נייע חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2307
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 1:50 pm

רצון טוב האט געשריבן:גערעכט איז דער קעפל
שוין יארן וואס מען מיטשעט זיך אין די היימישע געגנטער פון ברוקלין מיט א קריזיס, מען האט שוין געהאט פילט פלענער און נחשונים, אוודאי ווי נענטער צו טאנצן צום ספעיס איז א גרעסערע קונץ, און ווען עמיצער וועט ערלעדיגן צו שיקן איין משפחה וואוינען אויפן לבנה וועט ער זיין דער גרעסטער קינצלער, און וועט ווארשיינליך באצייכענט ווערן אלץ גרעסטער דורכברוך.
אבער למעשה א פאקטישע באוועגונג וואס זאל אין דער נאנטער צוקנופט פארמאגן טויזענט אנשליסער אינעם געגנט קוקט אצינד אויס צו זיין בלומינג גראוו
די צוויי סאמע גרויסע קהילות פין סאטמאר האבן שוין דארט אסאך אינוועסטירט צו בויען א קהלישע ווירטשאפט
א גרויסע חסידישע חצר פין בארא פארק האט זיך שוין אהינגעצויגען
פילע חצרות וקהילות ווי קאזאווע, ברסלב, זאבליטוב, קהל לעיק שאור, שארמאש, קאזניץ, קרעמניץ, ראדאוויץ, קאריץ, ועוד
האבן זיך איינגעגלידערט אינעם ארטיגן געזעלשאפט
דאס געט דעם נייעם עיר ואם בישראל א שאנס צו ווערן גאר א שיינער און גרויסער ישוב פאר אחינו בני ישראל.

וועלכע גרויסע חצר פון בארא פארק האט זיך ארויס געצויגן?

די נקודה
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 03, 2014 1:47 pm

תגובהדורך די נקודה » פרייטאג דעצמבער 07, 2018 12:01 am

באקומען אין אישי פון א מיטבאטייליגטן ס׳איז זייער אינטרעסאנט:

דער זמיגראדער רבי האט געפראוועט א הערליכע חנוכה ליכט צינדן היינט נאכט דאנערשטאג מקץ. א עולם איז געווען מלא וגדוש איבערגעפילט זקנים עם נערים א פולע געפאקטע די שול

דער רבי איז אריינגעקומען 9:20 בערך און גלייך געמאכט די ברכות הויך און קלאר מיט א רגש דקדושה

ער האט זייער א אינטרעסאנטע מנהג ביי הנרות, ער פראוועט ניגוני פסח מיט חנוכה באנזאם.

נאך הנרות און מעוז צור זאגט ער נאך עטליכע קאפיטלעך שטילערהייט

דאן הייבט ער אן הויך שפוך חמתך אל הגויים ביזן סוף ותשמידם מתחת שמי ה׳

דערנאך זינגט דער גאנצער ציבור והוא שעמדה

דערנאך זאגט דער רבי לפיכך אנחנו חייבים להודות להלל ביז ונאמר לפניו שרה חדשה הללויה

דאן קומט מלה במלה גאנץ הלל מתוק מדבש יעדעס ווארט זיס ווי צוקער מאשפות ירים אביון להושיבי עם נדיבים וגו׳

מ׳זינגט דער גאנצע ציבור ביי הודו די צאנזער ניגון אנגעהויבן פון לך אזבח זבח תודה דערנאך זינגט מען אויך ביי אנא ה׳ געהעריג אלע לאנגע פעלער

דערנאך זאגט ער הלל הגדול און נשמת

דערנאך זינגט ער זייער שיין פאר הויך אדיר הוא יבנה ביתו בקרוב ביזן סוף

דערנאך זיצט ער זיך צום טיש און דער גאנצער עולם זעצט זיך אראפ ביים שלחן הטהור

דער רבי האט געמאכט א ברכה און וואונטשט זייער שיין לחיים מיט ברכות והשפעות

משוררים קאפעליע האט באגלייט דעם גאנצן מעמד מיט שירה וזמרה לכבוד היום

דערנאך הייבט דער רבי אן זאגן א לאנגע תורה מיט שיינע קשיות און הערליכע בחינות, ב״י קשיא, וכו׳ און צום סוף ווידעראמאל הערליך אנגעוואונטשן

דערנאך האט ער געטיילט פריטלעך

מ׳האט זיך געשטופט א פערטל שעה צו באקומען

דערנאך האט מען אריינגעברענגט א פולע טאץ קוואדערס

דער רבי שפילט קודם דריידל מיט א שמייכל

דערנאך הייבט ער אן טיילן חנוכה געלט

מיט אזא ענוות חן אזוי בא׳טעמ׳ט

ממש מעין עולם הבא

דער רבי האט געוואונטשן יעדן נחת און עשירות ותן חלקנו בתורתך

כן יעזור ה׳ להלאה

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4948
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » פרייטאג דעצמבער 07, 2018 10:49 am

זונטאג פירט ער אויך אין בלומינגראוו?
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1878
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מיטוואך דעצמבער 12, 2018 3:55 pm

די צייטונג - ויגש
0101.jpg
0101.jpg (43.66 KiB) געזעהן 95 מאל


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בעזרת השם און 11 געסט