חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אידיש.טייפינג
שר חמש מאות
תגובות: 831
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2012 12:29 pm

Re: נייע חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך אידיש.טייפינג » זונטאג מאי 03, 2020 4:40 pm

דאס רשעות לאזט אים נישט טראכטן אז ער באגייט נארישקייטן

Blooming
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 26, 2018 7:24 pm

Re: נייע חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך Blooming » זונטאג מאי 03, 2020 5:14 pm

ירא הקהל וישפוט!

עס זיצט א מעיאר א רשע מרושע און העצט אויף זיינע אידישע איינוואוינער אויף א קאנפערענץ קאל פון איבער 150 גאווערנמענט באאמטע פון גאנץ אראנזדש קאונטי, וואס ווייסן אפילו נישט וויאזוי דאס איז זיי נוגע, ער איז אויסן אז דער שעריף און דער די. עי. זאלן אריינקוקן דערין.

עס דארף ארויסגעברענגט ווערן אז דער זעלבער איז טעגליך אויף אן עקסטערן טעלעפאן קאנפערענץ מיט די פירערשאפט פון די יו. זשעי. סי. בכדי צו אדרעסירן אזעלכע סארט אישוס אויף א פרידליכן פארנעם, און ער האט גערעדט צו די עסקנים א קנאפע שעה פארדעם און ער האט זיי דערווייל קיינמאל נישט אויפמערקזאם געמאכט דערוועגן!!! ער זוכט נאר צו העצן און באשמוצן זיינע אידישע איינוואוינער פאר די גאס...

מקץ
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 21, 2018 5:18 pm

Re: נייע חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך מקץ » זונטאג מאי 03, 2020 5:17 pm

וואו קען מען אויפפיקן דאס עסן פון די מוסדות (מהר"א) אין בלומינגראוו ? א ייש"כ למפרע.

מקץ
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 21, 2018 5:18 pm

Re: נייע חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך מקץ » זונטאג מאי 03, 2020 5:18 pm

. 712-831-9313 389338# blooming grove mayor LaFranco bashing the Jewish residence of south Blooming Grove

Blooming
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 26, 2018 7:24 pm

Re: נייע חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך Blooming » זונטאג מאי 03, 2020 5:26 pm

מקץ האט געשריבן:וואו קען מען אויפפיקן דאס עסן פון די מוסדות (מהר"א) אין בלומינגראוו ? א ייש"כ למפרע.


ביי די טעגליכע לאקאציעס

ר' יום טוב
שר האלפיים
תגובות: 2458
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: נייע חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך ר' יום טוב » זונטאג מאי 03, 2020 5:29 pm

ווער ענטפערט אים דארט? קוקט אויס ווי דער קאונטי עקזעקעטיוו, ער דרייט זיך ארויס זאגנדיג אז מיט בתי מדרשים קען מען גארנישט טון, ווייל אטוירני דזשענעראל באר האט ארויסגעשטעלט א ווארענונג נישט צו שטערן רעליגיעזע אינסטיטוציעס ווי לאנג מען פאלגט סאשעל דיסטענס.

שמויגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2010 8:15 pm

Re: נייע חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך שמויגער » דינסטאג מאי 05, 2020 6:41 am

ר' יום טוב האט געשריבן:ווער ענטפערט אים דארט? קוקט אויס ווי דער קאונטי עקזעקעטיוו, ער דרייט זיך ארויס זאגנדיג אז מיט בתי מדרשים קען מען גארנישט טון, ווייל אטוירני דזשענעראל באר האט ארויסגעשטעלט א ווארענונג נישט צו שטערן רעליגיעזע אינסטיטוציעס ווי לאנג מען פאלגט סאשעל דיסטענס.

יא, ער ענטפערט אים פיין, ער האט אבער זיכער געמאכט אז אלע גוים זאלן האבן טענות צו די אידן ווען די קאנטי גייט עפענען שפעטער ווי יעדען אז מזאל וויסן אז סאיז וועגן אונז.
איי די נאמבערס און קרית יואל איז שטיל און אין די אנדערע געגענטער ווי נויבערג וכד' פליט ארויף די נאמבערס ווי אויף הייווען.... אבער די בלעים גייט זיין אויף אונז ווייל אזוי האט ער בפירוש געזאגט...
גלייב מיר מיין ווארט איז מער ווערט ווי מיין אונטערשריפט

געשמאקע נייעס
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 26, 2020 3:28 am

תגובהדורך געשמאקע נייעס » מיטוואך מאי 13, 2020 12:23 am

גייט יעצט סאטמארע קהילה [מהרי"י] מייסד זיין פרישע בתי מדרשים אין שטאט? אין וועלכע געגנטען? עפעס אזוי האט מען היינט געשמועסט.

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1551
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re:

תגובהדורך טראק דרייווער » מיטוואך מאי 13, 2020 12:26 am

געשמאקע נייעס האט געשריבן:גייט יעצט סאטמארע קהילה [מהרי"י] מייסד זיין פרישע בתי מדרשים אין שטאט? אין וועלכע געגנטען? עפעס אזוי האט מען היינט געשמועסט.


