בלאט 2 פון 284

געשריבן: דינסטאג יולי 29, 2014 2:50 pm
דורך יהיה כן
די אלע 'ישובים' זענען אזוי ווי זומער-בלימעלעך
ווען דער עולם פארט אין קאנטרע בליען זיי אויף, און ווי נאר מען קומט אהיים, ס'רוקט זיך אן דער ווינטער, גייט אלעס צוריק שלאפן כמקדם.....
איבער א יאר, אודך
ויישן ויחלום שנית

געשריבן: דינסטאג יולי 29, 2014 3:20 pm
דורך שמעלקא טויב
כ'זעה נישט פארוואס ס'זאל זיין א קלאפ פאר בלומינבערג, אויב דאס גייט זיך אויסארבייטן וועלן זיך אנדערע ישובים אויך קענען אויסארבייטן, איינער דארף ווייזן אז "יא מען קען" (נוסח אובמה) און אנדערע וועלן נאכמאכן.

געשריבן: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm
דורך פליגל
יא מ'קען נוסח אבאמע איז די ראנג סלאגאן פאר סוקסעס.

געשריבן: דינסטאג יולי 29, 2014 3:31 pm
דורך מיסטעריעז
שמעלקא טויב האט געשריבן:כ'זעה נישט פארוואס ס'זאל זיין א קלאפ פאר בלומינבערג, אויב דאס גייט זיך אויסארבייטן וועלן זיך אנדערע ישובים אויך קענען אויסארבייטן, איינער דארף ווייזן אז "יא מען קען" (נוסח אובמה) און אנדערע וועלן נאכמאכן.

ער‎ ‎האט‎ ‎לכאורה‎ ‎געמיינט‎ ‎מצד‎ ‎סאטמאר‎
שמעלקא טויב האט געשריבן:בלומינבערג

אויש‎!‎

געשריבן: דינסטאג יולי 29, 2014 4:18 pm
דורך moneyMINDED
וועל מיר זען ווילאנג ס'וועט נעמען אנצופילן דא 96 פעיזשעס סתם ווי א חלום אווי בלומענבורג ז"ל

געשריבן: דינסטאג יולי 29, 2014 4:22 pm
דורך מיסטעריעז
אנטשולדיגט‎ ‎מיר‎ ‎אבער‎ ‎איך‎ ‎האלט‎ ‎שוין‎ ‎נישׁט‎ ‎אויס‎!‎
moneyMINDED האט געשריבן:בלומענבורג

געשריבן: מיטוואך יולי 30, 2014 1:23 am
דורך geek
גאלדגרוב האט געשריבן:דאכט זיך אז ר' יעקב יושע שווארץ ני"ו איז דער אינוועסטער אין דעם בלומינגראוו פראיעקט

אינעם ערשטן תגובה שטייט אז ס׳איז ר׳ יחזקאל בראך

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 1:21 am
דורך שנאפס
למעשה האט זיך עפעס גערוקט? נאך וויפיל צייט דארף די ווילידזש ענטפערן אויף די נייע פלענער?

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 8:45 am
דורך kyshtiper
geek האט געשריבן:
גאלדגרוב האט געשריבן:דאכט זיך אז ר' יעקב יושע שווארץ ני"ו איז דער אינוועסטער אין דעם בלומינגראוו פראיעקט

אינעם ערשטן תגובה שטייט אז ס׳איז ר׳ יחזקאל בראך


צו יחזקאל בראך ווייס איך נישט
אבער יעקב יושע שווארטץ איז נישט קיין אינוועסטאר נאר א בראוקער וואס האט פארקויפט די לאט

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 1:32 pm
דורך מיללער
איז דא עפעס פארשריט אין די בלומינג-גראוו געגענט, עס קורסירן קלאנגען פון עקזעסטירנדע דירות וואס ווערן אפגעקויפט דורך היימישע אידן, מיט פלענער זיך צו באזעצן אינען נאנטן צוקונפט, קען איינער קאנפערמירן?

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 1:37 pm
דורך געב_מיר_כח
מיללער האט געשריבן:איז דא עפעס פארשריט אין די בלומינג-גראוו געגענט, עס קורסירן קלאנגען פון עקזעסטירנדע דירות וואס ווערן אפגעקויפט דורך היימישע אידן, מיט פלענער זיך צו באזעצן אינען נאנטן צוקונפט, קען איינער קאנפערמירן?

איצט וואוינען שוין דארט 4 משפחות
איך ווייס פון נאך 2 וואס האבן שוין געקויפט דארט
אבער דאס איז נישט די ניי דעוולעפמענט וואס מען רעדט

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 1:40 pm
דורך גאלדגרוב
אויף קינגסוויל רד. ?

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 1:53 pm
דורך moneyMINDED
געב_מיר_כח האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:איז דא עפעס פארשריט אין די בלומינג-גראוו געגענט, עס קורסירן קלאנגען פון עקזעסטירנדע דירות וואס ווערן אפגעקויפט דורך היימישע אידן, מיט פלענער זיך צו באזעצן אינען נאנטן צוקונפט, קען איינער קאנפערמירן?

איצט וואוינען שוין דארט 4 משפחות

וועלכע גאס ? ווי קומט מען אהין?
איך ווייס פון נאך 2 וואס האבן שוין געקויפט דארט
אבער דאס איז נישט די ניי דעוולעפמענט וואס מען רעדט

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 2:53 pm
דורך מיללער
געב_מיר_כח האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:איז דא עפעס פארשריט אין די בלומינג-גראוו געגענט, עס קורסירן קלאנגען פון עקזעסטירנדע דירות וואס ווערן אפגעקויפט דורך היימישע אידן, מיט פלענער זיך צו באזעצן אינען נאנטן צוקונפט, קען איינער קאנפערמירן?

איצט וואוינען שוין דארט 4 משפחות
איך ווייס פון נאך 2 וואס האבן שוין געקויפט דארט
אבער דאס איז נישט די ניי דעוולעפמענט וואס מען רעדט

גוטע נייעס ב"ה, זייער קלוג די נחשונים, הלוואי זאל עס מצליח זיין און מ'זאל זיך אויסשפרייטן דארט אויך

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 24, 2015 10:42 am
דורך kyshtiper
גערעדט נעכטן מיט איינער וואס וואוינט אין בלומינג-גראוו
אין די אלטע הייזער
זאגט ער מיר אז זיי האבן שוין ב"ה מנין שבת אויפן פלאץ פון אידן וואס האבן אהין געמופט

געשריבן: זונטאג מאי 01, 2016 11:51 pm
דורך dont care
לויט די הקריה איז 46 דירות געקויפט ביי יודען

געשריבן: זונטאג מאי 08, 2016 11:17 am
דורך dont care
I hear there alot going on now there

געשריבן: זונטאג מאי 08, 2016 2:32 pm
דורך רצון טוב
איך בין געווען אינוואלווד אין א מקח פון א בלומינג-ראוו דירה, עס קוקט אויס ווי אין די נאנטע צוקנופט וועט דארט זיין א שיינע צאל אידישע תושבים.

געשריבן: דינסטאג מאי 10, 2016 5:40 pm
דורך אורחאפורחא
איין מוסד פארט שוין קיין בלומינג-גראוו

געשריבן: דינסטאג מאי 10, 2016 5:42 pm
דורך אורחאפורחא
ווי אויך שמועסט מען אז עס איז שוין דא עפעס א שטיקל מקוה אין די דאללעס געגענט - נישט קאנפירמד -

געשריבן: דאנערשטאג מאי 12, 2016 7:38 pm
דורך בענאק
אורחאפורחא האט געשריבן:ווי אויך שמועסט מען אז עס איז שוין דא עפעס א שטיקל מקוה אין די דאללעס געגענט - נישט קאנפירמד -

יא, איך האב זיך געטובלט דערין די וואך

געשריבן: דאנערשטאג מאי 12, 2016 7:39 pm
דורך סראלי
אורחאפורחא האט געשריבן:איין מוסד פארט שוין קיין בלומינג-גראוו


בני יואל אויך

געשריבן: פרייטאג מאי 13, 2016 10:14 am
דורך kyshtiper
וואכענשריפט פון די וואך

געשריבן: פרייטאג מאי 13, 2016 10:20 am
דורך היימישער אינגערמאן
פאזיטיווע ניייעס. אבער צווישן די שורות זעט מען.... וועל מיר נישט שרייבן מער ווייל די אחראים וועלן ווערן ברוגז.

געשריבן: פרייטאג מאי 13, 2016 10:30 am
דורך קרוץ מחומר
היימישער אינגערמאן האט געשריבן:פאזיטיווע ניייעס. אבער צווישן די שורות זעט מען.... וועל מיר נישט שרייבן מער ווייל די אחראים וועלן ווערן ברוגז.

מאכסט א מצב צווישען די שורות, די קענסט זעהן יעדע וואך אינעם וואכענשריפט אז עס ווערט געפירט א מאססיווע פראפעגאנדע קאמפיין פאר יעדע נייע געגענט ארום קרית יואל,

אין עס ווייסט יעדער אין עס איז זעלבסט פארשטענדליך פארוועם די ארויסשפרייטונגען אין קרית יואל ארויס פונעם ווילעדש איז צום הארצען אין פארוועם נישט

סך הכל איז דא א %50 שאנס אז קרית יואל זאל אויסקיקען ווי מאנסי ביז 10 יאר ארום צו (פאר ווער עס ווייסט נישט געפינט זיך א כתר ווילידש אין צענטער פון היימישען געגענט) צו עס איז א מעלה אדער חסרון קען מען (אדער קען מען נישט בעסער געזאגט...) אריינגיין אין דיסקוסיעס אבער דאס איז דער מצב כעת