ר' יום טוב האט געשריבן:די שיינקייט פון די הייזער איז א מינדערוויכטיגע אישו דא.
וואס עפעס, פארוואס פארקוקען אויף שיינקייט?!
אין די קימענדיגע צוויי יאר גייט זיין ארום און ארום קר"י א צונאמי פון נייע הייזער געבויעט פון אידן פאר חסידישע אידן, און עס גייט זיין די זעלבע פרייז אדער ביליגער ווי בלומינג גראוו האט יעצט צו פארקויפן,
פארוואס צאלן יעצט טייער געלט פאר דרייסיגע יעריגע גארביטש ווען יחזקאל בראך בויעט שוין אין טאון אפ מאנראו פיר הונדערט הערליכע הייזער?!
אפילו אין בלומינג גראוו אליינס גייט אויפקומען נייע שיינע הייזער, עס איז ממש בל תשחית צו קויפן פאר טייערע פרייזען די דרייסיג פערציג יאר אלטע הייזער, און נישט אויסווארטען אויף די נייע הייזער וואס זענענן אין פייפליין ארום קר"י.
בלומינג גראוו האט געהאט איין איינציגע מעלה: עס איז געווען ביליגע הייזער, יעצט האט עס שוין נישט די מעלה, ווער עס קויפט יעצט קויפט פאר טייער א דרייסיג יעריגע הויז איבערגעפרייזט, און בעסער ווען ער ווארט א יאר צייט אויף די פרייז מלחמה אויף די ניע בעבויטע הייזער, אדער קויפט ער א מייל ווייטער ווי מען קען נאך יעצט טרעפן מציאות.