מיינע פאפירן זענען שוין אויסגעלאפן פון אזויפיל בלוי פרינט'ס.... והמכין יכין.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

איך הער נישט
שר חמש מאות
תגובות: 657
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2015 10:06 am

Re: Re:

תגובהדורך איך הער נישט » מיטוואך מאי 13, 2020 8:57 am

טראק דרייווער האט געשריבן:
געשמאקע נייעס האט געשריבן:גייט יעצט סאטמארע קהילה [מהרי"י] מייסד זיין פרישע בתי מדרשים אין שטאט? אין וועלכע געגנטען? עפעס אזוי האט מען היינט געשמועסט.


מיינע פאפירן זענען שוין אויסגעלאפן פון אזויפיל בלוי פרינט'ס.... והמכין יכין.

מען רעדט פון צוויי צייטוויליגע שוהלן און ליכט פון דעם פאקט אז מען האט אפגעלייגט די וואלן
איינס האט זיך שוין מייסד געווען יעצט ביי קאראונע און בלייבט אפן
די צווייטע וועט זיך עפענען און די נאענטע טעג

Kollel
שר האלף
תגובות: 1995
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: נייע חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך Kollel » מיטוואך מאי 13, 2020 2:23 pm

א בילד ווי דאס ביהמ"ד איז צוגעגרייט פארגאנגענע פרייטאג לכבוד שבת
צוגעלייגטע
51044 (1).jpeg
51044 (1).jpeg (103.85 KiB) געזעהן 2183 מאל
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1437
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

Re: נייע חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך דברים אלו » מיטוואך מאי 13, 2020 2:26 pm

Kollel האט געשריבן:א בילד ווי דאס ביהמ"ד איז צוגעגרייט פארגאנגענע פרייטאג לכבוד שבת

הערליך

Blooming
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 26, 2018 7:24 pm

Re: נייע חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך Blooming » מיטוואך מאי 13, 2020 11:56 pm

Kollel האט געשריבן:א בילד ווי דאס ביהמ"ד איז צוגעגרייט פארגאנגענע פרייטאג לכבוד שבת


די שול האט גארנישט מיט סאטמאר מהר״יי

סאיז בלויז נאך א געגענט שול בלויז פאר שבת אויף די מעריוואלד גאס און בלומינג גראוו.

Blooming
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 26, 2018 7:24 pm

Re:

תגובהדורך Blooming » מיטוואך מאי 13, 2020 11:56 pm

געשמאקע נייעס האט געשריבן:גייט יעצט סאטמארע קהילה [מהרי"י] מייסד זיין פרישע בתי מדרשים אין שטאט? אין וועלכע געגנטען? עפעס אזוי האט מען היינט געשמועסט.



נישט יעצט און פלאן.

אפסטעיט איד
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:03 am

Re: נייע חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך אפסטעיט איד » דאנארשטאג מאי 14, 2020 2:44 pm

Kollel האט געשריבן:א בילד ווי דאס ביהמ"ד איז צוגעגרייט פארגאנגענע פרייטאג לכבוד שבת


ווי איך הער איז דאס ביים ראה״ק יאקאבאוויטש פון ווילאמסבורג וואס האט א דירה דארט. אבער האט גארנישט מיט די קהילה

יענקעל משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 11:19 am

Re: נייע חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך יענקעל משה » פרייטאג מאי 15, 2020 2:25 pm

IMG-20200515-WA0043.jpg
IMG-20200515-WA0043.jpg (103.58 KiB) געזעהן 1580 מאל

שמויגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2010 8:15 pm

Re: נייע חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך שמויגער » פרייטאג מאי 15, 2020 6:27 pm

גלייב מיר מיין ווארט איז מער ווערט ווי מיין אונטערשריפט

אוועטאר
dont care
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 25, 2011 10:04 am

Re: נייע חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך dont care » פרייטאג מאי 15, 2020 7:17 pm

שמויגער האט געשריבן:https://drive.google.com/file/d/1eyz-aoPEr3JEQZvu6zJbQAASp0W4cOuz/view?usp=drivesdk

Can’t open link need permission

געשמאקע נייעס
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 26, 2020 3:28 am

Re: נייע חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך געשמאקע נייעס » מאנטאג מאי 18, 2020 10:34 pm

יעצט ווען שוין נאנט צו 2 חדשים וואלגערן זיך צענדליגער קינדער אין די גאסן
איז העכסט צייט צו עפענען א זעלבסטשטענדיגער חדר
א "זמיגראדע חדר"
אדער א "קאריצע מוסד"
"ראדאוויצע מתיבתא"
"קרעמניצע קלויז" פאר בחורי ישראל
עס איז צייט זיך צו ארגענעזירן זעלבסטשטענדיג.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 18361
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

Re: נייע חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג מאי 18, 2020 10:43 pm

מנהל ישיבת צעהלים האט זיך אהינגעצויגן?

