשריבן:די וועג ווי עס פארט יעצט וועט די 20 טויזענט משפחות פין בלומינג-גראוו וגלילותי' און פאלם טרי וגלילותי' ווערן עלידזשיבעל מיט די צייט פאר א קאונטי

און דערנאך צו א באזונדערעם סטעיט, און פון דארט איז שוין א שפאן אוועק צו אן אייגענעם לאנד! וואוו!


אן אייגענעם מדינה???
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2785
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך קרייסלער » מיטוואך מארטש 17, 2021 9:34 am

די נייע טראסטי ר' זלמן לייב (לייבי) ראזנער ני"ו בן הרבני הנגיד ר' משה דוד הי"ו חבר הנהלת מוסדות סאטמאר וויליאמסבורג ונכד הרה"ח ר' שלמה מיכל ראזנער ע"ה די ערשטע ראש הקהל אין קרית יואל און פראמינענטער מקים פונעם שטעטל אין די בראשית יארן (צוזאמען מיט יבלחט"א ריעו ואמיתו הרה"ח ר' משה פריעדמאן הי"ו), און אן איידעם ביי הרה"ח ר' ארי' אשר פערל ב"ר חיים משה הי"ו
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

אידיש.טייפינג
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2012 12:29 pm

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך אידיש.טייפינג » מיטוואך מארטש 17, 2021 9:57 am

חסד השם האט געשריבן:
אידיש.טייפינג האט געשריבן:אין בלומינגראוו האט מען געארבעט שטילערהייט און ארויסגעשטעלט 2 קאנדידאטן אלס "רייט אין", כדי די שכנים זאלן מיינען אז מען שלאפט.
עס איז געווען א געלונגענער קאמפיין, און ביידע היימישע קאנדידאטן ר׳ לייב ראזנער און ר׳ אשר גוטמאן האבן געווינען.
יעצט פארמאגט דער ישוב אלע 4 טראסטיס וואס וועט אי"ה געבן די מעגליכקייט צו מאכן ערנסטע שינויים לטובה!

Wow!!!

דאס הייסט געלונגענע עסקנים!! כה לחי!

זיי זענען א סעמפל פאר אנדערע

eller
שר ששת אלפים
תגובות: 6145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך eller » מיטוואך מארטש 17, 2021 10:38 am

איך וואלט זייער געוואלט בעטן אויס איינער קען מען ביטע שיקן דא צו אין אישי די לעצטע פאר שטומעס אויסגאבעס
א גרויסן דאנק
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה
זעהט די חשיבות פון דאנקן דעם באשעפער און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער

אוועטאר
שמואל בארג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3635
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך שמואל בארג » מיטוואך מארטש 17, 2021 11:43 am

מזל טוב תושבי בלומינגראוו!

ס'איז אויך פארגעקומען וואלן אויף די טאון זיץ, זיי האבן מיר געשיקט ראבא קאלס די לעצטע דריי טעג, טענה'נדיג אז זיי זענען אינדארסירט ביי די ראבייס.

פשוט מסודר
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 6:09 pm

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך פשוט מסודר » מיטוואך מארטש 17, 2021 12:01 pm

אשריכם עסקני בלומינג-גראוו.
איר האט אסאך סייעתא דשמיא טאקע דערפאר ווייל איר ארבעט לטובת הציבור באמונה ובהתייעצות מיט די ערליכע תושבי העיר ובראשם די רבנים ודיינים, און מיט די אחריות צו העלפן די אידן אבער גלייכצייטיג נישט אויפצורייצן דעים גוי.
חזקו ואמצו לבבכם, לכו בכחכם זה צו ממשיך זיין אייער הייליגע פליכט, איר זענט א מוסטער און וועג ווייזער פאר אנדערע און דעים פינסטערן גלות, תחזקנה ידיכם, שטיל און קליג, זאל די סייעתא דשמיא קיינמאל זיך אפטוען.

אוועטאר
מאנסי'ייט
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 11, 2020 4:52 pm

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך מאנסי'ייט » מיטוואך מארטש 17, 2021 12:06 pm

פשוט מסודר האט געשריבן:אשריכם עסקני בלומינג-גראוו.
איר האט אסאך סייעתא דשמיא טאקע דערפאר ווייל איר ארבעט לטובת הציבור באמונה ובהתייעצות מיט די ערליכע תושבי העיר ובראשם די רבנים ודיינים, און מיט די אחריות צו העלפן די אידן אבער גלייכצייטיג נישט אויפצורייצן דעים גוי.
חזקו ואמצו לבבכם, לכו בכחכם זה צו ממשיך זיין אייער הייליגע פליכט, איר זענט א מוסטער און וועג ווייזער פאר אנדערע און דעים פינסטערן גלות, תחזקנה ידיכם, שטיל און קליג, זאל די סייעתא דשמיא קיינמאל זיך אפטוען.



גאם

סראלי
שר ששת אלפים
תגובות: 6534
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך סראלי » מיטוואך מארטש 17, 2021 1:32 pm

ישראל אשר בך אתפאר

בלומינג ג
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 03, 2017 2:21 pm

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך בלומינג ג » מיטוואך מארטש 17, 2021 1:45 pm

סראלי האט געשריבן:https://www.recordonline.com/story/news/politics/elections/2021/03/17/write-trustee-candidates-win-south-blooming-grove-election/4730372001/

Two write-in candidates win South Blooming Grove trustee seats and complete board turnover
Chris McKenna
Times Herald-Record
SOUTH BLOOMING GROVE - Two unexpected trustee candidates easily won Village Board seats on Tuesday after voters submitted a deluge of write-in votes and completed a board turnover that began six months ago.

