נייע חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

כשרע טעלעפאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm

תגובהדורך כשרע טעלעפאן » מיטוואך מארטש 20, 2019 3:51 pm

די נקודה האט געשריבן:ווי גייט מען דארט טאנצן? אין די גאסן? אין די שולן?
איין זאך איז זיכער טרעפיק לכאורה וועט נישט זיין מאויבל׳ס קענען קומען קאלעקטן פון די טיילער׳ס אויף ווירדזשיניע
גוטע נייעס פאר קרית יואל׳ע וואס האבן רבי׳ס און טיטשער׳ס וואס וואוינען אין בלומינג גראוו...

וועסט זיין זייער סורפרייזד וויפיל טיילערס וואוינען דארט...

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » זונטאג מארטש 24, 2019 2:24 pm

די באהערדע אין גלילות קרית יואל, דאס הייסט בלומינגראוו, וואודבערי,און מאנראו, שטעלן זיך שיין צו ווען ס'קומען אזעלכע ימים טובים ווי פורים.

מען געדענקט דאס אפענע אנטיסעמיטיזם אין בלומינגראוו, ווען א איד האט באקומען א טיקעט, האט מען ארויסגעזעהן דאס אפענע אנטיסעמיטיזם פון די ריכטער, עס געדענקט זיך א פאל ווי א עלטערער ק''י תושב האט באקומען א טיקעט, און זייענדיג אין געריכט האט דער עלטערער גוי פאר אים אין די רייע גענוצט עפעס א תירוץ צוליב זיין עלטער, וואס דער ריכטער האט דאס אנגענומען און פארלייכטערט די שטראף, ווען דער איד איז געקומען אין די רייע און האט גענוצט דעם זעלבן תירוץ, האט דער ריכטער מיט א רוגזה געזאגט, ''ניין, איך וועלט דיר נישט דורכלאזן'', מען האט ארויסגעזעהן דאס אפענע אנטיסעמיטיזם פון דעם ריכטער.
אצינד, ווען הונדערטער אידן וואוינען און באזיצן הייזער אין בלומינגראוו, האט זיך דער מצב געטוישט. די באהערדע און פאליציי ארבעטן אקטיוו מיט די לאקאלע תושבים וויאזוי צו אויסארבעטן דאס בעסטע פאר דעם ציבור התושבים, און יעדער איז צופרידן פון די אנגענעמע רוהיגע יו''ט און שבת, און די פאליציי העלפט ארויס מיט וואס זיי קענען נאר.
דאס זעלבע איז אין וואודבערי און אין מאנראו, ווי די פאליציי שטעלט צו מער שוץ און עס איז געווען אן אנגענעמער יו''ט אין בלומינגראוו, מאנראו, און וואדבערי.

בבל
שר האלף
תגובות: 1286
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » זונטאג מארטש 24, 2019 3:00 pm

אהער און אהין האט געשריבן:די באהערדע אין גלילות קרית יואל, דאס הייסט בלומינגראוו, וואודבערי,און מאנראו, שטעלן זיך שיין צו ווען ס'קומען אזעלכע ימים טובים ווי פורים.

מען געדענקט דאס אפענע אנטיסעמיטיזם אין בלומינגראוו, ווען....
אצינד, ווען הונדערטער אידן וואוינען און באזיצן הייזער אין בלומינגראוו, האט זיך דער מצב געטוישט. די באהערדע און פאליציי ארבעטן אקטיוו מיט די לאקאלע תושבים וויאזוי צו אויסארבעטן דאס בעסטע פאר דעם ציבור התושבים, און יעדער איז צופרידן פון די אנגענעמע רוהיגע יו''ט און שבת, און די פאליציי העלפט ארויס מיט וואס זיי קענען נאר.
דאס זעלבע איז אין וואודבערי און אין מאנראו, ווי די פאליציי שטעלט צו מער שוץ און עס איז געווען אן אנגענעמער יו''ט אין בלומינגראוו, מאנראו, און וואדבערי.

יא ב'' ה. איך האב אויך אזוי געטראכט . עטליסט ווען מען קאמפערט עס צי אירמאנט איז עס גאלד
~ ~גיט אפ אייער שטימע~ ~
אומגלויבליך חתונה הוצאות ליסט
~ ~יעדע שטימע ציילט~ ~
~ ~פאר די עתיד פון חתונה קריזיס~ ~

אנקעטע, לייגט איר אוועק געלט חתונה צי מאכן? אויב יא וויפיל?

די נקודה
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 03, 2014 1:47 pm

תגובהדורך די נקודה » זונטאג מארטש 24, 2019 4:13 pm

א בלומינגגראוו תושב האט טאקע פארציילט אין די משפחה אז פורים בייטאג האט מען געזעהן אויף אלע גאסן קינדער אין יעדן עלטער קומען און גייען ארום ביי דיי הייזער פארשטעלטערהייט טראגן משלוח מנות ס׳האט זיך געשפירט זייער היימיש דער פורים בחוצות וברחובות ווי אויך האט מען געטאנצן מיט מוזיק אין עטליכע גרעסערע לאקאלן עד אחר חצות הלילה ביידע נעכט און אלעס איז דורכגעגאנגען כרגיל וכנהוג אין א אידישע שטאט לכאורה א שטארקע דורכבראך פאר שכונת בלומינגגראוו

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1019
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » זונטאג מארטש 24, 2019 5:57 pm

בבל האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:די באהערדע אין גלילות קרית יואל, דאס הייסט בלומינגראוו, וואודבערי,און מאנראו, שטעלן זיך שיין צו ווען ס'קומען אזעלכע ימים טובים ווי פורים.

מען געדענקט דאס אפענע אנטיסעמיטיזם אין בלומינגראוו, ווען....
אצינד, ווען הונדערטער אידן וואוינען און באזיצן הייזער אין בלומינגראוו, האט זיך דער מצב געטוישט. די באהערדע און פאליציי ארבעטן אקטיוו מיט די לאקאלע תושבים וויאזוי צו אויסארבעטן דאס בעסטע פאר דעם ציבור התושבים, און יעדער איז צופרידן פון די אנגענעמע רוהיגע יו''ט און שבת, און די פאליציי העלפט ארויס מיט וואס זיי קענען נאר.
דאס זעלבע איז אין וואודבערי און אין מאנראו, ווי די פאליציי שטעלט צו מער שוץ און עס איז געווען אן אנגענעמער יו''ט אין בלומינגראוו, מאנראו, און וואדבערי.

יא ב'' ה. איך האב אויך אזוי געטראכט . עטליסט ווען מען קאמפערט עס צי אירמאנט איז עס גאלד

בלומינגראוו איז א הערליכע עקזעמפל אז מוויל קען מען.

סארוואש
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 05, 2018 10:37 am

תגובהדורך סארוואש » דאנארשטאג מארטש 28, 2019 11:10 am

נעכטן נאכט אריינפארנדיג אין מיין דרייוו וועי האב איך געזען א שיינע באשעפעניש מיט שארפע אויגן קוקט מיר אן מיט א טראציגע חוצפה, נאכן אים צייגן די היי ביעמס האט ער אפגעטרעטן און זיך ווידעראמאל אויסגעדרייט

נאכן נענטער ברענגן מיין וויקעל צו דעם עז פנים איז ער אנטלאפן, פונעם אויסקוק בין איך 99 פראצענט אז דאס איז געווען א גאנץ גרויסער FOX

וויל איך וויסען אויב איינער האט שוין געהאט צוטון מיט די יעניגע און וויאזוי מען קען פון זיי פטור ווערן

דאס: https://www.amazon.com/ZOVENCHI-Ultraso ... =8-1-fkmr1
האב איך געסערטשט אבער כוויל הערן דעת הקהל

מיט דאנק

חזקי פרידמאן
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 10, 2018 2:54 pm

תגובהדורך חזקי פרידמאן » זונטאג מארטש 31, 2019 11:13 pm

20190331_231007.jpg
20190331_231007.jpg (487.45 KiB) געזעהן 3807 מאל

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2100
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » זונטאג מארטש 31, 2019 11:27 pm

חזקי וואס זאל א איד טין אין א מצב ער קען זיין הויז נישט פארדינגען פאר א איד, דהיינו אידן ווילן עס נישט נעמען.

די נקודה
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 03, 2014 1:47 pm

תגובהדורך די נקודה » מאנטאג אפריל 01, 2019 12:07 am

רצון טוב האט געשריבן:חזקי וואס זאל א איד טין אין א מצב ער קען זיין הויז נישט פארדינגען פאר א איד, דהיינו אידן ווילן עס נישט נעמען.


ווי איך הער גייט דארט פאר אזא מעשה, מענטשן קויפן כסדר הייזער איבעראל, סיי אין די סיטי אין בושוויק והגלילות סיי אין אפסטעיט אין ניובורג והגלילות, איבעראל איז פארשטענדליך אז מ׳דארף אריינלייגן אפאר טאלער אין א אלטע דירה דאס איבערצופרישן, און אזוי פארדינגט מען עס און מ׳מאכט ביזנעס.