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1798
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

Re: נייע חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך לא לנו » מאנטאג מאי 18, 2020 10:44 pm

געשמאקע נייעס האט געשריבן:יעצט ווען שוין נאנט צו 2 חדשים וואלגערן זיך צענדליגער קינדער אין די גאסן
איז העכסט צייט צו עפענען א זעלבסטשטענדיגער חדר
א "זמיגראדע חדר"
אדער א "קאריצע מוסד"
"ראדאוויצע מתיבתא"
"קרעמניצע קלויז" פאר בחורי ישראל
עס איז צייט זיך צו ארגענעזירן זעלבסטשטענדיג.

אומר ועושה, ווער לאזט אייך נישט?

אידיש.טייפינג
שר חמש מאות
תגובות: 831
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2012 12:29 pm

Re: נייע חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך אידיש.טייפינג » דינסטאג מאי 19, 2020 11:16 am

געשמאקע נייעס האט געשריבן:יעצט ווען שוין נאנט צו 2 חדשים וואלגערן זיך צענדליגער קינדער אין די גאסן
איז העכסט צייט צו עפענען א זעלבסטשטענדיגער חדר
א "זמיגראדע חדר"
אדער א "קאריצע מוסד"
"ראדאוויצע מתיבתא"
"קרעמניצע קלויז" פאר בחורי ישראל
עס איז צייט זיך צו ארגענעזירן זעלבסטשטענדיג.


אדרבה, עפן א חדר, דעמאלט וועסטו בעסער פארשטיין ווסא די הנהלות המוסדות מאכן דורך

פאלעסיידס
שר האלפיים
תגובות: 2058
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: נייע חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך פאלעסיידס » דינסטאג מאי 19, 2020 10:16 pm

לא לנו האט געשריבן:
געשמאקע נייעס האט געשריבן:יעצט ווען שוין נאנט צו 2 חדשים וואלגערן זיך צענדליגער קינדער אין די גאסן
איז העכסט צייט צו עפענען א זעלבסטשטענדיגער חדר
א "זמיגראדע חדר"
אדער א "קאריצע מוסד"
"ראדאוויצע מתיבתא"
"קרעמניצע קלויז" פאר בחורי ישראל
עס איז צייט זיך צו ארגענעזירן זעלבסטשטענדיג.

אומר ועושה, ווער לאזט אייך נישט?

ווילסט עס עפענען דא אויף איי וועלט?

מרדכי הכהן
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 14, 2016 2:13 pm

Re: נייע חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך מרדכי הכהן » דינסטאג יוני 02, 2020 7:52 pm

שִׂמְחוּ בַה' וְגִילוּ צַדִּיקִים וְהַרְנִינוּ כָּל יִשְׁרֵי לֵב!

אין די יעצטיגע מינוטן, יום ג' שנכפל בו כי טוב לסדר נשא את ראש בני ישראל, איז הגה"צ רבי יצחק מרדכי בן הינדל רייזל שליט"א, אבד"ק ראדאוויץ, ב"ה אויפ'ן וועג אהיים פון שפיטאל, לביתו נאוה אין בלומינגראוו יצ"ו.

מען האט ב"ה געזען ממש אפענע נסים נאך לאנגע וואכן, כמעט צוויי חדשים וואס דער רב שליט"א איז געווען אין שפיטאל אין זייער א קריטישן מצב, אבער ב"ה אז די אומצאליגע תפלות ישראל און קבלות טובות פון די מתפללים, ידידים ותלמידים, האבן גע'פועל'ט די גרויסע ישועה. הראינו ה' חסדיך.

דער רב שליט"א איז נאך זייער שוואך און איז ווייטער אנגעוויזן אויף תפלות ישראל פאר א פולקאמע ערהוילונג אז ער זאל בקרוב שוין קענען ווייטער מאציל זיין מהודו אויף די תושבי השכונה מיט די ווארימע תפלות און תורות מדי שבת בשבתו ומדי מועד במועדו להאיר לארץ ולדרים. עוד ינובון בשיבה דשנים ורעננים.

לויט'ן פלאן וועט אי"ה געפראוועט ווערן א שטיקל לחיים מיט ריקודי שמחה היינט ביי מנחה מעריב אין בית המדרש מאורות נתן ראדאוויץ, בהשתתפות תושבי השכונה.

וְיִשְׂמְחוּ כָל חוֹסֵי בָךְ לְעוֹלָם יְרַנֵּנוּ וְתָסֵךְ עָלֵימוֹ וְיַעְלְצוּ בְךָ אֹהֲבֵי שְׁמֶךָ.

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5801
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

Re: נייע חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג יוני 02, 2020 7:59 pm

ויחד נא שכל! נעשה בשרו חידודין חידודין, מחמת גודל השמחה של הבשורה טובה!

אכן שמע אלקים, הקשיב בקול תפילתינו!

כן יעזור ה' להלאה לכל חולי ישראל, ובפרט לאחיו ר' אברהם עמרם שליט"א
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט