נייע חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

סארוואש
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 05, 2018 10:37 am

תגובהדורך סארוואש » זונטאג דעצמבער 30, 2018 6:22 pm

פאפקארן האט געשריבן:די מעין פראבלעים פון די מיטעלע קלענערע דירות איז,
(וואס אגב רוב דירות דארט זענען אזוי) אז אלעס איז אויף איין שטאק דהיינו קאך,דיינונג רום, 3 בעדרומס, טוילעט, דאס איז זייער פיצל!

ווידעראוים בין איך נייגעריג צו עס איז שייך צו אראפברענגן קאך דיינונג רום צום אונטערשטען לעוועל, דעמאלטס איז דא עטוואס רחבות


גערעכט, און דאס איז די סיבה פארוואס איך האב לכתחילה געקוקט אויף קאלאניעלס, און נאכן איינזעהן אז עס איז מיר נישט מעגליך פיינענשלווייז בין איך געגאנגען צו א ביי-לעוועל. אבער קוקענדיג מיט א ניכטערן בליק די ריזיגע חילוק פון א דירה אין די שטאט ווי אלעס איז פיצל + טייער + רענט אנשטאט מארטגעזש, איז די חשבון פשוט.

די אונטערשטע שטאק איז טאקע א נידריגע דאך, מען קען דארט האבן א גרויסע פלעי רום, א שטוב פאר געסט, און א גאראזש וואס קען עווענטואל ווערן צוויי בעדרומ'ס לעת הצורך.

די נקודה
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 03, 2014 1:47 pm

תגובהדורך די נקודה » זונטאג דעצמבער 30, 2018 8:19 pm

לעצטנס געליינט אז שוין אנעם מאראטאריום קען יעדע הויז אצינד ארויסבויען און באקומען א פערמיט פאר 600 סקווער פיס לויט די יעטיגע ווילידזש סטאנדארטן.

א ידיד מיינער האט געצייגט זיינע פלענער, רעדט ער פון ארויסבויען א דיינינג רום דהיינו א באקס פון פיר ווענט אויף פאוילס, און אן א בעיסמענט, קאסט בערך 35-40 אלפים די ביליגסטע, און וואס מ׳וויל צולייגן, דהיינו הויכע 12 פוסיגע דאך, מער אדער גרעסערע פענסטער׳ס, סטים, עירקאנדישאן, געבויטע סקיי לייט פאר סוכה, קומט צו לפי הערך.

די קלענערע דירות וואס די דיינונג רום איז נישט גענוג גרויס, אז מ׳קען במשך הזמן ארויסבויען דעם עקסטענשאן, דאן ווערט די אלטע דיינונג רום אדער ליווינג רום, אדער דיינעט/גרעסערע קאך, באקומט די גאנצע דירה א נייע צורה, די בעיסמענט איז די פלעי רום, און געסט רום, לאנדרי רום, נאך ביה״כ, אבער מ׳קען אסאך צולייגן צום לעיאוט, מ׳קען אויך צולייגן פון פאר די הויפט אריינגאנג א עקסטענשאן צום אריינגאנג, אזא האלוועי, מיט קלאזעטס, א פראנט פארטשל, וכולהו

קאלאניעל, איז לכאורה ווייניג עוועילבל, אויב יא גאר טייער, די ביילעוול אדער רענטש איז דא צו האבן, קען מען דאס אין ארדענוגנ ברענגען, אויב מ׳צאלט נישט איבער בלייבט נאך פלאץ פאר ס׳גאנצע חשבון

אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

תגובהדורך אט אזוי » זונטאג דעצמבער 30, 2018 8:35 pm

די נקודה האט געשריבן:לעצטנס געליינט אז שוין אנעם מאראטאריום קען יעדע הויז אצינד ארויסבויען און באקומען א פערמיט פאר 600 סקווער פיס לויט די יעטיגע ווילידזש סטאנדארטן.

א ידיד מיינער האט געצייגט זיינע פלענער, רעדט ער פון ארויסבויען א דיינינג רום דהיינו א באקס פון פיר ווענט אויף פאוילס, און אן א בעיסמענט, קאסט בערך 35-40 אלפים די ביליגסטע, און וואס מ׳וויל צולייגן, דהיינו הויכע 12 פוסיגע דאך, מער אדער גרעסערע פענסטער׳ס, סטים, עירקאנדישאן, געבויטע סקיי לייט פאר סוכה, קומט צו לפי הערך.

די קלענערע דירות וואס די דיינונג רום איז נישט גענוג גרויס, אז מ׳קען במשך הזמן ארויסבויען דעם עקסטענשאן, דאן ווערט די אלטע דיינונג רום אדער ליווינג רום, אדער דיינעט/גרעסערע קאך, באקומט די גאנצע דירה א נייע צורה, די בעיסמענט איז די פלעי רום, און געסט רום, לאנדרי רום, נאך ביה״כ, אבער מ׳קען אסאך צולייגן צום לעיאוט, מ׳קען אויך צולייגן פון פאר די הויפט אריינגאנג א עקסטענשאן צום אריינגאנג, אזא האלוועי, מיט קלאזעטס, א פראנט פארטשל, וכולהו

קאלאניעל, איז לכאורה ווייניג עוועילבל, אויב יא גאר טייער, די ביילעוול אדער רענטש איז דא צו האבן, קען מען דאס אין ארדענוגנ ברענגען, אויב מ׳צאלט נישט איבער בלייבט נאך פלאץ פאר ס׳גאנצע חשבון

מיט 600 פיס קענסטו אפשר מאכן א שיינע וואלק אין קלאזעט נישט די זאכן וואס האסט אויסגערעכנט דא

אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3086
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » זונטאג דעצמבער 30, 2018 8:40 pm

א וואלק אין קלאזעט 25X25? נאט בעד...
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » זונטאג דעצמבער 30, 2018 9:13 pm

אט אזוי האט געשריבן:מיט 600 פיס קענסטו אפשר מאכן א שיינע וואלק אין קלאזעט נישט די זאכן וואס האסט אויסגערעכנט דא

600 סקווער פיס איז א חתוכה הראויה להתכבד. גענוג פאר א גרויסע דיינונג רום פלאס א קליינע פסח קאך פלאס א סינק קלאזעט.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

קלוגער
שר האלף
תגובות: 1046
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

תגובהדורך קלוגער » מאנטאג דעצמבער 31, 2018 10:44 am

איך'אב געזעהן די עיקר רענטשעס, אביסעל קלענער ווי כ'אב עקספעקטעד, איינץ האב'יך געזעהן מיט א שיינע אויפגעפיקסטע בעיסמענט אבער נאכ'אלץ קליין, איך גלייב אז מ'דארף טראכטען פון מאכען עקסטענטשען

אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע: דארט ווי דער באשעפער הייסט

תגובהדורך האלץ האקער » מאנטאג דעצמבער 31, 2018 1:57 pm

אלט מאנרא האט געשריבן:איז דא א מינין מנחה אין בלומינג-גראוו אינמיטן טאג?
צוגעלייגטע
12.JPG
12.JPG (81.95 KiB) געזעהן 1805 מאל
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
download/file.php?id=50093&mode=view

קלוגער
שר האלף
תגובות: 1046
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

תגובהדורך קלוגער » מאנטאג דעצמבער 31, 2018 2:13 pm

די מאנרא באס צו שטאט האט א סטאפ אין ב"ג?

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2133
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מאנטאג דעצמבער 31, 2018 2:32 pm

האלץ האקער האט געשריבן:
אלט מאנרא האט געשריבן:איז דא א מינין מנחה אין בלומינג-גראוו אינמיטן טאג?
download/file.php?id=198895


הירש איז פון די אפיציעלע נאנט צו די באהערדע ?

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1326
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מאנטאג דעצמבער 31, 2018 2:52 pm

קומענדיגן מארטש גייט זיין וואלן פאר 2 ווילידזש טראסטי זיצן.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2133
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מאנטאג דעצמבער 31, 2018 2:58 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:קומענדיגן מארטש גייט זיין וואלן פאר 2 ווילידזש טראסטי זיצן.

אידישע?

די נקודה
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 03, 2014 1:47 pm

תגובהדורך די נקודה » מאנטאג דעצמבער 31, 2018 3:03 pm

לכאורה נאכנישט מעגליך פאר אידישע צו געווינען דארף נאך א יאר אדער צוויי

די נקודה
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 03, 2014 1:47 pm

תגובהדורך די נקודה » מאנטאג דעצמבער 31, 2018 3:04 pm

דאכט זיך פאריאר איז אויך געווען וואלן אין מארטש, קומט אויס אז יעדעס יאר קומט פאר דארטן וואלן? דאס איז גאנץ פלאכע נייעס...

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3545
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג דעצמבער 31, 2018 3:04 pm

רצון טוב האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:קומענדיגן מארטש גייט זיין וואלן פאר 2 ווילידזש טראסטי זיצן.

אידישע?

אויב אידן וועלן געוואונען וועט עס זיין אידישע, קענסט נאך לויפן
אז מ'לעבט דערלעבט מען

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1326
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מאנטאג דעצמבער 31, 2018 3:22 pm

די טערמינען לויפן פאר צוויי יאר. ד.מ. אז יעדע יאר איז דא וואלן פאר עפעס. פאראיאר און אזוי אויך קומענדיגע יאר וועט זיין פאר מאיאר און 2 טראסטי'ס.

עס איז נאכנישט מעגליך פאר א איד צו געווינען. עס איז יעצט בערך 500-350, ווארשיינליך קומענדיגע יאר. מען קען זיך אבער ארומשפילן. ד.ה. שטיצן בלויז איין קאנדידאט און נישט דעם צווייטן צו ווייזן א כח.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
פרייזן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

סאטמאר מהר"א

תגובהדורך פרייזן » דינסטאג ינואר 01, 2019 9:00 am

בית גדול לה' ולתורתו:

גרויסארטיגע פלענער אויפצובויען שפאגל-נייעם בנין מפואר דקהל יטב לב דסאטמאר אין בלומינג גראוו

לענגערער באזוך פון הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א און ראשי הקהלה ביי מרן אדמו''ר מסאטמאר שליט"א איבערצוגיין די פלענער און מקבל זיין ברכת הקודש

בלומינג-גראוו – מיט גרויס פרייד ווערט געמאלדן די גינסטיגע נייעס איבער די לעצט-באשטעטיגטע פלענער פון הנהלת קהל יטב לב קרית יואל, אין נאנטע צוזאמענארבעט מיט די הנהלת ביהמ"ד החדש דקהל יטב לב אין צענטער פון בלומינג גראוו קווארטל בגלילות קרית יואל, אהערצושטעלן א פרעכטיגער בנין מפואר וואס וועט דינען אלס מבצר אדיר לתורה ולתפלה פאר די פילצאליגע אנ"ש תושבי המקום, וואס האלט זיך אין איין מערן בליעה"ר.

לויט די ערשטע ארכיטעקט פלענער וואס האלט אט ביים אריינגעשיקט ווערן צום ארטיגן פלענינג באורד, וועט דער מאיעסטעטישער בנין ווערן געבויט אויף א שפאגל-נייעם פארמאט, אויפבויענדיג פונדאסניי ממסד עד טפחות א הערליכע קהלה געביידע וואס וועט שטאלצירן מיט גרויס פראכט אינעם שפרודלדיגן בלומינג גראוו געגענט לשם ולתהלה.

ווען מ'כאפט א בליק אויף די פלענער זעטיגט זיך דאס אויג מיט א פראכטפול בילד, דאס צייכנט אן פלענער איבער א גיגאנטישע דריי-שטאקיגע געביידע וואס וועט גענצליך זיין געווידמעט לתורה ולתפלה ולצרכי טהרה.

דער צענטראלער היכל ביהמ"ד וועט זיין אין די קאלאסאלע גרויסקייט פון אומגעפער 3,000 סקווער פיס, און דאס וועט ווערן אהערגעשטעלט אויף א פראקטישן סטיל ס'זאל פארמירן אויף די ימות החול עטליכע גרויסע חדרי תפלה, אין די צוויי זייטן פונעם היכל, ווען אינמיטן וועט פארבלייבן א היכל שליסליך ללימוד התורה, צוגעבנדיג נאך א רינגעלע אין קייט פון די היכלי התורה המפוארים אין די סאטמארער בתי מדרשים איבער דער גאנצער וועלט.

אויפ'ן דריטן שטאק וועט אהערגעשטעלט ווערן א גרויסע עזרת נשים, און אין אונטערשטן שטאק וועט אויפגעבויעט ווערן א הערליכע און רחבות'דיגע מקוה פאר די פילצאליגע באי ביהמ"ד, וואס וועט שטיין צודינסט לימות החול און אוודאי אויף די שבתים. זייט-ביי-זייט, פארציילט די פלענער, וועט געבויט ווערן א מקוה טהרה וואס איז זייער דרינגנד פאר'ן געגענט.

דער גרויסער פראיעקט וועט געבויט ווערן אויפ'ן ביז-יעצטיגן שטח וואו ס'פונקציאנירט שוין די לעצטע יאר-צוויי דער ביהמ"ד החדש דקהל יטב לב, וואס אנשטאט די ביז יעצטיגע פלענער פונעם ועד קרן הבנין, וואס האט געלויטעט ארויסצובויען אן עקסטענשאן צום ביהמ"ד וואס געפינט זיך אין אן עקזיסטירנדע צוויי-שטאקיגע גרעסערע פאמיליע-הויז געביידע, איז אצינד געקומען א דראסטישע ענדערונג אין די פלענער, אויפצובויען נעבן דאס הויז א שפאגל-נייעם בנין וואס אנטשפרעכט בעז"ה צו זיין א כלילת יופי.

שוין איבער א יאר וואס דער עסטאביליזירטער "ועד קרן הבנין" ארבעט זייער פיבערהאפטיג אויף אלע פראנטן אהערצושטעלן דעם פריערדיג-געפלאנטן עקסטענשאן, ווען אין שפיץ פון די פעולות שטייט געטריי דער נייער רב הביהמ"ד הגה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א, וואס אינאיינעם מיט די חשוב'ע עסקנים פונעם ועד, איז מען דופק על פתחי נדיבים נודעים לשם ולתהלה, טרעפנדיג אן אויסטערלישע ווארעמקייט ביים ציבור אנ"ש קעגנצוקומען דעם וויכטיגן פראיעקט, אויסצושטאטן דעם ארטיגן הערליכן ישוב וואס וואקסט און בליעט, מיט'ן וויכטיגסטן רוחניות'דיגן צוגעהער, א סאטמארער ביהמ"ד לתורה ולתפלה.

פאר עטליכע חדשים צוריק איז ב"ה געלונגען צו שאפן די נויטיגע פערמיטן צו בויען דעם עקסטענשאן, אבער היות ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז צוליב די ניי-געענדערטע זאונינג פארשריפטן אין בלומינג גראוו, וואס איז אריין אין קראפט זינט ס'איז אויפגעלעזט געווארן דער מאראטאריום, טאר אן עקסטענשאן נישט זיין גרעסער פון 600 פיס, האט מען אנגעהויבן באטראכטן פלענער פון אהערשטעלן א נייע געביידע, נעמענדיג אין באטראכט דעם ריבוי העם בליעה"ר אין מאמענטאלן באנוץ, און קוקנדיג אויף א בליק פאראויס, ווען דער געגענט האלט אין איין וואקסן, און דאס צובויען אויף אזא געצוימטן פארמאט, איז נישט דער ענטפער פאר'ן לחץ זו הדחק.

מאנטאג אווענט איז געווען א געהויבענעם באזוך ביי מרן הגה"ק מסאטמאר שליט"א, וועלכער איז מיום הווסדה שטארק אריינגעטאן אין אלע פעולות ביים ארטיגן ציבור, און שוין עטליכע מאל באזוכט אין ביהמ"ד און אינעם געגענט.

ביים באזוך, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט. האבן אנטיילגענומען הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א, וועם דער רבי שליט"א האט מכתיר געווען תשרי תשע"ח, ואתו עמו, הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו פרעזידענט דקהל יטב לב קרית יואל, הרה"ח ר' חיים קארנבלי הי"ו מחברי ועד הפועל דקיט"ל, און די חברי ועד קרן הבנין, אין שפיץ פון די ראשי העסקנים הרה"ח ר' מאיר גראס הי"ו און הרה"ח ר' יצחק עקשטיין הי"ו.

דער רבי שליט"א האט באטראכט די פלענער און א לענגערע צייט נאכגעפרעגט אויף אלע דעטאלן, און דאן געהערט פונעם רב שליט"א הערליכע גריסן איבער דעם שיינעם ביהמ"ד אויפבלי, ווי ס'גייט ב"ה אן אויף גאר א שיינעם פארנעם די תפלות בימות החול און שבת, די שיעורי תורה, א.א.וו. די אנטוויקלונג פונעם ביהמ"ד און דעם געגענט, פון וואס דער רבי שליט"א האט געשעפט א קורת רוח און דאן געוואונטשן מברכת קדשו שחפץ ה' בידם יצליח צו קענען ערהאלטן די נויטיגע פערמיטן און קענען צוטרעטן צו די בוי-ארבעט.