פלוצלינג הערט מען איז געווארן א סטייל אין בלומיגנגראוו אז די קויפער׳ס/אינוועסטירער קענען נעבעך נישט אריינלייגן קיין געלט אין זייערע הייזער וואס זיי האבן געברענגט קעש געלט אפצוקויפן, ממש זיי וויינען אז זיי דערלייגן, וואס איז טאקע פשט?

זייער פשוט, ווארום א ביליגן גוי קען מען דאך טרעפן זאל עס נעמען ווי ס׳שטייט און ס׳גייט, כאטש ער מאכט חרוב דאס הויז און ער צאלט נישט צו לאנג קיין רענט, מ׳בריט זיך גוט אפ מיט די ביליגע סארט טענענטס, טראכט מען אבער נישט יעצט דערפון און מ׳לייגט אריין דעם גוי, מיט א אנדערן חשבון.

אבער קודם אוודאי וויל שוין א איד נישט קומען, ווייל אז ער ליגט נישט אריין קיין איין דאלער פארוואס זאל א איד וועלן קומען?

אבער איין מינוט, מיט וואסערע חשבון האט ער אפגעקויפט א אלטע אויסגענוצטע הויז? וואס איז געווען די פלאן מעיקרא?

ער האט נישט קיין געלט אריינצולייגן? אה דא לאכט מען....

פארוואס האט ער געקויפט - אן געלט לשיטתו - א הייזקע דוקא אין בלומיגנגראוו ווי ער צאלט אסאך טייערער פאר א הויז ווי אין וואשינגטאנוויל, ווי חזקי שרייבט דארט, ער גייט נישט קויפן ביליג ערגעץ אנדערש, ער וויל דייקא דא קויפן ווי אידן וואוינען שוין, כדי צו קענען מאכן א גוטן פליפ ווען עס וועט שטייגן און ווערן מער אידיש!!

דאס הייסט ער וויל פארדינען פון דעם אידישן געגנט, אבער מוטשענען זאל זיך יענער, ער ברענגט ווייטער א גוי, יענער זאל שוויצן און ער וועט לאכן א גוטס און מאכן אפאר טאלער אויך יענעמס וואנצעס.

איז דאס טאקע יושר?
אויף וועמענס חשבון וויל ער פארדינען?
שמעקט פון היפאקריטיע שאין כדוגמתו!!

דער חזקי איז הונדערט פראצענט גערעכט מיט דעם פראבלעם!!

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1019
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » מאנטאג אפריל 01, 2019 12:22 am

חזקי פרידמאן האט געשריבן:
20190331_231007.jpg

מוראדיג וויכטיג דער מחאהלע, איינער דארף נאר איבערטייטשן אויף ענגליש.

א חוץ פון דעם כלל, אז ביסט א גאסט דארט, פירט דיך אויף מיט שכל, נאר אביסל שכל.

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1270
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מאנטאג אפריל 01, 2019 9:08 am

נו שוין האט געשריבן:
חזקי פרידמאן האט געשריבן:
20190331_231007.jpg

מוראדיג וויכטיג דער מחאהלע, איינער דארף נאר איבערטייטשן אויף ענגליש.

א חוץ פון דעם כלל, אז ביסט א גאסט דארט, פירט דיך אויף מיט שכל, נאר אביסל שכל.

ס'אפשר צו אפן געשריבן, אבער די גוים ווילן אויך נישט זיין קיין שכנים מיט די סארט עלעמענט.

אין מאנרא טאון איז דאס אזא שטארקע אישו, אז דאס איז איינמאל ארויפגעקומען ביי א טאון בארד מיטינג, אז אידן קויפן אפ הייזער און ברענגען אריין אהין ביליגע עלעמענטן.
הק' יום טוב חדב"ן הרה"ג קלונימוס אבימלך הלוי טייטלבוים שליט"א דומ"ץ דק"ק שעלפענעפיץ והגלילות ומלפנים אב"ד קראמפלארנא יצ"ו.