The winning write-in candidates were Asher Guttman and Zalmon Rosner, each of whom got more than twice as many votes as incumbent Johnny Belfort and former trustee Patricia Morrice, the only candidates on the ballot. The village's vote counts on Wednesday were: Guttman, 684; Rosner, 680; Morrice, 280; and Belfort, 272.


The successful write-in campaign finished a sweep of the entire board that started in September, when three candidates backed by South Blooming Grove's growing Hasidic community ousted Mayor Jimmy LoFranco and two trustees by large margins.

Morrice was one of the trustees who lost her seat in that election. Only she and Belfort submitted petitions last month to seek board seats, making it appear they would run unopposed on Tuesday.


Most of the votes cast for Tuesday's election were done by absentee ballot, Village Clerk Kerry Dougherty said. Some voters inscribed Guttman's and Rosner's names by hand, while others used a stamp to print them on the ballots, she said.


Asked whether his group organized the write-in campaign, Joel Stern, a leader of the United Jewish Community of Blooming Grove, told the Times Herald-Record by text message on Wednesday that his organization does advocacy and charitable work but doesn't endorse candidates or get involved in campaigns.

The board turnover comes as the five-member Village Board and five-member Planning Board are jointly overseeing the environmental review for the 600-home Clovewood project, a development that could double South Blooming Grove's population. The two boards ultimately must vote on the final steps in that review after the developer has finished answering public questions about the draft environmental impact statement.

אוועטאר
קאץ און מויז
שר האלף
תגובות: 1722
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך קאץ און מויז » דאנארשטאג מארטש 18, 2021 11:26 am

ווייסט איינער צו מען מעג גיין "שבת" פון קרית יואל קיין "לעיק שאור"?

קוואל וואסער
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 5:44 pm

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך קוואל וואסער » דאנארשטאג מארטש 18, 2021 11:30 am

ווענגלייך איז די בעסטע צו פרעגן הרב בערקאוויטש שליט"א מקאריץ
סייעתא דשמיא איז די ערשטע זאך

אוועטאר
yoy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 12:47 pm

Re: Re:

תגובהדורך yoy » דאנארשטאג מארטש 18, 2021 2:05 pm

סמעטענע האט געשריבן:די וועג ווי עס פארט יעצט וועט די 20 טויזענט משפחות פין בלומינג-גראוו וגלילותי' און פאלם טרי וגלילותי' ווערן עלידזשיבעל מיט די צייט פאר א קאונטי


איז טאקע אַ פּלאן? אדער דאס איז נאר א וויץ?
וואס איז טאקע דער פּראצעס פאר דעס?

מארסי
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 5:46 pm

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך מארסי » מאנטאג מארטש 22, 2021 9:56 am

בלומינג ג האט געשריבן:
IMG-20210305-WA0040.jpg

ווייסט איינער ווי מ'קען געבן? פאר די קמחה דפסחה?

מארסי
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 5:46 pm

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך מארסי » מאנטאג מארטש 22, 2021 10:10 am

קאץ און מויז האט געשריבן:ווייסט איינער צו מען מעג גיין "שבת" פון קרית יואל קיין "לעיק שאור"?

כ'דענק ס'פלעגט אמאל זיין א מעפ אויף די ווענט אין די שילן אין בלומינג גראוו, לויט יענע מעפ האט מען נישט געמעגט גיין ביז לעק שאור, באט כ'האב שוין לאנג נישט געזעהן די מעפ, איך האב אויך געהערט אז ס'איז דא וואס האלטן אז ס'הייסט יא ווי איין שטאט מיט קרית יואל, סא ווייס איך נישט :|

אוועטאר
קאץ און מויז
שר האלף
תגובות: 1722
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך קאץ און מויז » מאנטאג מארטש 22, 2021 3:02 pm

מארסי האט געשריבן:
קאץ און מויז האט געשריבן:ווייסט איינער צו מען מעג גיין "שבת" פון קרית יואל קיין "לעיק שאור"?

כ'דענק ס'פלעגט אמאל זיין א מעפ אויף די ווענט אין די שילן אין בלומינג גראוו, לויט יענע מעפ האט מען נישט געמעגט גיין ביז לעק שאור, באט כ'האב שוין לאנג נישט געזעהן די מעפ, איך האב אויך געהערט אז ס'איז דא וואס האלטן אז ס'הייסט יא ווי איין שטאט מיט קרית יואל, סא ווייס איך נישט :|

מען מעג טאקע נישט נאר מיט אן עירובי תחומין

יענקעל משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 11:19 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

תגובהדורך יענקעל משה » מיטוואך מארטש 24, 2021 11:52 pm

ברעיקינג!

קהל יטב לב מהרי"י קרית יואל איז אריין אין קאנטראקט אויף א פראפערטי אין בלומינגראוו, שכונת ווארלי-הייטס/לעיק-שאור אויפצובויען א נייעם הערליכן ביהמ״ד דקהל יטב לב לתפארת קהלתינו הקדושה!

דאס איז בנוסף צו דעם פראכטפולן ביהמ״ד דקהל יטב לב וואס גייט בעז״ה געבויעט ווערן אין שכונת ווירזשיניע!

שמחים בבנין עירך! מחיל אל חיל!

IMG-20210324-WA0301.jpg
IMG-20210324-WA0301.jpg (262.93 KiB) געזעהן 832 מאל


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: DotBot, פילינגס און 14 געסט