*

היות די רעדע איז פון א נייעם בנין, אויף וואס מ'קען נישט פאראויסשאצן ווען מ'וועט דאס קענען אנהייבן בויען, און אוודאי נישט ווען ס'וועט שטיין גרייט צום באנוץ, גייען ווייטער אן די אינטענסיווע אקטיוויטעטן לפאר ולרומם בית ה', אהערשטעלן ווי ווייט מעגליך אויפ'ן באקוועמסטן פארנעם, דעם יעצטיגן אכסניא של תורה.

מ'האט עטליכע וואכן צוריק פארענדיגט די אינערליכע בוי אקטיוויטעט אריינצונעמען דעם עזרת נשים אלס טייל פונעם היכל הביהמ"ד, וואס באשטייט אצינד פון אומגעפער 1,500 סקווער פיס, און ס'איז אויך אהערגעשטעלט געווארן א הערליכע חדר הוראה, נעבן די עזרת נשים, וואו דער רב שליט"א זיצט בוקר וערב להורות דבר ה' זו הלכה. אויך האט מען נארוואס געענדיגט איבערקאלעכן דעם היכל ביהמ"ד.

אין אונטערשטן שטאק וואו ס'איז פלאצירט די פראוויזארישע מקוה, האט מען אינוועסטירט פרישע חידושים, ס'זאל כאטש זיין דאס באקוועמסטע וואס שייך ביז מ'וועט זוכה זיין צו קומען אל המנוחה ואל הנחלה. מ'האט דאס אויסגעשטאט מיט הערליכע טיילס, און ס'איז צוגעלייגט געווארן עטליכע שאוערס. אויך איז אויף דעם שטאק צוגעבויעט געווארן א חדר תפלה, וואס שטייט צודינסט פאר די מנינים בימות החול.

עס איז אצינד צום האפן אז די פלענער צום נייעם בנין זאל זיך פאראויסרוקן מיט שנעלע פארשריט, וכאשר זכינו לסדר אותו כן נזכה לעשותו, אויפצובויען דעם ביהמ"ד החדש אויף וואס דער ארטיגער ציבור קוקט ארויס בכליון עינים און מיט טיפע ערווארטונג.

מה טובו אהליך יעקב

קלוגער
שר האלף
תגובות: 1046
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

תגובהדורך קלוגער » דינסטאג ינואר 01, 2019 10:17 am

קלוגער האט געשריבן:די מאנרא באס צו שטאט האט א סטאפ אין בלומינג גראוו?

אוועטאר
פרייזן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

תגובהדורך פרייזן » דינסטאג ינואר 01, 2019 10:19 am

קלוגער האט געשריבן:
קלוגער האט געשריבן:די מאנרא באס צו שטאט האט א סטאפ אין בלומינג גראוו?

ניין

קלוגער
שר האלף
תגובות: 1046
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

תגובהדורך קלוגער » דינסטאג ינואר 01, 2019 10:26 am

שכויעך פרייזען,

נאך א שאלה, וואס די בראוקער האט מיך געענטפערט, אבער כ'מיין ער האט נישט גערעגט וואר, אדער מאכט א טעות, ער זאגט אז מ'קען מאכען יעצט א עקסטענטשען פון 600 פיס, און ווען דעס איז פערטיג קען'יך גראד עפלייען פאר נאך א עקסטענטשען פון 600 פיס, קען מיך איינער באלייכטען?

די נקודה
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 03, 2014 1:47 pm

תגובהדורך די נקודה » דינסטאג ינואר 01, 2019 11:01 am

קלוגער האט געשריבן:שכויעך פרייזען,

נאך א שאלה, וואס די בראוקער האט מיך געענטפערט, אבער כ'מיין ער האט נישט גערעגט וואר, אדער מאכט א טעות, ער זאגט אז מ'קען מאכען יעצט א עקסטענטשען פון 600 פיס, און ווען דעס איז פערטיג קען'יך גראד עפלייען פאר נאך א עקסטענטשען פון 600 פיס, קען מיך איינער באלייכטען?