חינוך הטהור בארהב
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 24, 2019 6:31 pm

תגובהדורך חינוך הטהור בארהב » מאנטאג אפריל 01, 2019 1:47 pm

נישט לאנג צוריק האט הרב ר' שלמה יוסף יאזעפאוויטש רב שכונת וואודבערי אויפגעטרעטן מיט א לענגערע שיעור איבער די הלכה'דיגע שטאנדפונקט פון פארדינגען פאר גויים.
איז אין וואודבערי אויכעט דא די פראבלעים אדער נאר ביי די בלומינגראווע הייזער

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 7:33 pm

אהער און אהין האט געשריבן:מען הערט די נייעס אז אין וואודבערי פארשטייט מען זיך מיט די באהערדע, און דער עירוב וועט פונקציאנירן ווי געהעריג ב''ה.
דאס איז ווידער א רינגעלע אין די קייט פון 'פארשטענדעניש' וואס מען זעהט כסדר אין וואודבערי, בלומינגראוו, מאנרא, טשעסטער, און ווי אימער די אידעלעך ציען זיך ארויס, קניפט מען אן גוטע באציאונגען מיט די לאקאלע הערשער און פאליציי, אזוי אז עס הערשט א רוהיגקייט צווישן דעם ציבור מיט די ארומיגע שכנים.

די פאליציי איז אפען צו אונזערע געברויכן, און די באהערדע קומען זיך דורך פרידליך אויף אלע לעגאלע אנגעלעגענהייטן.

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » דינסטאג אפריל 09, 2019 10:17 am

דער נייער געפלאנטער שטעטל אין בלומינגראוו, שפאנט פאראויס.

די דעוועלאפער 'קיען עקוויטיס' וואס ווילן בויען ארום 600 הייזער אויף ארום 140 אקער פון א 708 אקער פראפערטי וואס זיי פארמאגן, האבן איבערגעמאכט און אריינגעגעבן פארבעסערטע פלענער פארן פלענינג באורד אין בלומינגראוו.

זיי ווילן אויך האבן א צווייטע קליינע אפארטמענט צו יעדן הייזקע.

אצינד גייט דאס דער פלענינג באורד אין בלומינגראוו ווילעדזש איבערקוקן, אבער מען יאגט זיך נישט דארט, מען גייט פארזיכטיג איבערקוקן דעם אפליקאציע, און א פלאנירער, אן אינדזשעניר, א טראפיק עקספערט, און א היידרא....... וועלן איבערגיין די פלענער און רעקאמענדירן זייערע געפונסן.

די דעוועלאפער ווילן זיין פארטיג מיטן בויען, א 2 יאר נאכן באקומען אפראוול.

מען וועט גראבן א 6 טיפע גרובער ארויפצוברענגן דאס וואסער, אזוי האפט מען צו האבן גענוג און נאך פאר די פרישע ארום 3815 איינוואוינער וואס וועט דאפלען די איצטיגע פאפולאציע אין ווילידזש אוו סאוט בלומינגראוו.

מען ברענגט אויך אויף די צווייטע אפציע, צו נעמען וואסער פון קרית יואל אנשטאט דארפן אליינס אויפגראבן די קוועלער.

אזוי בויעט זיך דאס נייע שטעטל, אין בלומינגראוו ניו יארק.

בלומינגראווער שטעטל

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 392
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » דינסטאג אפריל 09, 2019 6:54 pm

קען איינער לייגן די רעקארד ארטיקל דא?
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1879
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » דינסטאג אפריל 09, 2019 7:04 pm

 GROVE - Plans for a 600-home development that could more than double the Village of South Blooming Grove’s population have resumed after a long lag with the submission of a new draft environmental impact statement for the Clovewood project.

The proposal itself remains largely the same: a housing complex for the Satmar Hasidim that could have as many as 3,815 residents if an accessory apartment is built onto every house, according to the planners’ estimates.

The new documents given to the village on Wednesday and posted online at www.clovewood.com offer deeper analysis of the plans in response to questions from village officials and their consultants about the initial impact statement filed nearly a year ago.

The homes would be clustered on a 140-acre piece of a 708-acre property off Clove Road and Route 208 that used to be the Lake Anne Country Club and that the developers, Keen Equities LLC, bought for $15 million in 2006.

They hope to finish construction within two years of getting approval, according to the new impact statement.

The Village Board and the Planning Board are overseeing the environmental review for the project, and must now determine if the new statement is complete after their professional consultants review the documents.

A planner, engineer, traffic expert and hydrologist will study the new materials and report their findings to the boards, Dennis Lynch, an attorney for the village, said Monday.

The developers plan to drill six wells to supply water to the homes and build a sewage treatment plant for the development’s wastewater.

Residents would use an average of 377,400 gallons of water per day if every home has an accessory apartment, according to the new report, which raised the demand estimate of 270,000 gallons per day that was in the original impact statement.

The report calculates the six wells can produce 785,520 gallons of water per day, more than enough for the project.

Yet the developers also suggested connecting Clovewood to the Village of Kiryas Joel’s water supply as a “reasonable and feasible” alternative to drawing groundwater - a prospect that they said might involve Kiryas Joel annexing the Clovewood property.

Clovewood also would send its sewage to Kiryas Joel instead of a newly built treatment plant under that annexation scenario, which faces at least one legal obstacle: Even if state law allows Kiryas Joel to annex land a few miles outside its borders, the village has pledged not to annex property from Monroe or Blooming Grove for at least 10 years under a 2017 court agreement with the United Monroe citizens group.

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2100
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » דינסטאג אפריל 09, 2019 10:49 pm

א געהעריגע שטאט קיעה"ר
מע פארקויפט טיקעטס
עטליכע קאסעס פאר קימחא דפסחא

אוועטאר
פרייזן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

תגובהדורך פרייזן » פרייטאג אפריל 12, 2019 8:46 am

Capture.PNG
Capture.PNG (281.68 KiB) געזעהן 2515 מאל

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2100
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מיטוואך אפריל 17, 2019 1:00 pm

די שיל זאבליטוב וואס עפנט יעצט אירע טויערן
האט א רבי מיט זיך אדער עפנט עס די לעיק שאור איינוואוינער.

איינס מיט אכט
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 07, 2018 9:04 am

תגובהדורך איינס מיט אכט » דאנארשטאג אפריל 18, 2019 1:36 pm

רצון טוב האט געשריבן:די שיל זאבליטוב וואס עפנט יעצט אירע טויערן
האט א רבי מיט זיך אדער עפנט עס די לעיק שאור איינוואוינער.


א רב, ער קומט נישט הער וואוינען, וועט דא זיין שבתים און אין די זימער.

בבל
שר האלף
תגובות: 1286
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » מיטוואך אפריל 24, 2019 6:58 pm

זייער א שיינע אינערוויא אויף קול מבשר מיט הרב יואל וואגשאל cpa. היינט אויף 114 פין די מעין מעינא
~ ~גיט אפ אייער שטימע~ ~
אומגלויבליך חתונה הוצאות ליסט
~ ~יעדע שטימע ציילט~ ~
~ ~פאר די עתיד פון חתונה קריזיס~ ~

אנקעטע, לייגט איר אוועק געלט חתונה צי מאכן? אויב יא וויפיל?

אוועטאר
יענקעלע
שר חמש מאות
תגובות: 622
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 4:09 pm
לאקאציע: אינפארמאציע: דער באנוצער געפינט זיך נישט.

תגובהדורך יענקעלע » דאנארשטאג מאי 02, 2019 5:29 pm

וואו קען מען דינגען א הויז פאר די זומער?

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1019
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » דאנארשטאג מאי 02, 2019 10:51 pm

די נייע וואכנשריפט פון די וואך פארציילט אונז פארוואס די בלומינגראווע ריעלעסטעיט האט באקומען א שארפע דאון טורן, סאיז דא גענוג און נאך אויף אלע עקן.

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1270
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » פרייטאג מאי 03, 2019 9:50 am

עס איז דאך פשוט אזוי, אז דו קענסט האבן א ברענד ניו הויז, היימיש געבויעט, פאר ביליגער פער סקווער פוס, וועט קיינער נישט קויפן א 60 יאר כאטקע אין בלומינג גראוו פארן אלף השישי.

דאס מיינט נישט אז בלומינג גראוו פארלירט מאמענטום, דאס מיינט בלויז אז די פארקויפער דארפן אראפקריכן פונעם הויכן לייטער און זיך צופאסן צום רעאליטעט.

עס איז שוין זומער, און די בלומינג גראוו מארקעט שלאפט נאך אין א טיפן חלום.
הק' יום טוב חדב"ן הרה"ג קלונימוס אבימלך הלוי טייטלבוים שליט"א דומ"ץ דק"ק שעלפענעפיץ והגלילות ומלפנים אב"ד קראמפלארנא יצ"ו.

איינס מיט אכט
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 07, 2018 9:04 am

עירוב לעיק שאר

תגובהדורך איינס מיט אכט » זונטאג מאי 05, 2019 11:59 am

לעיק שאר געגנט האט שוין אן עירוב? אזוי הער איך, אויב איז אמת איז עס זייער שנעל פאר אזא נייע געגנט.


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: dim, בילדער און 11 געסט