מיטן יעצטיגן ווילעדזש לכאורה נישט. הגם ביידע טעגלאדש שולן בויען יא גרויס, אנדערע שולן האלטן אויך אינמיטן קריגן ערלויבעניש פאר גרעסער אבער אין א יאר צוויי ארום נאך די וואלן וועלן די סארט זאכן מסתם היבש לייכטער ווערן

לכאורה האט דאס דער בראקער געמיינט ביז נאכן ענדיגן די ערשטע וועט מען שוין מסתם קענען אפלייען צום צווייטן מאל

קלוגער
שר האלף
תגובות: 1046
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

תגובהדורך קלוגער » דינסטאג ינואר 01, 2019 11:17 am

שכויעך פאר אויסקלארען, דער בראוקער האט נישט דעס געזאגט, אבער מן הסתמא האט'ר דעס געוואלט טראכטען, ס'יז מיר זייער וויכטיג צו וויסען צו קענען מאכען א דעסישען,

שמויגער
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2010 8:15 pm

תגובהדורך שמויגער » דינסטאג ינואר 01, 2019 11:40 pm

קלוגער האט געשריבן:שכויעך פרייזען,

נאך א שאלה, וואס די בראוקער האט מיך געענטפערט, אבער כ'מיין ער האט נישט גערעגט וואר, אדער מאכט א טעות, ער זאגט אז מ'קען מאכען יעצט א עקסטענטשען פון 600 פיס, און ווען דעס איז פערטיג קען'יך גראד עפלייען פאר נאך א עקסטענטשען פון 600 פיס, קען מיך איינער באלייכטען?

יעצט קען מען נאר 600 איינמאל מקען נישט בעטן נאכאמאל א יעדן יאר, האפינטליך וועט זיך דאס טוישן...

לגבי די שולן איז צוויי זאכן. 1. מהאט נישט צוגעבויט און ערגעץ מער ווי 600 ליווינג ספעיס און 2. זיי ווילן זיך נישט צופיל ביידערן מיט שולן ווייל סאיז א קאמפליצירטע געזעץ, איז האפינטליך וועלן די שולן וואס בעטן ערלויבעניש זיך צו פארברייטערן עס באקומען... אבער דאס מאכט נישט אויס פאר א הויז..
גלייב מיר מיין ווארט איז מער ווערט ווי מיין אונטערשריפט

ggg
שר חמש מאות
תגובות: 696
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 9:45 am

תגובהדורך ggg » מיטוואך ינואר 02, 2019 8:17 pm

פארגעקימען היינט נאכמיטאג שיינע אויפנאמע פארן מעיאר און שטוב פון ראדאוויץ'ע רב שליט"א מיט פירענידע עסקנים פון די אומגעגענט ווי די רב שליט"א און די עסקנים האבן און נאמען פונעם ציבור זיך שטארק באדאנקט פארן מעיאר פון בלומונגראב פאר די הילף אריבער צו שוויצן די פראבלעם מיט די באסעס צו די אונגעגענט.

שטארק ארויס געברעגט געווארן ווי נארמעלע עסקנות און אויף די ליגאלע וועג האט ב"ה מצליח געווען.

שמויגער
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2010 8:15 pm

תגובהדורך שמויגער » דאנארשטאג ינואר 03, 2019 6:49 am

ggg האט געשריבן:פארגעקימען היינט נאכמיטאג שיינע אויפנאמע פארן מעיאר און שטוב פון ראדאוויץ'ע רב שליט"א מיט פירענידע עסקנים פון די אומגעגענט ווי די רב שליט"א און די עסקנים האבן און נאמען פונעם ציבור זיך שטארק באדאנקט פארן מעיאר פון בלומונגראב פאר די הילף אריבער צו שוויצן די פראבלעם מיט די באסעס צו די אונגעגענט.

שטארק ארויס געברעגט געווארן ווי נארמעלע עסקנות און אויף די ליגאלע וועג האט ב"ה מצליח געווען.


בילדער ביטע
גלייב מיר מיין ווארט איז מער ווערט ווי מיין אונטערשריפט

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2133
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » דאנארשטאג ינואר 03, 2019 3:50 pm

ggg האט געשריבן:פארגעקימען היינט נאכמיטאג שיינע אויפנאמע פארן מעיאר און שטוב פון ראדאוויץ'ע רב שליט"א מיט פירענידע עסקנים פון די אומגעגענט ווי די רב שליט"א און די עסקנים האבן און נאמען פונעם ציבור זיך שטארק באדאנקט פארן מעיאר פון בלומונגראב פאר די הילף אריבער צו שוויצן די פראבלעם מיט די באסעס צו די אונגעגענט.

שטארק ארויס געברעגט געווארן ווי נארמעלע עסקנות און אויף די ליגאלע וועג האט ב"ה מצליח געווען.


וואס הייסט די ליגאלע וועג, איז דא אומלעגאלע וועגן וואס מען טוט?, און בכלל וואס פארשטייט א מעיאר צו די דרכי התורה וויאזוי צו טון השתדלות


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: יחזקאלע און 12 געסט